אידישע שפראכן

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

אידישע שפראכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אין די וואכעדיגע פרשה זעען מיר וויאזוי אונזערע אור עלטערן האב שווער געארבעט אין מצרים, וימררו את חייהם בעבודה קשה בחומר ובלבנים, מען האט זיי נישט געוואלט געבן די געלעגנהייט אפילו אן אטעם צו געבן, און מיט דעם אלעם האבן זיי זיך געהאלטן שטארק. וויאזוי איז דאס מעגליך? ווייסן מיר דאך אלע אז דאס איז געווען וויבאלד דריי זאכן האבן זיי גאר שטארק אפגעהיטן, שם לשון ומלבוש, און בזכות זה האבן זיי געקענט פארטראגן די שווערע אומשטענדן.

לאמיר אלזא כאפן א בליק איבער אידישע שפראכן, וואס אידן האבן פארמאגט און גערעדט במשך די דורות, כדי צו האבו א באזונדערע שפראך פון דער גוי. במשך די גלות האבן אידן גערעדט דריי שפראכן: די אלגעמיינע גוי'אישע שפראך צו רעדן מיט נישט אידן, א היימישע שפראך (אזויווי היינט אידיש) מיט וואס צו רעדן צווישן היימישע, און לשה"ק פאר תורה ותפלה. מיר וועלן גיין לויט די סדר פון די א' ב', ואין מוקדם ומאוחר.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דאס איז די שפראך מיט וואס עס ווערט געשריבן און איר ליינט אצינד דעם ארטיקל, דאס שפראך שטאמט אמערסטנסט פון דויטש און האט אריינגעבלענדט אויך לשון הקודש ווערטער, אראמיש, לאטייניש און נאך שפראכן, אין יעדע לאנד מיט איר שפראך.

די אידישע שפראך האט אנגעהויבן גענוצט ווערן פון די ניינטע יאר הונדערט דורך די בני אשכנז וועלכע האבן געוואוינט אין דייטשלאנד, און עס האט זיך אנגעהויבן אריינצוכאפן מער און מער צווישן אנדערע לענדער אויך.

באמת זאגט דער הייליגער חתם סופר אז די צדיקי הדורות האבן בכוונה אריינגעשטופט אסאך לשון קודש ווערטער אין די אידישע שפראך כדי עס זאל זיין א הייליגע שפראך (צום ביישפיל: מצליח, שלום עליכם, למשל, לחיים, אפשר, אפילו, און נאך אסאך... וואס די ווארט "אסאך" איז באמת אויך פון לשון קודש...).

ביים צווייטן וועלט קריג איז שוין אידיש געווען אן אפיציעלער שפראך פון אידן, וואס האבן שוין געהאט עטליכע דיאלעקטן, ווי פוליש אידיש, אונגארישע אידיש, גאליציאנע אידיש, א. א. וו.

נאכן וועלט קריג האבן די ציונים אדאפטירט דעם לשה"ק שפראך און דאס טראנספארמירט צו העברעהיש, און די אידישע שפראך איז געבליבן שפרודלען און לעבן צווישן די חסידיש'ע און אביסל ליטווישע אידנטום, און אויך להבדיל ביי די יודישיסטן און רעפארמער (וואס ביי זיי איז דאס סתם א טראדיציע אן קיין שייכות צום אל תיטוש).
אטעטשמענטס
א בוך וואס לערנט אויס אידיש
א בוך וואס לערנט אויס אידיש
ספר האידיש.jpg (13.08 KiB) געזען 2145 מאל
א מאפע פון די געגנטער וואו אידיש האט זיך אויסגעשפרייט אין אייראפע
א מאפע פון די געגנטער וואו אידיש האט זיך אויסגעשפרייט אין אייראפע
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

אראמיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

די ערשטע לכאורה דאקומינטירטע שפראך צווישן אידן איז געווען די בבליש'ע אראמיש. אראמיש איז שוין געווען די שפראך פון יארן פריער, לבן הארמי האט שוין גערעדט דעם שפראך און עס ווערט אפילו געברענגט אין די תורה איבער 'יגר שהודתא' וואס איז אראמיש (אגב איז כדאי צו וויסן אז תרגום אונקלס איז הלכה למשה מסיני).

אבער די אראמיש פון וואס מיר רעדן, איז גאנץ א צווייטע שפראך, דאס האבן אידן גערעדט אין בבל אין די צייטן פון די גמרא, און די גמרא איז פול מיט די שפראך.

מען טרעפט פילע ווערטער אין די גמרא וואס זענען זייער ענליך צו ווערטער אין לשה"ק, ווי צום ביישפיל 'אונז', וואס הייסט אין לשה"ק 'אנחנו' און אין אראמיש 'אנן', אזוי זענען דא אומצאליגע משלים.

מיר זאגן פילע תפלות אין דעם שפראך, צווישן זיי קדיש, יקום פורקן, הא לחמא עניא און כל נדרי, דאס אלעס און נאך זענען פארפאסט געווארן אין יענע תקופה.

אזוי אויך נוצט מען היינט פילע אויסדרוקן פון יענע שפראך, ווי למשל: בסייעתא דשמיא, אדרבא, גירסא דינקותא, חוכא וטלילא, לכל מאן דבעי, מאי נפקא מינא, רחמנא ליצלן, בדיעבד, און נאך.
די אראמישע אידיש
די אראמישע אידיש
אראמי אידיש.png (160.31 KiB) געזען 2144 מאל
איינע פון די פילע אראמישע נוסחאות
איינע פון די פילע אראמישע נוסחאות
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

בוכאריש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

בוכאריש איז א אידישע שפראך וואס איז באנוצט געוארן דורך די אידישע געמיינדע 'בוכארן' אין אפגאניסטאן, עס איז נאך ביז היינט באנוצט צווישן די קהלות וואס רופן זיך די בוכארן. בוכאריש האט ענליכקייטן צו די טאדזשיקיסטישע שפראך, און עס האט אויך א געמיש פון לשה"ק, פערסיש, און רוסיש.

די בוכארן האבן אלע יארן געהיטן אידישקייט לויט זייער אייגנארטיגער שטייגער, ביז ווען סאוויעט רוסלאנד האט איר אקופירט און אויסגעראטן יעדן שפור פון אידישקייט.
פון דעמאלט זענען די בוכארן צושפרייט אויף עטליכע פלעצער, צווישן זיי ארץ ישראל און ניו יארק, און זיי רעדן דעם שפראך ביזן היינטיגן טאג.

א בוכארישע שול
א בוכארישע שול
בוכרים.jpg (15.2 KiB) געזען 2142 מאל


די הערליכע בוכארישע שול אין אוזבעקיסטאן
די הערליכע בוכארישע שול אין אוזבעקיסטאן
בוכרי אוזבקיסטן.jpeg (23.24 KiB) געזען 2142 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

גארגאניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

די גארגאנישע שפראך וועט גערעדט דורך די גרוזישע אידנטום, דאס איז א א אידישע קהלה אין גרוזיע, וועלכע זאגן אז זיי זענען שוין דארט פון ווען נבוכדנצאר האט פארטריבן די אידן ביים ערשטן חרבן.

די שפראך וואס זיי רעדן איז געווען בלויז פאר אידן, אבער למעשה ווערט עס היינט באנוצט דורך א גרויס טייל פון די גרוזישע באפעלקערונג, אבער עס איז קלאר געווען אמאל א אידישע שפראך, מען טרעפט דארט צענדליגע ווערטער וואס זענען ממש ארויסגענומען פון לשה"ק אדער אראמיש.

היינט ווערט די שפראך גענוצט דורך גרוזישע אידן אין אלע זייערע קהילות, וואס זענען אין גרוזיע, ארץ ישראל, קאנאדע, בעלגיע, אמעריקע, רוסלאנד, איראן, אוקריינע, און נאך.

ר ספר אויף גארגאניש
ר ספר אויף גארגאניש
א גארגאניש ספר.jpg (20.2 KiB) געזען 2140 מאל

א גרוזישע כתובה
א גרוזישע כתובה
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

טריפאליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דאס איז געווען א שפראך צווישן די אידן אין טריפאלי, די הויפטשטאט פון ליביע, מיט וואס זיי האבן גערעדט צווישן זיך, עס איז א געמיש פון אראביש, שפאניש, איטאליעניש און א שיין ביסל היימיש פאבריצירטע ווערטער.

די אידן אין ליביע זענען געווען גרויסע ביזנעסלייט און דערפאר האבן זיי גענוצט דעם טריפאלישן שפראך 'לצורך פרנסה', פירנדיג ברייטפארצווייגטע געשעפטן, וואס האבן נישט אויסגעפעלט אז די גוים'ס אויגן זאלן אויסגיין.

די שפראך ווערט נאך עד היום באנוצט דורך די אידישע קהלה אין איטאליע, און אויך אין די טריפאלישע קהלה אין ארץ ישראל.

א טריפאליש ספר
א טריפאליש ספר


א טריפאליש כתובה
א טריפאליש כתובה
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

כוזריש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דאס איז א גאנצע פאלק וועלכע האבן זיך מגייר געווען, זיי האבן שפעטער געהאט געמאכט דער כוז'רישע פאלק אלס א אידישע בלויז צווישן די גרים.

עס איז געווען זייער א שיינע שפראך אזש די אראבישע געלערנטע האבן צווישן זיך געמאכט זייער אן ענליכער שפראך, די הואוועזישע שפראך, פאר די עליטע, קאפירנדיג שטיקער פון כוזריש.

דער שפראך איז געווען א געמיש פון טערקיש, פערסיש און קאווקאזיש, און דער שפראך עקזיסטירט שוין נישט היינט, עס איז אונטערגעגאנגען צוזאמען מיט דעם גאנצן כוזריש'ן פאלק.

כוזרי טייטש
כוזרי טייטש
כוזרישע קעמפער
כוזרישע קעמפער
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

לאדינאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דאס איז א שפראך מיט וואס די אידן רומענישע אידן, אייניקלעך פון די פארטריבענע ביים טרויעריג בארימטן גירוש שפאניע האבן גערעדט צווישן זיך, מען האט דאס אפיציעל געשריבן מיט די "רש"י אותיות".

דער שפראך איז שוין היינט כמעט נישט אין באנוץ, עס זענען נאך דא געציילטע גרופעס וואס טוען דאס נוצן אלס א צווייטע שפראך.

א צייטונג פון די געציילטע לאדינו רעדנענדע
א צייטונג פון די געציילטע לאדינו רעדנענדע
לאדינו צייטונג.jpg (15.84 KiB) געזען 2137 מאל


די לאדינו אותיות וואס מיר קענען אלס רש"י אותיות
די לאדינו אותיות וואס מיר קענען אלס רש"י אותיות
לאדינו אותיות.gif (6.83 KiB) געזען 2137 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

מארטהאי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א שפראך מיט אייגענע אותיות און ווערטער, וואס ווערט גערעדט דורך די אידן פון קוטשין אין אינדיע. דארט איז פארהאנען א גרויסע קהלה "בני ישראל" וואס לעבט שוין אין אינדיע נאך פון די צייטן פונעם רמב"ם, וואס אדרעסירט זיי נאכדעם וואס זיין ברודער ר' דוד מיימוני האט זיי באגעגנט אונטערוועגנס פאר מסחר צוועקן.

די מארטהאי שפראך איז א מיש מאש פון לשה"ק, אראמיש, פורטעגעזיש און נאך. די קהלה "בני ישראל" איז נאך ביז היינט אקטיוו אין קוטשין אינדיע, און זיי פארמאגן אויך קהלות איבער גאנץ אינדיע, ארץ ישראל, ענגלאנד און קאנאדע.

אן הגדה אויף כתב מארטהאי
אן הגדה אויף כתב מארטהאי
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

נישט ערליכע אידישע שפראכן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

עס זענען דא נאך שפראכן פון אידישע קהלות אבער נישט ערליכע, א שטייגער ווי קראימיש פון די כת הקראים, שומרוניש פון די כת השומרונים, העברעאיש פון די ציוניסטישע נאציאנאילסטן אין ארץ ישראל, אראבישידיש פון די איראנע און פאקיסטאנע אידישע אנוסים, דרוזיש פון די בני יתרו, און נאך אנדערע.

צום שליס דארפן מיר געדענקן אז אלע ערליכע אידן פון אלע קרייזן האבן אין די לעצטע הונדערטער יארן גערעדט אונזער מאמע לשון אידיש, און מיר האפן ממשיך צו זיין דערמיט עד ביאת הגואל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א. טראכטער האט געשריבן:@ שמעלקא זאפטיגער
;l;p- געוואלדיג

אין רוסלאנד האט מען נישט גערעדט אידיש?


מ'זעט איר זענט א טראכטער, יא, מ'האט יא גערעדט.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

הערליכע ווערק, אביסל קורץ און שארף (אז דו מאכסט שוין יא ריסוירטש...) און אגב זענען נאך דא געגנטער אין איראק וואס די איינוואוינער רעדן דארט עד היום אראמיש, אזוי ווי אין די גמרא (איך קען א איד פון א"י וואס האט זיך אמאל דארט באזוכט, וכלשונו "די שפראך איז געווען היימיש").
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

פי. די. עף.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אידישע שפראכן.pdf
(175.49 KiB) געווארן דאונלאודעד 109 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

ש'כח פאר די פדפ - וועלן מיר (אפשר) באלד מגיב זיין געהעריג.
...
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יישר כח שמעלקע, בלויז פון באדאנקען אלע דיינע ארטיקלען קען מען ווערן א שר אלפי אלפים...


אין ארץ ישראל זענען אויך פארהאן שבטים וואס רעדן אראמיש. איך בין אמאל געפארן דארט מיט אזא דרייווער, זייער היימיש געווען...
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:דאס איז א שפראך מיט וואס די אידן רומענישע אידן, אייניקלעך פון די פארטריבענע ביים טרויעריג בארימטן גירוש שפאניע האבן גערעדט צווישן זיך, מען האט דאס אפיציעל געשריבן מיט די "רש"י אותיות".

דער שפראך איז שוין היינט כמעט נישט אין באנוץ, עס זענען נאך דא געציילטע גרופעס וואס טוען דאס נוצן אלס א צווייטע שפראך.

לאדינו צייטונג.jpg


לאדינו אותיות.gif

די שפראך איז באנוצט געווארן צווישן 'ראמאנישע' אידן, אידן וואס האבן געוואוינט אין לענדער וואו דער לאנדס שפראך שטאמט פון לאטייניש ('רוים'איש), בעיקר שפאניש, איטאליעניש, פראנצויזיש און פארטוגעזיש. נישט ראמענישע אידן, כאטש די ארטיגע שפראך אין אויך אין די פאמיליע פון ראמאנישע שפראכן (און די לאנד פארופט זיך נאך די רוימישע אימפעריע).
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

ישר כח שמעלקא. זייער אינפארמאטיוו.
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:דאס איז די שפראך מיט וואס עס ווערט געשריבן און איר ליינט אצינד דעם ארטיקל, דאס שפראך שטאמט אמערסטנסט פון דויטש און האט אריינגעבלענדט אויך לשון הקודש ווערטער, אראמיש, לאטייניש און נאך שפראכן, אין יעדע לאנד מיט איר שפראך.

סתם א קליינע הארה. אידיש איז לכאורה די איינציגסטע שפראך וואס האלט אין איין ווערן געטוישט. צענדליגע נייע ווערטער זענען צוגעקומען אין די לעצטערע יארן פון ענגליש.
דאס מיינט אז ס'קען זיין ביז צוואנציג דרייסיג יאר, וועט די היינטיגע אידיש שוין אויסזעהן פאר אונזערע אייניקלעך, אזויווי די אידיש פון פארן קריג זעהט אויס פאר אונז...
אוועטאר
שלום זכר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2017 7:03 am
לאקאציע: שלום זכר בונדל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום זכר »

זייער שיין, יישר כח.

איין הערה, אידיש איז מיין איך שוין זייער אלט אבער בכלל נישט די זעלבע,

אזויווי @מאכט סענס האט געשריבען.
פון וואו ווייסט מען אז שלום איז א זכר?
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שמעלקא געוואלדיג גוט ווי אלעמאל

נ.ב. אולי ביים PDF נעקסטיים צולייגן די בילדער אויך, אויב שייך.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

איך האב פרובירט אבער די פד"ף איז צו גרויס און עס לאזט זיך נישט אטעטשירן, ואתכם הסליחה.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:איך האב פרובירט אבער די פד"ף איז צו גרויס און עס לאזט זיך נישט אטעטשירן, ואתכם הסליחה.

מ'קען קלענער מאכן א פי די עף
דורך
גין ביי file
דארט גיי צו save as other
און דאן וועיל אויס
reduced size pdf
וועט ארויס קומען דער באקסל


און דאן מאך אוקעי, וועט דער פייל ווערן אסאך קלענער, און מן הסתם שוין ארויף פיטן דא
אטעטשמענטס
די אפשען פון רעדוסן א PDF פייל.JPG
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מאכט סענס? האט געשריבן:ישר כח שמעלקא. זייער אינפארמאטיוו.
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:דאס איז די שפראך מיט וואס עס ווערט געשריבן און איר ליינט אצינד דעם ארטיקל, דאס שפראך שטאמט אמערסטנסט פון דויטש און האט אריינגעבלענדט אויך לשון הקודש ווערטער, אראמיש, לאטייניש און נאך שפראכן, אין יעדע לאנד מיט איר שפראך.

סתם א קליינע הארה. אידיש איז לכאורה די איינציגסטע שפראך וואס האלט אין איין ווערן געטוישט. צענדליגע נייע ווערטער זענען צוגעקומען אין די לעצטערע יארן פון ענגליש.
דאס מיינט אז ס'קען זיין ביז צוואנציג דרייסיג יאר, וועט די היינטיגע אידיש שוין אויסזעהן פאר אונזערע אייניקלעך, אזויווי די אידיש פון פארן קריג זעהט אויס פאר אונז...


'די איינציגסטע' מיינסטו געוויס דער איינציגסטע יודישע שפראך, ווייל אלע לעבעדיגע שפראכען טוישען זיך.
(א 'לעבעדיגע' שפראך איז איינס וואס איז נאך היינט אין באנוץ.)

שמעלקא,
ייש"כ פאר'ן מאמר. העכסט אינטרעסאנט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

נאכן קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

הערליך שיין!
א שטיק היסטאריע.
לאמיר נאר צוגעבן אז נאכן צווייטן קריג, האט מען ארויסגעווארפן זייער פיל דייטשע ווערטער פונעם אידישן שפראך. מען האט זיך פשוט געגרוילט עס צו ניצן.
אויף זייער ארט איז אריינגעקומען לשון הקודש'דיגע ווערטער, און ענגליש.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

הערליך, רייך און אינטערסאנט. מורא'דיג.

אמאל געווען א ענליכע באשריבוונג אינעם יפה בעיתו איבער איינס פון די שפראכן, כ'קען מיר נישט דערמאנען וועלכע פון זיי.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

יישר כח שמעלקא, גאר א רייכע ארטיקל!!!

די ניגון וואס מיר זינגען פסח ביינאכט נאכן סדר נון בויא דיין טעמפל שירה וואס שטאמט פונעם הייליגן של"ה איז אויך אויף אידיש (אפשר דייטשמעריש) און זיינער צייט האט מען שוין גערעדט אידיש?
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”