ליגט טאקע מאמע רחל אין קבר רחל?!

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

ליגט טאקע מאמע רחל אין קבר רחל?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

ליינענדיג דעם קעפל שפרינגט יעדער איינער גלייך אויף, וואס הייסט וואו? אין קבר רחל! די תורה דערציילט אונז דאך די וואך קלארע דיבורים, ויהי עוד כברת הארץ לבוא אפרתה וכו'. ותמת רחל ותקבר בדרך אפרתה היא בית לחם, ויצב יעקב מצבה על קבורתה, היא מצבת קבורת רחל עד היום, שפעטער אין פרשת ויחי חזר'ט איבער די תורה נאכאמאל "ואני בבואי מפדן מתה עלי רחל בארץ כנען בעוד כברת ארץ לבוא אפרתה, ואקברה שם בדרך אפרת היא בית לחם", זעען מיר דאך אז זי ליגט אויפן וועג צווישן אפרת אין בית לחם! איז דען אבער אזוי זיכער אז זי ליגט טאקע אין קבר רחל?! דאס וועט איר געוואויר ווערן אין דעם פאלגענדעם ארטיקל.


צו וועלכע קבר רחל שיקט שמואל הנביא דעם קעניג שאול?

אין ספר שמואל א' (י, יב) ווער דערציילט וויאזוי שמואל הנביא האט געהייסן פאר שאול המלך גיין צו קבר רחל, און ער ווייזט אים דארט אהן דעם וועג: ווען דו וועסט גיין וועסטו טרעפן צוויי מענטשן אויפן וועג, ביים קבר רחל וואס געפינט זיך אין צלצח וואס איז בגבול בנימין.

די מפרשים אויפן פלאץ וואונדערן זיך תיכף, בית לחם איז דאך אין די נחלה פון שבט יהודה, ווי קומט דא בנימין אריין אין בילד?!

אין חז"ל טרעפן מיר שוין אויף עטליכע פלעצער רעדן איבער דעם, און דער תירוץ איז אז די צוויי מענטשן וועמען שאול המלך האט באגעגנט זענען געשטאנען ביים גרעניץ פון בנימין, און האבן פון דארט און ווייטער באגלייט שאול'ן ביז צו קבר רחל, וואס געפינט זיך אין נחלת יהודא.

אבער פשוט פשט זעט עס נישט אויס אזוי אין פסוק, און נאך מער פון דעם, אין ספרי (וזאת הברכה פסקא שנ"ב) שטייט קלאר אז רבי מאיר זאגט, רחל איז געשטארבן און באערדיגט געווארן אויף די חלקה פון איר יונגסטן זון בנימין.

זי ליגט אין די נחלה פון איר זון בנימין
מיר טרעפן נאך דריי מפרשים וואס רעדן ארום פון דעם אז זי ליגט באערדיגט אין די נחלה פון בנימין, און נישט אין בית לחם, וואו מיר ווייסן אז זי איז באערדיגט געווארן, ווייל יענץ איז דאך אונטער שבט יהודא.

דער ערשטער איז דער רלב"ג על התורה, ער שרייבט אין פרשת ויחי "רחל אמינו האט שוין מיט רוח הקודש געוואוסט אז די פלאץ וואו זי שטארבט וועט זיין אוועקגעלייגט פאר איר ניי געבוירן קינד", און דאס וואס די תורה זאגט "היא מצבת קבורת רחל עד היום" מיינט צו זאגן ביז די טאג וואס מ'האט געגעבן די תורה.

דער צווייטער וואס רעדט דערפון איז דער חזקוני (בראשית מח, ז) וואס שרייבט מיט א קלארקייט אז זי ליגט טאקע אין די חלקה פון בנימין, און ער ברענגט טאקע א ראיה פון די מעשה מיט שמואל הנביא, דערנאך פירט ער אויס מיט די ספרי אז רחל האט געוואוסט בנבואה אז זי וועט ליגן אין די חלקה פון איר בנימין.

דער רמב"ן טוישט מיינונג נאכן באזוך אין ארץ ישראל

אויך דער רמב"ן רעדט דערוועגן, אבער ער איז זיך סותר מיט זיינע אייגענע ווערטער. אין בראשית (מח, ז) שרייבט ער אז רחל איז באערדיגט געווארן אונטערוועגנס אויפן וועג וואו אירע קינדער וועלן גיין אין גלות, און דאס איז געווען פאר איר טובה צו באערדיגט ווערן אינמיטן וועג אין די שטאט רמה וואס איז אין די נחלה פון איר קינד בנימין.

אבער די וואך אין די פרשה שרייבט ער אזוי: דאס האב איך געשריבן פון פריער, אבער יעצט וואס איך האב זוכה געווען צו זיין אין ירושלים עיר הקודש, און איך האב געזען מיט מיינע אייגענע אויגן אז פון קבר רחל ביז בית לחם איז נישטא קיין מיל אפילו צו גיין, איז אפגעוואנדן די גאנצע פשט.

דער רמב"ן שרייבט ווייטער אז ער איז געווען אין שטאט רמה, וואו ער האט געשריבן פון אנהייב אז דארט ליגט זי, און נישט געטראפן דארט קיין זכר פון א קבר. אבער אין די שטאט רמה וואס איז אין נחלת בנימין איז ווייט פיר פרסה פון קבר רחל, און די שטאט רמה אין הר אפרים איז א וועג פון צוויי טעג, דערפאר מוז מען איינזעצן אז דאס וואס די פסוק רעדט "קול ברמה נשמע נהי קולך מבכי" ווען די אידן זענען ביים גיין אין גלות אדורכגעגאנגען קבר רחל, איז א מליצה אז די געשריי פון רחל איז ארויף אזוי הויעך אזש מ'האט עס געהערט ביז רמה אויפן שפיץ בארג.

פירט דער רמב"ן אויס, אז דאס וואס עס שטייט אז זי איז געשטארבן אין די חלק פון בנימין איז טאקע ריכטיג, און דערפאר האט יעקב נישט געטראגן רחל קיין בית לחם וואס איז אין נחלה פון יהודא, נאר איר געלייגט אינמיטן וועג, ביים גרעניץ צווישן יהודא און בנימין.

עס איז אבער זייער אינטערעסאנט, ווייל די פלאץ וואו דער רמב"ן ווייזט אהן אז דארט איז קבר רחל, ביים גרעניץ פון יהודא און בנימין, איז בכלל נישט די זעלבע פלאץ וואו עס איז אנגענומען אז דארט איז די באקאנטע קבר רחל, און דער רמב"ן האט געזען גאנץ א צווייטע קבר פון וואס מיר ווייסן.

פארוואס איז נבוזראדן געגאנגען דורך בית לחם?
ווען מ'זינגט די ואני אין פרשת ויחי, ווייסט מען אז יעקב אבינו האט געלייגט רחל אויפן וועג, ווייל ווען נבוזראדן וועט פארטרייבן די אידן אין גלות, וועלן די אידן אדורכגיין רחל'ס קבר, און מ'וועט דארט וויינען ביז ווען רחל וועט מאכן א טומל, און דער אייבישטער וועט צוזאגן אז ושבו בנים לגבולם.

ווער עס קען די מאפע שטייט און וואונדערט זיך, פארוואס האט נבוזראדן ארויסגעפירט די אידן פון בית לחם? בבל איז דאך אויף צפון זייט פון ירושלים, און בית לחם איז אויף דרום, פארוואס זאלן זיי גיין אזא קרומע און דאפלט לאנגע וועג דורך בית לחם אנשטאט די געהעריגע וועג?

עס זענען געווען וואס האבן געוואלט ענטפערן אז מ'רעדט פון די אידן וואס וואוינען אין חברון אדער באר שבע, אבער אין פסוק אין ירמיה שטייט קלאר אז ער האט פארטריבן בלויז די איינוואוינער פון ירושלים, און די איבעריגע האט ער דארט געלאזט זיי זאלן באארבעטן די פעלדער? !

איז ווענדט זיך פון וועלכע קבר רחל מ'רעדט, ווייל לויט די וואס זאגן אז עס איז אין נחלת בנימין און נישט אין די אנגעגעבענע פלאץ קבר רחל אין נחלת יהודא, שטימט עס פיל בעסער, זיי זענען געגאנגען פון ירושלים אויף די נחלה פון בנימין וואס איז אויף צפון זייט און נישט אויף דרום זייט פון ירושלים דארט וואו בית לחם איז, און אזוי זענען די אידן געגאנגען פון קבר רחל ווייטער קיין בבל.

צום שלוס זעען מיר נאך א זאך, אז רחל איז געלייגט געווארן אויפן וועג, און די בארימטע קבר רחל איז אינמיטן שטאט בית לחם, נישט אונטערוועגנס צווישן בית לחם און אפרת.

קלארשטעלונג:
מיר זענען נישט געקומען דא אוועקמאכן אז קבר רחל איז בכלל נישט וואו רחל אמנו איז באערדיגט, מען ווייסט פון אסאך ערליכע אידן און רייזענדע גדולים וואס האבן דארט זיך משתטח געווען בתפלה ותחנונים צו מאמע רחל, אבער אויף אזויפיל אז נישט אלע מפרשים זענען אזוי איינשטימיג אז זי ליגט טאקע דארט.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

וואו ליגט רחל אמנו?
אטעטשמענטס
וואו ליגט רחל.pdf
(160.77 KiB) געווארן דאונלאודעד 268 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

WOW WOW!!! חידושים נפלאים!!

אפשר צייגסטו אן לשיטתם ווי קבר רחל געפונט זיך, זאלן די סאטמארע אידן אויך קענען אויסוויינען זיך ביי די מאמעס קבר?
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אראפגעלאדנט פון א פריוואטע תגובה וואס מיר האבן ערהאלטן אין אישי:

דער קאסאנער רבי ר' ישראל'טשע, האט נישט געוואלט פארן קיין קבר רחל קיינמאל, ווען ער איז געווען אין ארץ י שראל, זאגנדיג אז זי ליגט נישט דארט, און געהאט מקורות און הוכחות אז זי ליגט נישט דארט, איינע פון די טענות איז געווען אז ס'איז נישט אויפן וועג צו בבל

בדרך צחות האט אים איינער אמאל געזאגט, אז ארץ ישראל איז דאך ארץ הצבי, קען זיין אז ווען דער לאנד האט זיך איינגעצויגן איז אויסגעקומען קבר רחל דארט ווי ס'איז יעצט, און נישט ווי ס'איז געווען...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

במחילת כבוד ר' ישראל'טשע
אבער רבי יהוסף שווארץ בעל תבואות הארץ באשטעטיגט עס יא, און פארעט זיך מיט כמעט אלע קשיות...
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 50&hilite=
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

טשאלענט האט געשריבן:WOW WOW!!! חידושים נפלאים!!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ר' שמעלקע, אזעלכע זאפטיגע סחורה און איך האב דאס פארזעהן ביז יעצט
נאך א מזל יעדע וואך א פרישע סדרה
אזוי איז דא פרישע ארטיקלעך פון דיר!!!
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2326
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

אן ארט ווי א געוויסע חוקר צייגט אן אלס מעגליכע קבר רחל:

קובור בני איסראיל

https://goo.gl/maps/XAjwJ6Fz9Pn

https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A7% ... 7%99%D7%9C
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

שמעלקא, דיינע סחורה זענען מתוק מזאפט! כי לחי!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לא הבנתי, געוויס ליגט זי אין "קבר רחל", וואו דען אין "קבר לאה"?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

farshlufen האט געשריבן:לא הבנתי, געוויס ליגט זי אין "קבר רחל", וואו דען אין "קבר לאה"?

אוודאי ליגט רחל אין איר קבר, די שאלה איז נאר צו די געביידע וואס מ'רופט "קבר רחל" איז טאקע איר קבר.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

דער רבי זי"ע וואס האט נישט געהאלטן מען זאל גיין צו קבר רחל, האט מיט דעם באשטעטיגט אז דארט ליגט רחל אמנו...

אסאך צדיקים וקדושים האבן אנגענומען שוין הונדערטער יארן אז דארט ליגט מאמע רחל

רוב פון אייערע טענות ר' שמעלקא האבן א פשוטע תשובה
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

איך טענה גארנישט, סתם אראפגעברענגט צו האבן ידיעות...
און איך וועל נאכאמאל איבערזאגן מיינע ווערטער.
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:קלארשטעלונג:
מיר זענען נישט געקומען דא אוועקמאכן אז קבר רחל איז בכלל נישט וואו רחל אמנו איז באערדיגט, מען ווייסט פון אסאך ערליכע אידן און רייזענדע גדולים וואס האבן דארט זיך משתטח געווען בתפלה ותחנונים צו מאמע רחל, אבער אויף אזויפיל אז נישט אלע מפרשים זענען אזוי איינשטימיג אז זי ליגט טאקע דארט.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
הכל בכתב
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 1:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכתב »

אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

זייער א שיינע ארבעט, יישר כח
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

הערליכע ארבעט הרב זאפטיג
24/7
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 3:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 24/7 »

עס זענען דא וואס האלטען אז זי ליגט דא http://amudanan.co.il/?url=http://www.g ... 978gps.gpx

צווישען "חיזמא" אין "אדם- גבע בנימין"
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

מהרי"ל דיסקין געזאגט ווער עס גלייבט נישט א זאך וואס איז אנגענומען אלע יארן אין כלל ישראל גייט עס אריין אין כפירה
לעב און לאך א גוטס
שם התלמוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם התלמוד »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:ליינענדיג דעם קעפל שפרינגט יעדער איינער גלייך אויף, וואס הייסט וואו? אין קבר רחל! די תורה דערציילט אונז דאך די וואך קלארע דיבורים, ויהי עוד כברת הארץ לבוא אפרתה וכו'. ותמת רחל ותקבר בדרך אפרתה היא בית לחם, ויצב יעקב מצבה על קבורתה, היא מצבת קבורת רחל עד היום, שפעטער אין פרשת ויחי חזר'ט איבער די תורה נאכאמאל "ואני בבואי מפדן מתה עלי רחל בארץ כנען בעוד כברת ארץ לבוא אפרתה, ואקברה שם בדרך אפרת היא בית לחם", זעען מיר דאך אז זי ליגט אויפן וועג צווישן אפרת אין בית לחם! איז דען אבער אזוי זיכער אז זי ליגט טאקע אין קבר רחל?! דאס וועט איר געוואויר ווערן אין דעם פאלגענדעם ארטיקל.


צו וועלכע קבר רחל שיקט שמואל הנביא דעם קעניג שאול?

אין ספר שמואל א' (י, יב) ווער דערציילט וויאזוי שמואל הנביא האט געהייסן פאר שאול המלך גיין צו קבר רחל, און ער ווייזט אים דארט אהן דעם וועג: ווען דו וועסט גיין וועסטו טרעפן צוויי מענטשן אויפן וועג, ביים קבר רחל וואס געפינט זיך אין צלצח וואס איז בגבול בנימין.

די מפרשים אויפן פלאץ וואונדערן זיך תיכף, בית לחם איז דאך אין די נחלה פון שבט יהודה, ווי קומט דא בנימין אריין אין בילד?!

אין חז"ל טרעפן מיר שוין אויף עטליכע פלעצער רעדן איבער דעם, און דער תירוץ איז אז די צוויי מענטשן וועמען שאול המלך האט באגעגנט זענען געשטאנען ביים גרעניץ פון בנימין, און האבן פון דארט און ווייטער באגלייט שאול'ן ביז צו קבר רחל, וואס געפינט זיך אין נחלת יהודא.

אבער פשוט פשט זעט עס נישט אויס אזוי אין פסוק, און נאך מער פון דעם, אין ספרי (וזאת הברכה פסקא שנ"ב) שטייט קלאר אז רבי מאיר זאגט, רחל איז געשטארבן און באערדיגט געווארן אויף די חלקה פון איר יונגסטן זון בנימין.

זי ליגט אין די נחלה פון איר זון בנימין
מיר טרעפן נאך דריי מפרשים וואס רעדן ארום פון דעם אז זי ליגט באערדיגט אין די נחלה פון בנימין, און נישט אין בית לחם, וואו מיר ווייסן אז זי איז באערדיגט געווארן, ווייל יענץ איז דאך אונטער שבט יהודא.

דער ערשטער איז דער רלב"ג על התורה, ער שרייבט אין פרשת ויחי "רחל אמינו האט שוין מיט רוח הקודש געוואוסט אז די פלאץ וואו זי שטארבט וועט זיין אוועקגעלייגט פאר איר ניי געבוירן קינד", און דאס וואס די תורה זאגט "היא מצבת קבורת רחל עד היום" מיינט צו זאגן ביז די טאג וואס מ'האט געגעבן די תורה.

דער צווייטער וואס רעדט דערפון איז דער חזקוני (בראשית מח, ז) וואס שרייבט מיט א קלארקייט אז זי ליגט טאקע אין די חלקה פון בנימין, און ער ברענגט טאקע א ראיה פון די מעשה מיט שמואל הנביא, דערנאך פירט ער אויס מיט די ספרי אז רחל האט געוואוסט בנבואה אז זי וועט ליגן אין די חלקה פון איר בנימין.

דער רמב"ן טוישט מיינונג נאכן באזוך אין ארץ ישראל

אויך דער רמב"ן רעדט דערוועגן, אבער ער איז זיך סותר מיט זיינע אייגענע ווערטער. אין בראשית (מח, ז) שרייבט ער אז רחל איז באערדיגט געווארן אונטערוועגנס אויפן וועג וואו אירע קינדער וועלן גיין אין גלות, און דאס איז געווען פאר איר טובה צו באערדיגט ווערן אינמיטן וועג אין די שטאט רמה וואס איז אין די נחלה פון איר קינד בנימין.

אבער די וואך אין די פרשה שרייבט ער אזוי: דאס האב איך געשריבן פון פריער, אבער יעצט וואס איך האב זוכה געווען צו זיין אין ירושלים עיר הקודש, און איך האב געזען מיט מיינע אייגענע אויגן אז פון קבר רחל ביז בית לחם איז נישטא קיין מיל אפילו צו גיין, איז אפגעוואנדן די גאנצע פשט.

דער רמב"ן שרייבט ווייטער אז ער איז געווען אין שטאט רמה, וואו ער האט געשריבן פון אנהייב אז דארט ליגט זי, און נישט געטראפן דארט קיין זכר פון א קבר. אבער אין די שטאט רמה וואס איז אין נחלת בנימין איז ווייט פיר פרסה פון קבר רחל, און די שטאט רמה אין הר אפרים איז א וועג פון צוויי טעג, דערפאר מוז מען איינזעצן אז דאס וואס די פסוק רעדט "קול ברמה נשמע נהי קולך מבכי" ווען די אידן זענען ביים גיין אין גלות אדורכגעגאנגען קבר רחל, איז א מליצה אז די געשריי פון רחל איז ארויף אזוי הויעך אזש מ'האט עס געהערט ביז רמה אויפן שפיץ בארג.

פירט דער רמב"ן אויס, אז דאס וואס עס שטייט אז זי איז געשטארבן אין די חלק פון בנימין איז טאקע ריכטיג, און דערפאר האט יעקב נישט געטראגן רחל קיין בית לחם וואס איז אין נחלה פון יהודא, נאר איר געלייגט אינמיטן וועג, ביים גרעניץ צווישן יהודא און בנימין.

עס איז אבער זייער אינטערעסאנט, ווייל די פלאץ וואו דער רמב"ן ווייזט אהן אז דארט איז קבר רחל, ביים גרעניץ פון יהודא און בנימין, איז בכלל נישט די זעלבע פלאץ וואו עס איז אנגענומען אז דארט איז די באקאנטע קבר רחל, און דער רמב"ן האט געזען גאנץ א צווייטע קבר פון וואס מיר ווייסן.

פארוואס איז נבוזראדן געגאנגען דורך בית לחם?
ווען מ'זינגט די ואני אין פרשת ויחי, ווייסט מען אז יעקב אבינו האט געלייגט רחל אויפן וועג, ווייל ווען נבוזראדן וועט פארטרייבן די אידן אין גלות, וועלן די אידן אדורכגיין רחל'ס קבר, און מ'וועט דארט וויינען ביז ווען רחל וועט מאכן א טומל, און דער אייבישטער וועט צוזאגן אז ושבו בנים לגבולם.

ווער עס קען די מאפע שטייט און וואונדערט זיך, פארוואס האט נבוזראדן ארויסגעפירט די אידן פון בית לחם? בבל איז דאך אויף צפון זייט פון ירושלים, און בית לחם איז אויף דרום, פארוואס זאלן זיי גיין אזא קרומע און דאפלט לאנגע וועג דורך בית לחם אנשטאט די געהעריגע וועג?

עס זענען געווען וואס האבן געוואלט ענטפערן אז מ'רעדט פון די אידן וואס וואוינען אין חברון אדער באר שבע, אבער אין פסוק אין ירמיה שטייט קלאר אז ער האט פארטריבן בלויז די איינוואוינער פון ירושלים, און די איבעריגע האט ער דארט געלאזט זיי זאלן באארבעטן די פעלדער? !

איז ווענדט זיך פון וועלכע קבר רחל מ'רעדט, ווייל לויט די וואס זאגן אז עס איז אין נחלת בנימין און נישט אין די אנגעגעבענע פלאץ קבר רחל אין נחלת יהודא, שטימט עס פיל בעסער, זיי זענען געגאנגען פון ירושלים אויף די נחלה פון בנימין וואס איז אויף צפון זייט און נישט אויף דרום זייט פון ירושלים דארט וואו בית לחם איז, און אזוי זענען די אידן געגאנגען פון קבר רחל ווייטער קיין בבל.

צום שלוס זעען מיר נאך א זאך, אז רחל איז געלייגט געווארן אויפן וועג, און די בארימטע קבר רחל איז אינמיטן שטאט בית לחם, נישט אונטערוועגנס צווישן בית לחם און אפרת.

קלארשטעלונג:
מיר זענען נישט געקומען דא אוועקמאכן אז קבר רחל איז בכלל נישט וואו רחל אמנו איז באערדיגט, מען ווייסט פון אסאך ערליכע אידן און רייזענדע גדולים וואס האבן דארט זיך משתטח געווען בתפלה ותחנונים צו מאמע רחל, אבער אויף אזויפיל אז נישט אלע מפרשים זענען אזוי איינשטימיג אז זי ליגט טאקע דארט.


די תורה זאגט בדרך אפרת ״היא״ בית לחם אז דארט ווי זי ליגט איז בית לחם נישט צווישן אפרת און בית לחם
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

שם התלמוד האט געשריבן:די תורה זאגט בדרך אפרת ״היא״ בית לחם אז דארט ווי זי ליגט איז בית לחם נישט צווישן אפרת און בית לחם

נו, און וואו איז 'אפרת' און 'בית לחם' פון דעמאלטס?
די וואס זאגן אז זי ליגן צפון פון ירושלים צייגן אויך אן וואו דאס איז:
"אפרת היא בית לחם"

הראובני מזהה את "אפרת היא בית לחם", לא עם העיר בית לחם מדרום לירושלים, אלא עם יישוב הסמוך לבית לחם המוזכרת בנחלת שבט בנימין, לפי התיאור בספר נחמיה:

בְּנֵי גִבְעוֹן, תִּשְׁעִים וַחֲמִשָּׁה. אַנְשֵׁי בֵית-לֶחֶם וּנְטֹפָה, מֵאָה שְׁמֹנִים וּשְׁמֹנָה. אַנְשֵׁי עֲנָתוֹת, מֵאָה עֶשְׂרִים וּשְׁמֹנָה
– ספר נחמיה, פרק ז', פסוקים כ"ה-כ"ח


הראובני מזהה את 'אפרת' עם "ח'רבת עין-פרה" ליד מעיין פרה בנחל פרת. עיון בספר יהושע מראה כי קיימת עיר בשם 'הפרה' בין ערי בנימין, (יהושע, י"ח, כ"ג) והראובני מזהה אותה עם 'אפרת' מתיאור מות רחל. לדעת הראובני, מאוחר יותר, בתקופת נחמיה, נקראה עיר זאת בשם 'בית לחם', ולכן במקרא נאמר 'אפרת היא בית לחם', היינו בתחילה נקראה 'אפרת', ולאחר מכן נקראה 'בית לחם'.


כ'ווייס נאר נישט פאר וואס דו האסט געטייטשט אז די "היא בית לחם" גייט ארויף אויפן "בדרך" און נישט אויף "אפרת".
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

שעמעדיגער האט געשריבן:מהרי"ל דיסקין געזאגט ווער עס גלייבט נישט א זאך וואס איז אנגענומען אלע יארן אין כלל ישראל גייט עס אריין אין כפירה


ער ברענגט דאך א רמב"ן וואס שרייבט אנדערש ווי וואס 'עס איז אנגענומען אלע יארן'.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

Capture2.PNG
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מורא'דיג רייך און אינטערסאנט

שכח שמעלקאלע
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”