ארויף לעבעדיג אין הימל

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

ארויף לעבעדיג אין הימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

בס"ד

ווער פון אונז קען נישט די געשיכטע פון שרח בת אשר, וואס איז געקומען מיט איר פידעלע אויפלעבן דעם אלטן זיידן יעקב אבינו, און דערצילן אז "עוד יוסף חי!" לכבוד דעם האט זי באקומען גאר א גרויסע שכר און איז ארויפגעגאנגען לעבעדיגערהייט אין גן עדן, אזויווי עס ווערט געברענגט אין מסכת דרך ארץ זוטא. עס איז טאקע א זעלטענע זאך ארויפצוגיין אין גן עדן לעבעדיגערהייט, אבער איז שרח בת אשר געווען דאס איינציגסטע? אויב וועלן מיר אריינקוקן טאקע דארט אין מסכת דרך ארץ זוטא, פרק א' משנה ט', וועלן מיר זעהן אז מער פון איינער האט געהאט די געוואלדיגע זאך פון ארויפגיין לעבעדיג אין הימל. איז לאמיר אדורכגיין איינס ביי איינס און זעהן זיין געשיכטע.


חנוך בן ירד
מתושלח'ס טאטע האט געלעבט פיל לענגער ווי זיין זון, ווייל ער לעבט נאך ביזן היינטיגן טאג... חנוך איז געווען א זיבעטער דור פון אדם הראשון, און עס שטייט נישט ביי אים "וימת" אזויווי אויף אלע אנדערע, נאר עס שטייט "ואיננו כי לקח אותו אלוקים", און ער האט ממשיך געווען זיין לעבן אין גן עדן (רלב"ג).

די תורה זאגט אז ער איז געווען ערליך, ויתהלך חנוך את האלוקים, און די תורה שטייט אז זיינע לעבנ'ס טעג זענען געווען 365 יאר, אין א תקופה וואס מענטשן האבן דעמאלט געלעבט מיט הונדערטער יארן לענגער.

רש"י הק' שרייבט אז ער איז טאקע געווען א צדיק אבער ער האט געהאט א גרויסער יצר הרע, דערפאר האט אים השי"ת אזוי שנעל אוועקגענומען פון דער וועלט, כדי ער זאל נישט זינדיגן ח"ו. לויטן תרגום יונתן איז ער גאר געווארן דער הייליגער מלאך מט"ט.

אליעזר עבד אברהם
דאס זאגט אויך די משנה אין דרך ארץ זוטא, אז אליעזר עבד אברהם איז ארויף לעבעדיג אין גן עדן. אבער מען דארף צו וויסן אז ארום אליעזר עבד אברהם טוט זיך א קאמפליצירטער מערכה, ווער און וואס ער איז געווען.

אין פרקי דר' אליעזר (פרק ט"ז) שטייט אז אליעזר איז געווען א קנעכט פון נמרוד, און נאכדעם וואס אברהם אבינו איז ארויס פון קאלעך אויווען האט ער באקומען אליעזר פאר א מתנה, און נאכן טרעפן א כלה פאר יצחק האט אים אברהם אבינו באפרייט, און ער איז גאר עוג מלך הבשן!

דער דעת זקנים (פר' לך) וואונדערט זיך אז עוג איז דאך גע'הרג'עט געווארן און נישט ארויף לעבעדיג אין הימל? ענטפערט ער אז 'עוג' איז נישט די נאמען פון א מענטש, נאר אין בשן האט מען גערופן די קעניג 'עוג', און דאס איז בכלל נישט דער זעלבער עוג מלך הבשן וואס משה רבינו האט אוועקגעלייגט, נאר עוג איז א שם הכולל אזויווי אין מצריים האבן אלע קעניגן געהייסן פרעה, און היינט איז עס אזויווי אלע אמעריקאנע פירער הייסן "פרעזידענט".

שרח בת אשר
מיט איר האבן מיר אנגעהויבן די מאמר, שרח איז געווען א טאכטער פון אשר בן יעקב, זי האט איינגעמאלדן פאר יעקב אבינו אז עוד יוסף חי, און זי האט געלעבט יארן לאנג שפעטער, ביז זי איז ארויף לעבעדיג אין גן עדן.

א גרויסע ראלע האט זי געשפילט ביי יציאת מצרים ווען משה רבינו האט ביי איר באשטעטיגט די סודות וואס זי האט געהאט מקובל פון יוסף הצדיק איבער די זמן הגאולה, אז ווען א שליח פון השי"ת וועט קומען זאגן "פקוד יפקוד" איז א סימן אז ער איז טאקע דער אויסלייזער, אזוי אויך האט זי דערציילט וואו די מצריים האבן באהאלטן די עצמות יוסף.

בתיה בת פרעה
יא, אויך זי איז ארויף לעבעדיג אין הימל! דאס איז די בת פרעה וואס האט געטראפן משה רבינו אין קאסטן און אים ארויסגעצויגן פון וואסער, און זי האט אים טאקע געגעבן דעם נאמען "משה", וואס כאטש ער האט געהאט נאך עטליכע נעמען איז ער געבליבן באקאנט מיט דעם נאמען, ווייל זי האט געטוהן א חסד מיט משה, כאטש וואס איר טאטע איז געווען דער וואס האט אריינגעווארפן די קינדער אין וואסער (מדרש שמות רבה).

עס זענען דא וואס זאגן אז זי האט זיך מגייר געווען, און מפרסם געווען שפעטער די גרויסקייט פון השי"ת. (די זעלבע איז אויך דא א מדרש אויף איר טאטע פרעה, אז ער איז נישט געשטארבן נאר איבערגעלעבט די קריעת ים סוף און נאכדעם מפרסם געווען גדלות הבורא).

אליהו הנביא
דא דארף מען שוין גארנישט דערציילן, יעדער קליינער קינד ווייסט ווער אליהו הנביא איז און אז ער איז ארויף אין הימל לעבעדיגערהייט, ווי מיר זינגען יעדע מוצאי שבת ביים פיוט "אליהו הנביא".

ער האט במשך זיין לעבן אסאך אויפגעטוהן פאר כלל ישראל, זיך געשלאגן מיט די נביאי שקר און זיי באזיגט אויפן הר הכרמל, און אין מלכים ווערט אויספירליך געשילדערט וויאזוי ער איז ארויף אין הימל לעבעדיגערהייט.

אליהו הנביא איז געגאנגען מיט זיין געטרייער תלמיד אלישע פון בת ק-ל צו יריחו און וואו זיי זענען געגאנגען צום נהר הירדן, וואס אליהו האט געשפאלטן אין צוויי. אונטערוועגנס האבן פילע בני נביאים געזאגט פאר אלישע אז היינט וועט זיין רבי אוועקגענומען ווערן, אבער ער האט נישט געוואלט גלייבן.

נאכן שפאלטן די ירדן פרעגט אליהו פון אלישע וואס ער וויל פון אים, און דערנאך איז ער ארויף מיט א שטורעם אין גן עדן, און אלישע האט געשריגן אבי אבי, און פון דעמאלט איז אליהו הנביא פארבליבן אין הימל, ווען ער קומט אראפ פון צייט צו צייט דורכצופירן שליחות'ן אויף דעם וועלט.

יעבץ פון תנ"ך
אין דברי הימים ווערט דערציילט איבער א מענטש מיטן נאמען יעבץ, וואס איז געווען גאר א מכובד'יגער און זיין מאמע האט זיך זייער געמוטשעט מיט זיין געבורט, דאן האט זי אים געשאלטן ווייל ער האט איר געמאכט אזויפיל צער.

יעבץ האט געמאכט א נדר און מתפלל געווען צום באשעפער, און ער איז טאקע געווארן א איש מכובד און געלערנט תורה מיט אידישע קינדער, ער האט פארגעלערנט שיעורים און געהאט א גרויסער בית דין.

ווער איז דער יעבץ? אין גמרא שטייט (תמורה ט"ז.) אז דאס איז עתניאל בן קנז, דער ערשטער שופט נאך יהושע בן נון, און אזוי אויך שטייט אין תרגום יונתן. און ער איז פון די מענטשן וואס ווערן אויסגערעכנט אז זיי זענען ארויף לעבעדיג אן הימל.

רבי יהושע בן לוי
דער גרויסער תנא רבי יהושע בן לוי האט אויך געהאט די זכיה ארויפצוגיין לעבעדיג אין גן עדן, ווי די גמרא דערציילט (כתובות ע"ז:) אז ווען עס איז געקומען זיין צייט צו נסתלק ווערן איז דער מלאך המות געקומען צו אים און געזאגט אז ער קען אים בעטן סיי וואס איידער ער וועט אים הרג'נען, האט רבי יהושע בן לוי געוואלט זעהן זיין פלאץ אין גן עדן.

דער מלאך המות האט אים גענומען און אינמיטן וועג זאגט ר' יהושע בן לוי פארן מלאך המות "גיב מיר דיין מעסער איך זאל נישט מורא האבן פון דיר", און דער מלאך המות האט אים עס געגעבן. ווען דער מלאך המות האט אונטערגעהויבן ר' יהושע בן לוי צו קוקן זיין פלאץ אין גן עדן, האט רבי יהושע געגעבן א שפרינג אריין אינעווייניג.

דער מלאך המות האט אים געכאפט ביים עק פון זיין קלייד און געווארנט ער זאל שוין צוריקקומען, האט ר' יהושע געשוואוירן אז ער קומט נישט צוריק! האט השי"ת געזאגט אז היות ר' יהושע האט קיינמאל נישט געזאגט קיין ליגענט וועט ער בלייבן אין גן עדן, רבי יהושע האט נישט געוואלט צוריקגעבן פארן מלאך המות זיין מעסער, אבער דאן איז ארויס א בת קול אז ער מוז עס צוריקגעבן.

חירם מלך צור

דאס איז געווען א גוי'אישער קעניג, וואס איז געווען זייער גינסטיג צו אידישע קינדער. ער איז געווען א גוטער פריינד מיט דוד המלך, און ווען דוד האט געבויעט די שטאט "עיר דוד" האט חירם געשיקט פילע ארבייטער און ארכיטעקטן מיט גוטע טענען האלץ מיט וואס צו בויען.

אויך ווען שלמה המלך האט געבויעט די בית המקדש האט ער געשיקט טענען און ציפרוס ביימער, באדעקט מיט גאלד. אלס הכרת הטוב האט אים שלמה המלך צוריקגעשיקט 20,000 כור ווייץ און 20 כור אויל, אויך האט ער באקומען 20 שטעט איו גליל, אין גמרא (ב"ב) ווערט געברענגט אז א שטיק צייט האט ער זיך געהאלטן פאר אן אפגאט...

עבד מלך הכושי
ער איז געווען אין די צייטן פון די ערשטע חורבן היהמ"ק, ווען ירמיה הנביא האט אנגעווארנט יהויקים המלך אז דער גרויסער חורבן וועט אנקומען און יהויקים האט נישט געהאלטן ביים טוישן זיינע שלעכטע מעשים, יהויקים האט געוואלט ארעסטירן ירמיה הנביא, און ירמיה איז באצייטנס אנטלאפן.

נאך יהויקים'ס טויט האט אים צדקיהו איבערגענומען און ער האט געבעטן פון ירמיה ער זאל מתפלל זיין פאר ירושלים זי זאל נישט אריינפאלן אין גוי'אישע הענט. אבער למעשה האט ירמיה הנביא געזאגט נבואה אז ירושלים וועט פאלן צו די כשדיים, און נאכדעם וואס מ'האט געמאכט אויף אין א בלבול אז ער איז א שפיאן פאר די כשדיים איז ירמיה ארעסטירט געווארן.

די שרים זענען געווען ברוגז אויף ירמיה און זיי האבן אים אריינגעווארפן אין א גרוב מיט ליים, וואו ער האט זיך געזאלט דערטרענקען רח"ל, אבער דער עבד מלך הכושי האט דאס באמערקט און ער האט שנעל גערופן דרייסיג מענטשן וואס האבן אים ארויסגעשלעפט פון דארט און אין די לעצטע מינוט געראטעוועט ממות לחיים ממש.

רש"י שרייבט אז דער עבד מלך גייט ארויף אויף ברוך בן נריה הסופר, דער באליבטער תלמיד פון ירמיה הנביא, אבער דער מצודות זאגט אז דאס איז געווען א טונקל - הויטיגער קנעכט פון צדקיהו.

ווער נאך?
מיר טרעפן איבער נאך עטליכע וואס זענען ארויף אויבן אין הימל לעבעדיגערהייט, דער לעצטער אין די משנה איז משיח צדקינו, אויף וועמען מיר קוקן שוין ארויס מיט פארקלעמטע הערצער בכל יום שיבוא.

נאך צוויי נעמען פון מענטשן וואס זענען ארויף לעבעדיג אין הימל ווערט געברענגט אין אוצר המדרשים בשם א מדרש "חופת אליהו", דאס זענען בנימין בן יעקב און כלאב בן דוד המלך, אבער מיר האבן נישט געטראפן נאך א מקור דערצו.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אין ספר בעל שם טוב על התורה שטייט אז דער בעש"ט איז געווען ראוי דערצו, ויש בזה קצת סתירה בנוסח המאמר מדברי המהרש"ב זי"ע ואין לי עכשיו פנאי להאריך
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

ארויף לעבעדיג אין הימל.pdf
(34.45 KiB) געווארן דאונלאודעד 167 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אין אישי האב איך באקומען די תגובה:

אין אישי האט איינער האט געשריבן:דו האסט פארגעסן פון עליית נשמה? אפס... יישר כח, אפשר שרייבסטו וועגן עליית נשמה ביי צדיקים, וואס איז עס און וויאזוי עס ארבעט?


תשובה: עליית נשמה איז א נושא פאר זיך, און האט נישט קיין פארבינדונג צו אונזער שמועס.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שמעלקא זאפטיגער, ביטע, מאך אן ארטיקל און ערקלער "דאס שאפן פון א שמעלקא זאפטיגער ארטיקל". א שטייגער ווי: וויאזוי באשליס איך וועלכע טעמע צו נעמען? וואס זענען מיינע מקורות? ווי לאנג געדויערט צוזאמצושטעלן אזא זאך?

א דאנק פאר דיין ארבעט
Efroiach
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Efroiach »

דאכצעך מיר אין תרגום יהונתן בן עוזיאל שטייט אז שרח בת אשר איז פון די 10 וואס זענען אריין אין גן עדן לעבעדיגערהייט,
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

Efroiach האט געשריבן:דאכצעך מיר אין תרגום יהונתן בן עוזיאל שטייט אז שרח בת אשר איז פון די 10 וואס זענען אריין אין גן עדן לעבעדיגערהייט,


מיט דעם האבן מיר דאך אנגעהויבן אונזער ארטיקל...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

9

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אין אישי האב איך באקומען די תגובה:

אין אישי האט איינער האט געשריבן:דו האסט פארגעסן פון עליית נשמה? אפס... יישר כח, אפשר שרייבסטו וועגן עליית נשמה ביי צדיקים, וואס איז עס און וויאזוי עס ארבעט?


תשובה: עליית נשמה איז א נושא פאר זיך, און האט נישט קיין פארבינדונג צו אונזער שמועס.


אפשר שרייבסטו טאקע אויך וועגן די נושא פון עליית נשמה, מען קען דערויף אויך מאכן א לאנגס און א ברייטס
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
האבגרויסהצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האבגרויסהצלחה »

זייער גוט

הנאה געהאט עס צו ליינען
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

לכאורה האט געשריבן:שמעלקא זאפטיגער, ביטע, מאך אן ארטיקל און ערקלער "דאס שאפן פון א שמעלקא זאפטיגער ארטיקל". א שטייגער ווי: וויאזוי באשליס איך וועלכע טעמע צו נעמען? וואס זענען מיינע מקורות? ווי לאנג געדויערט צוזאמצושטעלן אזא זאך?

א דאנק פאר דיין ארבעט


עיין כאן
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

זייער שיין.

א דאנק.

אין תשובות תרוה"ד ח"ב סי' קב רעדט ער אויב אשת אלי' אדער ריב"ל וכדו' זענען ערלויבט חתונה האבן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

זייער אינטערעסאנט,
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
ארויף לעבעדיג אין הימל.pdf

הערליכע ארטיקעל ממש א מחי' צו ליינען

כלפי כלאב בן דוד און בנימין בן יעקב איז לכאורה אן אפענע גמרא פארקערט
ב"ב דף יז. האט געשריבן:תנו רבנן ארבעה "מתו" בעטיו של נחש ואלו הן בנימין בן יעקב ועמרם אבי משה וישי אבי דוד וכלאב בן דוד וכולהו גמרא לבר מישי אבי דוד דמפרש ביה [קרא] דכתיב (שמואל ב יז, כה) ואת עמשא שם אבשלום תחת יואב על הצבא ועמשא בן איש ושמו יתרא הישראלי אשר בא אל אביגיל בת נחש אחות צרויה אם יואב וכי בת נחש היא והלא בת ישי היא דכתיב (דברי הימים א ב, טז) ואחיותיהם צרויה ואביגיל אלא בת מי שמת בעטיו של נחש:

כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

משה כספי האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
ארויף לעבעדיג אין הימל.pdf

הערליכע ארטיקעל ממש א מחי' צו ליינען

כלפי כלאב בן דוד און בנימין בן יעקב איז לכאורה אן אפענע גמרא פארקערט
ב"ב דף יז. האט געשריבן:תנו רבנן ארבעה "מתו" בעטיו של נחש ואלו הן בנימין בן יעקב ועמרם אבי משה וישי אבי דוד וכלאב בן דוד וכולהו גמרא לבר מישי אבי דוד דמפרש ביה [קרא] דכתיב (שמואל ב יז, כה) ואת עמשא שם אבשלום תחת יואב על הצבא ועמשא בן איש ושמו יתרא הישראלי אשר בא אל אביגיל בת נחש אחות צרויה אם יואב וכי בת נחש היא והלא בת ישי היא דכתיב (דברי הימים א ב, טז) ואחיותיהם צרויה ואביגיל אלא בת מי שמת בעטיו של נחש:



איז דא האט איר די מקורות:

שבעה נכנסו בחייהם לגן עדן, שרה (סרח) דכתיב אנכי שלומי אמוני ישראל, ובתיה בת פרעה, דכתיב ילדה את ירד... חירם מלך צור משום שעשה משכן כמו שעשה משה, ועבד מלך הכושי דאסקיה את ירמיה, אליעזר על דפלחיה לאברהם, ובן בנו של יהודה הנשיא גמרא, ורבי יהושע בן לוי נמי גמרא, ויעבץ מנא לן, דכתיב ויקרא יעבץ, וכתיב והיתה ידך עמי... (מסכת כלה: פרק ג בסופו)

תשעה נכנסו בחייהם לגן עדן, ואלו הן חנוך ומשיח ואליהו ואליעזר עבד אברהם ועבד מלך הכושי וחירם מלך צור ויעבץ, בנו של רבי יהודה הנשיא וסרח בת אשר, ובתיה בת פרעה. ויש אומרים הוציאו חירם ונכנס תחתיו רבי יהושע בן לוי... (ילקוט שמעוני: בראשית פרק ה, מב)

ט' נכנסו לגן עדן בחיים ולא טעמו טעם מיתה, בנימן בן יעקב, כלאב בן דוד, סרח בת אשר, בתיה בת פרעה, אליעזר עבד אברהם, ועבד מלך הכושי, ומשיח ואליהו, ויעבץ בנו של רבי יהודה הנשיא, וי"א אף רבי יהושע בן לוי. (מדרש מעשה תורה שער ט)
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

דער האט דא צוזאמגעווארפן ידיעות מיט אינטרעסאנטע זאכן.......

א גרויסע יישר כח שמעלקא'לע, און זעה צו ברענגען נאך פון די זאפטיגע סחורה
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

שרח בת אשר איז לויט מדרשי חז״ל אויך געווען די קלוגע פרוי וואס האט איבערגעגעבן דעם מורד במלכות שבע בן בכרי פאר יואב בן צרויה, ווי עס ווערט געברענגט די מעשה אין שמואל ב׳ קאפיטל כ.

דער רד״ק דארט ווינדערט זיך אז זי האט געלעבט אזוי לאנג.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

הערליך און גאר רייך באשריבן. אבער ביטע שרייב די מקור ביי יעדע נאמען.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זייער שיין אבער העיקר חסר מן הספר, וואס מיינט ארויף לעבעדיג אין הימל? ביטע זיי מסביר. זענען דען דא גופים אין גן עדן?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אויסגערעכנט האט געשריבן:הערליך און גאר רייך באשריבן. אבער ביטע שרייב די מקור ביי יעדע נאמען.


שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
איז דא האט איר די מקורות:

שבעה נכנסו בחייהם לגן עדן, שרה (סרח) דכתיב אנכי שלומי אמוני ישראל, ובתיה בת פרעה, דכתיב ילדה את ירד... חירם מלך צור משום שעשה משכן כמו שעשה משה, ועבד מלך הכושי דאסקיה את ירמיה, אליעזר על דפלחיה לאברהם, ובן בנו של יהודה הנשיא גמרא, ורבי יהושע בן לוי נמי גמרא, ויעבץ מנא לן, דכתיב ויקרא יעבץ, וכתיב והיתה ידך עמי... (מסכת כלה: פרק ג בסופו)

תשעה נכנסו בחייהם לגן עדן, ואלו הן חנוך ומשיח ואליהו ואליעזר עבד אברהם ועבד מלך הכושי וחירם מלך צור ויעבץ, בנו של רבי יהודה הנשיא וסרח בת אשר, ובתיה בת פרעה. ויש אומרים הוציאו חירם ונכנס תחתיו רבי יהושע בן לוי... (ילקוט שמעוני: בראשית פרק ה, מב)

ט' נכנסו לגן עדן בחיים ולא טעמו טעם מיתה, בנימן בן יעקב, כלאב בן דוד, סרח בת אשר, בתיה בת פרעה, אליעזר עבד אברהם, ועבד מלך הכושי, ומשיח ואליהו, ויעבץ בנו של רבי יהודה הנשיא, וי"א אף רבי יהושע בן לוי. (מדרש מעשה תורה שער ט)
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”