איי-וועלט כשרות אפטיילונג

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 12:26 pm

גראדע פראבירן זייערע רבנים פארקויפן ידיעות אז סאיז גוט אויך פאר אשכנזים, אבער הדיעה הרווחת אין א"י אז סאיז נישט גוט פאר אשכנזים, בפרט ווער עס קען זייער צוגאנג פארשטייט אז זיי האבן א ענין זאל זיין דוקא נאר פאר די ספרדים להורות קבל עם ועדה אז יד הספרדים על העליונה...

א חוץ פון די פראבלעם פון ספרדים-אשכנזים, איז עס סתם אזוי נישט די בעסטע השגחה, למשל טונה 'סטארקיסט' ווען די עדה האלט סאיז פראבלעמאטיש באקומט עס אנשטאט דעם הכשר בית יוסף, און ביי א שמועס מיט איינע פון רבני העדה האט ער געזאגט אז סאיז נישט נאר נישט לכתחילה, נאר עס זיינען חששות חמורים (געזאגט לגבי הטונה הנ"ל).

חובב_ספרים
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

תגובהדורך חובב_ספרים » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 2:12 pm

פעלעד האט געשריבן:גראדע פראבירן זייערע רבנים פארקויפן ידיעות אז סאיז גוט אויך פאר אשכנזים, אבער הדיעה הרווחת אין א"י אז סאיז נישט גוט פאר אשכנזים, בפרט ווער עס קען זייער צוגאנג פארשטייט אז זיי האבן א ענין זאל זיין דוקא נאר פאר די ספרדים להורות קבל עם ועדה אז יד הספרדים על העליונה...

א חוץ פון די פראבלעם פון ספרדים-אשכנזים, איז עס סתם אזוי נישט די בעסטע השגחה, למשל טונה 'סטארקיסט' ווען די עדה האלט סאיז פראבלעמאטיש באקומט עס אנשטאט דעם הכשר בית יוסף, און ביי א שמועס מיט איינע פון רבני העדה האט ער געזאגט אז סאיז נישט נאר נישט לכתחילה, נאר עס זיינען חששות חמורים (געזאגט לגבי הטונה הנ"ל).

און פאר ספרדים איז דאס יא גוט? לויט וואס איך האב געהערט, איך מיין אז נישט.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 2:28 pm

ערגער ווי רבנות איז עס זיכער נישט... רוב ספרדים עסן רבנות.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 9:57 pm

פעלעד האט געשריבן:גראדע פראבירן זייערע רבנים פארקויפן ידיעות אז סאיז גוט אויך פאר אשכנזים,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,.

וועמעס?
די באציסט זיך ידישע קהילות פראגע וועגען התאחדוח ?

טריליאנער
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 8:50 pm

תגובהדורך טריליאנער » זונטאג נובעמבער 26, 2017 2:39 am

איז דא א נ״מ צווישן לעיס פטעטע ציפס פון דבש אין דע מיט א פלענע ou? איינער וואס טוט אין כשרות האט מחר געזאגט אז ווען מען מאכט א ראן פאר דבש טאשט מען נישט די אויל ווייס יאך נישט אויב סיז אמת
אז דו חלומסט סייווי פאר וואס פון מיליאן חלום פון טריליאן

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג נובעמבער 26, 2017 6:43 am

קיקיון האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:גראדע פראבירן זייערע רבנים פארקויפן ידיעות אז סאיז גוט אויך פאר אשכנזים,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,.

וועמעס?
די באציסט זיך ידישע קהילות פראגע וועגען התאחדוח ?

ליין ביטע אויך די פריערדיגע תגובות
מיר רעדן וועגן הכשר 'בית יוסף' (אדער ווי מריפט עס 'בעט יוסעף'...) מייסודו של ר' עבודיה יוסף ובניו.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג נובעמבער 26, 2017 8:50 am

פעלעד האט געשריבן:"מיר" רעדן וועגן הכשר 'בית יוסף' (אדער ווי מריפט עס 'בעט יוסעף'...) מייסודו של ר' עבודיה יוסף ובניו.

ווער איז "מיר" ?
פעלעד וואס איז אריינגעשפרינגען אינמיטען א שמיעס וועגען אמעריקאנער פלייש בהשגחת התאחדות הרבנים מיט א צעטעלע
"בית יוסף"
CRC.JPG
CRC.JPG (17.39 KiB) געזעהן 1408 מאל

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג נובעמבער 26, 2017 12:55 pm

אנטשולדיג, איך בין געווען זיכער אז די שאלה איז פשוט וועגן בית יוסף, ווייל די פראדוקט וואס האט א השגחה פון התאחדות איז דאך פשוט סאיז כשר פאר אונז פונקט ווי זיער ברויט איז כשר פאר אינז, זיי מאכן דאך דאס פארן היימישן חסידישען עוילם.
פארדעם האב איך פארשטאנען ער פרעגט בכלליות אויף 'בית יוסף'.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג נובעמבער 26, 2017 1:22 pm

איך נעם אן דעם עולם'ס ענטפערס, דא אין פריוואט.
עס בלייבט איבער א שטיקל הערה פאר ווער עס קען ביטע איבערגעבן צו די פארוואלטונג אין התאחדות, שרייבט ארויס "כשר אפילו לנוהגים כבית יוסף" אדער "בית יוסף לחומרא".
אין אנדערע ווערטער, נניח אז איינער וואלט פארקויפט פלייש וואס איז נאר כשר לפי דעת הבית יוסף, וואלט ער דען נישט געקענט נעמען א הכשר "בית יוסף"? און אויב איך וואלט עס געקויפט - בטעות - וואלט איך געקענט האבן א טענה?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג נובעמבער 26, 2017 5:52 pm

ג'הערט פון א משגיח אין א רעסטעראנט
איינער באשטעלט א GRILLED STEAK און פערלאנגט אז דער משגיח זאל עס לייגען אויפען פייער
משגיח: איך האב אנגעצינדען דאס פייער
קונה: אבער דער ב"י איז מחמיר ביי השלכת קיסום ביי בישול
משגיח: אויב אזוי דארף איך דיר זאגו אז דאס פלייש איז ניש ב"י גלאט
קונה: THATS OK

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג נובעמבער 26, 2017 6:13 pm

קיקיון האט געשריבן:ג'הערט פון א משגיח אין א רעסטעראנט
איינער באשטעלט א GRILLED STEAK און פערלאנגט אז דער משגיח זאל עס לייגען אויפען פייער
משגיח: איך האב אנגעצינדען דאס פייער
קונה: אבער דער ב"י איז מחמיר ביי השלכת קיסום ביי בישול
משגיח: אויב אזוי דארף איך דיר זאגו אז דאס פלייש איז ניש ב"י גלאט
קונה: THATS OK

:lol:
דערמאנט מיר אן איזרעלי פתגם וואס זאגט: כל מה שטעים כשר.... [אלץ וואס איז גיט איז כשר...].

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

בשר אוקראינה

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 1:42 am

קען מען זיך פארלאזן אויף דעם הכשר?
צוגעלייגטע
הכשרים.JPG
הכשרים.JPG (25.57 KiB) געזעהן 1159 מאל
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 2:55 am

להודות ולהלל האט געשריבן:קען מען זיך פארלאזן אויף דעם הכשר?

רבי מאיר סירוטה איז א מו"ץ פון די עדה אין ירושלים, א חשובער ירושליימער רב, איך געדענק נישט אז ער זאל ארבעטן אין השגחה, אבער קענסט עם ריפן פרעגן צו ער ווייסט פון דעם און צו מקען זיך רוהיג פארלאזן אויף דעם, און מקען זיך לכאו' פארלאזן אויף זיינע ווערטער.
זיין נאמבער איז 0533100047

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 6:53 am

פעלעד האט געשריבן:
להודות ולהלל האט געשריבן:קען מען זיך פארלאזן אויף דעם הכשר?

רבי מאיר סירוטה איז א מו"ץ פון די עדה אין ירושלים, א חשובער ירושליימער רב, איך געדענק נישט אז ער זאל ארבעטן אין השגחה, אבער קענסט עם ריפן פרעגן צו ער ווייסט פון דעם און צו מקען זיך רוהיג פארלאזן אויף דעם, און מקען זיך לכאו' פארלאזן אויף זיינע ווערטער.
זיין נאמבער איז 0533100047

כ'האב יעצט גערעדט מיט עהם,
און ער זאגט אז אה"נ ס'איז מהודר!
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 7:19 am

ער אליין איז משגיח דארט אדער ער שיקט א היימישער יינגערמאן וסמך ידו עליו?

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 7:38 am

פעלעד האט געשריבן:ער אליין איז משגיח דארט אדער ער שיקט א היימישער יינגערמאן וסמך ידו עליו?

דע סברא זאגט וסמך ידו עליו.
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 902
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 10:27 am

ב"ה אכשר אייוועלט מען פארלאזט זיך אויף ניקס מיט פארמאכטע אויגן.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 1:06 pm

ב"ה אכשר אייוועלט אז יידן יאגן זיך צום לערנען און האבן נישט קיין צייט צו ליינען תגובות געהעריג...
ער האט גערופן דעם רב רבי מאיר סירוטה אליין און זיך נישט פארלאסט אויף קיין ניקס.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 4:36 pm

להודות ולהלל האט געשריבן:קען מען זיך פארלאזן אויף דעם הכשר?


יאך וואלט דיך געראטן צו ניצן דער מעזשבישער האטעלס קעיטערינג (זיי קומען אויך צו גאנץ אוקריינא) מיטן הכשר פין כדתיא לאנדאן

ווייל יענץ האט א געהעריגע סדר השגחה

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 12:15 am

וואס איז די חילוק צווישן OU-D און OU-DE?

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 6:19 am

ווייסט איינער צי די מונטריאלע שחיטה (סאטמער בעלזא וכו' אלע זענען איין גרויסע שחיטה) זענען בודק צומה"ג אזוי ווי אין קרית יואל אדער זענען מיקל אזוי ווי שחיטת מהרז"ל?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 7:51 am

חלה האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישן OU-D און OU-DE?

de = dairy equipment
די מאשענען זענען מילכיג
לגבי חלב עכו"מ גלייב איך נישט אז עס איז א חילוק

אוועטאר
דער שיבער
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 27, 2012 10:17 pm

תגובהדורך דער שיבער » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 8:20 am

נייע עופות בעולם הכשרות..
האט איינער א ידיעה אויב דאס איז בעסערע קוואליטי אדער די זעלבע שוואכע סחורה ווי ביז היינט
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (189.04 KiB) געזעהן 814 מאל

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 9:41 am

פעלעד האט געשריבן:ווייסט איינער צי די מונטריאלע שחיטה (סאטמער בעלזא וכו' אלע זענען איין גרויסע שחיטה) זענען בודק צומה"ג אזוי ווי אין קרית יואל אדער זענען מיקל אזוי ווי שחיטת מהרז"ל?


די מארוויד שלאכט הויז אין מאנטריאל איז די פלאץ וואו מען שעכט פאר גאנץ סאטמאר (מהרי"י), און זיי זענען בודק אנפאנג יעדע שיפמענט צו זעהן אויב ס'האט בכלל שאלות אין די צומה"ג, אויב יא שיקט מען דאס צוריק, און אויב נישט שעכט מען דאס אן קיין בדיקה ווייל עס ברויך נישט.

real estate
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 10:54 am

תגובהדורך real estate » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 10:30 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
חוקר האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:איז נאך דא טעיסטערס טשויס מעט א הכשר? איך האב מיר א געקויפט פאר פסח, אבער איך האב נאר איין באטל געבליבן

וואס איז די מעלה פון קאווע מיט א היימישע הכשר (אינמיטן יאר)?

יעדער זאך וואס האט א הכשר האט שוין א מעלה איבער די וואס האבן נישט (וכן אני נוהג לגבי ביער וואס קארס האט אן OU)


שיינע מנהג אבער און שו"ע שטייט קלאר אז מען דארף נישט קיין הכשר אויף ביער !
ז"ל המחבר ביו"ד סי' קי"ד סעיף א'
"כל שכר של עכו"ם אחר שכר של תמרים או של תאנים, או של שעורים, או של תבואה או של דבש אסור משום חתנות, ואינו אסור אלא במקום מכירתו, אבל אם הביא השכר לביתו ושותהו שם, מותר, שעיקר הגזירה שמא יסעוד אצלו, ולא אסרו אלא כשקובע עצמו לשתות כדרך שאדם קובע בשתייה, אבל אם נכנס בבית העכו"ם ושתה דרך עראי באקראי מותר, וכן מי שלן בבית העכו"ם חשוב כביתו ומותר לשלוח בעיר לקנות שכר מהעכו"ם"
אין אזוי האבען זיך געפירט רוב גדולי ישראל בדור האחרון (ובתוכם הרה"ק מסאטמאר), נאר בזמנינו דארף מען וואטשען פאר פלעיווארס, אבער אויב ער איז פשוטע ביער, איז עס נישט קיין שום שאלה.

קודם כל, פת עכו"ם איז לעולם אויך מותר א גאנץ יאר, און אעפ"כ קויפט דער עולם אלעמאל נאר פת ישראל מיט א הכשר. אלא מאי נישט אלעס וואס איז מותר מדינא דשו"ע מיינט אז ס'האט נישט קיין מקום להחמיר (און אזוי שטייט דאך טאקע לגבי עשי"ת).

והשנית, אלעס איז היינט געקונצלט, און ווערט געמאכט מיט פארשידענע מאשינען און טעכניקען, און ס'איז זייער שווער צו זאגן אויף סיי וואס אן א הכשר אז ס'איז פונקט אזוי גוט ווי מיט, אפי' אויב אמאל איז טאקע אזוי געווען. ועוד, אז ס'איז נישטא קיין הכשר ווער וועט אייך זאגן ווען/אויב ס'דא דערין פלעיוואר, און/אדער אנדערע דברים מחוששים? ודו"ק כי עמוק הוא.

און גראדע האב איך געהערט אמאל אז די יוראפ'עאישע ביער (הייניקען וכדו') קען לכתחילה אויך האבן חששות, אפי' די פשוט'ע (כ'געדענק שוין נישט פונקט וואס).

_____

הרב חוקר, חזק ואמץ! דער מנהג אייערער איז א גוטער, און כ'האב געזען כמה ערליכע אידן זיך אזוי פירן (טאקע אפי' אויף קאווע און ביער). און היינט וואס מ'הערט אלס יעדן טאג מעשיות אין די פאבריקען (וואס האבן שוין יא א הכשר) קען מען שוין זאגן אז ס'איז לאו דוקא א חומרא.

איך וואלט געזאגט אז רוב מעשיות אויף זאכן וואס די פריערדיגע האבן נישט כעהאט א פראבלעם איז פון איינער וואס ארבעט אויף א פרודוקט עס זאל זיין מיט א הכשר למשל, סעלטזער, פלסטיק גודס, וכ"ו


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט