באשאפן בעלי חיים מיט ספר יצירה

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

באשאפן בעלי חיים מיט ספר יצירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

בס"ד

די וואך באגעגענען מיר זיך מיט גאר אן אינטערעסאנטער חידוש וואס דער של"ה הקדוש ברענגט: וישב יוסף את דיבתם רעה אל אביהם, זאגט רש"י אז ער האט זיי געזען עסן אבר מן החי. פרעגט דער של"ה הק' וויאזוי קען זיין אזא זאך אז די שבטי ק-ה זאלן ח"ו עסן אבר מן החי? ענטפערט ער אז ער האט געזען שטיין אין אן אלטער קובץ, אז די שבטים - וואס זענען נישט געווען קינדער פון די שפחות - האבן געהאט די ספר יצירה וואס אברהם אבינו האט געשריבן, און מיט דעם האבן זיי באשאפן א בעל חי, און אזא בעל חי וואס ווערט באשאפן דורך א מענטש איז נישט מחויב מיט שחיטה, און דאס האבן די שבטים געגעסן אבר מן החי. לאמיר אריינבליקן אין דעם אינטערעסאנטן נושא פון באשאפן בעלי חיים מיט ספר יצירה, און באגעגענען פארשידענע הלכה'דיגע שאלות ארום דעם נושא.


באשאפן דורך ספר יצירה

אין גמרא (סנהדרין ס"ה:) פארציילט די גמרא, אז דער אמורא רבא האט באשאפן א מענטש דורך ספר יצירה, און ער האט דאס געשיקט צו ר' זירא. ר' זירא האט אנגעהויבן צו רעדן מיט אים און דער מענטש האט נישט געענטפערט, און ווי דער מהרש"א איז מסביר האט דער באשעפעניש וואס ווערט באשאפן מיט ספר יצירה בלויז די כח צו לעבן און גיין, אבער רעדן קען נאר דער אייבישטער געבן די מתנה, און א בשר ודם נישט.

האט זיך ר' זירא אנגערופן צו דעם מענטש, "איך זעה אז דו ביסט באשאפן געווארן דורך מיינע חברים וואס באנוצן זיך מיט די ספר יצירה, גיי צוריק צום ערד פון וואס דו ביסט באשאפן געווארן".

אזוי אויך דערציילט די גמרא אז רבי חנינא און רבי אושעיא האבן יעדן ערב שבת עוסק געווען אין ספר יצירה, און זיי האבן באשאפן גאר א גוטע קעלבל לכבוד שבת, און דאב האבן זיי געגעסן דערפון די סעודת שבת.

עס זענען דא פארשידענע אינטערסאנטע שאלות אין דעם נושא, לאמיר אביסל אריינקוקן פון די הלכה'דיגן שטאנדפונקט, וואס עס איז נוגע איבער די באשאפענע מענטשן.

מצרף זיין צו מנין

דער גאון רבי צבי הירש בן יעקב אשכנזי שרייבט אין זיין ספר חכם צבי (שו"ת סי' צ"ג) איבער דעם נושא, בין הדברים דערציילט ער אז זיין זיידע ר' אליהו דער מגיג פון כעלעם (יא, כעלעם איז א עכטער שטאט) האט באשאפן א מענטש, און ער קומט צו די הלכה'דיגע חלק:

קען מען אזא איינעם מצרף זיין צו מנין, וויבאלד די גמרא זאגט אז איינער וואס וואקסט אויף א יתום ביי זיך אין שטוב איז אזויווי ער האט אים געבוירן, און די זעלבע וועט אויך זיין ווען א צדיק באשאפט א מענטש, אדער ניין, נאר איינער וואס איז א איד און שטאמט פון אידן - און אויף אים זאגט דער פסוק ונתקדשתי בתוך בני ישראל - קען מצרף זיין?

ער ברענגט א ראיה אויף נישט, ווייל מען זעט דאך אז רבי זירא האט אים גע'הרג'עט, און כאטש וואס די איסור פון שפיכות דמים איז נישטא ביי אזא סארט מענטש, ווייל די תורה זאגט "שופך דם האדם באדם דמו ישפך" זעען מיר דאך אז נאר פארגיסן בלוט פון א "אדם" איז אסור, אבער אויב וואלט ער געקענט מצרף זיין צו מנין, וואלט אים ר' זירא נישט גע'הרג'עט, און ער בלייבט מיט א ספק.

אבער זיין זון דער יעב"ץ שרייבט אז עס איז זייער פשוט און בכלל נישט קיין ספק, אזא באשעפעניש קען נישט מצרף זיין, ווייל וואס זאל ער זיין אנדערש פון א חרש שוטה וקטן וואס זענען פונקט ווי יעדע איד און דאך קענען זיי נישט מצרף זיין?

א שיינער ראיה אז מ'קען נישט מצרף זיין אזא איינער ברענגט דער חיד"א (ברכי יוסך או"ח סי' נ"ה) ווייל די גמרא פארציילט אין מס' גיטין (לח:) אז ר' אליעזר האט באפרייט זיין עבד ווייל ער האט נישט געהאט קיין מנין. אויב וואלט מען געקענט מצרף זיין א מענטש פון ספר יצירה, וואלט דאך זיכער דער גרויסער תנא געקענט באשאפן א מענטש פאר מנין, פארוואס האט אויסגעפעלט אים צו באפרייען? אלא מאי קען מען נישט מצרף זיין אזא איינעם צו מנין.

דער גולם פון ר' אליהו בעל שם

מיר האבן פריער דערמאנט איבער די עדות פון דעם חכם צבי אז זיין זיידע רבי אליהו פון כעלעם האט באשאפן א מענטש מיט ספר יצירה. וואס איז געווארן מיט אים?

דער יעב"ץ שרייבט דעם געשיכטע: זיין זיידע דער גרויסער צדיק רבי אליהו בעל שם פון כעלעם האט באשאפן א גולם פון ערד, און ער האט זיך מיט אים באנוצט.

וואס איז אינטערסאנט מיט דעם גולם איז געווען, אז ער איז געוואקסן און געוואקסן זייער הויעך, און וואס א טאג שפעטער איז ער געווארן א גרעסערער ריז... דער מצב איז געווארן ערנסט, וואו ער איז געגאנגען האט ער געשעדיגט מענטשן און צו'מזיק'ט געביידעס...

רבי אליהו בעל שם איז אים נאכגעלאפן און ארויפגעקראכן אויף אים ארויסצונעמען דעם קמיע מיטן שם וואס האט אים געגעבן לעבן, עס איז אים טאקע געלונגען און דער גולם איז געשטארבן, אבער נישט פאר דער גולם האט אים געגעבן א שטארקן זעץ פון וואס ער איז געבליבן פארוואונדער אויפן פנים א גאנץ לעבן.

האט דער גולם פון פראג עקזיסטירט?

קינד און קייט ווייסן צו דערציילן איבער דער גולם וואס דער מהר"ל האט באשאפן, יאסעלע גולם פון פראג. אבער איז טאקע געווען אזא גולם? האט דער מהר"ל ווירקליך באשאפן א גולם?! אדער שטייט דער גאנצער לעגענדע אויף הינערישע פיס?!

עס איז אן אריכות, מיר וועלן נאר ברענגען אין קורצן די פאקטן וואס מ'ווייסט, והבוחר יבחר.

דער מקור אז דער מהר"ל האט באשאפן א גולם, איז לכאורה געווען אין א בוך מיטן נאמען "היהודי גיל בלאס", וואס ער שרייבט אז מען ווייסט פון די גולם וואס דער מהר"ל האט באשאפן.
די אלע באקאנטע געשיכטעס שטאמען פון א מעשה ביכל "נפלאות המהר"ל" וואס א רב מיטן נאמען רבי יהודא ראזענבערג האט געשריבן, אין די הקדמה שרייבט ער אז דאס איז באזירט אויף אמת'ע פאקטן פון א כתב יד וואס ער האט אין זיין באזיס.

צו די מעשיות זענען אמת איז א גרויסער מחלוקת, עס זענען דא וואס זאגן אז דער מחבר האט עס געשריבן נאר כדי צו ראטעווען אידישע קינדער פון ליינען השכלה ביכער, און דערפאר האט ער פאנטאזירט א דראמאטישע געשיכטע. אנדערע זאגן אז עס איז יא אמת, אין חב"ד ווייסט מען אפילו צו דערציילן אז דער ריי"ץ זצ"ל האט אפילו באזוכט אין די בוידעם פון די אלט-ניי שול אין פראג און געזען דארט איבערבלייבענישן פון די גולם.

דער בני יששכר שרייבט אז עס איז ידוע אז דער מהר"ל האט זיך באנוצט מיט ספר יצירה, אבער ער שרייבט נישט קלאר ארויס אז ער האט באשאפן א גולם.

עס איז דא עפעס א בריוו פון הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זצ"ל וואו עס שטייט אז ער האט געזען א כתב יד פון דער מהר"ל אליינס אז ער האט באשאפן א גולם, אבער עס זענען דא וואס זאגן אז דער ספינקא רבי האט געזען א פאלשע בריוו וואס א לץ האט אים אונטערגעשטעלט.

ווער נאך האט באשאפן א גולם?

מען ווייסט פון לכה"פ נאך צוויי צדיקים וואס האבן עוסק געווען אין באשאפן א גולם, דער ערשטער האט למעשה נישט צוגעענדיגט, דאס האט דער גאון רבי חיים וואלאזשינער דערציילט, אז אלס קליין קינד האט דער ווילנער גאון אנגעהויבן צו באשאפן א גולם, אבער ער האט שפעטער צוריקגעצויגן און אויפגעהערט אינמיטן.

דער צווייטער איז דער הייליגער בעל שם טוב הקדוש, ווי עס ווערט געברענגט אין ספר קובץ אליהו בשם דער הייליגער רוזשינער, אז דער בעש"ט הק' האט באשאפן א גולם אויפן וועג ארויף קיין ארץ ישראל, מיט וואס ער האט באזייטיגט אלע שטרויכלונגען אויפן וועג.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

הרה"ג ר' שמעלקא ידען שליט"א מכובד מיט'ן זאגן נאך אזעלעכע רייכפולע שיעורים...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

איבער די באשאפונג פון די גולם פון פראג האף איך בל"נ צו שרייבן מער באריכות אין א צווייטע געלעגנהייט.
ועוד חזון למועד.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

פי. די. עף.
אטעטשמענטס
ספר יצירה.pdf
(161.82 KiB) געווארן דאונלאודעד 126 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שמעלקע
דאס איז גוט און זאפטיג

גע'פדפ'ט לטובת הרבים (און פאר מיר אליינ'ס אויך).
אטעטשמענטס
באשאפן בעלי חיים מיט ספר יצירה, שמעלקא זאפטיגער אייוועלט וישב תשע''ז.pdf
(105.32 KiB) געווארן דאונלאודעד 145 מאל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

זעה איך שמעלקע האט מיר אויסגעכאפט
שוין ירא"ש יוצא ידי שניהם
און צוויי מאל איז שטארקער
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א גרויסן יישר כח ר' שמו, דיינס איז טאקע פיל בעסער פארן אויג.
ליינט און האט הנאה!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח ר' שמו, דיינס איז טאקע פיל בעסער פארן אויג.
ליינט און האט הנאה!

הבוחר יבחר, ווייל סוכ"ס מיינ'ס איז צושפרייט אויף 2 עמודים, און דיינ'ס פיט אויף איין עמוד, וואס מענטשן האבן צומאל ליבערשט ליב.
עניוועי דער תוכן איז זיכער געוואלדיג, (האבן מיר ארויסגעפרינט, און מיר וועלן דאס איבערגעבן פאר די ב"ב בעז"ה, זאל זי אויך הנאה האבן).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

;l;p- ;l;p-

שמעלקא עס יוזשעל
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

הערליך, דו האסט מיר ערשטוינט מער ווי אייביג, אז איך האב מיר נישט געקענט איינהאלטן און געשיקט די לינק צו אפאר חברים.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

דאנקע שיין ר' שמעלקא, זייער שיין, קורץ און שארף!

פאר מער איבער דעם גולם פון פראג קען מען שרייבן אין די אשכול יאסעלא גולם היה או לא? אדער אין דעם אשכול פון ר' יודל ראזענבערג ז"ל וואס די חברים דא האבן שוין מאריך געווען אין דעם ענין.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

נא_שכל האט געשריבן:דאנקע שיין ר' שמעלקא, זייער שיין, קורץ און שארף!

פאר מער איבער דעם גולם פון פראג קען מען שרייבן אין די אשכול יאסעלא גולם היה או לא? אדער אין דעם אשכול פון ר' יודל ראזענבערג ז"ל וואס די חברים דא האבן שוין מאריך געווען אין דעם ענין.


שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
קינד און קייט ווייסן צו דערציילן איבער דער גולם וואס דער מהר"ל האט באשאפן, יאסעלע גולם פון פראג. אבער איז טאקע געווען אזא גולם? האט דער מהר"ל ווירקליך באשאפן א גולם?! אדער שטייט דער גאנצער לעגענדע אויף הינערישע פיס?!

עס איז אן אריכות, מיר וועלן נאר ברענגען אין קורצן די פאקטן וואס מ'ווייסט, והבוחר יבחר.


שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:איבער די באשאפונג פון די גולם פון פראג האף איך בל"נ צו שרייבן מער באריכות אין א צווייטע געלעגנהייט.
ועוד חזון למועד.


יישר כח פארן צוצייכענען די אשכולות, איך האב נישט געוויסט פון זייער עקזיסטענץ.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”