דער סוף פון א מסור

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

דער סוף פון א מסור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אין די וואכעדיגע פרשה פארציילט אונז די הייליגע תורה וויאזוי דתן און אבירם האבן זיך געשלאגן, און ווען משה רבינו האט זיי פארגעהאלטן האבן זיי אים צוריקגעשריגן "הלהרגינו אתה אומר כאשר הרגת את המצרי"? דו ווילסט אונז הרגנע'ן? זאגט די תורה אז משה איז דערציטערט געווארן און געזאגט, אכן נודע הדבר, איז רש"י הק' מסביר, אז יעצט פארשטייט ער שוין פארוואס כלל ישראל איז אזוי פארוואגלט מער ווי אלע פעלקער, ווייל מ'מסר'ט איינער דעם צווייטן. אלזא לאמיר כאפן א בליק אין די אידישע היסטאריע, וויאזוי כלל ישראל האט זיך אן עצה געגעבן מיט די מוסרים ומלשינים למיניהם במשך די דורות.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

חורבן בית המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

די מעשה פונעם חורבן בית שני ווייסט יעדער איז געקומען צוליב א מסירה, נאכדעם וואס בר קמצא איז געגאנגען מסר'ן אז מען איז אים נישט מקרב לויט ווי עס שמעקט אים.

דאס איז געווען פון די מסירות וואס האבן געהאט די מערסטע קאנסעקווענסן ביי כלל ישראל, און ביז היינט האבן מיר נישט דעם הייליגן ביהמ"ק ויה"ר שיבנה בב"א! פון דא זעט מען ווי שטארק מען דארף שטיין ווייט פון אזעלכע מענטשן און זיי דערשטיקן נאך איידער זיי קענען טוהן זייערע געמיינע שטיק.

די הלכה באגייט זיך זייער שטרענג צו א מסור, ער איז דער איינציגסטער וואס ווערט גע'הרג'עט אן א משפט, א זאך וואס איז אומדערהערט אין אלגעמיין ביי דיני נפשות. דאס האט מען געטוהן בכונה אז מ'זאל וויסן אז צו מסר'ן איז א הארבע געשעפט, און פון א מסור זאל מען שטיין ווייט, ווייל אזא געמיינע שריט וועט נישט טאלערירט ווערן.

די סיבה דערפון איז דער ש"ך מסביר בשם הרא"ש (חו"מ שפ"ח) אז מען האט מורא געהאט ווילאנג מ'וועט טרעפן צוויי כשר'ע עדות קען נאך די רעגירונג געוואויר ווערן און אים ראטעווען, אבער אזא מענטש איז צו מסוכן צו זיין אין די גאסן, ממילא ברויך מען אים אפווישן פון די מאפע אין די ערשטע געלעגנהייט.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

ראשונים פסקנ'ען: הרג'נען די מוסרים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דער הייליגער רמב"ם שרייבט (הל' חובל ומזיק פ"ח) אז אין די אראבישע לענדער איז געווען א פשוט'ע זאך צו כאפן די מוסרים וואס פלעגן מאכן צרות פאר אידן, און איבערגעבן פאר די רעגירונג זאל טוהן מיט זיי דאס וואס זיי פארדינען זיך ערליך.

אין די תשובות הרשב"א (חדשות, י"ד, שמ"ה) ווערט אויך געברענגט עפעס ענליך, אז דער רשב"א האט געשיקט צו די חכמי צרפת איבער א מסור וואס דער רשב"א האט גע'פסק'נט אז ער איז מחויב מיתה, און מען האט ערלעדיגט אז דער קעניג זאל אים אפענדיגן זיין שעדליכן לעבן.

אן אנדערער באנדיט וואס האט אויך אזוי אפגעשניטן איז געווען איינער וואס האט געסטראשעט קהלות און פריוואטע אידן אז אויב מ'וועט אים נישט צושטעלן די סכום געלט וואס אים האט אנגעשמעקט, וועט ער גיין מסר'ן אין די רעגירונג אויף אייגענע בלבולים. ער האט זיך געדרייט אינעם קעניגליכן הויף און געהאט דארט א גרויסע השפעה, און דער ציבור האט געציטערט פון אים.

מען האט צוזאמגעזעצט א בי"ד און גובה עדות געווען, און עפ"י הלכה האט בית דין גע'פסק'נט אז דער מענטש דארף געהאנגן ווערן, אבער קיינער האט נישט געהאט דעם קוראזש דאס אדורכצופירן, האט מען אנגעפרעגט ביים הייליגן רא"ש וואס צו טוהן מיט אים.

דער רא"ש שרייבט (תשובות כלל י"ז) אז מען זאל דעם מענטש אויפהענגען און אזא איינער דארף באקומען א שטראף אזוי אז ווער עס האט נאר געהאט אין פלאן צו מסר'ן ח"ו אידישע קינדער, זאל אים פארגיין די אפעטיט...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

אפילו ווען יו"כ געפאלט אין שבת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דער זון פונעם רא"ש רבינו יהודא האט אויך געהאט צו טון מיט אזא סארט פארשוין, נאכדעם וואס א מסור מיטן נאמען יוסף בן שמואל האט כסדר גע'מסר'ט אידישע קינדער, און ער האט אויך געזאגט אז על פי הלכה מעג מען דעם עוכר ישראל הרג'נען אפילו יום כיפור, און ווער עס קען דאס טוהן און ער האלט זיך צוריק וועט באשטראפט ווערן דערפאר.

אין שו"ת זכרון יהודא ווערט געברענגט פיל מער פון דעם, אז דער ר"י מיגאש ז"ל האט פארשטיינערט א מסור אינעם שטאט אליסנא אין א יו"כ וואס איז געפאלן אום שבת, איידער מען האט זיך געשטעלט תפלת נעילה!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

ספעציעלע רשעות צו מסר'ן צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א שטארק געוויכט האבן די מוסרים געלייגט צו מסר'ן צדיקים און ערליכע אידן, איבער אלע דורות האבן זיך צדיקים אנגעליטן געבראטענע צרות פון די געמיינע יונגען, עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז איינע פון ד טשערנאבלע רבי'ס האבן געטייטשט פארוואס גראד נאך 'ולמלשינים' אין שמו"ע קומט 'על הצדיקים', וויבאלד די חכמים האבן געזען אז יעדע דור עקסטער וועט אין זייט פונעם צדיק שטיין א מסור.

און טאקע דערפאר האט מען זיי געבענטשט מיט אזוינע זאכן ווי 'תעקר ותשבר ותמגר' (איינער ווייסט וואס דאס מיינט?) מיט אלע געפערליכע קללות, ווייל די רשעים האבן ספעציעל געגליכן צו טשעפענען מיט צדיקים.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

דער לעמבערגער מסור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

מיט די יארן ווען עס האבן זיך פארמערט די מוסרים האט מען אנגעהויבן זיי צו מסדר זיין אזוי אז זיי זענען געשפרינגען. למשל אין פוילין האט מען נישט געצעגערט, נאר אין ביהמ"ד האט מען זיי אפגעשניטן די צונג אדער אן אויער!

אין שטאט לעמבערג איז געווען א מסור אן עזות פנים און שלעגער, וואס האט שטענדיג גע'מסרט פאר די רעגירונג, און ער האט זיך נאך דערוואגט צו זיין א שיינער איד, און איינמאל ביי כל נדרי ווען ער איז געווען אויבן - אהן, האבן אים עטליכע אינגעלייט אראפגעשלעפט זיין טלית מיט וואס ער האט זיך איבערגעדעקט, און מען האט אים געשלעפט ביזן טייך, וואו ער איז דערטרונקען געווארן. די אינגעלייט האבן מוצאי יו"ט גענומען די קערפער וואס איז געשווימען אויבן אויפן טייך און עס באגראבן.

ווען די רעגירונג איז געוואויר געווארן דערפון האבן זיי אויסגעגראבן דעם מסור פון זיין קבר און אנגעהויבן פארשן וואס עס האט פאסירט, און שמחת תורה האבן זיי אריינגעשטורעמט אין ביהמ"ד צו געוואויר ווערן ווער עס האט אים דערטראנקען.

דער רב און אלע ארומיגע ביים מזרח וואנט האבן געשוואוירן אז זיי האבן נישט קיין השגה וואס עס האט פאסירט, זיי האבן געזאגט אז מ'האט געזען ווי ער פארלאזט מזרח וואנט, אבער מ'קוקט נישט ביי אידן אויף א רשע, ממילא זענען זיי נישט געווען נייגעריג בכלל וואו ער גייט...

היות יעדער האט געציטערט צו מסר'ן וויסנדיג אז דאס ענדיגט זיך אין טייך, האט קיינער נישט גע'מסר'ט מער, און א רואיגקייט האט באהערשט לעמבערג...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

א מסור בלייבט א מסור...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

עס זענען דא אסאך מעשיות, אבער צום שלוס וועלן מיר שרייבן איבער איין געשיכטע וואס ברענגט ארויס ווי שטארק נידערטרעכטיג און פארפוילט די מלשינים זענען, דאס איז געווען אין רוסלאנד, ווען א מסור וואס פלעגט ביים לעבן מסר'ן פאר די קאנטעניסטישע כאפערס וואו די קינדער באהאלטן זיך, און ווען ס'איז געקומען זיין צייט ווען ער האט געפילט אז ער האלט ביים שטארבן, האט ער גערופן די חברה קדישא.

זיי זענען געקומען מיט וואונדער, און ער האט זיי געזאגט אז ער שפירט ער גייט שוין שטארבן און אצינד האט ער חרטה אויף זיינע מעשים, דערפאר וויל ער מ'זאל אים באגראבן מיט א 'קבורת חמור', (דאס מיינט אז מ'באגראבט דעם נפטר שטייענדיגערהייט, דאס איז א געוואלדיגע בזיון פארן מת) אפשר אזוי וועט ער נתכפר ווערן.

די חברא קדישא האט געפרעגט ביים רב, אבער ער האט בשום אופן נישט געלאזט. נאך די לויה זענען פלוצים אנגעקומען מענטשן פון די רעגירונג און אויפגעגראבן זיין גרוב, ווייל דער מסור האט זיי געזאגט אז די אידן ווילן זיך אין אים נוקם זיין דערפאר גייען זיי אים באגראבן שטייענדיג, און אויב איז דאס אמת וועלן די אידן שטארק חרטה האבן. אבער למעשה האט דער רב'ס חכמה געהאלפן און מ'האט קיינעם קיין שלעכטס נישט געטון.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

עס זענען נאך דא אומצאליגע געשיכטעס פון מוסרים במשך די דורות וואס האבן מיאוס אפגעשניטן, און ב"ה אז היינט הערט מען שוין כמעט נישט פון אזעלכע געמיינע זאכן, זאל השי"ת העלפן ווייטער אויך.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

די סיפור פון הגה"ק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זי"ע מיטן מסור וואס האט תשובה געטון און די געשיכטע מיטן מונקאטשע'ר מסור קען דער ציבור?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:עס זענען דא אסאך מעשיות, אבער צום שלוס וועלן מיר שרייבן איבער איין געשיכטע וואס ברענגט ארויס ווי שטארק נידערטרעכטיג און פארפוילט די מלשינים זענען, דאס איז געווען אין רוסלאנד, ווען א מסור וואס פלעגט ביים לעבן מסר'ן פאר די קאנטעניסטישע כאפערס וואו די קינדער באהאלטן זיך, און ווען ס'איז געקומען זיין צייט ווען ער האט געפילט אז ער האלט ביים שטארבן, האט ער גערופן די חברה קדישא.

זיי זענען געקומען מיט וואונדער, און ער האט זיי געזאגט אז ער שפירט ער גייט שוין שטארבן און אצינד האט ער חרטה אויף זיינע מעשים, דערפאר וויל ער מ'זאל אים באגראבן מיט א 'קבורת חמור', (דאס מיינט אז מ'באגראבט דעם נפטר שטייענדיגערהייט, דאס איז א געוואלדיגע בזיון פארן מת) אפשר אזוי וועט ער נתכפר ווערן.

די חברא קדישא האט געפרעגט ביים רב, אבער ער האט בשום אופן נישט געלאזט. נאך די לויה זענען פלוצים אנגעקומען מענטשן פון די רעגירונג און אויפגעגראבן זיין גרוב, ווייל דער מסור האט זיי געזאגט אז די אידן ווילן זיך אין אים נוקם זיין דערפאר גייען זיי אים באגראבן שטייענדיג, און אויב איז דאס אמת וועלן די אידן שטארק חרטה האבן. אבער למעשה האט דער רב'ס חכמה געהאלפן און מ'האט קיינעם קיין שלעכטס נישט געטון.

איך האב אמאל געהערט אזא מעשה וואס די רב איז געווען ר' משה פיינשטיין זצ"ל
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זה מה שאמרו 'רשעים אפילו על פתחו של גיהנום אינם חוזרין'

שכח שמעלקא
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

שטאלצער יוד האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:עס זענען דא אסאך מעשיות, אבער צום שלוס וועלן מיר שרייבן איבער איין געשיכטע וואס ברענגט ארויס ווי שטארק נידערטרעכטיג און פארפוילט די מלשינים זענען, דאס איז געווען אין רוסלאנד, ווען א מסור וואס פלעגט ביים לעבן מסר'ן פאר די קאנטעניסטישע כאפערס וואו די קינדער באהאלטן זיך, און ווען ס'איז געקומען זיין צייט ווען ער האט געפילט אז ער האלט ביים שטארבן, האט ער גערופן די חברה קדישא.

זיי זענען געקומען מיט וואונדער, און ער האט זיי געזאגט אז ער שפירט ער גייט שוין שטארבן און אצינד האט ער חרטה אויף זיינע מעשים, דערפאר וויל ער מ'זאל אים באגראבן מיט א 'קבורת חמור', (דאס מיינט אז מ'באגראבט דעם נפטר שטייענדיגערהייט, דאס איז א געוואלדיגע בזיון פארן מת) אפשר אזוי וועט ער נתכפר ווערן.

די חברא קדישא האט געפרעגט ביים רב, אבער ער האט בשום אופן נישט געלאזט. נאך די לויה זענען פלוצים אנגעקומען מענטשן פון די רעגירונג און אויפגעגראבן זיין גרוב, ווייל דער מסור האט זיי געזאגט אז די אידן ווילן זיך אין אים נוקם זיין דערפאר גייען זיי אים באגראבן שטייענדיג, און אויב איז דאס אמת וועלן די אידן שטארק חרטה האבן. אבער למעשה האט דער רב'ס חכמה געהאלפן און מ'האט קיינעם קיין שלעכטס נישט געטון.

איך האב אמאל געהערט אזא מעשה וואס די רב איז געווען ר' משה פיינשטיין זצ"ל

ווערט געברענגט אין זיינע תולדות אין הקדמה פון אגרות משה
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:די סיפור פון הגה"ק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זי"ע מיטן מסור וואס האט תשובה געטון און די געשיכטע מיטן מונקאטשע'ר מסור קען דער ציבור?


איר קענט פארציילן
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הערליך שיין! יישר כח שמעלקא.
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:עס זענען נאך דא אומצאליגע געשיכטעס פון מוסרים במשך די דורות וואס האבן מיאוס אפגעשניטן, און ב"ה אז היינט הערט מען שוין כמעט נישט פון אזעלכע געמיינע זאכן, זאל השי"ת העלפן ווייטער אויך.

:roll:
הלואי... כמעט אלע אידן וואס זיצן היינט קומט פון מסירה, פרעג דיך אביסל נאך
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

שמעלקא פליז פארצייל ווייטער.
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

זייער שיין יישר כח פאר דיינע ווערק
לעצט פארראכטן דורך כסליו אום דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 5:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

חן חן לך, אזוי שיין און גוט שרייבן
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א פיינע מענטש האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:עס זענען נאך דא אומצאליגע געשיכטעס פון מוסרים במשך די דורות וואס האבן מיאוס אפגעשניטן, און ב"ה אז היינט הערט מען שוין כמעט נישט פון אזעלכע געמיינע זאכן, זאל השי"ת העלפן ווייטער אויך.

:roll:
הלואי... כמעט אלע אידן וואס זיצן היינט קומט פון מסירה, פרעג דיך אביסל נאך


עס איז למעשה אבער היינט כמעט נישט דערהערט אזא מעשה, נאר פון די גאר נידעריגע מקצה המחנה ומשולי הקדירה.

דער טיפישער מסור פון וועמען מיר באציען זיך אין אונזער שמועס, איז אזא איד טאקע מיט א לאנגע בארד, וואס פלעגט זיך ארומדרייען און אויסשמעקן דעם שטעטל מיט זיין נאז וואס האט זיך אריינגעשטופט פונקט דארט וואו עס האט נישט באלאנגט. און ווען ער האט שוין עפעס דערשמעקט האט ער נישט צו לאנג געצעגערט נאר תיכף אריבערגעלאפן צום הערשער אנברענגען רכילות'ן און אנמאכן ציפקע צרות.

די חברה זענען געזעסן אויף פעטע געהאלטן, און די אידן אין שטעטל האבן געציטערט פון זיי ווי פונעם קדחת אליין. מען האט מיט דעם מסור כמעט נישט געקענט שפילן, ווייל די רעגירונג איז דאך געווען אויך זיין זייט, ער איז דאך געווען זייער אינפארמאנט.

איך רעד שוין נישט פון די תקופה פון די 'טמיר ונעלמ'ניקעס', ווען בחורים האבן זיך באהאלטן פון מיליטער דינסט, און די געמיינע מוסרים האבן פארציילט פאר די מיליטער לייט איבער די דעזערטירער. א בחור וואס איז געכאפט געווארן האט געקענט ענדיגן מיט טויט שטראף!!!

ווילסטו מיר זאגן אז אזוינע חברה זענען נאך דא היינט?!

פאסט נישט פאר אזא פיינע מענטש ווי דיר...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

שמעלקא, איך האב שטארק הנאה געהאט און פאר דעם קומט זיך דיר א שיינעם דאנק.

ביטע שרייב נאך.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:עס זענען נאך דא אומצאליגע געשיכטעס פון מוסרים במשך די דורות וואס האבן מיאוס אפגעשניטן, און ב"ה אז היינט הערט מען שוין כמעט נישט פון אזעלכע געמיינע זאכן, זאל השי"ת העלפן ווייטער אויך.

:roll:
הלואי... כמעט אלע אידן וואס זיצן היינט קומט פון מסירה, פרעג דיך אביסל נאך


עס איז למעשה אבער היינט כמעט נישט דערהערט אזא מעשה, נאר פון די גאר נידעריגע מקצה המחנה ומשולי הקדירה.

דער טיפישער מסור פון וועמען מיר באציען זיך אין אונזער שמועס, איז אזא איד טאקע מיט א לאנגע בארד, וואס פלעגט זיך ארומדרייען און אויסשמעקן דעם שטעטל מיט זיין נאז וואס האט זיך אריינגעשטופט פונקט דארט וואו עס האט נישט באלאנגט. און ווען ער האט שוין עפעס דערשמעקט האט ער נישט צו לאנג געצעגערט נאר תיכף אריבערגעלאפן צום הערשער אנברענגען רכילות'ן און אנמאכן ציפקע צרות.

די חברה זענען געזעסן אויף פעטע געהאלטן, און די אידן אין שטעטל האבן געציטערט פון זיי ווי פונעם קדחת אליין. מען האט מיט דעם מסור כמעט נישט געקענט שפילן, ווייל די רעגירונג איז דאך געווען אויך זיין זייט, ער איז דאך געווען זייער אינפארמאנט.

איך רעד שוין נישט פון די תקופה פון די 'טמיר ונעלמ'ניקעס', ווען בחורים האבן זיך באהאלטן פון מיליטער דינסט, און די געמיינע מוסרים האבן פארציילט פאר די מיליטער לייט איבער די דעזערטירער. א בחור וואס איז געכאפט געווארן האט געקענט ענדיגן מיט טויט שטראף!!!

ווילסטו מיר זאגן אז אזוינע חברה זענען נאך דא היינט?!

פאסט נישט פאר אזא פיינע מענטש ווי דיר...


געהערט פון הגה"צ פייש חוסטער שליט"א אז איינער האט איהם אמאל געזאגט אז 90 פראצענט היימישע יושבים קומט פון מסירה.
זאגט ער די האסט א טעות 100 פראצענט איז וועגען דעם

ליידער ליידער
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

איך וועל איינמאל און נאכאמאל באטאנען; די היינטיגע מוסרים טוען עס ווייל זיי ווילן זיך ארויסדערזען פון זייער אייגענעם פלאנטער, נישט פאר געלט אדער כבוד. והשנית, די חברה זיצן אינעם מייזן לעכל און נישט אין קיין אויבן אהן בענקל.

משא"כ אמאל איז געווען א עמטליכע פרנסה, א תאוה און מעיקרא תחילה צו אנפאכענען אידישע קינדער און זיי דערגיין די יארן.

און פאר אזא איינעם קומט דעם טויט!!!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

שמעלקא האט שוין ווייטער געאטעמט, שיינע מאמרים געליינט מיט דארשט.
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

פי. די. עף.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

די סוף פון א מסור.pdf
(39.44 KiB) געווארן דאונלאודעד 190 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

זייער שיין שמעלקא'לע.....
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”