פניני וישמח יחזקאל על פרשיות השבוע
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- חאצקל פרייליך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 497
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm
פניני וישמח יחזקאל על פרשיות השבוע
א גוטן מיינע טייערע חברים שיחיו דא.
אסאך מאל פאלט מיר ביי ווערטער בעז"ה אויף די סדרה, אבער כ'שרייב זייער ווייניג לפי ערך. זאגט מיר היינט איינער אז זיין בחור הלומד בישיבת סאטמאר מאנטרעאל האט דעם שב"ק געגעסן ביים קארלסבורגער רבי'ן פון דארט (הרה"צ ר' יחיאל אשר פאנעט שליט"א) און אים איבערגעזאגט מיינס א ווארט וקילסו ונהנה, און אז כ'זאל זיך נעמען שרייבן. נו, וואו שרייבט א איד? עפן איך דעם שנירל פאר דעם צוועק און לאמיר האפן ס'וועט זיין צייט צו שרייבן אפט.
איידי דחביבי וועליך אנהייבן מיטן ווארט וואס דער קארלסבורגער רבי האט הנאה געהאט, הגם ס'איז שוין פון פארגאנגענע וואך. די גמ' זאגט פון וואנעט ווייס איך אז בשר בחלב איז אסור אפילו ביי פרה ורחל וכדומה (היינו ביי אנדערע בהמות טהורות חוץ גדי אויף וואס די תורה זאגט לא תבשל בחלב אמו), ווייל ס'שטייט ביי יהודה את גדי העזים, ציגן פון ציגן? אלא מאי עזים איז ציגן און גדי איז אלעס. פרעגט די גמ' אפשר זאל איך ארויסלערנען פון דארט אז גדי מיינט ציגן און ביי למשל בקר וצאן איז יא מותר? און ענטפערט אז ביי רבקה שטייט ואת עורות גדיי העזים, ושני כתובים אין מלמדים.
קומט אויס אז פון דא, ווען רבקה אמינו האט צוגעגרייט יעקב אבינו צו נעמען די ברכות זע איך דעם איסור בשר בחלב ביי אנדערע בהמות. לכאורה וואס האט דא רבקה געוואלט? צו וואס האט אויסגעפעלט צו די ברכות אז בשר בחלב זאל זיין אסור אפי' בבקר וצאן?
וי"ל, מ'זאגט נאך פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע על מ"ש בפרשת השבוע התחת אלקים אנכי, לכאורה א צעבראכענע עקרה בעט א ברכה און ויחר אף יעקב ברחל, וואס איז די חרון אף? נאר זי האט צוגעלייגט ואם אין מתה אנכי, ווען דו קומסט צו א צדיק דארפסטו וויסן אז ס'איז נישטא אזוינס ווי ואם אין, ווייל צדיקים מהפכים מדת הדין לרחמים כדאיתא בחז"ל. האט ער געזאגט התחת אלקים אנכי, בין איך דען אונטערן מדת הדין?!
ועפי"ז יש לומר פארוואס די לעצטע סדרה אין די תורה איז וזאת הברכה, ווייל פאר שלימות התורה פעלט בכלל נישט אויס צו דערציילן אז ס'איז מקוים געווארן די ברכה, אז א צדיק אמת וואונטש וועט עס אוודאי מקוים ווערן.
(מ'זאגט א ווערטל אז ביי הפטורת וירא מיט די שונמית און דאס קינד איז נעבעך אוועק און זי איז געגאנגען צו אלישע ותאמר שלום, כאן מסיימים הספרדים. די אשכנזים ווארטן אבער ביז צום סוף פרשה ווען דאס קינד האט אויפגעלעבט. לכאורה ביי די אינטערעסאנטסטע חלק מסיימים הספרדים? ווארט אויס אביסל צו הערן די פרייליכע ענדע. נאר ביי זיי, אז מ'דערציילט אים אז מ'איז געגאנגען צום חכם, נו אוודאי וועט דאס קינד אויפלעבן, דער אויספיר איז גענצליך איבריג. ביי די אשכנזים ווידער, אויב וועסטו אים נישט זאגן אז דער פסוק דערציילט בפי' אז דאס קינד האט אויפגעלעבט, וועט ער זאגן, ס'איז באלאוני'ס).
אויף ויתן לך זאגט דער מדרש מטל השמים זו מקרא, משמני הארץ זו משנה ורוב דגן זו תלמוד ותירוש זו אגדה, די גאנצע תורה האט ער דעמאלטס באקומען אין די ברכות, ווען משה רבינו איז געגאנגען נעמען די תורה איז עס נאר געווען די קיום הברכה, די מלאכים וועלן דאך דאס אוודאי נישט צולאזן, וועט מען זיי ענטפערן איר האט געגעסן בשר בחלב, וואס הייסט, ס'איז דאך געווען א בן הבקר, און אין די תורה שטייט נאר לא תבשל גדי? האט זי געגעבן די גדיי העזים, והבן.

בריש פ' מצורע זאגט דער פסוק וצוה הכהן ולקח למטהר שתי צפרים חיות טהורות ועץ ארז ושני תולעת ואזוב, זאגט רש"י לפי שהנגעים באין על לשון הרע שהוא מעשה פטפוטי דברים לפיכך הוזקקו לטהרתו צפרים שמפטפטין תמיד בצפצוף קול, ועץ ארז לפי שהנגעים באין על גסות הרוח, ושני תולעת ואזוב מה תקנתו ויתרפא, ישפיל עצמו מגאותו כתולעת וכאזוב.
ולכאורה, אויף וועלכן קומט די נגעים, אויף לשה"ר אדער אויף גאוה? ואפ"ל אז ס'גייט אינאיינעם, עפ"י מה שראיתי אין איינע פון די ספרי מוסר מהראשונים כמלאכים (כמדומה בספה"ק ארחות צדיקים) אז איינס פון די תוצאות פון גאוה איז מבזה זיין מענטשן. דער איז א בעל גאוה און דורך דעם א בעל לשון הרע.
און אזוי אויף אלעמען דארט ווערט געברענגט די רמזים, גם מובא בא' הספרים הק' פארוואס נאר איין פייגל האט מען געשאכטן, ווייל אסאך מאל דארף מען יא רעדן און מ'ווערט גאר נענש פארן שווייגן חלילה, איז דא א ציפור החיה און א ציפור השחוטה, ועוד.
גלייך נאך שני שטייט ושחט את הכבש וגו' ולקח הכהן מדם האשם ונתן הכהן על תנוך אוזן המטהר הימנית ועל בוהן ידו הימנית ועל בוהן רגלו הימנית. ס'איז זיכער אז ס'שטייט רמזים אויף דעם אויך, אבער כ'האב עס נאכנישט באגעגנט אין ערגעץ.
וי"ל עפ"י הידוע פון אריה"ק אז יראת ה' וענוה איז רחל ולאה (וידוע מספה"ק עפ"י החז"ל על הפסוק עקב ענוה יראת ה' אז דאס איז איינס), און ווי מיר זעהן האט רחל אמינו איבערגעגעבן פאר לאה אמינו די אפגעשמועסטע סימנים מיט יעקב אבינו כדי שלא תבוא לידי בזיון (ווי זי האט געזאגט פאר הקב"ה ביים חורבן הבית, ומסרתי לאחותי כל הסימנין שמסרתי לבעלי ולא הוצאתיה לבושה ולחרפה).
וידוע וואס דער פלא יועץ ועוד ברענגען אז די סימנים וואס יעקב האט אפגעשמועסט מיט רחל און רחל האט עס איבערגעגעבן פאר לאה איז געווען רעדן איבער אליון (דהיינו תנוך) אזנו הימני ובוהן ידו הימני ובוהן רגלו הימני, ממילא גיבט מען דעם דם האשם (לרמז על אשמתו בקול דמי אחיו הצועקים - אזיל סומקא ואתי חיורא) אויף די דריי פלעצער כדי ער זאל זיך אפלערנען די הייליגע מדות פון אונזערע אמהות און עס מער נישט טון, וזה תקנתו ויתרפא.

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 621
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm
דיינע דברי תורה זענען צו באלעקן די פינגער, מתוקים מדבש ונופת צופים, איך פארשטיי נישט פארוואס דו לייגסט דאס ארויס דא, שרייב דאס אראפ בלשון הקודש אדער אידיש, און דרוק דאס מיט אן הארטן דעקל, ויקפצו זביני עלה
לעצט פארראכטן דורך קאזאבלאנקא אום דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 9:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- חאצקל פרייליך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 497
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm
א גרויסן ייש"כ אייך ביידע. ווען איר זאלט וויסן ווער איך בין וואלט איר אליין פארשטאנען די סיבה. אין א ספר שרייבט מען געווענליך ארויס די נאמען, און איך בין גאנץ גוט פאר א ליידיגייער אבער פאר א מחבר ספר נישט, ס'שטימט עפעס נישט. וחוץ מזה בין איך שרעקליך געענגט אין צייט, און דער ווייטער בליק אז אין פינף יאר ארום וועט עס אפשר איינער קויפן און הנאה האבן איז מיר נישט גענוג א שטופ צו שרייבן. (אגב, וויפיל איך שרייב שוין יא דא א טאג איז ניטאמאל א צענטל חלק פון וויפיל ווען די צייט ערלויבט מיר ווען צו שרייבן, און דאס איז שוין מיטן שרייבן במהירות).
(אגב, באקומען היינט א פראגע באישי פון א חשובן ניק דא, ס'וואלט אייך געבאדערט אויב איך ווייס ווער איר זענט? ס'באדערט מיר נישט צופיל אויב איינער ווייסט, אבער לויט ווי כ'שטעל זיך פאר וועל איך פארלירן לכה"פ איין ליינער איינמאל ער אנטדעקט מיר און מיט יעדעס מאל וואס דער סוד רינט ווייטער פארליר איך נאך איינס ועל כן קצת קשה לי לגלות קלוני).
גיימיר ווייטער בעז"ה. דער של"ה הק' אין זיין סידור ברענגט א מדרש אז אדם הראשון ווען ס'איז נגזר געווארן אויף אים מיתה ל"ע אבער איין טאג איז יא נקצב געווארן צו לעבן והוא יומו של הקב"ה אלף שנה, און ער האט קודם איינגעוויליגט צו געבן זיבעציג יאר פאר דוד המלך ע"ה, ווייל ווען הקב"ה האט אים געוויזן דור דור ודורשיו וחכמיו און אז דוד המלך וועט זיין א נפל, האט אדם הראשון געזאגט אים אוועקצוגעבן זיבעציג יאר, וכך הוה אז ער האט געלעבט 930 יאר וואס דאס איז 70 יאר ווייניגער ווי 1000.
זאגט דער מדרש ווייטער אז ווען ער איז אנגעקומען צו דעם עלטער און ס'איז אנגעקומען דער יום המיתה האט ער חרטה געהאט און געוואלט צוריקציען, האט אים השי"ת געזאגט אדם טו נישט אזוי נאר מוצא שפתיך תשמור, קוק אין דיינע קינדער וועסטו זעהן אז ס'וועט אויפשטיין איינער וועלכער וועט מקיים זיין זיין נדר און דאס איז יעקב ווי ס'שטייט וידר יעקב נדר און וואס ער האט נודר געווען האט ער מקיים געווען, מיד חזר אדם ונשאר בנדרו, ע"כ המדרש.
און דער שלה"ק פירט אויס מיט א פירוש ששמע אויף די פסוקי התפלה וואס דוד המלך זאגט אין תהלים אל תבטחו בנדיבים בבן אדם, א רמז אויף אדם הראשון וואס האט אים מנדב געווען 70 יאר, ווייל תצא רוחו אבדו עשתונותיו, ער האט געוואלט צוריק מאבד זיין וואס ס'איז שוין ארויס מרוחו לולא אלקי יעקב וואס דער אייבירשטער האט אים געזאגט אז ס'וועט אויפשטיין א יעקב און נודר ומקיים זיין, דאס זאגט דער פסוק ווייטער אשרי שאל יעקב בעזרו, עכל"ק.
ויש לרמז אויף די זיבעציג יאר פון דוד המלך וואס ער האט באקומען א נדבה מאדם הראשון בזכות יעקב אבינו וועלכער האט געהאלטן זיין נדר, אז אין פסוק שטייט וידר יעקב נדר לאמר אם יהי' אלקים עמדי וגו' וכן בקיום הנדר שטייט ויהי עמדי בדרך אשר הלכתי, און עמד"י איז נוטריקון דוד מלך ישראל מיט א ע' (זיבעציג).

שטייט אין די סדרה וישק יעקב לרחל וישא את קולו ויבך, זאגט דער מדרש רבה למה בכה, שראה שאינה נכנסת עמו לקבורה, הדא הוא דהיא אמרה לה לכך ישכב עמך הלילה, אמרה לה עמך הוא דמיך עמי לית הוא דמיך, ע"כ. דאס לשון זאגט דער מדרש רבה אויך ביים פסוק לכן ישכב וגו' אז דעמאלטס האט זי פארלוירן דאס נקבר געווארן מיט אים, לפי שזלזלה בצדיק לפיכך אינה נכנסת עמו בקבורה, הוא דהיא אמרה לה לכן ישכב עמך הלילה, אמרה לה עמך הוא דמיך עמי לית הוא דמיך, ע"כ.
באמת שטייט נאך א טעם אין מדרש רבה פארוואס זיי זענען נישט געקומען לקבורה אינאיינעם. מה ראה יעקב לקבור את רחל בדרך אפרת, אלא צפה יעקב אבינו שהגליות עתידות לעבור שם לפיכך קברה שם כדי שתהא מבקשת עליהם רחמים, הה"ד קול ברמה נשמע וגו' (כמובא ברש"י פ' ויחי על ואני). אבער לויט דעם טעם איז עס באמת געווען א גרויסע טובה פאר כלל ישראל דאס אז רחל אמינו זאל נישט נקבר ווערן אינאיינעם, ווייל נאר אדאנק דעם האבן מיר זוכה געווען צו די הבטחה פון ושבו בנים לגבולם, און אפשר אז טאקע דערפאר ברענגט דער מדרש דא ביי וישא את קולו ויבך נאר דעם פסוק פון לכן ישכב וגו', ווייל לויט דעם איז עס געווען אלס עונש, ועל דא קא בכי.
דערציילנדיג היינט פאר א חבר אז כ'האב די וואך זיך גענומען שרייבן דא, האט זיך אנטוויקלט צווישן אונז צוויי א שמועס איבער די סארט זאכן. ובתוך הדברים גיבט ער מיר אזוי א זאג, מענטשן ווייסן נישט אז ווען מ'זאגט איבער א זאך ברבים דארף עס האבן א מקור וטעם. פרעג איך אים וואס מיינסטו צו זאגן? זאגט ער מיר אז ער איז געווען ביי די לוי' פונעם רבי'ן הברך משה זצ"ל, און הר"ר עזריאל גליק ז"ל האט דארט געזאגט לפני מטתו אז דער רבי האט אים געבעטן ער זאל אים לייגן נעבן הייליגן פעטער זי"ע, און געזאגט כ'ווייס אז כ'בין נישט ראוי דערצו, אבער כ'האב נישט געהאט קיין גוטן טאג אין לעבן חוץ דעמאלטס ווען כ'האב דאס ערשטע מאל זיך געטראפן מיטן פעטער זי"ע נאכן קריג און עס איז פאר מיר געווען דאס גרעסטע שמחה אין לעבן, ע"כ.
זאגט ער מיר אז בפשטות איז עס אינם מובנים הדברים, ווייל ממה נפשך. אויב איז מען ראוי איז מען דאך ראוי, איז אוודאי גוט. אויב אבער איז מען נישט ראוי וואס מאכט דען אויס די גרויסע שמחה וואס עס האט געהערשט ווען מ'האט זיך צום ערשטן מאל געטראפן? מ'טרעפט נישט אין ערגעץ נישט אזא מין זאך אז איינס מיטן צווייטן זאל האבן דאס מינדעסטע שייכות. ואמרתי לו אז אויב האט עס דער רבי טאקע געזאגט איז עס און האט עס מן הסתם א מקור מוסמך, ווייל ער פלעגט געווענליך נאר זאגן געבויעט אויף די פריערדיגע.
והוספתי אז אפשר קען מען אפילו טרעפן די מקור הדברים די וואך אין רש"י הק'. רש"י אויפן פסוק וישא את קולו ויבך ברענגט פון חז"ל אז דערפאר האט יעקב אבינו געוויינט ווען ער האט דאס ערשטע מאל זיך באגעגנט מיט רחל אמינו ווייל זיי גייען נישט ליגן אינאיינעם. דאס ברענגט רש"י צו פון מדרש רבה וואס ברענגט דארט אויך צו דעם פסוק פון לכן ישכב וגו', דהיינו די אנדערע טעם וואס לפי זה דעם איז עס געווען ווייל זי איז צוליב דעם נישט ראוי געווען דערצו. איז דערפון אפשר משמע אז ווען זיי וואלטן יא נקבר געווארן אינאיינעם (צי ווייל זי איז יא ראוי נקבר צו ווערן אינאיינעם, צי ווייל טראצדעם וואס נישט וועט זי דאך יא נקבר ווערן אינאיינעם), וואלט ער זיך יא געפריידט ביים ערשטן צוזאמענטרעף מיט איר.
און אז ביים ערשטן באגעגעניש האט שולט געווען אזא געוואלדיגע שמחה, איז עס אפשר א סימן אז מ'וועט יא ליגן אינאיינעם און אפילו מ'איז נישט ראוי דערצו (אדער ווייל מען איז יא ראוי אבער ער האט נישט געהאלטן אז ער איז ראוי, ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט איך ווייס אז איך בין נישט ראוי דערצו).

חאצקל פרייליך האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ אייך ביידע. ווען איר זאלט וויסן ווער איך בין וואלט איר אליין פארשטאנען די סיבה. אין א ספר שרייבט מען געווענליך ארויס די נאמען, און איך בין גאנץ גוט פאר א ליידיגייער אבער פאר א מחבר ספר נישט, ס'שטימט עפעס נישט. וחוץ מזה בין איך שרעקליך געענגט אין צייט, און דער ווייטער בליק אז אין פינף יאר ארום וועט עס אפשר איינער קויפן און הנאה האבן איז מיר נישט גענוג א שטופ צו שרייבן. (אגב, וויפיל איך שרייב שוין יא דא א טאג איז ניטאמאל א צענטל חלק פון וויפיל ווען די צייט ערלויבט מיר ווען צו שרייבן, און דאס איז שוין מיטן שרייבן במהירות).
לא שמו של אדם מכבדתו רק תורתו, ווער איך בין שרייבסטו, ווער דו ביסט איז חאצקל פרייליך, און נישט זאוועל גראסמאן.
גאנץ גוט פאר א ליידיגייער ? הלואי פאר אלע ליידיגייערס אזעלכע בקיאות און חידושי אורייתא.
שרעקליך געענגט אין צייט ? ווי שטימט דאס מיט ליידיגייער???... אבער מיט דעם אלעם קומט איר אן צו שרייבן אסאך חידושי תורה אויף די אינטערנעט, קלויבט נאר צוזאם די אלע תורות פון דא און דרוקט עס אפ, איר שרייבט אין פינף יאר ארום וועט אפשר איינער קויפן. וואס איז מיט אייך? דיינע ספרים וועלן גיין ווי מצה וואסער, נישט קיין אפשר נאר וודאי און וודאי וועט מען עס קויפן און כש"כ הנאה האבן.
Believe me I never saw such beautiful toires in one place. Keep on
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
- חאצקל פרייליך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 497
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm
א גרויסן ייש"כ אייך אלע. וועלמיר בעז"ה זיך אנשטרענגען צו שרייבן א ווארט וואס כ'האב שוין געקלערט נעכטן נאכט מוצש"ק ויצא, אבער קיין רגע כמימרא נישט געהאט איבריג צייט און היינט איבערן טאג אויך כמעט נישט. יעצט איז אויך נישטא ביי מיר צופיל דערפון, אבער אז אידן שרייבן אז זיי האבן הנאה איז אנדערש די גאנצע מעשה, מ'וועט אראפציפן אביסל צייט. (כ'האף ווי ביז יעצט, איין ווארט פער טאג אי"ה).
(אגב, לשאלת הרב גראדער. ליידיגיין מיט צייט-מאנגל איז ווייט נישט קיין סתירה, אדרבה איינס ברענגט דאס צווייטן. אויב גלייבסטו נישט, גיי יעצט צו אן עסקן און בעט אים א טובה, מעג זיין א שווערע. ער וועט עס דיר ווארשיינליך נישט אפזאגן נאר עס דיר טון בחפץ לב. דאן גיי בעט עס פון א ליידיגייער וועט ער לכאורה זאגן כ'האב נישט קיין רגע צייט דערצו. און די סיבה איז גאנץ א פשוטער, ווייל אן אקטיווער מענטש ווען ער האט פינף ליידיגע מינוטן איז ער אויף צרות, ער וויל טון צו דער זאך און ס'איז אבער נישטא וואס. משא"כ דער ליידיגייער וועלכער האלט זיך כסדר פארנומען מיט זיין פאך און האט טאקע נישט קיין איבריגע סעקונדע, כאשר מבשרי אחזה אז כ'האב באמת נישט קיין צייט, נישט געווערטלט).
חז"ל זאגן כל זמן שהי' יעקב בבית לבן לא שמר אלא שבת בלבד, וצ"ב די וואך זאגו דאך חז"ל (דאכצעך אז רש"י ברענגט עס צו) עם לבן גרת"י ותרי"ג מצוות שמרתי.
דער מחבר אין הל' שבת פסק'ענט דאכצעך אין סי' ש"ו אז הרהור בעסקיו מותר ומ"מ משום עונג שבת מצוה שלא יחשוב בהם כלל ויהא בעיניו כאילו כל מלאכתו עשוי'. די מקור איז כידוע אין מכילתא פ' יתרו על הפסוק ששת ימים תעבוד ועשית כל מלאכתך, וכי אפשר לאדם לעשות כל מלאכתו בששת ימים, אלא שבות כאילו כל מלאכתך עשוי'.
ולכאורה אפי' אן עם הארץ איז דאך אימת שבת עליו פון זאגן ליגנט, און דא ווי קען זיין אזוינס ווי א פסק פארן גאנצן כלל ישראל אז מ'זאל זיך פארשטעלן אז כל מלאכתו עשוי', מ'דארף דאך ב"ה אויסהאלטן א שטוב מיט קינדער און דאס קאסט גאר אסאך, איז דען ביי יעדן איינעם כל מלאכתו עשוי' אז ס'איז ביי קיינעם נישט קיין ליגנט?
וי"ל עפ"י מ"ש בחובת הלבבות שער הבטחון ושאר ספרי קודש ועפ"י המשל הידוע מהמגיד מדובנא זצ"ל אז מ'ארבעט אומזיסט און מ'עסט אומזיסט, איינס מיטן צווייטן האט ממש גארנישט נאר צוליב די גזירה פון בזיעת אפך (אדער די אנדערע טעמים) דארף מען ארבעטן, אבער פרנסה גיבט דער אייבירשטער אפגעזען וויפיל כוחות דער מענטש איז משקיע אין גשמיות.
לויט דעם קומט אויס אז אסאך מענטשן לעבן דורכאויס די ששת ימי המעשה אין א גרויסן אויפגעבלאזענעם שקר, אבער שב"ק ווערט נתגלה דער אמת לאמיתו אז ס'האט נישט איינס מיטן צווייטן. אפשר איז דאס טאקע פשט אינעם עם הארץ אימת שבת עליו פון זאגן ליגענט פונקט ווי דער ת"ח וועלכער איז אגאנצע וואך בבחינת שבת, און אן ע"ה האט עס נאר שבת. דאס קען אפשר זיין פשט אין דאס וואס מיר זאגן שב"ק ביי מנחה מנוחת אמת ואמונה, נאכן אדורכגיין רוב שעות היום אן ארבעט זענען מיר מודה אז די שבת'דיגע מנוחה איז אבסאלוט נישט קיין שקר ווייל ס'איז באמת כל מלאכתך עשוי', און אז דו וועסט האבן אביסעלע אמונה ובטחון וועסטו זעהן אז ס'איז א מנוחת אמת. (און אפשר דערפאר איז כל ברכאן וכו' ביומא שביעאה תליין, ווייל פון שקר קומט קיין גוטס נישט ארויס).
ידוע אז אויף וירד אברם מצרימה זאגן חז"ל צא וכבוש הדרך לבניך, וברמב"ן ושאר ראשונים אז די אלע מעשי אבות איז א סימן לבנים אלס פועל דמיוני לדורות. יעקב אבינו ווען ער איז געגאנגען גלות האט ער אונז אויסגעטרעטן דעם דרך פון אין ישראל ניזונין אלא בזכות האמונה, און אין שארפסטן קאנטראסט צו זיין שווער לבן הארמי איז ער א געווען א גאנצע וואך בבחינת שבת פון תתן אמת ליעקב, ווי ער אליין דערציילט עס אזוי אויספירליך אין די פסוקים סוף סדרה ביי ויחר ליעקב וירב בלבן, מה פשעי מה חטאתי וגו'. (איז עס נישט קיין סתירה מיט דעם אז ער האט געהיטן די גאנצע תורה, אבער נאר געווען בבחינת שבת א גאנצע וואך).
און נאך איין קלייניקייט. מען זעהט ביי יעקב אבינו אז צוואנציג יאר האט ער נעבעך מיטגעמאכט פאר זיין שידוך, אריינגערעכנט די עשרת מונים פאפעראציע און דער אויפטויש פון די הייליגע אמהות ועוד, ווי מ'האט געליינט נעכטן. משא"כ ביי יצחק האט עס גענומען נישט מער ווי איין טאג פאר אליעזר, היום יצאתי והיום באתי, און ווען בתואל האט געוואלט מעכב זיין איז ער תיכף געשטארבן, גענעכטיגט און צוריק אהיים מיט די כלה. וואס קען זיין די חילוק? געווענליך זאגט מען אז ס'האט מיט חסרון בטחון, אבער קיין בטחון האט ביים זיידן יעקב נישט געמאנגלט, אדרבה ואדרה ער האט דאך דאן געזאגט דעם לית אנא מוביד סברי מן בריי נאר עזרי מעם ה' עושה שמים וארץ.
ושמעתי אתמול בשם הר"ר אלימלך בידערמאן שליט"א בשם א פריערדיגן מקור, אז די חילוק איז געווען ווייל יעקב אבינו האט שוין געהאט א פארטיגן פלאן וואו אנצוקומען כמ"ש וקח לך משם אשה מבנות לבן אחי אמך משא"כ אליעזר האט קיין שום פלאן נישט געהאט נאר ה' אלקי אדוני אברהם הקרה נא לפני היום, זאגט השי"ת אזוי? בעטסט ביי מיר פאר א פלאן? מיינע פלענער זענען זייער זייער קראנט און אדורכפירבאר אויף די מינוט.
כ'ווייס נישט פון וועמען ער האט עס נאכגעזאגט, איז אבער אוודאי חלילה נישט פשט אז יעקב אבינו האט איין רגע זיך פארלאזט אויף פלענער ח"ו, און חוץ מזה איז דער פלאן געווען ע"י נבואה ובמצוות אביו ואמו. אבער עם כל זה, פאר אונז קליינע מענטשעלעך כערכינו מעג אפשר יא דינען אלס מוסר השכל די נקודה דערפון, אז פלענער דארף מען איבערלאזן פאר השי"ת, ליוו איט פאר די עקספערט. אוודאי מעג מען פלאנירן, אבער נאר נאכן וויסן אז מיר אליין קענען גארנישט. און אויב מעג מען גיין אויף דעם מהלך, קען מען אפשר גיין מיט א טריט ווייטער.
ידוע פון חז"ל אז יעקב אבינו האט גענומען א משכון פון אליהו הנביא דעם אות ו' ער זאל קומען מבשר זיין די גאולה, וידוע מספרים הק' אז דערפאר דוקא די ו' ווייל דאס איז איז אן אות אמת, עיי"ש לפי דרכם בקודש. וי"ל עוד בענין א קשר פון יעקב מיט אליהו לגבי מדת אמת.
יעקב אבינו האט געהאט א פלאן און ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט ווי געהעריג. ווער זאגט אבער אז ווען ער האט ווען נישט א מער פארזיכערערטע פלאן וואלט עס נישט גענוצט? כבר הי' לעולמים מערערע פעלער פון מענטשן וואס האבן נישט חתונה געהאט בכלל, און אפילו ווער יא האט אויך נישט יעדער געטראפן דוקא דאס וואס ער האט זיך פארגעשריבן, און האט זיך אפילו געקענט ציען לענגער ווי ער האט געמיינט אדער געוואלט. אפשר ווען איינער מאכט א גאר פארזיכערטע פלאן איז עס שוין א 'מוז' אויף אויסגעפירט צו ווערן.
מיר טרעפן אין פסוק (דאכצעך אז מ'זאגט עס אין די הפטורה פון פ' פינחס וואס הייבט זיך אן מיט ויד ה' היתה אל אליהו וגו' און אזוי ווייטער די גאנצע מעשה דארט), שטייט דארט ווי ער האט אנגעקוקט דעם ביטערן מצב און וישאל את נפשו למות ויאמר רב עתה ה' קח נפשי כי לא טוב אנכי מאבותי. לכאורה איז דאך דאס א זאך וואס גייט אריבער אויף כמעט יעדן איינעם פון די מיליאנען ברואים לענגאויס טויזנטער יארן און קיינער איז נישט אויסגעשלאסן, און אז ס'איז סייווי אזוי זיכער איבער זיכער וועט דאס זיין דער לעזונג, האט ער געבעטן אז ס'זאל קומען שוין.
למעשה איז ער אבער געהאלפן געווארן אויף אן אנדערן וועג ווי ס'שטייט ווייטער אין די פסוקים והרבה דרכים למקום. און זיין פלאן אבער - דהיינו דאס וואס ער האט זיך אויסגע'משל'ט פאר די ישועה, איז קיינמאל דערווייל נאכנישט אויסגעפירט געווארן און וועט לכאורה קיינמאל נישט צושטאנד קומען.
שבת קודש טאר דאך א איד נישט מהרהר זיין בעסקיו, ס'איז כל מלאכתו עשוי'. מוצאי שב"ק ווען מ'הייבט אן אויספלאנירן דעם בלופרינט פאר די ביזנעס וכדומה ווילן מיר אבער אריינציען קדושת והשפעת השבת אין די גאנצע וואך אריין, דערציילן מיר די מעשה מיטן איש חסיד וועלכער איז ארויס אויפן גאס אן קיין שום פלאן, זיך פארלאזנדיג נאר אויפן חנון ורחום במרומיו אולי יגמלינו ברחמיו און נלבש והשליך יהבו על ה' אשר אהבו.
און דורך וועמען איז זיין ישועה געקומען? והנה אליהו הנביא לקראתו - טאקע דער זעלבער וואס ווייסט אז אלע מענטשליכע פלענער אויף די וועלט און אפילו די פארזיכערסטע זענען בכלל נישט מעלה ומוריד, און ער איז אים צו הילף געקומען. אבער אפילו נאכן ופרח לו איש האמת, האלטן מיר אן דעם מנוחת אמת ואמונה פונעם זיידן יעקב בבית לבן און מיר זינגען תיכף ומיד דעם אמר ה' ליעקב אל תירא עבדי יעקב און ענדיגן מיטן תתן אמת ליעקב.
דאן זינגען מיר אליהו הנביא און רעכענען אויס צווישן אנדערע דעם איש שלא טעם טעם מיתה וקבורה אז דער שטערקסטער פלאן איז צוגרינד געגאנגען (אפילו ביי יעדן איינעם יא, איז בכלל נאכנישט מוכרח אז ביי דיר אויך אזוי), דערנאך קומט שיר למעלות אשא עיני וואס יעקב אבינו אויפן וועג קיין חרן האט געזאגט מאין יבוא עזרי און אויסגעפירט אז לית אנא מוביד סברי מן בריי נאר עזרי מעם ה' עושה שמים וארץ, ער האט באשאפן שמים וארץ אינגאנצן אן די הילף פון אונזערע פלענער און ער קען פלענטי טרעפן לעזונגען וויאזוי צו דעקן אונזערע טשעקן. דאן בעטן מיר דעם רבונו של עולם החל עלינו את ששת ימי המעשה הבאים לקראתינו לשלום.

- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 621
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm
ר' חצקל איך האב געטראכט א געדאנק.
לויט ווי איך זעה דא, שרייבסטו אזוי איין לאנגע תורה נאך די אנדערע, און בתוך הדברים ווארפסטו אריין נאך צענדליגער קליינע ווערטעלעך אויף די סדרה וכדומה.
אפשר וואלט געווען א געדאנק, אז די זאלסט אונז בקביעות מהנה זיין יעדן טאג מיט איין לאנגע תורה, אבער חוץ מזה זאלסטו לאמיר זאגן איינמאל א וואך שרייבן א תגובה פון "קורצע תורה'לעך און ווערטעלעך אויף די סדרה ועניני דיומא"
דארט ביי די אפטיילונג זאלסטו שרייבן (אויב די קענסט... לאמיר זעהן....) עטליכע קורצע זאצן תורה'ס וואס מען זאל קענען נאכזאגן אזוי איינס צוויי דריי.
איך בין זיכער לויט דיין בקיאות און וועג פון צאמשטעלן דרושים וכדומה, בינעך זיכער אז די קענסט דאס אויף באווייזן.
און אדרבה וואס זאגן די אנדערע אייוועלט מעמבער'ס צו דעים געדאנק.
לויט ווי איך זעה דא, שרייבסטו אזוי איין לאנגע תורה נאך די אנדערע, און בתוך הדברים ווארפסטו אריין נאך צענדליגער קליינע ווערטעלעך אויף די סדרה וכדומה.
אפשר וואלט געווען א געדאנק, אז די זאלסט אונז בקביעות מהנה זיין יעדן טאג מיט איין לאנגע תורה, אבער חוץ מזה זאלסטו לאמיר זאגן איינמאל א וואך שרייבן א תגובה פון "קורצע תורה'לעך און ווערטעלעך אויף די סדרה ועניני דיומא"
דארט ביי די אפטיילונג זאלסטו שרייבן (אויב די קענסט... לאמיר זעהן....) עטליכע קורצע זאצן תורה'ס וואס מען זאל קענען נאכזאגן אזוי איינס צוויי דריי.
איך בין זיכער לויט דיין בקיאות און וועג פון צאמשטעלן דרושים וכדומה, בינעך זיכער אז די קענסט דאס אויף באווייזן.
און אדרבה וואס זאגן די אנדערע אייוועלט מעמבער'ס צו דעים געדאנק.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
- חאצקל פרייליך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 497
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm
גרויסן ייש"כ. באמת א שטארקער געדאנק אבער כ'האב ליידער נישט קיין טראפעלע צייט דערצו לעת עתה, נאר כדי מיינע ווערטער זאלן נישט פארלוירן גיין נוץ איך דעם שנירל דא, און אז איינער האט הנאה איז אוודאי גוט. (כמובן מאלין האבן די חשובע מנהלים שיחיו אלע רעכטן עס אריבערצופירן אין פארברענגען אדער עס פארשליסן אינגאנצן, אבער ווילאנג מ'האלט עס ב"ה אפן וועל איך אי"ה שרייבן ווייטער בל"נ, און מ'קען עס רואיג איבערהיפן אויב איז עס נישט אינטערעסאנט).
נעכטן האב איך ליידער פארפעלט ווייל כ'האב ממש נישט קיין צייט געהאט. (און מחליט געווען אז ס' וועט נישט גיין לויטן טאג ווייל ס'קען זיין א צייט-מאנגל ומפטירין כדאתמול, נאר ווען כ'האב צייט וועל איך אי"ה שרייבן).
די וואס האבן יא הנאה דערפון, ביטע זיך לאזן הערן. און אז יא וועל איך פרובירן אראפציפן מער צייט פון דער ארבעט. ס'איז ידוע די מעשה מיטן כלל טוער יאסל ווארשעווער וועלכער איז טאג און נאכט איז ער ארומגעלאפן אין די שולן און מקוואות און גע'דרש'נט און פאליטיזירט און זיך געבייזערט, בעת די קינדער זיינע זענען ארומגעגאנגען נאקעט און בארוועס. ווען מען האט אים פארגעהאלטן היתכן, ווי לאזט מען קינדער אזוי, האט ער זיך אויסגעלאכט. צוליב מיינע צען שמענדריקעס זאל איך לאזן גאנץ ווארשא אונטערגיין?!
גיימיר ווייטער בעז"ה, און דאס מאל טאקע בתכלית הקיצור מחוסר הפנאי. לעצטנס געזעהן בספר החדש צדיקים קרויין חיים (ריבניץ), וז"ל:
א איד פארציילט: אמאל בין איך געווען פרשת וישלח מיטן רבי'ן אין לאס אנדזשעלעס, דער רבי איז געווען בעל קורא, און ווען ער האט געליינט די נעמען פון די אלופי אדום ביים סוף פרשה איז ער געווען רויט ווי פייער, און ער האט אויסטערליש פארפירט ביי יעדן נאמען. (ווען ער האט געזאגט דעם נאמען הדד בן בדד האט ער געקלאפט אין טיש).
ס'איז געווען דעמאלטס א פחד צו שטיין נעבן רבי'ן. ווען ער האט געענדיגט ליינען די פרשה האט ער זיך אנגערופן אויפן לעצטן פסוק הוא עשו אבי אדום, ער האט נישט געקענט טרעפן קיין איידעם (מלשון אדום), האט ער גענומען עשו (הוא עשו) פאר אן איידעם, אבי א איידעם (אבי אדום). ומי יעמוד בסוד קדושים. עכ"ל פון ספר הנ"ל.
ויש לומר עפ"י הידוע מכמה מצדיקים הקודמים וואס האבן געליינט די קריאה פון די אלופי עשו מיט קולי קולות, אז ווען נישט וואס מען שרייט זיי אויס איינמאל אין יאר וואלט מען א גאנץ יאר געהאט צו ליידן פון זיי. עשו איז דאך כידוע געווען אן איידעם א שטיק שווער ביי ישמעאל, כמ"ש וילך עשו אל ישמעאל ויקח את מחלת בת ישמעאל. האט דער צדיק וקדוש אינאיינוועגס אים אויך שוין אינזינען געהאט לחרפות ולדראון עולם אין די זעלבע צייט, און מתפלל געווען ווי מיר האבן געזאגט אין די ימי הסליחות יוושעו לעין כל ואל ימשלו בם רשעים, כלה שעיר וחותנו ויעלו לציון מושיעים.

סידיראם האט געשריבן:ר' חצקל איך האב געטראכט א געדאנק.
לויט ווי איך זעה דא, שרייבסטו אזוי איין לאנגע תורה נאך די אנדערע, און בתוך הדברים ווארפסטו אריין נאך צענדליגער קליינע ווערטעלעך אויף די סדרה וכדומה.
אפשר וואלט געווען א געדאנק, אז די זאלסט אונז בקביעות מהנה זיין יעדן טאג מיט איין לאנגע תורה, אבער חוץ מזה זאלסטו לאמיר זאגן איינמאל א וואך שרייבן א תגובה פון "קורצע תורה'לעך און ווערטעלעך אויף די סדרה ועניני דיומא"
דארט ביי די אפטיילונג זאלסטו שרייבן (אויב די קענסט... לאמיר זעהן....) עטליכע קורצע זאצן תורה'ס וואס מען זאל קענען נאכזאגן אזוי איינס צוויי דריי.
איך בין זיכער לויט דיין בקיאות און וועג פון צאמשטעלן דרושים וכדומה, בינעך זיכער אז די קענסט דאס אויף באווייזן.
און אדרבה וואס זאגן די אנדערע אייוועלט מעמבער'ס צו דעים געדאנק.
ג"א מצטרף (אויף חצקל'ס חשבון)
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
חאצקל פרייליך האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ אייך ביידע. ווען איר זאלט וויסן ווער איך בין וואלט איר אליין פארשטאנען די סיבה. אין א ספר שרייבט מען געווענליך ארויס די נאמען, און איך בין גאנץ גוט פאר א ליידיגייער אבער פאר א מחבר ספר נישט, ס'שטימט עפעס נישט. וחוץ מזה בין איך שרעקליך געענגט אין צייט, און דער ווייטער בליק אז אין פינף יאר ארום וועט עס אפשר איינער קויפן און הנאה האבן איז מיר נישט גענוג א שטופ צו שרייבן. (אגב, וויפיל איך שרייב שוין יא דא א טאג איז ניטאמאל א צענטל חלק פון וויפיל ווען די צייט ערלויבט מיר ווען צו שרייבן, און דאס איז שוין מיטן שרייבן במהירות).
מיר פייגעבאלן
אפשר וועל איך נאך נעמען דיין ווערק, און דריקן תחת שמי, און זיך מתכבד זיין בכבודך!!!
(נאר א ווערטל)
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
- חאצקל פרייליך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 497
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm
א גרויסן ייש"כ אייך.
רב שמו, בכל הכבוד! אדרבה ואדרבה, אזוי וועט עס כאטש נתפרסם ווערן כאטש אין דיין נאמען. קענסט עס אפילו ארויסשרייבן, איך בין נישט קיין חפץ בעילום 'שמו'. מיט מיין ארגינעלע נאמען וועט עס ווארשיינליך זאמלען שטויב אויף די פאליצעס אין די ספרים (אדער להבדיל דזשודעיקא) געשעפטן, אויב זיי וועלן עס בכלל אריינעמען אז די שרענק זאלן אויסצוזעהן מער פול און קאלירפול. מצדי קענט איר זיך רואיג מתכבד זיין בקלוני מראשי ומזרועי.
וועל איך בעז"ה ווייטער שרייבן א ווארט אנשטאטס נעכטן. דאס האב איך גראדע נעכטן שוין געהאט אין פלאן צו שרייבן, אבער שטייענדיג הילפלאז אקעגן דעם זייגער צוזעהנדיג מיט די אייגענע אויגן דעם אומ'רחמנות'דיגער צייט-גאלאפ וואס האלט נישט ביים זיך אפשטעלן פאר קיינעם און אז כ'וועל דערצו שוין נישט אנקומען אין א נעכטיגן טאג ווייל גארנישט שטייט אים נישט אין וועג, האט עס מיר דערמאנט אין יענעם ארימאן וואס האט אנגעקלאפט ביי א קמצן אין שטוב בעטנדיג עפעס עסן. דער קארגער גיבט אים אזא פרעג, נעכטיגע שיריים איז אויך גוט? זאגט ער יא, פארוואס נישט? זאגט דער בעה"ב, פיין. קום צוריק מארגן. (אגב, ס'וועט זיך אפשר אביסל פארציען, אבער לאמיר האפן אויפן בעסטן אז ס'וועט נישט צו לאנג נעמען).
בשב"ק העעל"ט ביי שלש סעודות האט א חבר מיינער מיר געפרעגט צו איך ווייס אפשר דעם טעם פארוואס מ'דערמאנט רחם על ציון און מלכות בית דוד ביי ברכת ההפטורה, ועניתי ואמרתי אז ניין, ס'שטייט זיכער טעמים דערויף אבער כ'ווייס נישט וואס. וועליך בעז"ה דא שרייבן וואס איך האב אים דערויף געענטפערט ממה שעלה אז ברעיוני בס"ד.
ידוע אז ישועת ושמחת ציון בבניה און מלכות בית דוד גייט אינאיינעם מיט בנין בית השלישי, ווי דער ב"ח אין או"ח סימן קי"ח זאגט בנוגע הפקפוק בברכת בונה ירושלים אין תפלת שמו"ע אז לכאורה איז דאך נישט חתימה מעין הפתיחה זינט מ'הייבט אן מיט בנין ירושלים און מ'ענדיגט מיט כסא דוד, און ער איז מבאר אז ס'איז יא חתימה מעין הפתיחה און אויך מעין החתימה סמוך לחתימה און ס'איז איין זאך ווייל מיר בעטן נישט אויף בנין ירושלים נאר באופן וואס עס זאל זיין ראוי לכסא דוד.
און ווי ער פירט אויס בלשון קדשו: ובנין כסא דוד הוא מענין בנין ירושלים ממש שהרי בית המקדש וכסא דוד הכל הוא נבנה בתוך ירושלים, וגם יש להם שייכות אל ירושלים כי הלא הבונה עיר שתהיה עיר ממלכה אליו הנה הכרח הוא שיבנה בתוכה בית קדוש לתפילה ולעבודה לפניו יתברך, גם צריך הוא לבנות בית שיהא נקרא בית המלך ובתוכו כסא מלכותו שישב המלך עליו לדון עמו ובעל כרחינו צריכין אנחנו לפרש כך דאם לא כן מה ענין כסא דוד לבנין ירושלים, עכל"ק הב"ח שם.
ובאמת האבן זיינע הייליגע ווערטער א מקור קדוש אין זוה"ק פ' ויקהל, ווי ער ברענגט דעם פסוק פון מלכים א' ווי ס'שטייט כי לא בחרתי בעיר מכל שבטי ישראל לבנות בית להיות שמי שם ואבחר בדוד להיות על עמי ישראל. דער זוה"ק פרעגט דארט רישא לאו סיפא וסיפא לאו רישא, אטו דוד עיר הוא? ס'איז דאך צוויי באזונדערע זאכן.
זאגט ער אז השי"ת האט נישט געוואלט בוחר זיין בירושלים ווילאנג ער זעט נישט ווער ס'שטייט בראש, אז דער ראש איז מצד הקדושה איז גוט, אבער אויב חלילה פארקערט לא בחר ה' בירושלים. (אגב, דער רד"ק דארט אין מלכים זאגט אביסל אנדערש אז השי"ת האט נישט מודיע געווען זיין בחירה ביז ס'איז געווען ואבחר בדוד עבדי. ס'איז אבער אלס אין די זעלבע בחינה).
וברמב"ם הלכות מלכים זעהט אפילו אויס אז ס'איז אפשר נכלל בעיקרי אמונה של ביאת המשיח וז"ל: המלך המשיח עתיד לעמוד ולהחזיר מלכות בית דוד לישנה הממשלה הראשונה ובונה מקדש ומקבץ נדחי ישראל וכו', וכל מי שאינו מאמין בו או מי שאינו מחכה לביאתו לא בשאר נביאים בלבד הוא כופר אלא בתורה ובמשה רבינו וכו', ע"כ מלשונו הזהב ועיי"ש. בכל אופן זעהט מען עכ"פ ס'איז דבוק ומקושר איינס מיטן צווייטן. ממילא קען זיין אז בהיות די הפטורה דערמאנט אונז אין בנין בית השלישי ממילא דערמאנט מען ציון וירושלים און מלכות בית דוד. אבער וואס איז די שייכות פון הפטורה מיטן בנין דלעתיד?
ס'שטייט אין פ' בא והיה הדם לכם לאות על הבתים, זאגט דער אמרי נועם אז ס'שטייט אין שו"ת הרשב"א אז א גלח האט אים געפרעגט פונעם פסוק גדול יהיה כבוד הבית הזה האחרון מן הראשון און ס'גייט ארויף אויפן צווייטן בית המקדש, און דער פסוק רופט עס אן אחרון און ס'איז חרוב געווארן. פארוואס ווארטן מיר אויפן בית השלישי, אחרון מיינט דאך די לעצטע.
האט דער רשב"א אים געענטפערט אז מיר טרעפן בפירוש אין פסוק א אחרון וואס מיינט נישט אחרון ממש נאר בלויז מאוחר פון די ערשטע, ווי עס שטייט אין פ' שמות והיה אם לא יאמינו וגו' לקול האות הראשון והאמינו לקול האות האחרון, והיה אם לא יאמינו גם לשני האותות האלה וגו' ולקחת ממימי היאור וגו' והיו לדם ביבשת. זעהט מען קלאר אז הגם ס'שטייט אויפן צווייטן אות דאס לשון אחרון איז אבער געווען א דריטער אות.
טייטשט דערמיט דער אמרי נועם, והיה הדם לכם לאות על הבתים אז די אות הדם וואס איז געווען די דריטע אות נאכן אות האחרון, דאס איז אן אות און א ראי' על הבתים אויף די בתי מקדש, אז בלי ספק וועט זיין אויך א בית שלישי הגם ס'שטייט אויפן בית שני א לשון אחרון, ודפח"ח.
ויש להוסיף, אז אין פ' ויגש שטייט בני רחל אשת יעקב וגו' זאגט רש"י ובכולן לא נאמר בהן אשת אלא שהיתה עיקרו של בית.
וי"ל עפ"י וואס ווערט געברענגט בספה"ק אור האמת בשם הבעשטה"ק זי"ע אויף די גמ' אין סנהדרין מברכותיו של אותו רשע נראה מה שהיה לקללן ווייל ער האט געזאגט מה טובו אוהליך יעקב, ולכאורה וויאזוי זעהט מען פון די ברכה די קללה וואס ער האט געהאט אין הארץ.
די גמ' זאגט אין פסחים אז לעתיד וועט דאס ביהמ"ק זיין לא כאברהם שקראו הר ולא כיצחק שקראו שדה אלא כיעקב שקראו בית. און פשט איז אז אויף אברהם'ס נאמען הר שטייט אין איכה על הר ציון ששמם, און אויף יצחק'ס נאמען שדה שטייט אין מיכה ציון שדה תחרש, אויף די נעמען איז חל א חורבן. לעתיד וועט עס אבער געבויעט ווערן בזכות יעקב שקראו בית און ס'וועט מער קיינמאל נישט חרוב ווערן.
לכאורה פארוואס איז עס נישט לכתחילה געבויעט געווארן בזכות יעקב ממילא וואלט עס נישט חרוב געווארן. נאר ס'שטייט אין מדרש איכה אז בזמן החורבן זענען אידן נתחייב געווארן מיתה אבער שפך חמתו על עצים ואבנים און אידן זענען לעבן געבליבן. אויב וואלט עס געבויעט געווארן בזכות יעקב און ס'וואלט נישט געקענט חרוב ווערן וואלט חלילה געווען א כלי', איז עס געווען א חסד שעשה הקב"ה עם ישראל אז די ערשטע זענען נישט געווען בזכות יעקב, האבן זיי געקענט חרוב ווערן און אידן זענען ניצול געווארן.
אויף מה טובו אוהליך יעקב משכנותיך ישראל זאגט רש"י אז דאס גייט ארויף אויפן ביהמ"ק שנתמשכן בעונותיהם של ישראל. איז דאס געווען בלעם'ס כוונה, ווי גוט וואלט געווען ווען דער ביהמ"ק זאל זיין בזכות יעקב, און דורך דעם משכנותיך ישראל, אז אידן אליין זאלן ח"ו זיין דער משכון און חלילה בעונם ימותו, און דאס זאגן חז"ל אז מברכותיו ניכרים קללותיו, ווייל מ'קען עס אויסטייטשן לרעה נאר ויהפוך ה' אלקיך לך את הקללה לברכה, און ס'איז חל אויף אונז נאר די טובות דערפון, אזוי זאגט דער בעשטה"ק זי"ע.
באמת טרעפן מיר אין די תורה נאך א פלאץ ווי מ'זעהט קלאר אז אחרון איז נישט ממש דאס לעצטע, ווי ס'שטייט אין די וואכעדיגע סדרה וישם את השפחות ואת ילדיהן ראשונה ואת לאה וילדיה אחרונים ואת רחל ואת יוסף אחרונים. קען דאס טאקע זיין א פשט אין וואס רש"י זאגט עיקרו של בית, אז ביי די בני רחל זעהט מען דעם עיקר אמונה פון בית השלישי וואס יעקב קראו בית.
נאך א פלאץ ווי אחרון איז נישט דאס לעצטע לעצטע, איז שבת ביי קריאת התורה וואס נאך די עלי' פון אחרון קומט נאך א מפטיר מיט א גאנצע טוץ מיט ברכות, אחרון איז גארנישט געווען דאס לעצטע. זעהט מען ווייטער אז אחרון איז נישט ממש די לעצטע, קען דאך גדול יהי' כבוד הבית הזה האחרון אויך מיינען נאר די צווייטע אבער נישט דאס לעצטע ווייל א דריטע איז אין פראסעס, ממילא דערמאנט מען בברכת ההפטורה מלכות בית דוד מיט רחם על ציון וואס כהדדי אזלי מיטן בנין הבית הגדול והקדוש בקרוב ובמהרה דידן.
פיין. איך בין שוין פארטיג דא (נאר דא אין דער תגובה. פריי זיך נאכנישט אזוי פרי, כ'קום נאך צוריק אי"ה). אבער גענוי ווי הרב פתאום האט דא שוין געשריבן אז ביי מיר איז אלעס נאר אזוי אגב'ליך, וועל איך צוברענגען בדרך זה א טרעפליך ווארט ששמעתי. והגם כ'געדענק שוין נישט בשם וועלכן צדיק, מאכט עס אבער נישט אויס צופיל, וקבל את האמת ממי שאמרו.
שטייט אין סוף פ' בשלח ביי מלחמת עמלק ומשה אהרן וחור עלו ראש הגבעה, ווער איז דאס דער חור? זאגט רש"י חור בנה של מרים היה. אין סוף פ' משפטים שטייט והנה אהרן וחור עמכם מי בעל דברים יגש אליהם, ווייס איך דאך נישט ווער דער חור איז, קומט רש"י צו גיין און זאגט מיר נאכאמאל חור בנה של מרים היה. אויב איז עס נאכאלס נישט גענוג, אין פ' ויקהל ביי מלאכת המשכן איז דא עטליכע בלעטער אין (גרויסן) חומש אן קיין איין רש"י ווייל אלעס איז דאך נאר איבערגע'חזר'ט, אבער ביי ראו קרא בשם בצלאל בן אורי בן חור האט רש"י געפונען פאר וויכטיג צו זאגן חור בנה של מרים היה. הלא דבר הוא! וואס איז פשט דערין?
נאר אין פ' שמות אויף ויעש להם בתים זאגט רש"י בתי כהונה ולוי' ומלכות וכו', כהונה ולוי' מיוכבד ומלכות ממרים כדאיתא במס' סוטה, אז דוד המלך שטאמט פון מרים. לכאורה, היינט וואלט אזא דין תורה זיך געקענט ציען פאר לאנגע יארן און נאך אלס נישט פארטיגן. משה רבינו האט באקומען לוי' גלייך און אזוי אהרן כהונה אויך, פארוואס דארף מרים ווארטן מיטן שכר ביז ווען דוד המלך וועט געבוירן ווערן?
האט ער (ווער? כ'געדענק נישט, א צדיק) געזאגט, וואס מיינט א מלך ביי אידישע קינדער? לאו דוקא דער קרוין, הגם אוודאי קומט דאס אינאיינעם איז דאס אבער נישט דאס דער עיקר. דער רמב"ם זאגט אז א מלך ישראל האט דריי תפקידים. פירן די מלחמות ביי אידן, אנפירן מיט די סנהדרין, און בויען דאס בית המקדש. (כ'האב יעצט נישט קיין צייט אפירצוזוכן וואו אין רמב"ם ס'שטייט. די גמ' אין סנהדרין איז ידוע אז שלש מצוות נצטוו ישראל בכניסתן לארץ, להעמיד להם מלך ולהכרית זרעו של עמלק ולבנות להם בית הבחירה).
ומשה אהרן וחור עלו ראש הגבעה און געפירט די מלחמה לה' בעמלק, ווער איז געווען חור? בנה של מרים. והנה אהרן וחור עמכם מי בעל דברים יגש אליהם, ווער איז געשטאנען בראש הסנהדרין? בנה של מרים. ראו קרא בשם בצלאל בן אורי בן חור, ווער האט געבויעט דעם משכן? בנה של מרים. דער אידיש נחת פון די גאנצע מלכות האט מרים זוכה געווען נאך בחיים חיותה שוין צוצוזעהן ביי אירע הייליגע קינדער, ודפח"ח.

שטייט אין די סדרה ויבא יעקב שלם וגו', ידוע די גמ' אין שבת ווי רשב"י האט געזאגט הואיל ואיתרחיש ניסא איזיל אתקין מילתא, דכתיב ויבא יעקב שלם ואמר רב שלם בגופו שלם בממונו שלם בתורתו, ויחן את פני העיר וכו' שמואל אמר שווקים תיקן להם.
געהערט אמאל בשם א' מספרים הק' אויף די לשון הגמ' על הפסוק ויחן את פני העיר אז שווקים תיקן להם, וואס איז דער אויסדרוק פון תיקון ביי שווקים? נאר ס'גייט ארויף אויף תיקון עירובין וואס איז ביי שווקים. (כ'קען זיך נישט דערמאנען מבטן מי יצאו הדברים, אבל ממקור קדוש יהלכון).
די משנה זאגט יו"ט של ר"ה שחל להיות בשבת במקדש היו תוקעין אבל לא במדינה, די גמ' דארט פרעגט מנא הני מילי וכו' ביז רבא זאגט מדאורייתא מישרא שרי ורבנן הוא דגזור ביה כדרבה דאמר רבה הכל חייבין בתקיעת שופר ואין הכל בקיאין בתקיעת שופר גזירה שמא יטלנו בידו וילך אצל הבקי ללמוד ויעבירנו ד' אמות ברשות הרבים, והיינו טעמא דלולב והיינו טעמא דמגילה.
(אגב שמעתי בשם הר"ר מאיר צוויבל שליט"א אז מצות תקיעת שופר שטייט אין פסוק ובחודש השביעי באחד לחודש וגו' יום תרועה, און מצות נטילת לולב איז ולקחתם לכם ביום הראשון, און מצת קריאת המגילה איז והימים האלה נזכרים ונעשים בכל דור ודור ווי די גמ' זאגט אשכחן עשיה (פירש"י משתה ויו"ט), זכירה מנלן (פירש"י קריאת המגילה), אמר קרא והימים האלה נזכרים ונעשים איתקש זכירה לעשי'. די טעמי המקרא פון די אלע דריי (ובחודש השביעי באחד לחודש, ולקחתם לכם ביום הראשון, נזכרים נעשים בכל דור ודור) איז קדמא ואזלא מונח רביע, לרמז אז כ'האב מורא ער וועט זיך פעדערן (איידער די קיום המצוה) און גיין (צום בקי) און מאכן א הנחה נאך ד' אמות ברה"ר. דאס איז פשט אין די גמ' היינט 'טעמא' דשופר היינו 'טעמא' דלולב היינו 'טעמא' דמגילה, ודפח"ח).
קען אפשר זיין בצחות אז יעקב אבינו האט מתקן געווען עירובין אז ס'זאל נישט זיין דער פראבלעם פון שמא יעבירנו, ועפי"ז יש לומר די שייכות פון די גמ' עה"פ ויבא יעקב שלם, של"ם איז ר"ת שופר לולב מגילה, דורך ויחן את פני העיר ושווקים תיקן להם.
און נאך א קלייניקייט. ס'איז ידוע די קושית המפרשים פארוואס די גמ' דארף דארט ברענגען דעם דרש פון שלם בכל שלשת עניניו, לכאורה למאי נצרכה? פארן אתקין בה מילתא זאל ער נאר ברענגען דעם ויבא יעקב שלם און דער דרש אויפן ויחן את פני העיר, אבער לפי הנ"ל מובן היטב.
ווייל די גמ' זאגט אין ברכות אמר רב אנחה שוברת חצי גופו של אדם שנאמר ואתה בן אדם האנח בשברון מתנים (ומתנים באמצע הגוף), ור' יוחנן אמר אף כל גופו של אדם שנאמר והיה כי יאמרו אליך על מה אתה נאנח ואמרת על שמועה כי בא ונמס כל לב וגו'. (און אין כתובות לייגט די גמ' צו, אז רב ענטפערט דערויף אז פון דעם פסוק איז נישט קיין ראי' ווייל שמועת החורבן איז תקיפא טובא, אבער סתם אנחה איז נאר שוברת חצי גופו).
ואפשר לפרש אז אויב איז די אנחה נישט מלב איז עס טאקע נישט שוברת כל גופו, אבער אויב יא איז עס יא כל גופו יא ווייל דאס הארץ איז דאך דער עיקר פונעם גוף (כידוע ואכמ"ל בראיות, עי' באהבת יונתן פ' פרה שהלב שולט באדם כמו מלך במדינה, ובזרע קודש פ' בראשית שהלב שולט על האדם אף בלי ידיעתו, ובברטנורא אבות פ"ב שהכוח המעורר לכל התנועות הוא בלב וברבינו בחיי פ' ואתחנן שהלב הוא אבר הראשון ביצירה ואבר האחרון במיתה וע"כ אמר קרא בכל לבבך, ועוד ועוד).
אויך איז דאך דער לב די מקום המחשבה (כמ"ש מחשבות לבו לדור ודור) וידוע פון בעשטה"ק זי"ע אז במקום מחשבתו של אדם שם הוא כל גופו (ובאמת האט עס נאך א מקור אין די ראשונים לגבי די חלק ההלכה וויאזוי עס נוצט עירובי חצירות כאילו ער איז דארט). און דערפאר ברענגט ר' יוחנן דעם פסוק פון על שמועה כי בא ונמס כל לב אז אנחה שוברת כל גופו של אדם.
די גמ' זאגט כתיב יום תרועה יהיה לכם ומתרגמינן יום יבבא יהא לכון וכתיב באימיה דסיסרא בעד החלון נשקפה ותיבב אם סיסרא וכו' גנוחי גנח, זאגט רש"י כאדם הגונח מלבו.
צווישן די זאכן וואס מ'זאגט נאך פון הייליגן ראפשיצער רב זי"ע בענין דבר והיפוכו איז אויך דאס אז ס'איז נישטא אזא גאנץ הארץ ווי א צובראכענע. לדרכינו אז אז צובראכן הארץ צוברעכט דאס גאנצע גוף, איז דאן דער גאנצער גוף א גאנצער. קומט אויס אז מיט תקיעת שופר איז מען שלם בגופו.
ידוע אז מנהג ישראל קדושים שנתבעים ונותנים איז זיך צו לאזן קאסטן שווערע געלטער פאר ד' מינים מער ווי ביי אנדערע מצוות בדרך כלל, עד כדי כך אז כמה צדיקים האבן זיך געוואונדערט דערויף וגם נתנו טעמים לשבח פארוואס אידן שווענדן אויס כמעט דאס גאנצע פארמעגן פאר אן אתרוג.
(זע אין ישמח משה אויף משלי וזל"ק: דמתרץ התמהון שאנו רואין כי לפעמים יזדמן אתרוג נאה וכו' ואיש קל מדלג ולוקחו ונותן בעדו הון רב וכמה פעמים כפלי כפלים מדמי אתרוג אחר, והנה אמרו רז"ל ברבו גמליאל לדבר חידוש שנתן בעד אתרוג אלף זהב והיה נשיא ישראל והנה אנחנו רואין לפעמים הדיוט קופץ ונותן כמו זה וכמעט שירצה ליתן כל הון ביתו, עכ"ל עיי"ש). וידוע אז אייגן געלט איז נאר דאס וואס מען גיבט אויס פאר מצוות ומעשים טובים און עפעס אנדערש איז גארנישט און בלייבט נישט איבער כמשאחז"ל אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב, קומט אויס אז מיטן אתרוג בענטשן איז מען שלם בממונו.
ביים נס פורים איז געווען כידוע דער ענדגילטיגער שלימות פון קבלת התורה שתחילתו באונס וסופו ברצון כמ"ש קימו וקבלו היהודים, הדר קבלוה בימי אחשורש מאהבת הנס. איז קריאת המגילה אין די בחינה פון שלם בתורתו.
וזה יהי' הביאור על הגמ' הנ"ל. ויבא יעקב שלם בגופו שלם בממונו שלם בתורתו, ויחן את פני העיר שווקים תיקן להם דהיינו עירובין. לפי מה שכתבתי כאן אז של"ם איז ר"ת שופר לולב מגילה, איז דאס דער שלם בגופו (שופר), שלם בממונו (לולב), שלם בתורתו (מגילה).

חאצקל פרייליך האט געשריבן:רב שמו, בכל הכבוד! אדרבה ואדרבה, אזוי וועט עס כאטש נתפרסם ווערן כאטש אין דיין נאמען. קענסט עס אפילו ארויסשרייבן, איך בין נישט קיין חפץ בעילום 'שמו'. מיט מיין ארגינעלע נאמען וועט עס ווארשיינליך זאמלען שטויב אויף די פאליצעס אין די ספרים (אדער להבדיל דזשודעיקא) געשעפטן, אויב זיי וועלן עס בכלל אריינעמען אז די שרענק זאלן אויסצוזעהן מער פול און קאלירפול. מצדי קענט איר זיך רואיג מתכבד זיין בקלוני מראשי ומזרועי.
ר' חאצקל דער איבערפלוס איז געוואלדיג, אזוי ווער איך כאטש נכשל בדבר הלכה (איך לערן בטעות עפעס גוטע ווערטער, און איך בין נאך א שפיציגער ת"ח ביי מיין ב"ב און שוער),
אבער אויף דעם עניוות דיינעם בין איך א שטיקל מחולק, ווייל אז ס'איז אזעלכע געוואלדיגע דברי תורה, גלייב איך אז מיט אפאר הסכמות פון כמה רבנים (וואס מ'קען גרינג ערלעדיגן, גאראנטירט, ואולי גאר פון די רבנים וואס קוקן דא אויף אווייעלטוועט דאס יא קענען פארקויפט ווערן
עכ"פ איין זאך האבן מיר פארדינען פון דיי עניוות, ווייל ווען נישט די עניוות וואלסטו אדער נישט געשריבן, אדער געשריבן נאר פאר זיך, און יעצט שרייבסטו פאר אונז אלעמען,
און מיר האבן ב"ה שטארק הנאה דערפון.
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי
- חאצקל פרייליך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 497
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm
א גרויסן ייש"כ רב שמו. אין א שמועס מיט עטליכע חברים היינט אין ביהמ"ד האב איך דערציילט אז איינער האט מיר געשריבן איך זאל ארויסגעבן א ספר (אויס מורא אז זיי זאלן נישט אנטדעקן מיין ניק האב איך נישט דערציילט אז ס'איז געווען דא אויף אייוועלט), און זיי האבן געלאכט א גוטס. ווען כ'האב געזאגט אז ער שרייבט נאך צו אז רבנים וועלן מיר אפילו געבן הסכמות, האט מען שוין געלאכט אויפן קול.
ביז ווען איינער האט זיך אנגערופן: דו ביזט אויך פון די חברה וואס שיקן זיך ארום אימעילס אפילו מיט מענטשן וואס מ'קען זיך בכלל נישט מיט זיי? און גלייך רופט זיך אן א צווייטער: וואס, ס'איז עק וועלט? א דזשאויק טאר מען שוין אויך נישט אמאל מאכן? זאגט א דריטער: אבער למעשה האסטו זיך באקוועם געשפירט פון אזא עצה, נו אפשר טאקע גיבסטו ארויס א ספר. בקיצור דאס ליצנות איז איבערגערינען אלע גבולים.
כ'האב ב"ה עטליכע געדאנקען צו שרייבן אבער די צייט ערלויבט מיר נישט קיין סאך, וועט שוין מוזן גענוג זיין פאר היינט בלויז מעתיק צו זיין א חלק פון וואס כ'האב געשריבן פריער אין טאג אינעם שכינות'דיגן חידות שנירל:

חאצקל פרייליך האט געשריבן:קומט עכט נישט אריין דא, אבער אז ס'איז מיר יעצט בייגעפאלן וועל איך עס שוין דא שרייבן. די וועלט זאגט א ווערטל, אז יעדער זעט וואס ער וויל זעהן און נישט וואס ער וויל נישט. ביי יצחק האט מען געברענגט זיין אייגענע כלה, אבער וישא עיניו וירא והנה גמלים באים. ביי עשו האט מען געברענגט גמלים מיט פרות ופרים ואתונות ועירים וכו', אבער וישא את עיניו וירא את הנשים ואת הילדים. וואס איז געווען יוסף'ס כוונה מיטן פארשטעלן רחל, אזוי וועט עשו איר מער נישט זעהן?
וי"ל, אויף ויזכור אלקים את רחל זאגט רש"י (אין די צווייטע פשט) שהיתה מצירה שלא תעלה בגורלו של עשו, שמא יגרשנה יעקב לפי שאין לה בנים, ואף עשו הרשע כך עלה בלבו כששמע שאין לה בנים. הוא שיסד הפייט, האדמון כבט שלא חלה, צבה לקחתה לו ונתבהלה, עכ"ל רש"י. האט יוסף געוואלט אז נאך פאר עשו זעהט די מאמע רחל זאל ער וויסן אז זי האט שוין קינדער, ולא יתלה בה עיניו, ווייל זי איז בחלקו של יעקב.
ואגב, נאך איין קלייניקייט. מ'זעהט זייער אסאך מאל אינגעלייט וואס אביו ואמו וכל המלמדים והמנהלים והמגי"ש והמשגיחים וכו' האבן נישט מצליח געווען דורכאויס צענדליגער יארן אים צו מאכן פאר א לייט, קומט א יונג ווייבל קוים ארויס פון סקול און שטעלט אים אויף די פיס ביז א קורצע צייט ווי חז"ל זאגן (אין תנא דבי אליהו) על אשתו של אדם שמאירה את עיניו ומעמידתו על רגליו ועוד, זי מאכט פון אים א מענטש.
ושמעתי (אינני זוכר בשם מי) שיש לזה מקור בתורה, עשו הרשע איז געווען אן אייניקל פון אברהם אבינו און א זון פון יצחק אבינו און א ברודער מיט יעקב אבינו, און גארנישט האט נישט גענוצט להחזירו למוטב נאר איז געבליבן א רשע מרושע שוין הונדערט און פיר יאר, און יעקב אבינו האט געדארפט חושש זיין ביי דינה אז שמא תחזירנו למוטב, א גוטע רעביצין קען עס יא מאכן.
(כן ידוע וואס די וועלט זאגט אויף וואס לבן האט געזאגט טוב תתי אותה לך מתתי אותה לאיש אחר, פון וואו האט ער געוואוסט אז יעקב איז דער בעסטער זיווג פאר זיינע טעכטער? ער האט געזאגט, איך בין נעבעך אריינגעפאלן מיט טעכטער צדקניות, אויב וועל איך זיי געבן פאר א רשע וועלן זיי אים מחזיר למוטב זיין. ס'פעלט מיר בכלל נישט אויס און ס'איז פשוט א שאד פאר די וועלט אז ס'זאל זיין מיט איין רשע ווייניגער, דו ביזט דאך שוין סייווי א צדיק, טוב תתי אותה לך מתתי אותה לאיש אחר).
חאצקל פרייליך האט געשריבן:א גרויסן ייש"כ רב שמו. אין א שמועס מיט עטליכע חברים היינט אין ביהמ"ד האב איך דערציילט אז איינער האט מיר געשריבן איך זאל ארויסגעבן א ספר (אויס מורא אז זיי זאלן נישט אנטדעקן מיין ניק האב איך נישט דערציילט אז ס'איז געווען דא אויף אייוועלט), און זיי האבן געלאכט א גוטס. ווען כ'האב געזאגט אז ער שרייבט נאך צו אז רבנים וועלן מיר אפילו געבן הסכמות, האט מען שוין געלאכט אויפן קול.
ביז ווען איינער האט זיך אנגערופן: דו ביזט אויך פון די חברה וואס שיקן זיך ארום אימעילס אפילו מיט מענטשן וואס מ'קען זיך בכלל נישט מיט זיי? און גלייך רופט זיך אן א צווייטער: וואס, ס'איז עק וועלט? א דזשאויק טאר מען שוין אויך נישט אמאל מאכן? זאגט א דריטער: אבער למעשה האסטו זיך באקוועם געשפירט פון אזא עצה, נו אפשר טאקע גיבסטו ארויס א ספר. בקיצור דאס ליצנות איז איבערגערינען אלע גבולים.
אויב דאס זענען דיינע חברים
שנעל טרעף זיך נייע חברים, וואס וועלן דיר עצה'נען אנדערש.