די "הונגער שטיין"

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

די "הונגער שטיין"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

די וואך אין די פרשה געפינען מיר איבער די זיבן גרויסע הונגער יארן וואס איז געווען אין מצרים במשך די יארן וואס יוסף הצדיק האט געדינט אלס דער משנה למלך, וויאזוי דאס לאנד האט געהאלטן פאר א קאטאסטראפע און יוסף הוא המשביר, ער האט געראטעוועט די מצב מיט זיינע גוטע עצות. לאמיר כאפן א בליק וויאזוי א מצרי אין יענע צייטן האט עס געשילדערט, און ווי אינטערעסאנט עס איז פארבליבן אפגעשריבן ביזן היינטיגן טאג. איר ווייסט פון וואס מיר רעדן? פון די "הונגער שטיין" האט איר שוין געהערט? אויב נישט, ווערט געוואויר מער אין די פאלגענדע ארטיקל.


דער שטיין
דער שטיין ווערט אנגערופן אין די וועלט פון וויסנשאפטלער "דער הונגער סטעלא", עס איז געשריבן געווארן מיט די חרטומ'ישע היגרעאלאפישע שפראך. (היגרעאלאפיש מיינט א שפראך וואס באשטייט פון סימבאלן אנשטאט אותיות, יעדע סימבאל באדייט א צווייטע ווארט).

עס איז געפונען געווארן ביי די ברעגעס פון די נילוס אויף דרום צום שטאט אסואן, און איז אנטעקט געווארן אין יאר תרמ"ז דורך דער גוי'אישער פארשער פלינדרעס פיטרי.
עס איז אויסגעקריצט געווארן אויף א גראניט שטיין וואס איז שיין אויסגעשניטן אין א קעסטל, דער שריפט באשטיייט פון 42 שורות פול מיט ווערטער / סימבאלן. דער דאזיגער שטיין איז פארוואנדלט געווארן צו דער אפיציעלער אדרעס צו דעשיפרירן דעם חרטומיש'ן שפראך.

אין די באשרייבונג ווערט אדרעסירט זיבן יאר פון הונגער און טרוקעניש, אין די צייטן ווען אויפן כסא מלוכה איז געזעסן דער קעניג פרעה זשאסער דער דריטער, עס באשרייבט די מצריש'ע אפגעטער און צווישן זיי דער גרויסער אפגאט "נילוס", און נאך פארשידענע נארישע אומעקזיסטירענדע געטער.

נישט דער גאנצער שטיין איז גאנץ, אויפן אויבערשטן דריטל איז פארהאנען א שפאלט וואס איז שוין ווארשיינליך געווען בשעת'ן שרייבן ווייל דאס האט נישט אויף זיך אותיות, און דא דארט איז עס אויך געשעדיגט געווארן און נישט אלעס קען מען אפליינען.

איר אינהאלט
איידער מיר וועלן זעהן פון וועלכער הונגער יאר ער רעדט, לאמיר אפליינען אין אידיש וואס דער שטיין האט צו פארציילן:

דער שרייבער דערציילט אז מען האלט ביים 18'טן יאר למלכות המלך זשאסער, דער קעניג איז זייער באזארגט איבערדעם וואס מצרים פארט אויף רעדער, מענטשן דרייען זיך ארום הונגעריג און דערשראקן, דער אפגאט נילוס איז ברוגז און נידערט זיינע וואסער ממש ביז אראפ, און די פעלדער ווערן נישט געבענטשט פון די נילוס וואסערן, דערפאר באטרעפט זיי א קללה און עס וואקסט גארנישט.

דאס פאלק איז אומצופרידן, הונגעריגע בירגער שטורעמען די גאסן און באגייען פארברעכן, מענטשן באצאלן נישט פאר די גלחים זייערע קרבנות, און עס טוט זיך א כאדאראם, דאס לאנד גייט אונטער, עס איז א כאדאראם.

דאן ווענדט זיך פרעה צו צו זיין וויצע און גרעסטער ראטגעבער 'אמחאטאפ', און בעט אים ער זאל מתפלל זיין ביים אפגאט אז די וואסערן פון די נילוס זאלן צוריקוואקסן, און דער נילוס אפגאט זאל זיי פארגעבן. אמחאטאפ איז געגאנגען מתפלל זיין און די וואסערן פון די נילוס זענען צוריקגעקומען...

(ווי פארשטענדליך שרייבט ער שטותים דארט און לויב ווערטער אויף זיינע אפגעריסענע געטשקעלעך, אבער זיי האבן סייווי קיין סאך - און ווייניג פונקט אזוי - נישט געקענט ארויסהעלפן דאס מצב). דער פרעה איז געווען זייער צופרידן און געשאנקען פאר אלע זיינע גלחים און גייסטליכע אומזיסטע פעלדער וואס מ'דארף נישט צאלן דערויף קיינע שטייערן.

ווער איז אמחאטאפ?
ווייסן מיר שוין אז דער וויצע פון פרעה אמחאטאפ האט געברענגט אן ענדע צו די הונגער, לאמיר דעמאלט נאכקוקן ווער איז דער אמחאטאפ, וואס דערציילן אויף אים די מצריים, און וואס זאגן היסטאריקער אויף אים.

דער אמכחאטאפ איז געווען דער געלונגענסטער מענטש פון מצרים אין זיינע צייט, א מענטש מיט הצלחה אין וואס ער האט נאר איינגעטינקען זיין פינגער. ער איז געווען דער גרעסטער עצה געבער און חלום באשיידער אין זיינע טעג, און זיין חכמה איז געווען נישט צום פארשטיין.

ער איז געווען א קינד פון מענטשן וואס האבן נישט געוואוינט אין מצרים, און טייל האבן געגלייבט אז ער איז געווען אמאל אין געפענגעניש. (באקאנט פאר אייך?).
נאך א שטארקע זאך וואס די מצריים באוויינען איז, אז מען ווייסט נישט וואו ער איז באגראבן געווארן, כאטש וואס ער איז ווארשיינליך געווען דער וואס האט מיט זיין חכמה ערפינדן די טעכניק וויאזוי צו בויען די פיראמידן (די שפיציגע געביידעס אין מצריים) וואס זענען געווען שפייכלער'ס פאר די עסן אין די הונגער יארן, און האט געדינט אויך פאר באגרעבעניש ערטער פון אלע פרעה'ס.

די שילדערונג פון אמכאטאפ אין היסטאריע און דורך די מצריים, האט גאר ענליכע שטריכן צו יוסף הצדיק און דאס וואס די הייליגע תורה דערציילט אונז.
נישט אז מיר דארפן צוקומען צו א צווייטנס עדות ח"ו, וואס די תורה הק' זאגט דאס איז ריכטיג און מיר דארפן נישט קיין ראיות דערוועגן, אבער עס איז א גוטע נצחון און באווייז פאר די אלע אפיקורסים וואס לייקענען אין תורת משה.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דער שטיין

unnamed.jpg
unnamed.jpg (14.34 KiB) געזען 4414 מאל


מיט א נענטערן בליק

unnamed.jpg
unnamed.jpg (10.04 KiB) געזען 4414 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

זייער זייער אינטערעסאנט!

ווען קומט ווייטער?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אגב, נישט יעדער האלט אז דער אמחאטאפ איז געווען יוסף הצדיק, פילע פארשער זאגן אז דאס איז געווען די הונגער פון 1,000 יאר שפעטער אונטער די תלמישער הערשאפט, אויב וועט זיין צייט וועלן מיר שרייבן איבער דעם אויך, אויב קען דאס א צווייטער טון במקומי תבוא עליו ברכה.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

נו, ווער וויל מיר העלפן?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

ישר כח פאר די אלע הערליכע ארטיקלן יעדע וואך, כ'האף עס צו קענען איין טאג קויפן צוזאמענגעשטעלט אין א שיין ספר


זעה דא נאך אינפארמאציע איבער די הונגער שטיין דא:
https://www.dropbox.com/s/2ma5avvtw0ewy ... D.pdf?dl=0
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

מוטשע נישט האט געשריבן:ישר כח פאר די אלע הערליכע ארטיקלן יעדע וואך, כ'האף עס צו קענען איין טאג קויפן צוזאמענגעשטעלט אין א שיין ספר


זעה דא נאך אינפארמאציע איבער די הונגער שטיין דא:
https://www.dropbox.com/s/2ma5avvtw0ewy ... D.pdf?dl=0


WOW !!!
וואו האסטו דאס פארשאפט?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

אמאל באקומען אויף אימעיל
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

דא איז 2 פונקטן וואס די ליינער דארפן וויסן:
1) פרעה דזשאסער האט געלעבט 300 יאר איידער'ן חורבן. (זייער לאנג נאך יוסף הצדיק) - בזמן תלמי המלך.
2) ביי יוסף הצדיק איז דער הונגער געווען נאר 2 יאר. נישט קיין זיבן.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

נאטרוליסט האט געשריבן:דא איז 2 פונקטן וואס די ליינער דארפן וויסן:
1) פרעה דזשאסער האט געלעבט 300 יאר איידער'ן חורבן. (זייער לאנג נאך יוסף הצדיק) - בזמן תלמי המלך.
2) ביי יוסף הצדיק איז דער הונגער געווען נאר 2 יאר. נישט קיין זיבן.


שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אגב, נישט יעדער האלט אז דער אמחאטאפ איז געווען יוסף הצדיק, פילע פארשער זאגן אז דאס איז געווען די הונגער פון 1,000 יאר שפעטער אונטער די תלמישער הערשאפט, אויב וועט זיין צייט וועלן מיר שרייבן איבער דעם אויך, אויב קען דאס א צווייטער טון במקומי תבוא עליו ברכה.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

PDF פליז אויב מעגליך

ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

פי. די. עף.
ידיעות.pdf
די הונגער שטיין
(155.21 KiB) געווארן דאונלאודעד 217 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

Wow ישר כח!
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

פארוואס ליגט עס אין 'בית המדרש' עס באלאנגט אין זכור ימות עולם
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

עס איז אין די פארום פון ידיעות התורה.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

א ריזיגע און מאכטפולע ישר כח... שטארק הנאה געהאט.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
זיידע ומומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 12, 2012 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידע ומומחה »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:עס איז אין די פארום פון ידיעות התורה.

:?: :?:
איך האב נישט געזעהן איין אידישער מקור
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

זיידע ומומחה האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:עס איז אין די פארום פון ידיעות התורה.

:?: :?:
איך האב נישט געזעהן איין אידישער מקור


דעמאלט רעד צו די אחראים זאלן עס אריבערפירן ביטע אויב עס שטערט אייך.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
מוטשע נישט האט געשריבן:ישר כח פאר די אלע הערליכע ארטיקלן יעדע וואך, כ'האף עס צו קענען איין טאג קויפן צוזאמענגעשטעלט אין א שיין ספר


זעה דא נאך אינפארמאציע איבער די הונגער שטיין דא:
https://www.dropbox.com/s/2ma5avvtw0ewy ... D.pdf?dl=0


WOW !!!
וואו האסטו דאס פארשאפט?

דאס קומט פון ארכיאולוגיה תנ"כית פון הרב זמיר כהן.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זייער שיין שמעלקע
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

בשייכות צו דעם אשכול איז כדאי צו גיבן א קוק דא viewtopic.php?t=9955
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”