התחזקות און עצות צו איבערקומען א שווערע מינוט

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

התחזקות
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2017 2:14 am

התחזקות און עצות צו איבערקומען א שווערע מינוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחזקות »

אויף דעם האט מען געווארט!!
ס'איז דאך היינט א וועלט ווואס דער עולם לעכעצט נאך א גוט ווארט חיזוק און סתם געשמאקע ווערטער וואס קענען געבן כח און שטארקייט פאר א מענטש צו אנגיין ווייטער מיטן טאג טעגליכן לעבן, און נישט ווערן געשטערט פון יעדע קליינע נערישע דאגה,

דאס איז נוגע סיי צו האבן א קשר מיטן טאטן אין הימל און נישט פארלירן די נאנטע קשר צוליב דעם וואס מען זוכט יעצט א דזאב וכדומה אדער די פרנסה שלום בית נחת גייט בארג אראפ רח"ל, נאר אין יעדן פאל זאל מען בלייבן געטרייע אידן שומרי תורה ומצוות טראץ אלע שוועריקייטן,

און בכלל צו האבן די ריכטיגע דיבורים צו קענען אנגיין אין די פראקטישע טאג טעגליכע לעבן מיט א שמייכל צו יעדן און נישט ווערן אנגעזעצט אויף אלע באקן צוליב יעדען אנזעץ פון סיי וואספארא בייזע רוח האט זיך אריינגעמישט.

בקיצור און איין ווארט!!
יעדער איז געלאדענט צו ארויפלייגן און מוסיף זיין גוטע ווערטער וואס אנדערע מענטשן קענען הנאה האבן דערפון סיי ברוחניות סיי בגשמיות, נישט אריינגיין אין דעם זעלבסט צו מען דארף יא האבן התחזקות אדער נישט, דער וואס איז אים גוט אהן דעם אשרי לו!!
אוןיך ביטע נאר מיט א שמעק פון דברי תורה אדער פון ספרי קודש נישט קיין פיסכעלאגישע געדאנקען :lol: :lol: :lol:
פלעין אידיש
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2015 8:57 am
לאקאציע: ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעין אידיש »

זאגט די הייליגע בעל התניא וואס מוצאי שבת איז זיין יארצייט:
אז זיך מתגבר זיין אויפן יצר קען מער נאר מיט שמחה, אזוי ווי זיין הייליגע לשון: "בזריזות הנמשכת משמחת ופתיחת הלב וטהרתו מכל נדנוד דאגה ועצב בעולם" ווייל די חשבון איז פשוט אז אויך ביי א מלחמה צווישן צוויי בני אדם "הנה אם האחד הוא, בעצלות וכבדות, ינוצח בקל ויפול גם אם הוא גיבור יותר מחבירו" אז אויב דער איינער איז אפי' גבור עצום וואס קיינער אין די וועלט האט נישט מער כוחות ווי איהם 'אבער' ער איז א שווער באוועגטער א פוילער א.א.וו. וועט איהם א צווייטער מיט א גרינגקייט בייקומען, אזוי אויך און פונקט אזוי, איז, ביי אונז מענטשן, מיט די צד היצר הטוב והרע!!!

און ממילא טייערע ברודער נאר מיט שמחה שמחה און נאכאמאל שמחה ביז מ'וועט צוקומען צו א מצב ווי אויבנדעמאנט "טהרתו מכל נדנוד דאגה ועצב בעולם" נישט, נאר קיין עצבות נישט, און נישט נאר קיין דאגות וואס ברענגט צי צו די עצבות נישט, נאר אפי' נישט קיין נדנוד, וואס די נדנוד איז עלול געוויסע מאל צו צוברענגן צו דאגות וואס ברענגט עצבות, דאס אויך נישט! נאר א ריינע טהרה! ברודער אונז גאר שטארק, והא ראי' אז כלל ישראל איז חי וקיים!!!! לאמיר זיך שטארקן נאך מער........
זאגט תורת אמת און תורת חיים א הוראה בחיים "קער א וועלט היינט"
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

זייער א פיינע געדאנק...
עם ה' חזקו ונתחזקה...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

עם ה' חזקו ונתחזקה!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

יישר כח פאר די אשכול!
ס'געווען אמאל ביי איינער פון די רבי'ס נ"ע, וואס מאיז זיך געקומען באקלאגן אז איינער פון זיינע חסידים האלטן נישט ביי גארנישט, ער מאכט זיך נאר,,, האט ער גענפערט חז"ל זאגן אז "כל מי שאינו צריך ליטול ומרמה את העם ונוטל אינו מת מן הזקנה עד שיצטרך לבריות", ממילא סוף כל סוף אפי' מיין חסיד מאכט זיך נאר ווי א ערליכע יוד, מ'מאכט זיך און מ'מאכט זיך ביז ס'ווערט!!
עכ"פ לענינו אמאל אין א גוטע מינוט אדער און א בעסערע מינוט די עיקר איז, אז די שמייכעלע פון פנים זאל נישט אוועקשפאצירן.... און די חינוך זאגט דאך שוין אז האדם נפעל כפי פעלותיו, ממילא אז משמייכלט און משמייכלט וועט השי"ת העלפן און אלעס וועט זיך מסדר זיין עצהיו"ט.

ייש"כ פאר די אשכול
התחזקות
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2017 2:14 am

תפילה אדער מקבל זיין באהבה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחזקות »

אונז גלייב מיר דאך אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט פאר אונז איז דאס בעסטע פאר אונז, און אלעס אלעס אפילו די שווערסטע מינוט איז מיט גרויס רחמנות פונעם אייבערשטן, אויב אזוי פארוואס דארפן מיר מתפלל זיין ווען מיר האבן א עת צרה רח"ל, דאס קומט זיכער מיט גרויס רחמנות פונעם אייבערשטן?

נאר עס שטייט אין זוה"ק אז ס'איז דא צווי סארט רחמנות בייים אייבערשטן תם און רחמים רבים, ביי רחמים סתם איז דא אמל וואס פארן טובה פונעם מענטש איז יעצט נישט אז ער זאל האבן געלט פרנסה געזונט אד"ג, אבער מיר דארפן מתפלל זיין אז דער אייבערשטער זאל אויפדעקן זיין גרויסע רחמנות אויף אונז וואס דארט איז זיין רחמנות אהנע גבולים, מקען האבן אלעס גוטס און ס'זאל פון גארנישט אוועק נעמען....
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

התחזקות האט געשריבן:אונז גלייב מיר דאך אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט פאר אונז איז דאס בעסטע פאר אונז, און אלעס אלעס אפילו די שווערסטע מינוט איז מיט גרויס רחמנות פונעם אייבערשטן, אויב אזוי פארוואס דארפן מיר מתפלל זיין ווען מיר האבן א עת צרה רח"ל, דאס קומט זיכער מיט גרויס רחמנות פונעם אייבערשטן?

נאר עס שטייט אין זוה"ק אז ס'איז דא צווי סארט רחמנות בייים אייבערשטן תם און רחמים רבים, ביי רחמים סתם איז דא אמל וואס פארן טובה פונעם מענטש איז יעצט נישט אז ער זאל האבן געלט פרנסה געזונט אד"ג, אבער מיר דארפן מתפלל זיין אז דער אייבערשטער זאל אויפדעקן זיין גרויסע רחמנות אויף אונז וואס דארט איז זיין רחמנות אהנע גבולים, מקען האבן אלעס גוטס און ס'זאל פון גארנישט אוועק נעמען....

צדיקים האבן געטיישט אויף דעם: "הראנו השם חסדיך". אז בעצם גלייב אונז דאך אז יעדע זאך פון באשעפער איז לטובה, נאר מען בעט "הראנו השם חסדיך" - דער אייבערשטער זאל ווייזן קלאר די חסדים, מען זאל קלאר זעהן אז דאס איז א חסד השם.
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

א איד האט אין א שמועס געזאגט פאר סקולענער רבין זז"ג אז ער קוקט כסדר נאר אויף די פולע העלפט פונעם גלעזל

האט אים דער רבי געפרעגט ווער האט אייך געזאגט ווי גרויס אייער גלעזל איז?

איר מיינט אז אייער גלעזל איז 10 אונסעס און ס'איז האלב פול

אפשר איז אייער גלעזל נאר 5 אונסעס און עס איז איבערגעפילט מיט לויטער חסדים

מ'שטעלט זיך אוועק א בילד ווי אזוי מ'וויל דאס לעבן זאל אויסזעהן ברוחניות ובגשמיות, און טאמער איז דער מציאות נישט פונקט אזוי, ווערט מען שוין צובראכן, מ'דארף זיך שוין מחזק זיין

ווי איידער זיך פארלאזן אויפן גרויסן טאטען אז מ'איז בידו כחומר ביד היוצר און ווי אזוי ער פירט איז גוט און דעמאלס קען מען גרינגער מכיר זיין אז ס'איז כוס יין מלא ברכת ה'
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
התחזקות
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2017 2:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחזקות »

ייש"כ פאר אייער הארה און געדאנק הלואי זאלן מיר זוכה זיין אפילו נאר צו א האלבע גלעזעל פון וואס איר רעדט, וואס דאס איז די מדריגה פון די הייליגע רבי ר' זושא זצוק"ל וואס ער האט געענעטפערט פארן שליח פונעם גרויסן מגיד, אז ער וויסט נישט וואס מיינט כשם שבמברך על הטובה כך מברך על הרעה, וויבאלד אלעס קומט דאך פונעם אייבערשטן, און אזוי אויך דער הייליגער צאנזער רב זצוק""ל וואס האט מסביר געווען וויאזוי ער איז נישט געווען צובראכן שב"ק נאכן פארלירן רח"ל א באליבט קינד, האט ער געזאגט אז ווען מ'באקומט א קלאפ אין ריקן און מדרייט זיך אויס און מזעהט אה!! סקומט פון א גוטע חבר איז אן אנדערער מעשה, דאס איז איין זייט מטבע, און הלואי מיר זאלן אפילו נאר בענקען צו לעבן אזוי, שטייען מיר גאנץ גוט!!

יעצט די צווייטע זייט מטבע א מענטש איז דאך נאר אמענטש און ער האט מענטשליכע געפיהלן, איז פאר וועם זאל ער דאס אויסרעדן פארן פיסכילאג וואס איז דא פאר זיין פעי-טשעק?! אדער זאל ער זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן טאטן אין הימל: "טאטע דו האסט געמאכט אז איך זאל וועלן דאס אין יענץ, און איך בין ליידער נישט רואיג אן דעם בעט איך דיר העלף מיר און גיב מיר דאס" און דאס איז תפילה, איך רעד צום אייבערשטן נישט די מדריגה וואס איך וואלט געדארפט ווען האלטן, נאר וואס איך דארף באמת יעצט דאס בעהט איך יעצט מיט אן אמת פון טיפענישן פון מיין הארץ,...

און יעצט צוריק צו די אנדערע זייט ביז איך ווער געהאלפן דארף איך זיכער אלעס מקבל זיין באהבה, אבער איך דארף נאכאלס מתפלל זיין וואס איך וויל למעשה....
לעצט פארראכטן דורך התחזקות אום מאנטאג יאנואר 23, 2017 3:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

התחזקות האט געשריבן:אויף דעם האט מען געווארט!!


;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מאכט סענס? האט געשריבן:
התחזקות האט געשריבן:אונז גלייב מיר דאך אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט פאר אונז איז דאס בעסטע פאר אונז, און אלעס אלעס אפילו די שווערסטע מינוט איז מיט גרויס רחמנות פונעם אייבערשטן, אויב אזוי פארוואס דארפן מיר מתפלל זיין ווען מיר האבן א עת צרה רח"ל, דאס קומט זיכער מיט גרויס רחמנות פונעם אייבערשטן?

נאר עס שטייט אין זוה"ק אז ס'איז דא צווי סארט רחמנות בייים אייבערשטן תם און רחמים רבים, ביי רחמים סתם איז דא אמל וואס פארן טובה פונעם מענטש איז יעצט נישט אז ער זאל האבן געלט פרנסה געזונט אד"ג, אבער מיר דארפן מתפלל זיין אז דער אייבערשטער זאל אויפדעקן זיין גרויסע רחמנות אויף אונז וואס דארט איז זיין רחמנות אהנע גבולים, מקען האבן אלעס גוטס און ס'זאל פון גארנישט אוועק נעמען....

צדיקים האבן געטיישט אויף דעם: "הראנו השם חסדיך". אז בעצם גלייב אונז דאך אז יעדע זאך פון באשעפער איז לטובה, נאר מען בעט "הראנו השם חסדיך" - דער אייבערשטער זאל ווייזן קלאר די חסדים, מען זאל קלאר זעהן אז דאס איז א חסד השם.

עס איז מיין איך א קדושות לוי,
די ישמח משה זאגט שבענו מטוביך
די אמרי נועם זאגט: אנא בכוח. [כוח איז גבורה] ליגט באמת גדולת ימינך. [לך ד' הגדולה, והגבורה, והתפארת] אונז בעטן מיר נאר תתיר צרורה. די אייבערשטער זאל אויפבינדן די קניפ.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

שייד אפ צווישען דיין הארץ און דיינע מחשבות/מעשים.
נישט ווייל אין דיין הארץ גליסט דיך, מיינט עס אז די דארפסט עס טוהן.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים.
קוק נישט אהן דיין גוף מיט א בדיעבד, און אז ס'וואלט בעסער געווען אהן דעם.
דיין גוף איז מקבל די ליכט פון דיין נשמה, און איז מגלה די אויבערשטער אויף די וועלט.
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

דער הייליגער עטרת צבי זי"ע האט געטייטשט:
"אתה הראת לדעת" כביכול הייליג באשעפער קוק אהער
"כי ה' הוא אלוקים" אויב גייט עס גיין מיטן מידת הדין
"אין" דאס גייט נישט פאסירן
ווייל
"עוד מלבדו" סאיז דא צדיקים וואס זענען דאס מבטל
אבער אויב
"לעושה נפלאות גדולות" די וועסט מאכט אפענע חסדים,
"לבדו" וועסטו הייליגע באשעפער זיין אליינס,
"כי לעולם חסדו" די צדיקים וועלן מיטשטומען מיט אלע חסדים
התחזקות
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2017 2:14 am

ס'גייט קומען גוטע צייטן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחזקות »

דאס וואס איר ברענגט דא, כאטש דאס קוקט פון אנפאנג אויס בלויז א עבודה פון צדיקים, האט דאס שוין איינמאל מיט אונז אויך, ווי די באקאנט ווארט פונעם הייליגן
צמח צדק זצוק"ל וואס האט געזאגט די באקאנטע מימרא "טראכט גוט וועט זיין גוט", וואס די מימרא האט שוין מחזק געווען טויזענטער מענטשן, זאגענדיג פאר זיי, הער אויף דאגה'ענען און אלעמאל טראכטן אז אלעס שלעכט און בייז גייט קומען אויף דיר, טראכט גוט וועט זיין גוט, ווייל לויט ווי א מענטש טראכט אזוי איז ער באמת ממשיך די זאך.
און דאס איז וואס צדיקים האבן אלעמאל מקפיד געווען צו רעדן נאר פון די גוטס און רחמנות וואס דער הייליגער באעפער גייט ממשיך זיין פאר אונז זיין געטרייע באליבטע פאלק וואס דינט אים מיט אזא געטריישאפט.
און ספה"ק שיחות הר"ן ווערט גאר מבואר לגבי ראש השנה וואס דעמאלס איז דאך די טאג וואס מ'פארשרייבט אלעס פאר כלל ישראל, אז מען דארף זיין קליג און טראכטן בלויז גוטע מחשבות אז דער אייבערשטער גייט אונז גוטס טוהן און אז ס'גייט קומען א זיס ליכטיג יאר, וואס דורכן קוקן און טראכטן גוט, איז מען ממשיך אז עס זאל טאקע זיין גוט.
ווי אויך שטייט דארט אז מען זאל נישט מאריך זיין ווען מען לערענט הלכות פון אבילות נאר מען זאל דאס שנעל אריבערגיין נישט צו אריינלייגן די קאפ צופיל דערין.
עכ"פ לאמיר פראבירן זיך מחזק זיין, אונז האבן א גוטע באשעפער וואס וויל אונזער טובה עד הסוף, און לאמיר אנהייבן טראסטן דעם אייבערשטן אויף פאראויס און טראכטן אז יא!! ס'גייט קומען גוטע צייטן!!
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

ר' יו"ט ערליך ז"ל דערציילט פאלגענדע מעשה (דאכט זיך אין רננו צדיקים)

א איד איז געקומען צו זיין רבי'ן זיך אפרעדן אויף זיין שווערן מצב הפרנסה וואס ס'דריקט אים שטארק, דער רבי זאל אים אנווינטשן א ישועת ה' קרובה

ענטפערט אים דער רבי, איך האב פאר די אן עצה דו זאלסט זיין שטענדיג בשמחה און צופרידן וועט די שפע אנהייבן צופליסן

טענה'ט דער איד, רבי ווי קען איך זיין בשמחה ס'דרוקט דאך פון אלע זייטן

ענטפערט דער רבי, אמת ס'איז שווער, אבער וואס טוט נישט א איד פאר פרנסה?...
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:ר' יו"ט ערליך ז"ל דערציילט פאלגענדע מעשה (דאכט זיך אין רננו צדיקים)

א איד איז געקומען צו זיין רבי'ן זיך אפרעדן אויף זיין שווערן מצב הפרנסה וואס ס'דריקט אים שטארק, דער רבי זאל אים אנווינטשן א ישועת ה' קרובה

ענטפערט אים דער רבי, איך האב פאר די אן עצה דו זאלסט זיין שטענדיג בשמחה און צופרידן וועט די שפע אנהייבן צופליסן

טענה'ט דער איד, רבי ווי קען איך זיין בשמחה ס'דרוקט דאך פון אלע זייטן

ענטפערט דער רבי, אמת ס'איז שווער, אבער וואס טוט נישט א איד פאר פרנסה?...


דאכטצאך פון ר' אהרן קארלינער זיעוכי"א
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
התחזקות
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2017 2:14 am

טאטע באניי מיר אינגאנצן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחזקות »

בס"ד
א מענטש דארף אלעמאל אנהייבן פונדאסניי... ווייל אויב א מענטש וועט גוט קוקן אויף זיך אליין וועט ער זעהן, אז אלע בלבולים און אלע נפילות און ירידות און זיינע חלישות הדעת וואס ער האט, אלעס קומט דורך זיינע פיהלע מחשבות פון איין טאג אויפן צווייטן, און פון איין שעה צום אנדערען.
וואס רוב וועלט זענען אזויווי אלטע מענטשן אין זייער אייגענע אויגן, און יעדער איינער באטראכט זיך אין די אייגענע אויגן ווי גלייך ער איז שוין פארעלטערט אין זיינע וועגן וואס ער איז צוגעוואוינט צו דעם פון א לאנגע צייט, אויף אזוי ווייט אז ער קען זיך שוין נישט צוריקקערן צו א אנדערע וועג.
און ווייל ער ווייסט דאך ביי זיך די אליין אז ער איז ווייט פונעם אמת'ן גלייכן וועג, דערפאר טרעפט זיך אסאך וואס זענען זיך מייאש פון זיך ריכטיג דערנענטערן צום אייבערשטן, און אפילו די ביסל עבודה און מצוות וואס זיי זענען מקיים, איז ווי "מצוות אנשים מלומדה", און זיי טוען דאס אן קיין חיות און התעוררות.
און דאס אלץ קומט פון די אלטקייט וואס איז ארויפגעשפרענגען אויף זיי, אז זיי האלטן זיך אין זייערע אויגן ווי אלטע מענטשן, וואס דאס שאדט מורא'דיג שטארק, ווי דער הייליגער רבי ז"ל [הרה"ק מוהר"ן מברסלב זצוק"ל], האט גאר אסאך אנגעווארענט דערויף, און האט געזאגט אז מען טאר נישט זיין אלט, סיי א אלטע חסיד, סיי א אלטע צדיק אא"וו.
ווייל דאס איז דאך זיכער אז דער וואס איז אינגאנצן פארבלאנדזעט פונעם גלייכן וועג, און ער טוט וואס ער טוט רח"ל, - יעדער איינער וויאזוי ער ווייסט ביי זיך אליין – און ער באטראכט זיך אין זיינע אויגן ווי איינער וואס איז שוין אלט און צוגעוואוינט מיט זיינע נישט גוטע מעשים, איז דאך זיכער אז פאר אזא מענטש טוט שאטן זיין אלטקייט אהן א שיעור, ווייל ער קען דאך פארלוירן ווערן אינגאנצן ח"ו אויב ער וועט זיך נישט אויפוועקן צו זיך באנייען.
וואס דאס איז דאך די עיקר 'תשובה', ווי עס שטייט אין פסוק: "השיבנו ה' אליך ונשובה, 'חדש' ימינו כקדם", און עס שטייט דוקא דאס ווארט 'חדש' – באניי זיך.
נאר אפילו די וואס זענען אביסל עהרליך, און אפילו צדיקים און חסידים, אויב זענען זיי ביי זיך אלט, און זיי טוען זייער עבודה ווי אן אלטער וואס איז שוין לאנג צוגעוואוינט אין דעם, איז אויך נישט גוט, ווי דער רבי ז"ל [הרה"ק מוהר"ן מברסלב זצוק"ל], האט געזאגט: אז אפילו א 'אלטע' צדיק איז נישט גוט, ווייל דער 'יצר-הרע' ווערט אנגערופן: "מלך זקן וכסיל" – א אלטע נערישע קעניג.
ווייל דער עיקר עבודה איז זיך צו באנייען, ווי עס שטייט אין פסוק: "וקוי ה' יחליפו כח, יעלו אבר כנשרים" – אז די וואס האפן צום אייבערשטן באנייען זייער כח.
און מען דארף זיך באנייען יעדן טאג פונדאסניי אינגאצן, ווי חז"ל זאגן אויפן פסוק וואס שטייט ביי קרי"ש: "אשר אנכי מצוך היום" – וואס איך באפעהל דיר 'היינט', אז יעדן טאג זאל דאס זיין אין דיין אויגן ווי ניי אינגאנצן.
און דער וואס שטארקט זיך צו אנהייבן יעדעס מאל פונדאסניי וועט קיינמאל נישט אראפפאלן – אפילו אויב עס וועט איבערגיין אויף אים סיי וואס.
ווייל א מענטש דארף אינגאנצן אוועקלייגן פון זיין דעת און אוועקפירן פון זיין מחשבה אלעס וואס איז איבערגעגאנגען אויף אים אין די פארגאנגענע טאג, אדער אין די פאריגע שעה.
און ער זאל זיך באטראכטן יעדן טאג - און אפילו יעדע שעה - ווי ער איז היינט געבוירן געווארן, ווי עס שטייט אין פסוק: "אני 'היום' ילידתיך" - איך האב דיר 'היינט' געבוירן, און ווי עס שטייט: "'היום' אם בקולו תשמעו" – 'היינט' אויב דו וועסט צוהערן צום אייבערשטנ'ס קול.
ווייל מען דארף טראכטן יעדן טאג און יעדע שעה און א יעדע צייט, ווי גלייך ער איז היינט און אין די יעצטיגע שעה געבוירן געווארן און אראפגעקומען אויפן וועלט, און אז ער וויל יעצט אנהייבן צו אערקענען דעם אייבערשטן, וואס ער האט באשאפן די וועלט.
און כאטש עס איז שוין אזוי געווען טויזענטער - און צענדליגע טויזענטער מאל - וואס ער האט זיך געוואלט באנייען, און אנהייבן זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן און עס איז אים נישט געלונגען, און אפילו אויב ער איז יעדע מאל אריינגעפאלן אין וואס ער איז אריינגעפאלן רח"ל, מיט דעם אלעם זאל ער בכלל נישט קוקן דערויף, נאר ער זאל דאס אלעס פארגעסן.
ווייל די טאג און די שעה וואס ער שטייט יעצט אין דעם, איז נאך קיינמאל נישט געווען אויפן וועלט, און ווער ווייסט וואס ער קען נאך יעצט זוכה זיין, אין די טאג און אין די שעה?!
ווייל דער הייליגער באשעפער באנייט מיט זיינע חסדים יעדן טאג פונדאסניי שטענדיג די 'מעשה בראשית', און קיין איין טאג איז נישט גלייך צום אנדערען, און קיין איין שעה איז נישט גלייך צום צווייטן, ווי עס ווערט געברענגט באריכות אין די כתבי האר"י ז"ל, איבער די גרויסע פארענדערונגען אהן א צאל וואס געשעהט יעדן טאג, און אפילו אין א יעדע שעה, און אז איין שעה איז נישט גלייך צום אנדערן שעה.
און ווער עס קוקט אין די סדר וויאזוי עס דרייען זיך די מזלות און די שטערענס, און די טויש פון זייער מצב און שטעלע, און וויאזוי פון איין רגע אויפן אנדערן, זענען זיי שוין אין א צווייטן פלאץ און מצב, אויף אזוי ווייט, אז איינער וואס איז געבוירן געווארן אין די רגע, וועט געשעהן מיט אים אנדערע סארט זאכן ווי דער וואס איז געבוירן געווארן אין א רגע בעפאר.
און פון דעם קען מען זעהן און פארשטיין, אז אין די נאך העכערע וועלטן האט דאס בכלל נישט קיין אפשאצונג און גרעניץ, און אויב דו וועסט זיך ריכטיג עפענען דיין אויגן, וועסטו פארשטיין אז עס איז נישט דא די שכל אינעם הארץ פונעם מענטש צו פארשטיין די אלע פרטים...
און די אלע טוישענגען פון אלע וועלטן - וואס איז אן א סוף - איז אלעס צו דערנענטערן און צו צוצוהען אלעמאל אלע מענטשן פון די וועלט צום אייבערשטן, וואס דאס איז די עיקר תכלית.
און פאר דעם האט דער הייליגער באשעפער באשאפן די גאנצע וועלט פון אנהייב ביז צום סוף, אלס נאר וועגן די מענטש פון די נידעריגע וועלט, כדאי ער זאל אנערקענען אין אים פון די וועלט דוקא.
און דערפאר טוישט דער אייבערשטער די הנהגה פון אלע וועלטן יעדע רגע און צייט, ווייל דער הייליגער באשעפער דרייט ארום מיט די גאנצע וועלט אין יעדן דור, און אזוי אויך מיט יעדן איינעם פריוואט יעדן טאג און יעדע שעה, און ער טוישט ארום אלע וועלטן פון אנפאנג ביז צום סוף יעדע צייט און רגע, אלס נאר צו מרמז זיין פאר יעדן איינעם לויט וואס ער איז, אז ער זאל זיך דערנענטערן צום אייבערשטן, פון די פלאץ וואס ער איז יעצט דארט, אין די יעצטיגע צייט...
קומט אויס אז עס איז בכלל נישט קיין ראי' פון איין טאג אויפן אנדערן, און פון איין שעה צום אנדערן, ווייל די עולמות און גלגלים אא"וו טוישן זיך די גאנצע צייט, און עס קען גאר זיין, אז כאטש ביז יעצט איז געווען וואס איז געווען, מיט דעם אלעם יעצט יעצט קען ער טוהן עפעס א נחת-רוח פארן אייבערשטן, וויאזוי ער איז יעצט.
ווייל אלע שנויים פון אלע עולמות אא"וו איז נאר וועגן יעדע מענטש, ווייל יעדע מענטש איז דאך מחיוב צו זאגן אז די וועלט איז באשאפן געווארן צוליב אים, דערפאר דארף יעדער מענטש גלייבן אז אין יעדע שעה און אין יעדע רגע פון זיין גאנץ לעבן, איז דא אין די כח פונעם מענטש צו אנהייבן פון יעצט.
און ער זאל בכלל נישט קוקן נישט אויפן טאג בעפאר, און נישט אויפן קומענדיגן טאג, נאר ער זאל זיך שטארקן יעצט זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן מיט וואס ער קען, מיט עוסק זיין אין לערנען אדער אין דאווענען, אדער עפעס א מצוה, און אויב קען ער נישט טוהן קיין שום זאך אין די צייט, זאל ער כאטש בענקען און גליסטן צום הייליגן באשעפער, ווייל די רצון און הייליגע כיסופין צום אייבערשטן איז טייערער פון אלעמען.

מספה"ק ליקוטי הלכות – יו"ד בשר וחלב ה"ד אות א' ~איבערגעטייטש אויף אידיש~
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

זיילר גוט! יישר כח
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”