אינטערעסאנטע ידיעות פון מסכת סנהדרין.

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4985
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

אינטערעסאנטע ידיעות פון מסכת סנהדרין.

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג ינואר 27, 2017 3:48 am

אזוי ווי איך לערן יעצט סנהדרין, א שיינע מסכתא פול מיט דאר אינטערעסאנטע ידיעות אין גאר אסאך נושאים, וויל איך דא אראפברענגען אינטערעסאנטע ענינים אין וואס איך שטויס מיך כסדר אן.

------------

פארוואס הייסט א בת קול א בת קול?
זאגט תוס' דף י"א: ד"ה בת קול, אז מען האט נישט געקענט הערן דעם קול וואס איז אראפגעקומען פון הימל נאר דער ווידערקול דערפון.
לעצט פאראכטן דורך משהזוךמיר אום מאנטאג פאברואר 06, 2017 4:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4985
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג פאברואר 06, 2017 4:25 pm

כאטש אלע בגדי כהונה מוז מען אויסטון תיכף נאך די עבודה (מען איז נאר נישט מועל ווייל לא ניתנה תורה למלאכי השרת) איז אבער דער כהן גדול יא געגאנגען די ציץ אפי' שלא בשעת עבודה. תוס' יב: ד"ה כ"ג ביוה"כ.
לכאורה איז ער עס נישט געגאנגען בשעת'ן שלאפן ווייל מ'לערנט דאך ארויס תפילין פון דעם ציץ אין מנחות. (ולא קשה על תוס' דבלילה אין מקריבין קרבנות)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4985
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג פאברואר 07, 2017 4:07 pm

י''ב:
די גמ' זאגט אז מ'איז נישט מעבר די יאר ל' אדר הואיל וראוי לקובעו ניסן. פרעגט די גמ' עיברוה מאי, אמר עולא אין מקדשין את החודש. לערנט רש''י פשט (עכ''פ דאס די פשטות אין רש''י) אז מען איז בכלל נישט מקדש די חודש, נאר מען לאזט אדר לויפן פאר נאך דרייסיג טעג און דערנאך מאכט מען ר''ח ניסן. קומט אויס אז מען האט א היכי תמצא, א חודש פון 60 (אדער 59) טעג!!!
Get your facts first, then you can distort them as you please.

יחסן_גדול
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 8:48 pm

ציץ שלא בשעת עבודה

תגובהדורך יחסן_גדול » מיטוואך ינואר 10, 2018 8:49 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:כאטש אלע בגדי כהונה מוז מען אויסטון תיכף נאך די עבודה (מען איז נאר נישט מועל ווייל לא ניתנה תורה למלאכי השרת) איז אבער דער כהן גדול יא געגאנגען די ציץ אפי' שלא בשעת עבודה. תוס' יב: ד"ה כ"ג ביוה"כ.
לכאורה איז ער עס נישט געגאנגען בשעת'ן שלאפן ווייל מ'לערנט דאך ארויס תפילין פון דעם ציץ אין מנחות. (ולא קשה על תוס' דבלילה אין מקריבין קרבנות)


עס איז זייער שווער די ראי' וועלכע דו ברענגסט פון תוס' אז דער כה"ג איז שטענדיג געגאנגען מיט'ן ציץ, ווייל באמת איז שווער אויף דעם תוס' בכלל, ווייל די ראי' וואס ער ברענגט פון די גמ' אין קידושין ביי די מעשה פון ינאי המלך וועלכער איז אויך דאן געווען דער כה"ג, האט איהם יענער נאר געזאגט אז ער זאל אנטוהן דעם ציץ, וועלן די חכמים מוחה זיין אויף זיין כהונה גדולה, איז דאך פון דארט א ראי' אז דער כה"ג איז נישט געגאנגען מיט'ן ציץ שטענדיג, ווייל יענער האט איהם דאך געזאגט אז ער זאל דאס יעצט אנטוהן???


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט