וואס איז דאס "חניטה"?

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גוט ווארט. יישר כח רב פייערמאן!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

קבורת האברים והגידים שמסירים מהמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א אינטערסאנטע הוספה צום נושא, אז מדארף קובר זיין די אברים וואס מ'נעמט ארויס:

בשנת תרע"ו האב אויסגעבראכן א גרויסע מחלוקה בענין ניתוח מתים אין אמעריקע, דאס איז געקומען נאכדעם וואס א איד א דאקטער חיים ספיוואק האט אנגעפרעגט די רבנים פון אספת אגודת הרבנים בשם רופאי בית החולים פון דענווער קאלאראדא אויב ס'מותר מנתח צו זיין די טויטע וואס זענען געווען אנגעשטעקט מיט "שחפת", לתכלית הלמוד והחכמה, ווייל אפשר וועלן זיי דורכדעם טרעפן א רפואה פאר די מחלה.

ס'געווען וואס האבן מתיר געווען, אבער ס'געווען איין רב ר' צבי שמעון אלבום רב דחבורת משנה וגמרא משיקאגא (באשכול אחר כבר נכתב עליו בקצרה מה שהיה לו עם הרידב"ז), בחוברת בשם "תשובה ע"ד חנוטת המתים" איז ארויסגעקומען מיט זייער א שארפע איסור דערויף.

און ר' אברהם אהרן יודלביץ בשו"ת בית א"ב (יו"ד סי' שנה) איז חולק אויף אים להתיר. אין די תשובה איז ער מעתיק זיינע ווערטער הנוגע לענין חניטת יעקב:
ומה שטען כת"ר וכתב דאפילו אם נאמר דהחניטה דיעקב אבינו ע"ה היתה כפשטא, דפתחו את בטנו וחנטו אותו בכדי שלא יעשו אותו המצרים ע"ז, כאשר יראו כי גם בלי חניטה, סירחון ורימה לא תשלוט בו, ולזאת חנטו אותו והוציאו את בני מעיו לחוץ. אכתי הרי בודאי קברו גם הבני מעים אתו יחד, כי ידוע הוא הדין בירושלמי פ"ז דנזיר הל א' 'תקברנו' כולו משמע ולא ששייר מקצתו, שאם שייר מקצתו לא עשה ולא כלום עי'"ש. וא"כ גבי יעקב אם נימא דשיירו הבני מעים ולא קברו אותם א"כ לא עשו ולא כלום ולא קיימו בזה מצות קבורה ועברו על מצות אביהם מה שצוה לבנו יוסף 'וקברתני בקבורתם', אלא ע"כ מוכרחין אנו לומר שגם הבני מעים קברו אתו יחד. אבל לא כן שם בבית החולים דעיר דענווער קאלאראדא שמוציאין את הבני מעים וחותכין אותם לחתיכות ואינם קוברין אותם א"כ הרי מבטלים הם בזה את מצות קבורה כי תקברנו כולו ולא ששייר מקצתו ואם שיירו לא עשו ולא כלום, ע"כ.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

ארויף לכבוד פרשת ויחי.
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
דער לעצטער מענטש וואס מ'האט חונט געווען, איז געווען דער קאמוניסטישער פירער וולאדאמיר לענין ימ"ש, וועמען מ'האט אוועקגעלייגט אינעם רויטן סקווער, און ביז יעצט קלאצט נאך דארט זיין קערפער...

דאכט זיך א די צוויי צפון קאריער פירערס האט מען אויך חונט געווען און ליגען אין א גלאז
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20607
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

איך בין געווען אין די britsh museum האבן זיי דארט א מענטש וואס מהאט חונט געווען זיי שרייבן אז ער איז 2000 יאר און ליגט אין די אפטיילונג פון מצרים זייער אינטערסאנט צו זעהן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

די וואך ווען מען לערנט פון פרעה מלך מצרים איז דא א נייעס פון איינער פון די פרעהס
מען האט גענומען די שטים בענדער פון פרעה און געמאכט רעדן מען קען הערן זיין קול צום ערשטן מאל זייט ער איז געש 3000 יאר צוריק


https://www.google.com/search?q=voice+o ... k564DA29:0
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3171
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

לייטער האט געשריבן:די וואך ווען מען לערנט פון פרעה מלך מצרים איז דא א נייעס פון איינער פון די פרעהס
מען האט גענומען די שטים בענדער פון פרעה און געמאכט רעדן מען קען הערן זיין קול צום ערשטן מאל זייט ער איז געש 3000 יאר צוריק


https://www.google.com/search?q=voice+o ... k564DA29:0

ס'איז נישט קיין פרעה... נאר א גלח וואס האט געלעבט אין די צייטן פון פרעה..
לפנות בוקר
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וואס איז דאס "חניטה"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ס'איז לעצטנס געווארן אנדעקט נאך פרטים ארום די אמאליגע עגיפטישע חניטה. מ'האט דעשיפרירט אן אלטן עגיפטישע פאפירוס, וואס לויט די פארשער איז דאס אלט 3500 יאר. דאס קומט אויס בערך די צייט וואס אונזערע עלטערן זענען געווען אין מצרים.

עס קומט אויס אז די גאנצע מעשה האט גענומען 70 טעג. די ערשטע 35 טעג האט מען אויסגעטרוקענט דעם קערפער מיט נוטראן. די לעצטע 35 טעג האט מען ארומגענומען די קערפער. דאס הייסט די עיקר חניטה האט זיך געצויגן 35 טעג. די איבעריגע 35 טעג איז געווען דאס ארומוויקלען דעם קערפער מיט גאר דיקע סחורה.

ווי ווינדערליך שטימט דאס מיטן פסוק (בראשית נ, ג) וימלאו לו ארבעים יום כי כן ימלאו ימי החנטים ויבכו אתו מצרים שבעים יום. זאגט רש"י: "ארבעים לחניטה ושלשים לבכיה".

https://www.smithsonianmag.com/smart-ne ... 180977147/
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: וואס איז דאס "חניטה"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

דאכט זיך אז אין יאפאן צו ערגעץ דארט אין ווייטן מזרח האבן די פארשער געטראפן אן אלטן קערפער וואס איז נחנט אהן ארויסנעמען די אברים פנימיים און עס איז א גרויסע ווינדער ביי די פארשער וויאזוי זיי האבן עס באוויזן
קנדה
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 12, 2017 5:10 pm

Re: וואס איז דאס "חניטה"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנדה »

לויטן רשבא וואס זאגט אז לתועלת המת מעג מען... קוקט אויס ווי עס האט צוטוהן מיט וואס די מענטש וואלט מסכים געווען, און אויב א מענטש למשל זאגט פארן שטארבן אז ער וויל וואס זאל זיין די פראבלעם? און אזוי קען מען פארשטיין די היתר פון חניטה, אויכעט קומט אויס אז עס קוקט נישט אויס ווי עס איז א בין אדם למקום שאלה. נאר בין אדם לחבירו.

וואלט מען געקענט זאגן אז לתועלת אז די דאקטוירים ווילן וויסן זאכן צו קענען העלפן נאך אידן פאר רפואה וואלט א מענטש נישט גרייט געווען פאר דעם צו האבן אזא זכות איך זאג עס נאר אלס דרוש וקבל שכר עס איז זיכער אז די גדולים האבן נישט אנגענומען די רשבא, און על פי' קבלה קוקט זיכער אויב אז עס איז יא מער השארת הנפש שאלה און א בין אדם למקום שאלה. און מען האט עס קיינמאל נישט מתיר געווען.
אוועטאר
שר התורה
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 2:25 pm
לאקאציע: בין הרשב''א, להריטב''א,

Re: וואס איז דאס "חניטה"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר התורה »

אינטערעסאנטע אינפראמאציע, ייש''כ פארן ארויף ברענגן,
ער האט טאקע א,זאפטיגע שפראך!
'תורה הוא' וללמוד אני צריך.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”