תורה פאר שבע ברכות
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
תורה פאר שבע ברכות
איך דארף זאגן א דרשה ביי א שבע ברכות, איך זיך א תורה מיט וואס אנציפאנגן
די שבע ברכות אאיז פרשת וארא
Any help appriciated
די שבע ברכות אאיז פרשת וארא
Any help appriciated
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
דא האסטו שוין געכאפט א בליק?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
וארא מאכט "איך רעד ווייל אזוי וויל איך"
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3762
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
- לאקאציע: איבערגעלייגט
שטייט אין די פרשה, ואלעזר לקח לו מבנות פוטיאל לו לאשה. שטעלן זיך אלע פ״וו שטייט צוויי מאל לו, איז דא א שיין ווארט פון ר׳ דוד זאלצער ז״ל מונקאטשער ראש בי״ד, אז הגם יתרו איז געווען א ערליכער און האט עוקר געווען די ע״ז, אבער פארט איז ער דאך קודם געווען א גלח, און וויאזוי האט אלעזר געקענט נעמען זיין טאכטער, ובפרט אז אלעזר איז דאך געווען א כהן, זאגט ער פשט אז באמת יתרו איז געווען ערליך, און ווי משה רבינו האט דאך געזעהן אויף זיינע טעכטער אז זיי זענען ערליך, און אלעזר האט געזעהן אז זיי זענען טאקע ערליך און אויסגעהאלטן, און פארשטאנען אז כדי אויפצושטעלן א הייליג שטוב, א שטוב פון וואנעט עס ברויך אויפוואקסן א פנחס זה אליהו, ברויך ער האבן א ערליכע פרוי, א פרוי וואס האט געזעהן א ערליכע הנהגה, און געזעהן אז דאס איז פאסיג פאר אים.
ממילא זאגט דער פסוק ואלעזר לקח לו מבנות פוטיאל, ער האט גענומען א טאכטער פון יתרו, אבער לו לאשה, ער האט פארשטאנען אז פאר אים איז דאס א פאסיגע זיווג, און ער וועט קענען אויפברענגען ערליכע דורות, און אראפברענגען אזא נשמה ווי פנחס.
יעצט רעכן אויס בלא בלא בלא...
נו, עס איז דאך ידוע אז דער שלה״ק זאגט דאך אז די פרשה פון די תולדות פון ראובן שמעון און לוי איז דאך דער יסוד פון די תולדות פון גאנץ כלל ישראל, און אזוי איז דאך דער שידוך אויך. הגם מ׳האט ב״ה אויף גארנישט געברויכט פארקוקן, און די משפחה איז ב״ה א חשוב׳ע משפחה, אבער דאס אליין איז דער עיקר יחוס ביי ביידע צדדים, אז מען ציהט אויף א שטוב וואו מען זאל קענען ברענגען ערליכע אישידע דורות.
דער אייבישטער זאל העלפן וכו׳.

געשטימט פאר ראשעק הול
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
אגב, עס איז דא א הערליכער ספר "בישורון מלך" מיט 2 בענדער איבער עניני שידוכים ונישואין.
דער ערשטער באנד איז אן אומשאצבארער אוצר, ער האט דארט אויף יעדע פרשה עטליכע דברי תורה מלוקט פון ספרים, בעניני חתן וכלה.
עס לוינט צו כאפן א בליק.
דער ערשטער באנד איז אן אומשאצבארער אוצר, ער האט דארט אויף יעדע פרשה עטליכע דברי תורה מלוקט פון ספרים, בעניני חתן וכלה.
עס לוינט צו כאפן א בליק.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
- פרישוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1864
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm