אופק המולד לפי אזור זמן קהיר?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

ערנסט גערעדט האט געשריבן:ס'נישט ממש די זעלבע זאך, ווייל אפילו ביי די צענטער פון די ''צייט זאנע'' - ביי אונזער ביישפיל; קהיר. ווי דארט דארף דאך זיין די זייגער מיוסד אויף חצות - צוועלף אזייגער, איז עס דאך אויך נישט אייביג אזוי, ווייל חצות קען זיין פון 11:45 ביז 12:15 בערך, כידוע.

מיט אנדערע ווערטער, 39 מינוטן בעפאר צוועלף אזייגער אין ירושלים איז נישט אייביג חצות, עס קען זיך רוקן אין די 15 מינוט פריער און אין די 15 מינוט שפעטער.

דעריבער גייען מיר אריין דא אין די גינת ורדים סומאטוכע הידוע, אויב די אזוי גערופענע 'חצות הממוצע', האט עפעס א יסוד אין הלכה, אבער ווי עס שוין אויסגעקלארט [עי' לעיל בלינק שבתגובתו של 'למדן וצדיק'] אז אין די צייטן פון די ראשונים האט אזא זייגער נישט עקזיסטירט, נאר חצות איז אייביג געווען צוועלף אזייגער - און צוועלף אזייגער איז אייביג געווען חצות, דעריבער ווען די טור אדער רמב"ם שרייבן אין זייער לוחות אז די מולד וועט זיין למשל; ט' שעות מן היום מיט תק"ן חלקים [איבערגעטייטשט אויף די היינטיגע טערמינען; 3:30 pm מיט צעהן חלקים] מיינט דאס לויט'ן חשבון אז שש שעות איז ביי חצות מדויק ממש, און 3:30 מיינט דריי און א האלב שעה נאך חצות, ודוק.
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

נישט קיין נפק"מ אויב להלכה האט די חצות הממוצע א האפט און אויב עס איז געווען א זייגער וואס ווייזט שעות ממוצעות, ווערן די שעות לענין די חשבונות זיכער יא גערעכנט דוקא מיט די שעות פונעם יום הממוצע, און נישט פון וויאזוי עס ווערט גערופן אויפן אמאליגן זייגער. די פריעדריגע תוכנים האבן דאס קלאר אויסגעשמועסט, און אויך מסביר געווען וויאזוי צו מאכן די חשבונות. עיין בספר חשבון מהלך הכוכבים לר' אברהם ב"ר חייא הנשיא שער ט' ובספר יסוד עולם שער ג' פרק ז'.

און דארט אין יסוד עולם שמועסט ער עס אויס אפילו אויף די חשבון האמצעי פונעם מולד, עי"ש, נאר אויף דעם קען זיין א סברא אז אזוי ווי ביי אונז איז די גאנצע תכלית פון די חשבון האמצעי אז אינעם לאנג ראן זאל זיך עס נישט אפרוקן, ממילא קען זיין אז במה שנוגע לדידן לענין דינא רעכנט מען עז יא אויף א פשוטע אלטע זייגער, וכמו שנראה לכאורה אז מען פלעגט עס אזוי רעכנען לגבי קידוש לבנה ביז מען האט געמאכט מעכאנישע זייגערס.

אגב, האב איך געזעהן אין עטליכע פלעצער אז עס איז פארקערט ווי אויבן געשריבן
עס איז 21 מינוט פריער ווי די צייט אויפן זייגער, און נאר ווען מען רוקט די זייגער קען עס אויקומען 39 מינוט שפעטער (אויב וויל מען רעכנען מיט די זומערדיגע זייגער)
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

רב טקסט האט געשריבן:
ערנסט גערעדט האט געשריבן:ס'נישט ממש די זעלבע זאך, ווייל אפילו ביי די צענטער פון די ''צייט זאנע'' - ביי אונזער ביישפיל; קהיר. ווי דארט דארף דאך זיין די זייגער מיוסד אויף חצות - צוועלף אזייגער, איז עס דאך אויך נישט אייביג אזוי, ווייל חצות קען זיין פון 11:45 ביז 12:15 בערך, כידוע.

מיט אנדערע ווערטער, 39 מינוטן בעפאר צוועלף אזייגער אין ירושלים איז נישט אייביג חצות, עס קען זיך רוקן אין די 15 מינוט פריער און אין די 15 מינוט שפעטער.

דעריבער גייען מיר אריין דא אין די גינת ורדים סומאטוכע הידוע, אויב די אזוי גערופענע 'חצות הממוצע', האט עפעס א יסוד אין הלכה, אבער ווי עס שוין אויסגעקלארט [עי' לעיל בלינק שבתגובתו של 'למדן וצדיק'] אז אין די צייטן פון די ראשונים האט אזא זייגער נישט עקזיסטירט, נאר חצות איז אייביג געווען צוועלף אזייגער - און צוועלף אזייגער איז אייביג געווען חצות, דעריבער ווען די טור אדער רמב"ם שרייבן אין זייער לוחות אז די מולד וועט זיין למשל; ט' שעות מן היום מיט תק"ן חלקים [איבערגעטייטשט אויף די היינטיגע טערמינען; 3:30 pm מיט צעהן חלקים] מיינט דאס לויט'ן חשבון אז שש שעות איז ביי חצות מדויק ממש, און 3:30 מיינט דריי און א האלב שעה נאך חצות, ודוק.

נישט קיין נפק"מ אויב להלכה האט די חצות הממוצע א האפט און אויב עס איז געווען א זייגער וואס ווייזט שעות ממוצעות, ווערן די שעות לענין די חשבונות זיכער יא גערעכנט דוקא מיט די שעות פונעם יום הממוצע, און נישט פון וויאזוי עס ווערט גערופן אויפן אמאליגן זייגער. די פריעדריגע תוכנים האבן דאס קלאר אויסגעשמועסט, און אויך מסביר געווען וויאזוי צו מאכן די חשבונות. עיין בספר חשבון מהלך הכוכבים לר' אברהם ב"ר חייא הנשיא שער ט' ובספר יסוד עולם שער ג' פרק ז'.

און דארט אין יסוד עולם שמועסט ער עס אויס אפילו אויף די חשבון האמצעי פונעם מולד, עי"ש, נאר אויף דעם קען זיין א סברא אז אזוי ווי ביי אונז איז די גאנצע תכלית פון די חשבון האמצעי אז אינעם לאנג ראן זאל זיך עס נישט אפרוקן, ממילא קען זיין אז במה שנוגע לדידן לענין דינא רעכנט מען עז יא אויף א פשוטע אלטע זייגער, וכמו שנראה לכאורה אז מען פלעגט עס אזוי רעכנען לגבי קידוש לבנה ביז מען האט געמאכט מעכאנישע זייגערס.

ריכטיג, סך הכל ווילן זיי פעסטשטעלן אז למען האמת וואלט מען געדארפט מדייק זיין דערויף אין די תוכנ'ישע שפראך, (אפילו לגבי די מולד האמצעי כנ"ל), ווייל די הילוך הלבנה טוישט זיך נישט לויט די ימים הקצרים והארוכים, ודו"ק.

אבער אויף וויפיל עס איז נוגע לדינא, זעהט מען למעשה נישט אז מ'האט געמאכט אן עסק דערפון, און טויזנטער יארן וואס מ'האט פון אזא זייגער נישט געוויסט, און דער רמב"ם און טור האבן נישט געפונען פאר וויכטיג אנצוצייכענען אז ט' שעות איז נישט דוקא 3 שעה נאך חצות - אזוי ווי זייער געווענליכע זייגער, ודו"ק. איז ממילא הדרן לדינא, אז בעיקר דארף מען רעכענען לויט חצות היום וכנ"ל.
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

ניין
כ'האב שוין דערמאנט די נקודה אז ווען מען רעדט לגבי חשבונות ממוצעים מוז מען נישט ווערן אראפגעהאלטן צו קיין שום מציאותדיגע וועג וויאזוי עס אריינצולייגן אינעם פראקטישן מציאות. וממילא ווען דער רמב"ם רעדט חשבונות ברויך ער נישט אויסרעדן וואס דאס מיינט אויפן זייגער, און צו עס מיינט בכלל עפעס אויפן זייגער, ווייל דאס איז נישט נוגע לענין קביעות החדשים. און ממילא דארף מען אפלערנען דעם רמב"ם די זעלבע ווי די דערמאנטע חכמים ז"ל.
(ובמחילה מכבודך האסטו נישט מדייק געווען מיטן שרייבן אז זיי זאגן אז מען וואלט געדארפט מדייק זיין דערויף, זיי זאגן אז מען דארף טאקע באמת מדייק זיין. זעה מער בלשונו פון ר' אברהם ב"ר חייא הנשיא אין די תוכן הענינים אויף אלע שערים וואס ער שרייבט אנהויב ספר).

וואו עס איז יא נוגע איז לגבי סוף זמן קידוש לבנה, וואס אויף דעם האביך מעורר געווען אז עס זעהט נישט אויס אז אין די פריערדיגע דורות האט מען איבערגערעכנט די שעות המיצוע צו זייער זייגער.
עס לייגט זיך שטארק אויפן שכל אז די סבה פארוואס מען האט נישט געמאכט קיין עסק פון דעם איז די זעלבע וואס מען פארלאזט זיך בכלל אויפן חשבון המיצוע. (למעלה ציינו לשו"ת להורות נתן שנתן בזה טעם משום שאין החסרון ניכר, והכוונה שלכך עיגלו את הזמן על החשבון הנהוג). און לפי זה יש מקום גדול להסתפק אויב לדידן אז די אנגענומענע וועג צו רעכענען די שעות היום איז אויף די אופן וואס איז מער קרוב אל החשבון המכוון באמת, ווייל די חשבונות ווערן באמת געמאכט אויף דעם סארט זייגער, דארפן מיר טאקע רעכנען אזוי. (וכנ"ל שעיקר הטעם הוא שלהם היה נחשב חשבון מעוגל שלם ע"פ הזייגער הנהוג בזמנם, ואולי לדידן נסמוך על החשבון המעוגל הנהוג בזמנינו).
און ווי עס איז באמת אנגענומען צו רעכענען.
ובפרט אז מיר האבן נישט קיין קלארע ראיות אז מען פלעגט נישט אזוי רעכענען אמאל, און עס איז גאנץ מעגליך אז די בקיאים בחשבון פלעגן עס יא איבעררעכענען צו זייער זייגער.
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

כ'זעה נישט קיין חילוק צווישן מיר און דיר, ווען איך האב געזאגט "מען וואלט" האב איך געמיינט צו זאגן אז טעארעטיש וואלט אזוי געדארפט זיין, [כי בין כך אינו לפי המציאות, כי זה אינו המולד האמתי כי אם האמצעי], ווייל אויף להלכה למעשה איז עס נישט קיין נפק"מ, אזוי ווי דו אליין זאגסט. און דאס וואס דו זאגסט אז די הבקיאים בדבר האבן יא געוויסט, קען זיין, איך האב נישט קיין ראי' אז פארקערט, אבער אני לתומי אלך, אז אלע גדולי ישראל פון די לעצטע הונדערטער יארן האבן גענוצט דעם רמב"ם וטור בסתמא, און האבן נאר געוויסט צו זאגן פון זייער אלטמאדישן זייגער, און ווי איר האט מסביר געווען, אז היות ס'איז ממילא נאר א מולד האמצעי, האבן עס חז''ל איינגעפירט אויף אן אופן השוה לכל נפש, און ממילא איז נישט מסתבר אז אין די לעצטע 150 יאר ווען מ'האט אויסגעטראפן די פארגעשריטענע זייגער זאל מען דארפן אנדערש רעכענען ווי אמאל. כנלע"ד.
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

און וויאזוי איז אנגענומען ביי מורי הוראה?

ובעניי זעה איך נישט אז דיין לתומי איז מער תום ווי די אנדערע צד, ווייל בעניי איז פארהאן דא צוויי באזונדערע וועגן פון מעגל זיין די חשבון,
איינס; לענין חשבון המולד, אז מען רעכנט עס בדרכו הממוצע, כאילו דער מולד איז ווען עס קומט אויס לפי די חשבון המיצוע.
צווייטנס; לענין אפטייטשן אויפן זייגער, אז כדי צו גרינגער מאכן דעם חשבון רעכנט מען אויפן צייט וואס דער זייגער ווייזט 3:30 מיט 3 חלקים כאילו דאס איז די 3:30 מיט 3 חלקים וואס דער מולד קומט אויס אין איהר,* דהיינו מען איז דן די אנגענומענע 3:30 (וואס איז אזוי אנגענומען לפי די זייגער) כאילו עס איז 3:30 אויפן זייגער הממוצע. אויב דאס איז ריכטיג איז גאנץ מסתבר אז בזמנינו וואס די צייט ווערט גערעכנט און גערופן אויפן ממוצעדיגן זייגער איז נישטא קיין סמך צו זאגן אז מען רעכנט א אנדערע צייט כאילו עס איז דעמאלט.

_______________________
*נאכאמאל קלאר, נישט כאילו דער מולד איז יעצט, כאילו די מולד קען גערעכנט ווערן נישט דוקא בזמנו המדויק, נאר פארקערט כאילו יעצט איז יענע זמן וואס די מולד געפאלט אין איהר, ווייל זעהסט דאך אויפן זייגער דעם צייט וואס דעמאלט געפאלט די מולד, און מען איז נישט מדקדק אין דעם הבדל אז די זייגער לויפט נישט אויף דעם זעלבן חשבון וואס די מולד ווערט גערעכנט.
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

על אחרון ראשון, איך הער אייער סברא.

ועל ראשון אחרון, לגבי מורי הוראה ווייס איך נישט, אבער אויב מ'פרעגט איינעם, זאל עס זיין איינער וואס ווייסט צו זאגן בנוגע די שינויי הזייגערס [סיי די דיוק פון 24 שעה א מעת לעת, לאפוקי פון די שינויים המתהווים מיום ליום, וואס איז גורם אז צוועלף אזייגער איז נישט חצות. און סיי די מרכז זיין די גאנצע צייט זאנע - טיי''ם זאו''ן בלע''ז - אויף איין באשטימטע צייט], ווייל כידוע איז דא גרויסע ת"ח וואס האבן במחכ"ת לגמרי נישט פארשטאנען צו די נושא, כמבואר בקובץ הנ"ל ואכמ"ל ודי...
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

מולד מתורגם לפי שעון זמנינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

אינטערעסאנט
זמן המולד - מתורגם 'לפי שעון אירופי'! [לכאורה לפי חשבון 12:00 = חצות, כנ"ל].
מולד מתורגם לפי שעון אירופי
מולד מתורגם לפי שעון אירופי
New Picture.gif (71.74 KiB) געזען 1301 מאל
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”