קפיצת הדרך - פרשת ויצא

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

קפיצת הדרך - פרשת ויצא

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 3:26 pm


אנהייב פון די פרשה, באגעגענען מיר זיך מיט א רש"י וואס רעדט איבער א נושא פון וואס מיר וועלן אצינד ארומשמועסן. רש"י זאגט אויפן פסוק "ויפגע במקום וילן שם" מלמד שקפצה לו הארץ, אז יעקב אבינו האט געהאט קפיצת הדרך. מען זעט עטליכע מאל ביי די אבות הקדושים אז זיי האבן געהאט קפיצת הדרך, אפילו אליעזר וואס איז נאר געווען א קנעכט האט זוכה געווען דערצו, אזויווי ער האט געזאגט פאר בתואל "ואבוא היום אל העין" זאגט רש"י, היום יצאתי והיום באתי, ער האט געהאט קפיצת הדרך. אלזא, לאמיר זיך אביסל נענטער באקענען מיט די הייליגע זאך פון קפיצת הדרך, און כאטש וואס מיר קענען דאס נישט משיג זיין מיט אונזערע מוחות, וועט אבער זיין אינטערסאנט צו אראפברענגען פארשידענע ענינים ארום קפיצת הדרך.



די הייליגע שם
וואס איז דער שם פאר קפיצת הדרך? מיר זעהן אז די ספרים הקדושים האבן נישט געמאכט קיין סוד דערפון. אין אוהב ישראל (פרשת חיי שרה, ליקוטים חדשים) פרעגט ער אויף די מעשה פון אליעזר עבד אברהם, פון וואו נעמט רש"י אז אליעזר האט געהאט קפיצת הדרך? אפשר איז ער ארויס אפאר טעג פריער, און די ואבוא היום אל העין מיינט פשוט פשט, ער איז ערשט היינט אנגעקומען אין שטאט?

ענטפערט ער א מורא'דיגער זאך, אז דער הייליגער שם פון קפיצת הדרך איז ה' א' ו' ה', וואס איז די ראשי תיבות פון א'ת ה'שמים ו'את ה'ארץ, און די ראשי תיבות פון ו'אבוא ה'יום א'ל ה'עין איז אויך די ראשי תיבות פונעם שם, דערפאר האט רש"י געשריבן אז ער האט געהאט קפיצת הדרך.

עס איז אינטערסאנט, ווייל עס איז ידוע אין די ספרים נאך א שם, י' ו' ה' ך', און דערפאר זאגט מען ווען מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג "כי מלאכיו יצוה לך" ווייל די סופי תיבות פון דעם פסוק איז דער אויבנדערמאנטער שם.

אזוי אויך עס איז באוואוסט אויך פון דער הייליגער חוזה מלובלין אז ער איז געפארן ערגעץ צו א ווייטע וועג און מען האט זיך שטארק געיאגט, האבן די תלמידים געבעטן דעם רבי'ן ער זאל מאכן "קפיצת הדרך", האט ער זיך אנגערופן "יא, ווער קען היינט?" און מען איז אנגעקומען... שפעטער האבן זיך די תלמידים געכאפט אז די ראשי תיבות פון "יא ווער כען [קען] היינט" איז די שם קפיצת הדרך, וואס דער הייליגער חוזה מלובלין האט מכוון געווען.

עס איז איבעריג צו באטאנען, אז אפילו אויב מען ווייסט דעם הייליגן שם, האט מען נאכנישט קיין קפיצת הדרך... עס האט אין זיך גאר גרויסע און באהאלטענע כוונות, און מען דארף זיין א גרויסער בעל מדריגה זיך צו קענען באנוצן דערמיט.

געראטעוועט דוד המלך מיט קפיצת הדרך

די גמרא (מס' סנהדרין צ"ה) זאגט אז דריי מענטשן האבן געהאט קפיצת הדרך, אליעזר עבד אברהם, יעקב אבינו, און אבישי בן צרויה. די ערשטע צוויי האבן מיר באגעגנט אין די תורה, אבער וואס איז געווען די מעשה מיט אבישי בן צרויה?

דערציילט די גמרא: איין טאג איז דוד המלך געווען אויפן גאס, און דער שטן איז אנגעקומען פארשטעלט ווי א שיינער הערש וואס עס לוינט צו פאנגען. איז אים דוד נאכגעלאפן און פרובירט צו כאפן, אבער דער הערש איז געווען פלינקער פון אים.

אזוי איז דוד נאכגעלאפן דעם הערש ביז צום לאנד פלישתים. אנקומענדיג אהין האט ער געטראפן ישבי דער ריז, א ברודער פון גלית וועמען דוד האט גע'הרג'עט אין די יונגע יארן. ישבי האט געפאנגען דוד המלך, און אים געבינדן. דערנאך האט ער גענומען דוד און אריינגעלייגט אין א פרעס וואו מען קוועטשט איילבירטן, און ער האט פארמאכט דעם דעקל, כדי צו צודרוקן דוד צום טויט רח"ל. איז אבער געשען א נס, א שיינע לאך האט זיך געעפנט אונטער דוד, און ער איז דארט אריינגעקראכן, אזוי אז ער איז נישט געשעדיגט געווארן.

יענעם טאג איז געווען ערב שבת, און אבישי בן צרויה האט זיך געוואשן לכבוד שבת מיט פיר פעסלעך וואסער, ווען אינמיטן באמערקט ער בלוטיגע פלעקן אין די וואסער! אזוי קוקנדיג דערשראקן איז אריינגעפלויגן אין מרחץ א טויבעלע און געפלויגן ארום אים. האט ער געזען אז עס מוז זיין ווי עפעס איז נישט אין ארדענונג דא, עפעס א צרה איז דא אויף כלל ישראל אדער אויך זייער מלך.

ער האט זיך נישט פארזוימט נאר אריבערגעלאפן תיכף אין פאלאץ, און זעענדיג אז דער קעניג איז נישט צום געפינען, האט אבישי באקומען א היתר צו נוצן דעם קעניג'ס שנעלער פערד ווייל עס איז א שעת סכנה.

אבישי האט געהאט קפיצת הדרך, און ער איז אנגעקומען אין אייניגע מינוטן ביז צו פלישתים וואו דוד המלך איז געווען, און ער האט באגעגנט נוולא, די מאמע פון די ריזן, וואס האט געוועבט א קלייד. ווען זי האט באמערקט דעם איד האט זי געווארפן איף אים א שטיקל פון די געצייג אים צו הרג'נען, אבער אבישי האט עס פארמיטן אין די לעצטע מינוט. דאן האט ער צוריקגעווארפן דעם געצייג אויף איר קאפ, און די מאמע פון די ריזן איז געשטארבן פון דעם.

איז אבישי ווייטער געלאפן ביז ער האט באגעגנט ישבי דער ריז וואס האט געהאלטן דוד, ווען ישבי האט געזען אז ער האט דא נאך איינעם, האט ער שנעל געכאפט דוד און אים געווארפן אין די לופט, לייגנדיג אונטער אים א שפיז כדי ער זאל גע'הרג'עט ווערן ווען ער פאלט אראפ. למעשה האט אבישי געזאגט א שם, און דוד איז געבליבן הענגען אין די לופט!

זיי האבן אנגעהויבן צו אנטלויפן פון ישבי, און ער איז זיי נאכגעלאפן, ביז ווען אבישי האט געשריגן צום ריז "גיי צו דיין מאמע אהיים, איך האב איר היינט גע'הרג'עט". הערנדיג דאס איז ער אראפגעפאלן פון גרויס שרעק, און מען איז פטור געווארן דארט אויפן פלאץ פון דעם ריז.


עכ"פ דאס איז די געשיכטע מיט די קפיצת הדרך פון אבישי בן צרויה.

אין ירושלמי (מעשר שני פרה ה' הלכה ב') ווערט אויך דערציילט א קפיצת הדרך געשיכטע, מיט א פאסטוכער פון ארץ ישראל וואס איז נאכגעלאפן זיין אקס, און ביז אפאר מינוט זיך געטראפן אין בבל.

וויאזוי איז רבי נטוראי גאון אנגעקומען קיין שפאניע?

אין תשובות הגאונים (עמנואל סי' קט"ו) פרעגט איינער אהן פון די גאונים, צי עס איז אמת אז אסאך גאונים און גדולים האבן זיך באנוצט מיט די כח פון קפיצת הדרך, אזויווי מ'ווייסט פון צדיקים וואס פלעגן ערב שבת גיין צו א צוויייטער לאנד און זונטאג שוין צוריקקומען, כאטש וואס אזא נסיעה נעמט לאנגע חדשים, און ער שרייבט אז צווישן די אידן אין שפאניע איז דא א מסורה, אז רבי נטוראי גאון איז געקומען קיין שפאניע מיט קפיצת הדרך, און נישט דורך די פשוט'ע וועג וואס יעדער רייזענדער נעמט.

ענטפערן אים די גאונים זייער אן אינטערסאנטער תשובה: עס מוז נישט זיין אז דאס איז אפילו געווען רבי נטוראי גאון, ווייל מען ווייסט נישט דערפון אז ער זאל קענען די חכמת הקבלה מיט וואס מען מאכט קפיצת הדרך... און עס איז שטארק מעגליך אז א שווינדלער און כבוד זוכער האט זיך אנגערוקט און געזאגט אז ער איז גאר רבי נטוראי גאון, און דער צווייטער ליגענט איז געווען אז ער האט געהאט קפיצת הדרך...

און אפילו אויף רבינו משה הכהן ז"ל, וואס מ'האט געזאגט אז ער באנעמט זיך מיט די זאכן, האבן שוין די פריערדיגע נאכגעפארשט און נאכגעקוקט, ביז עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער פלעגט זיך קיינמאל נישט באנוצן מיט די זאכן, און אפאר שקרנים האבן דאס אויסגעזויגן פון פינגער.

אפגעזען צו רבי נטוראי גאון האט געהאט קפיצת הדרך אדער נישט, ווייסט מען אבער אז זייער אסאך פון די צדיקים וקדושים שרפי מעלה אים משך אלע דורות האבן געהאט דעם וואונדערליכן כח פון פארן מיט קפיצת הדרך, און עס זענען טאקע פארהאנען ענדלאזע געשיכטעס פון די גדולי המקובלים, דער אר"י הקדוש ותלמידיו, און דער בעש"ט ותלמידיו וואס האבן געהאט קפיצת הדרך, און ממש ביז צום לעצטן דור פארן קריג האט מען געהערט פון חסיד'ישע רבי'ס וואס האבן געהאט קפיצות הדרך, מיט גאר קראנטע מקורות.
לעצט פאראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 3:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 3:45 pm

האסט נישט אנטוישט!

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 3:51 pm

ייש"כ
שמך נאה לך ואתה נאה לשמך
באמת זאפטיג
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 4:01 pm

די תגובה איז עפראוועד אלס זאפטיג!!

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 4:30 pm

עפעס א געשיכטע איז דא פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע איבער דאס אז איין ערב שבת האט ער געהאט קפיצת הדרך דורך פארציילן א מעשה פונעם ישמח משה וואס האט דערציילט די געשיכטע פונעם חוזה.
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
אזוי אויך עס איז באוואוסט אויך פון דער הייליגער חוזה מלובלין אז ער איז געפארן ערגעץ צו א ווייטע וועג און מען האט זיך שטארק געיאגט, האבן די תלמידים געבעטן דעם רבי'ן ער זאל מאכן "קפיצת הדרך", האט ער זיך אנגערופן "יא, ווער קען היינט?" און מען איז אנגעקומען... שפעטער האבן זיך די תלמידים געכאפט אז די ראשי תיבות פון "יא ווער כען [קען] היינט" איז די שם קפיצת הדרך, וואס דער הייליגער חוזה מלובלין האט מכוון געווען.

איינער ווייסט א מקור דערצו?
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

PDF

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 4:57 pm

דא האט איר א פי די עף דערפון.
צוגעלייגטע
קפיצת הדרך.pdf
(163.51 KiB) דאונלאודעד 103 מאל
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 5:17 pm

עפעס א מעשה איז דא מיט איינע פון די צדיקים, וואס פלעגט גיין זיך טובל'ען יעדן ערש"ק אין מקוה האר"י קומענדיג פון חו"ל דורך א שם, און איינמאל האט ער איבערגעלאזט דארט זיין גבאי, וואס איז ערשט אויף נעקסטע ערש"ק זיך צוריק פאראייניגט מיט דעם רבי'ן זיינער,
געדענק איך נישט פונקט די נעמען, און פרטי המעשה, אבער ס'א קראנטע מעשה, וואס די יודעי דבר בינינו וועלן שוין זיכער וויסן צו צוצייכענען דעם נאמען און מקור.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 5:19 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:עפעס א מעשה איז דא מיט איינע פון די צדיקים, וואס פלעגט גיין זיך טובל'ען יעדן ערש"ק אין מקוה האר"י קומענדיג פון חו"ל דורך א שם, און איינמאל האט ער איבערגעלאזט דארט זיין גבאי, וואס איז ערשט אויף נעקסטע ערש"ק זיך צוריק פאראייניגט מיט דעם רבי'ן זיינער,
געדענק איך נישט פונקט די נעמען, און פרטי המעשה, אבער ס'א קראנטע מעשה, וואס די יודעי דבר בינינו וועלן שוין זיכער וויסן צו צוצייכענען דעם נאמען און מקור.

ר' יענקל פיש ביים קאלובער
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 5:24 pm

מעשיות זענען פארהאנען אומצאליגע.
אדרבא, ווער קען ברענגען די מערסטע???
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 6:18 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
אבישי האט געהאט קפיצת הדרך, און ער איז אנגעקומען אין אייניגע מינוטן ביז צו פלישתים וואו דוד המלך איז געווען, און ער האט באגעגנט נוולא, די מאמע פון די ריזן, וואס האט געוועבט א קלייד. ווען זי האט באמערקט דעם איד האט זי געווארפן איף אים א שטיקל פון די געצייג אים צו הרג'נען, אבער אבישי האט עס פארמיטן אין די לעצטע מינוט. דאן האט ער צוריקגעווארפן דעם געצייג אויף איר קאפ, און די מאמע פון די ריזן איז געשטארבן פון דעם.

תיקון טעות: די מאמע פון די ריזן האט געהייסן ערפה.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 9:00 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
msp האט געשריבן:געהערט אמאהל א טייטש פון דו"ז הגרחי"ל אויערבאך זצ"ל
ער פרעגט פארוואס ביי כל נדרי איז יעדער אזוי נתעורר
און דער מעריב מוציוה"ק איז נישט אזוי
נאך אזא לאנגע טאג מיט עבודה העט דאך דער מעריב געדארפט איבערשטייגען דעם כל נדרי?
זאגט ער על פי דער יסוד פון בעש"ט אז מקום שמחשבתו של אדם שם הוא
קומט אויס אז ביי כל נדרי שטייט א מענטש מיט זיין מחשבה אז עס קומט א הייליגע טאג
פול מיט עבודה , ממילא ווערט ער נתעורר
אבער ביי מעריב מוצאי יוה"ק טראכט ער פון די סעודה וואס קומט צו גיין
ווי קען מען נתעורר ווערען?



מען זאגט נאך אויף איינע פון די צדיקים, אז עס אמאל געקומען צו אים א איד וואס האט געפאסט אסאך תעניתים, און גע'דמיון'ט אז ער פליעט אין די הימלען, האט אים די צדיק געזאגט אז דער בעל שם טוב הק' פלעגט פארן מיט קפיצת הדרך, די פערד פלעגן פליען אין די הימלען, האט זיך זיי געדאכטן אז זיי זענען מלאכים, אבער ווען מען איז אנגעקומען אין שטאל, און מען האט אראפגעלייגט פאר זיי די שטרוי האט מען געזען אז זיי זענען פערד

ציטירט פון דא
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 11:37 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:עפעס א געשיכטע איז דא פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע איבער דאס אז איין ערב שבת האט ער געהאט קפיצת הדרך דורך פארציילן א מעשה פונעם ישמח משה וואס האט דערציילט די געשיכטע פונעם חוזה.
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
אזוי אויך עס איז באוואוסט אויך פון דער הייליגער חוזה מלובלין אז ער איז געפארן ערגעץ צו א ווייטע וועג און מען האט זיך שטארק געיאגט, האבן די תלמידים געבעטן דעם רבי'ן ער זאל מאכן "קפיצת הדרך", האט ער זיך אנגערופן "יא, ווער קען היינט?" און מען איז אנגעקומען... שפעטער האבן זיך די תלמידים געכאפט אז די ראשי תיבות פון "יא ווער כען [קען] היינט" איז די שם קפיצת הדרך, וואס דער הייליגער חוזה מלובלין האט מכוון געווען.

איינער ווייסט א מקור דערצו?



דאכציר מיר אז עס איז געשטאנען אינעם זקיניך גליון

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:30 am

ארויף
טעות לעולם חוזר

משה הירש
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 1:39 am

תגובהדורך משה הירש » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 4:44 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:עפעס א געשיכטע איז דא פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע איבער דאס אז איין ערב שבת האט ער געהאט קפיצת הדרך דורך פארציילן א מעשה פונעם ישמח משה וואס האט דערציילט די געשיכטע פונעם חוזה.
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
אזוי אויך עס איז באוואוסט אויך פון דער הייליגער חוזה מלובלין אז ער איז געפארן ערגעץ צו א ווייטע וועג און מען האט זיך שטארק געיאגט, האבן די תלמידים געבעטן דעם רבי'ן ער זאל מאכן "קפיצת הדרך", האט ער זיך אנגערופן "יא, ווער קען היינט?" און מען איז אנגעקומען... שפעטער האבן זיך די תלמידים געכאפט אז די ראשי תיבות פון "יא ווער כען [קען] היינט" איז די שם קפיצת הדרך, וואס דער הייליגער חוזה מלובלין האט מכוון געווען.

איינער ווייסט א מקור דערצו?


אין די ספר מהרי"ד פון בעלזא


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 6 געסט