סוף זמן תפילה - חצות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

תגובהדורך דענק און דאנק » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 12:42 pm

בלעטל האט געשריבן:אחר שתסיים ההוא אמינות ומסקנות והשקלא וטריא כולו, נא תעיין עוד הפעם בתגובתי אם תרצה.. שדקדקתי מה שכתבתי. אחרי ככלות הכל.



בודאי שאני רוצה... ואשמח ללמוד דבר חדש מה שלא ידעתי, וכמוכח כך היה כוונתי מתחלה לידע וללמוד ככתוב מכל מלמדי השכלתי...

מיט גרויס כבוד להרב בלעטל שליט"א וכתלמיד הדן לפני רבו. איך פארשטיי נישט וואס איר מיינט ארויס צו ברענגען מיט אייער לעצטע תגובה. איך האב צוריק געקוקט אייער ערשטער תגובה, און איך כאפ נישט וואס איר מיינט ארויס צו ברענגען. אפשר קענט איר נעמען די מוה און מסביר זיין?

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 12:53 pm

שאחר כל הפלפולים אודות מה היה בדיוק כוונתו של הקאמארנער ודעימי' באמרו זייגער ניין צען, עדיין מורים כוותי' בכמה מקומות שהזכרתי, ומורים היינו מורי הוראות תלמידי חכמים, שיודעים וראו כל מה שנדבר בזה ומבינים היטב, ועכ"ז.

דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

תגובהדורך דענק און דאנק » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 1:02 pm

בלעטל האט געשריבן:שאחר כל הפלפולים אודות מה היה בדיוק כוונתו של הקאמארנער ודעימי' באמרו זייגער ניין צען, עדיין מורים כוותי' בכמה מקומות שהזכרתי, ומורים היינו מורי הוראות תלמידי חכמים, שיודעים וראו כל מה שנדבר בזה ומבינים היטב, ועכ"ז.



אני מבין! ושאלתי ובקשתי עוד הפעם ועוד הפעם, האם אתה יודע באיזה מורה הוראה שפוסק דחצות הוא באיזה שעה שונה מחצות האמיתי?

בבקשה ממך אנא אל תענה לי ממורי הוראה שפוסקים כן לענין זמן תפלה וקרי"ש, שאלתי די גאנצע צייט איז וועגן חצות, אויב האלט עמיצער אז עס איז אן אנדערע צייט ווי עס שטייט אין לוח?

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 1:27 pm

אני מדבר אודות הדיון בשיטת הקאמארנער, להסומכין עליו, לאלו אנשים נוגע למעשה מה הוא שיטת קאמארנער, ניין צען צוועלף או ב וג שעות לפני חצות השמש, על זה אמרתי שעדיין מחזיקין במנהג אבותינו, נעמען דארפסטו? איין נאמען איז שוין געשטאנען דא הרב מקרעמניץ, פאר די איבריגע קום אין אישי.

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » זונטאג נובעמבער 13, 2016 6:06 pm

עי' ש"ך יו"ד סימן קפ"ד ס"ק ז' שכתב בהדיא דחשבינן שעות שוות ועיי"ש חי' הגרעק"א שחולק

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:06 am

בדרך אגב וואלט איך געוואלט פרעגן.

פון ווי קומט דאס אז שבועות, ראש השנה, הושענא רבה, שמחת תורה, ענדיגט מען אין די וועלט אריין.

לכאורה איז עס קעגן די הלכה, יום טוב טאר מען נישט פאסטן, אין נאך חצות אויב מע האט נאך נישט געגעסן הייסט דאס געפאסט לכל הדעות.

נעכטן האב איך געזען אז רבינו יואל האט דאס איינגעפירט כדאי מען זאל זיך נישט דרייען אין די גאסן אין אזאנעכע הייליגע טעג, זאגענדיג אז סע איז נישט סתם נאך א שבת.

עני קאנפערמעישן אויף דעם, צו א מקור?

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:08 am

ראש השנה הו"ר ברענגט די מנחת אלעזר א מקור

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:09 am

ומענין לענין

וועגען דאווענען שבת שפעט, האב איך געהערט פון האדמו"ר מסקווירא שליט"א אז זיין טאטע האט דאס איינגעפירט יעדע וואך כדי למנוע אז מען זאל גייען שפאצירען אין די לאנגע זומער וואכען

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:37 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:בדרך אגב וואלט איך געוואלט פרעגן.

פון ווי קומט דאס אז שבועות, ראש השנה, הושענא רבה, שמחת תורה, ענדיגט מען אין די וועלט אריין.
עני קאנפערמעישן אויף דעם, צו א מקור?

איר פרעגט זייער גוט, איך מיין עס איז ערגעץ דא אן אשכול ווי מ'רעדט דערוועגן, און איך האב מיך אסאך נאכגעפרעגט ביי עלטערע אידן וויאזוי עס איז געווארן איינגעפירט.

מילא ביי א רבי'שע הויף, פראוועט מען. אבער אמאל איז נישט געווען אזא זאך אין סתם א ביהמ"ד צו ענדיגן שפעט. צ.ב.ש. ראש השנה איז א געווענליכע ביהמ"ד געווען פערטיג אויף 2:00. די לאנגע פויזעס און מי שברך'ס איז נישט געווען, און תקיעת שופר לנשים איז געווען נאכן דאווענען. מען האט אויך געזינגען ווינציגער. נאך די סעודה פלעגט זיך שטעלן מניני תהילים.
עס איז דא עטליכע סיבות פארוואס עס איז במשך השנים אזוי געשען. אבער ואין כאן מקומו.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:47 am

איבער ר"ה פארשטיי איך נישט די פראגע, לויט וויפיל מ'זאגט דורכן טאג, דאווענט מען כלל נישט לאנג.

עכ"פ, אין כמה וכמה קהילות ענדיגט בערך אזוי שפעט ווי אין סאטמאר, א חוץ וואס ביי טייל שטעלט מען זיך שוין גלייך ווען מ'קען אנטאן דעם טלית.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:13 am

ייש"כ פארן אריבערפירן אין דעם אשכול.

די נושא איז אפשר נישט אזוי ווייט מצד הלכה ווי חצות אדער מצד מנהג. עס איז מער אלס טירחה דציבורא.
ווילסט זינגען שיינע חרוזים? ווילסט מאכן 30 מינוטיגע מי שברך פאר גלילה? וואס זאל דער ציבור טאן די צייט? נו אוודאי אז מען ענדיגט שפעטער, מוז מען דאך שוין מאכן א צייט אינדערמיט פאר תקיעות שופר לנשים, עס ווערט אינוואלווד א לענגערע פויזע ווי די מענער דארפן אהיימגיין אבאכט געבן די קינדער, מען מאכט קידוש וכדו'. און אלעס ווערט נאכמער פארשלעפט.
זאגן יוצרות אפילו אסאך און שטייט נעמט נישט אזוי לאנג, די עיקר וואס נעמט אויף צייט איז זינגען.

ווען איך בין געווען א קינד האט מען שמחת תורה בייטאג געענדיגט 3:00 אזייגער אין שפעטסטן ביהמ"ד. ווען מיין טאטע איז געווען א קינד איז דאס געווען מיט א שעה צוויי פריער. א יום טוב איז געווען א יום טוב. מען איז אהיים און מ'האט געהאט א געהעריגע סעודה.
היינט מאכט מען קידוש פאר די הקפות און קיינער מאכט שוין נישט קיין געהעריגע סעודה אום 6 אזייגער נאכמיטאג.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:27 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:בדרך אגב וואלט איך געוואלט פרעגן.

פון ווי קומט דאס אז שבועות, ראש השנה, הושענא רבה, שמחת תורה, ענדיגט מען אין די וועלט אריין.

לכאורה איז עס קעגן די הלכה, יום טוב טאר מען נישט פאסטן, אין נאך חצות אויב מע האט נאך נישט געגעסן הייסט דאס געפאסט לכל הדעות.


מען טרינקט דאך א קאווע אדער וואסער פאר'ן דאווענען

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:58 am

מיטל נאכט שמחת תורה איז אויכעט איינע פון די זמנים וואס איז געווארען משוגע שפעט און פשוטע בתי מדרשים [נישט ביי אדמורים]

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:01 pm

בטיש בטישין האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:בדרך אגב וואלט איך געוואלט פרעגן.

פון ווי קומט דאס אז שבועות, ראש השנה, הושענא רבה, שמחת תורה, ענדיגט מען אין די וועלט אריין.

לכאורה איז עס קעגן די הלכה, יום טוב טאר מען נישט פאסטן, אין נאך חצות אויב מע האט נאך נישט געגעסן הייסט דאס געפאסט לכל הדעות.


מען טרינקט דאך א קאווע אדער וואסער פאר'ן דאווענען


שכח פארן דאס פירן צו די אשכול.

איך האב אמאל געהערט פון א גרויסן דיין אין בני ברק הרה"ג ר' ראובן כהן שליט"א זאגענדיג אז א קאפי הייסטנישט ווי מע האט אוסגעפאסט פארשטייט זיך אין א יום טוב.

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:05 pm

פארוואס נישט?

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:05 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:מיטל נאכט שמחת תורה איז אויכעט איינע פון די זמנים וואס איז געווארען משוגע שפעט און פשוטע בתי מדרשים [נישט ביי אדמורים]


אבער על פי רוב איז מען אויסגעשלאפן פון שמיני עצרת.
עכ"פ כך אנו נוהגים.
און בייטאג אז מענדיגט ארום 2:30-3 איז נאך עוד היום גדול פאר א שיינע סעודה מיט די משפחה.

Zeltzer
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

תגובהדורך Zeltzer » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:09 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:ומענין לענין

וועגען דאווענען שבת שפעט, האב איך געהערט פון האדמו"ר מסקווירא שליט"א אז זיין טאטע האט דאס איינגעפירט יעדע וואך כדי למנוע אז מען זאל גייען שפאצירען אין די לאנגע זומער וואכען

אין ווייל מען פירט זיך צו ענדיגען גאנץ תהילים פאר'ן דאווענען.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:15 pm

Zeltzer האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:ומענין לענין

וועגען דאווענען שבת שפעט, האב איך געהערט פון האדמו"ר מסקווירא שליט"א אז זיין טאטע האט דאס איינגעפירט יעדע וואך כדי למנוע אז מען זאל גייען שפאצירען אין די לאנגע זומער וואכען

אין ווייל מען פירט זיך צו ענדיגען גאנץ תהילים פאר'ן דאווענען.


קיין שייכות, מען קען זאגן תהלים 7 אזייגר אויכעט פארדעם דארף מען נישט אנהויבן דאווענען זומער 11:30

אחד הרבנים
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 3:47 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
בטיש בטישין האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:בדרך אגב וואלט איך געוואלט פרעגן.

פון ווי קומט דאס אז שבועות, ראש השנה, הושענא רבה, שמחת תורה, ענדיגט מען אין די וועלט אריין.

לכאורה איז עס קעגן די הלכה, יום טוב טאר מען נישט פאסטן, אין נאך חצות אויב מע האט נאך נישט געגעסן הייסט דאס געפאסט לכל הדעות.


מען טרינקט דאך א קאווע אדער וואסער פאר'ן דאווענען


שכח פארן דאס פירן צו די אשכול.

איך האב אמאל געהערט פון א גרויסן דיין אין בני ברק הרה"ג ר' ראובן כהן שליט"א זאגענדיג אז א קאפי הייסטנישט ווי מע האט אוסגעפאסט פארשטייט זיך אין א יום טוב.

אונזערע רבי׳ס (חסידישע) האבן זיך כמעט אלע אזוי געפירט. מיר זענען נישט קיין גרים. א גר דארף קוקן אין שו״ע ווי אזוי זיך צו פירן, אונז האמיר ב״ה געהאט רבי׳ס גרויסע מענטשען און ווי לאנג אונז פרובירן זיך צו פירן ווי זיי פארן מיר גוט. מיר דארפן זיי נישט פארענטפערן.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:24 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
Zeltzer האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:ומענין לענין

וועגען דאווענען שבת שפעט, האב איך געהערט פון האדמו"ר מסקווירא שליט"א אז זיין טאטע האט דאס איינגעפירט יעדע וואך כדי למנוע אז מען זאל גייען שפאצירען אין די לאנגע זומער וואכען

אין ווייל מען פירט זיך צו ענדיגען גאנץ תהילים פאר'ן דאווענען.


קיין שייכות, מען קען זאגן תהלים 7 אזייגר אויכעט פארדעם דארף מען נישט אנהויבן דאווענען זומער 11:30

מען דאווענט זומער 11:00

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:25 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
בטיש בטישין האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:בדרך אגב וואלט איך געוואלט פרעגן.

פון ווי קומט דאס אז שבועות, ראש השנה, הושענא רבה, שמחת תורה, ענדיגט מען אין די וועלט אריין.

לכאורה איז עס קעגן די הלכה, יום טוב טאר מען נישט פאסטן, אין נאך חצות אויב מע האט נאך נישט געגעסן הייסט דאס געפאסט לכל הדעות.


מען טרינקט דאך א קאווע אדער וואסער פאר'ן דאווענען


שכח פארן דאס פירן צו די אשכול.

איך האב אמאל געהערט פון א גרויסן דיין אין בני ברק הרה"ג ר' ראובן כהן שליט"א זאגענדיג אז א קאפי הייסטנישט ווי מע האט אוסגעפאסט פארשטייט זיך אין א יום טוב.

זייער אינטערעסאנט, ווייל איבעראל איז אנגענומען אז יא.

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:34 pm

אחד הרבנים האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:
בטיש בטישין האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:בדרך אגב וואלט איך געוואלט פרעגן.

פון ווי קומט דאס אז שבועות, ראש השנה, הושענא רבה, שמחת תורה, ענדיגט מען אין די וועלט אריין.

לכאורה איז עס קעגן די הלכה, יום טוב טאר מען נישט פאסטן, אין נאך חצות אויב מע האט נאך נישט געגעסן הייסט דאס געפאסט לכל הדעות.


מען טרינקט דאך א קאווע אדער וואסער פאר'ן דאווענען


שכח פארן דאס פירן צו די אשכול.

איך האב אמאל געהערט פון א גרויסן דיין אין בני ברק הרה"ג ר' ראובן כהן שליט"א זאגענדיג אז א קאפי הייסטנישט ווי מע האט אוסגעפאסט פארשטייט זיך אין א יום טוב.

אונזערע רבי׳ס (חסידישע) האבן זיך כמעט אלע אזוי געפירט. מיר זענען נישט קיין גרים. א גר דארף קוקן אין שו״ע ווי אזוי זיך צו פירן, אונז האמיר ב״ה געהאט רבי׳ס גרויסע מענטשען און ווי לאנג אונז פרובירן זיך צו פירן ווי זיי פארן מיר גוט. מיר דארפן זיי נישט פארענטפערן.


גרים טאקע נישט, אבער אביסל ניצן דאס דעזשעלי איז געזונט...

שאראש-פאטאק
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

תגובהדורך שאראש-פאטאק » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:04 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:בדרך אגב וואלט איך געוואלט פרעגן.

פון ווי קומט דאס אז שבועות, ראש השנה, הושענא רבה, שמחת תורה, ענדיגט מען אין די וועלט אריין.

לכאורה איז עס קעגן די הלכה, יום טוב טאר מען נישט פאסטן, אין נאך חצות אויב מע האט נאך נישט געגעסן הייסט דאס געפאסט לכל הדעות.

נעכטן האב איך געזען אז רבינו יואל האט דאס איינגעפירט כדאי מען זאל זיך נישט דרייען אין די גאסן אין אזאנעכע הייליגע טעג, זאגענדיג אז סע איז נישט סתם נאך א שבת.

עני קאנפערמעישן אויף דעם, צו א מקור?

בפשטות איז אזוי די רבי האט געדאווענט איעדע טאג אפילו שבת שפעט
סתם א שבת האט די רבי אריינגעקומען ביי ברוך שאמר אין רוב עולם האט געדאווענט אין אנדערע בתי מדרשים ימים טובים האט די עולם מיט געהאלטען מיט די רבי אין רוב בתי מדרשים האבן זיך גימיטשעט מיט מנין למשל ראש השנה תיכף נאך שחרית איז די רבי אריינגעקומען צום ליינען אין מען האט געהאלטען נאך א שעה פאזע אין נאכען זאגען אלע יוצרות וואס מען קען נאר אז עס זאל דארען ווי לענגיר

אחד הרבנים
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

תגובהדורך אחד הרבנים » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 11:20 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:
בטיש בטישין האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:בדרך אגב וואלט איך געוואלט פרעגן.

פון ווי קומט דאס אז שבועות, ראש השנה, הושענא רבה, שמחת תורה, ענדיגט מען אין די וועלט אריין.

לכאורה איז עס קעגן די הלכה, יום טוב טאר מען נישט פאסטן, אין נאך חצות אויב מע האט נאך נישט געגעסן הייסט דאס געפאסט לכל הדעות.


מען טרינקט דאך א קאווע אדער וואסער פאר'ן דאווענען


שכח פארן דאס פירן צו די אשכול.

איך האב אמאל געהערט פון א גרויסן דיין אין בני ברק הרה"ג ר' ראובן כהן שליט"א זאגענדיג אז א קאפי הייסטנישט ווי מע האט אוסגעפאסט פארשטייט זיך אין א יום טוב.

אונזערע רבי׳ס (חסידישע) האבן זיך כמעט אלע אזוי געפירט. מיר זענען נישט קיין גרים. א גר דארף קוקן אין שו״ע ווי אזוי זיך צו פירן, אונז האמיר ב״ה געהאט רבי׳ס גרויסע מענטשען און ווי לאנג אונז פרובירן זיך צו פירן ווי זיי פארן מיר גוט. מיר דארפן זיי נישט פארענטפערן.


גרים טאקע נישט, אבער אביסל ניצן דאס דעזשעלי איז געזונט...

ווען אונז פיר מיר זיך ווי אונזערע פריערדיגע צדיקים און רבי׳ס דארפן מיר ״נישט״ נוצן ״אונזער״ דעזשעלי, נאר ״זייער״ און נאכגיין בתמימות.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:27 pm

בוטשטאשער רב שרייבט כמה פעמים וועגן חצות שעות שוות, חוץ מזה אז סאיז א גרויסע מחלוקת ווען ס'איז חצות, אסאך האבן געהאלטן אז עס איז בערך 2:00, סאיז געווען צדיקים וחסידים ואנשי מעשה וואס האבן זיך געשטעלט דאווענען 7:00 אינגערפרי אין שמו"ע האבן זיי אנגעהויבן בערך 1:00 אין געענדיגט 2:00, גערער חסידים אין פולין האבן געדאוונעט שחרית סמוך לשקיעה, כ"ק אדמו"ר מטאהש זצוק"ל א קאמארנער חסיד האט געדאווענט בקביעות שחרית מנחה מעריב ביי די שקיעה, אין אזוי אויך כ"ק אדמו"ר מסקולען זצ"ל, ח"ו קיינער זאל נישט מקיל אין זמנים, אבער חצות איז נישט מוסכם לויט אלע פוסקים ווען דאס איז אזוי אויך אלע זמנים זענען דא גרויסע מחלוקת ובפרט עלות ונץ, אין די בוטשאטער רב האט גרויסע אריכות הדברים בעניני הנ"ל הן לקולא והן לחומרא, תלמידי הבעש"ט האבן געהאט א קבלה אז מען זאל דאטטענען איידער די זין קימט ארויף, אין קבלת שבת מוקדם מאד, אבער שפעטער האט זיך דאס געביטן, די רבי פין לובלין זי"ע שרייבט שוין וועגן מאחר זיין זמן ק"ש ותפלה, הרה"ח ר' משה פאק ז"ל האט מיר נאכגעזאגט פין הרה"ק מפלאנטש זצ"ל אז אזוי ווי עס איז דא למעלה מן הזמן איז אויך דא מתחת מן הזמן, אז אס איז א זמן חושך אין מען איז די אינטער די זמן מאכט נישט אויס צי דאווענען איידער די זמנים גייען אריבער רח"ל, איך בין געווען אין זכרון משה ווען מענטשן האבן געבעטן הגה"צ ר' ישראל פישער זצ"ל זאל מוחה זיין אויך דיע וואס דאווענען 3:00 נאכמיטאג שחרית, האט ער געענטפערט זיי זענען שוטים אין א שוטה אז פטור צן התפלה ואין למחות, שפעטער בין איהם געגאנכען פרעגן א שאלה האב איך איהם געפרעגט פארוואס טאקע האט ער נישט געוואלט מוחה זיין, האט ער מיר געענטפערט, ווער דאווענט אזוי שפעט נאר איינער וואס איז בדכאון (דיפרעסט) אדער נעבעך עס גייט ארעבער אויך איהם שבעה מדורי גיהנם, זאל איך איהם דאס אויך צינעמען, בעסער זאל ער דאווענען געלאסן א שחרית ווי איידער דאס אפכיפערן ביי חצות, אין האט זיך ארויסגעכאפט אס עס איז דא געוויסא ראשונים וואס האלטן מען קען דאווענען א גאנצע טאג שחרית.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט