איי-וועלט כשרות אפטיילונג

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18895
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 28, 2011 6:27 am

כשר חזיר
צוגעלייגטע
kosher-pork-465.jpg
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יולי 28, 2011 7:52 am

די שאלה איז צו עס האט געהאט שחיטה מונחת
עכ"פ איז עס כאטש גלאט בית יוסף....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דאנארשטאג יולי 28, 2011 8:04 am

קוקט אויס א בכוונה'דיגער שווינדל, "שחיטת כית ייסף", עין ערך בשר בשר.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג יולי 28, 2011 8:31 am

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג יולי 29, 2011 1:29 pm

דעס איז א מעשה מנורא!!!

----
וואס איז למעשה געעעון דער טעות, דער צעטל אדער די פלייש?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 29, 2011 1:41 pm

הער אויס ר' יעקב ווייס אויף קול מבשר (4-4-1, מיש צוריק אפאר אינטערוויוס מיט קנעפל #) ער זאגט אז דאס איז געווען א נייע לעיבלינג מאשין וואס האט ארויסגעשאסן די מאדנע (לשון הקודש) אותיות בטעות אויף די חזיר פלייש.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג יולי 29, 2011 1:51 pm

יישר כחכם.
(ווי ערווענט אין איינע פון די פילע קאל-מי-ווייטער אשכולות, משום "סיבה פרטי" הער איך נישט קול מבשר).

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18895
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 29, 2011 2:05 pm

איני יודע ווער דער ר' יעקב ווייס איז און אין וואס זיין כשרות עקספערטיז באשטייט, אבער ווער עס קאן די פעקעדזשינג סיסטעם גלויבט שווער אזא הסבר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג יולי 29, 2011 2:22 pm

איז דאס פארקויפט געווארן אין א אידישע סופערמארקעט? טאר מען פארקויפן בשר חזיר פאר גוים?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18895
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 29, 2011 2:41 pm

רב ווינקל, זיינט איר א ברוקלינער?

אסאסישיעטעד איז א סופארמארקעט מיט פיל פיליאלן ברחבי ניו יארק רבתי און געהערט דאכציך פאר נישט אידן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג יולי 29, 2011 2:50 pm

זיי זאגן אז די טעות קומט פין די לעיבלער קאמפעני.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » פרייטאג יולי 29, 2011 3:10 pm

leiby האט געשריבן:זיי זאגן אז די טעות קומט פין די לעיבלער קאמפעני.

איך שטעל זיך פאר אז די לעיבל ווערט צוטיילט אין צוויי, די לאגא, הכשר וכד' ווערט געפרינט עקסטער און די נאמען פונעם פלייש, וואג, פרייז ווערט געדרוקט ביים בוטשער.
אויב אזוי, מיינט אז א בוטשער וואס פארקויפט חזיר האט ביי זיך הכשר לעיבל'ס, דאס איז ווי פארשטענדליך א שרעקליכע פארברעכן.

די סטאר פארקויפט כשר פלייש אדער טריפות? אדער גאר ביידע? אויב כשר איז די שאלה וויאזוי קומט דארט אן א חזיר דעליווערי, און אויב נאר טריפות, מן הסתם פאלט פאר קיינעם נישט איין צו קויפן דארט פלייש אפי' מיט א גאר פארלעסליכע הכשר. און אויב זיי פארקויפן עמטליך סיי כשר און סיי טריפה, הא גופא קשיא וויאזוי טרויען זיך אידן צו קויפן ביי אזא איינעם.

צע"ג, די גאנצע זאך זעהט אויס א ספעציעלע אינטערגעשטעלטע זאך.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג יולי 29, 2011 3:16 pm

לויט ווי איך האב פארשטאנען פארקויפט די געשעפט נאר בשר חזיר. שווער צו זאגן אז איינער איז נכשל געווארן. די שאלה איז נאר ווי א אידישע פראטאגאפיסט דרייט זיך דארט? אפשר געגאנגען קויפן אנדערע זאכן און פונקט דאס אנגעטראפן

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 29, 2011 3:20 pm

מען טענה'ט זיך דא אומזיסט, עס איז דא א הערליכע אינטערוויו פון ר' יונה כהן (פאלשע נאמען) מיט ר' יעקב ווייס (באקאנטער עסקן און כשרות אויפזעהר מטעם ניו יארק סטעיט) אויף קול מבשר

עס איז א גוי'איש געשעפט, בכלל נישט אין קיין אידישע געגנט, זיי האבן זיך עטליכע מאל שטארק אנטשולדיגט פאר די פארדרוסליכע טעות.

ר' יונה כהן זאגט אבער אז דאס ברויך דינען אלס ווארענונג פאר די משגיחים ובעלי מכשירים אז מען ברויך גוט איבערקוקן די לעיבלינג מאשינען ווייל זיי קומען פראגראמירט מיטן הכשר און מעקן זיך נישט אויס ווען מען פארקויפט זיי פארן קומענדיגן קונד.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » פרייטאג יולי 29, 2011 3:22 pm

וויאזוי קומט אן צו א טריפהנע בוטשער לעיבלס מיט אידישע אותיות? און אז זיי האבן, האבן זיי זיכער א גאנצע סטאק, ווי איז די אנדערע פליישן וואס איז דארט געפאקט געווארן מיט די סטיקער'ס? די בוטשער האט נישט באמערט גראד ווען די לעיבל'ס זענען אנגעקומען אז נישט דאס דארף ער?

עס זעהט ענדערש אויס אז ידי הפאטאגראפיסט באמצע, וד"ל.

====
קרעמער, וועלכע הכשר איז פראגראמירט בית "ייסף"? אן קיין חותם פונעם בעל מכשיר?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 29, 2011 3:24 pm

שוין ווידער גייען מיר שרייבן א תגובה לריק

עס איז א שאד זיך צו אמפערן ווען אלעס קען ווערן אויסגעקלארט כשמלה מיטן אויסהערן עטליכע מינוט פון יענעם געשפרעך צווישן צוויי ארנטליכע אידן

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » פרייטאג יולי 29, 2011 3:31 pm

קרעטשמע כשרות ארגעניזאציע געט א הכשר אויף קול מבשר?...

און וואס שטערט דיך אז אין דריי יאר ארום ווען די קול מבשר אינטערויא וועט שוין זיין נגנז, וועט איינער וויסן וואס די מעשה איז געווען דורכן קרעטשמע?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18895
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 29, 2011 3:37 pm

קרעמער יעקב ווייס אדער אלעזר ווייס?

רובא דרובא גרויסע סופערמארקעטס אין די פאראייניגטע שטאטן האנדלען כהיום אויך מיט כשר פלייש און אודאי מיט טריפה.

קרעמער, כבוד קול מבשר במקומו מונח אבער גיי מיר נישט אויסהערן דארט קיין אינטערוויוס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג יולי 29, 2011 4:04 pm

פיין, האבן מיר געפאלגט דעם מייסד און אויסגעהערט דעם אינטערוויו. ווי געזאגט, דער געשעפט ספעצעלירט זיך אין בשר חזיר און האט גארנישט מיט היימישע פלייש. ער איז ניטאמאל אין א געגענט וואס וואוינען היימישע אידן.
ער האט געקויפט א געניצטע מאשין און בשעתן פרינטן לעיבעלס (קרעמער פון דא און ווייטער העלף מיר אביסל..) האט ער געדריקט בטעות עפעס [דער געדענקט אליין נישט פונקטליך וואס] און די מאשין האט אויסגעשפיגן פינעף זעקס לעבעלס מיט די אידישע ווערטער.
(דא בין איך אביסל צומישט. ער זאגט אז די מאשין האט אלע שפראכן און היברוי איז אויך דארט. אויב אזוי, וויאזוי האט די גוי געוואוסט וויאזוי בית ייסף שרייבט זיך?? און בכלל, מ'פאקט א גרויסע שיפמענט און נאר 'פינעף זעקס' לעבעלס פרינט מען אויף א מאל? גייט דאס נישט 'פער בעטש?')

אבער ווי געזאגט, לכאורה איז קיינער נישט נכשל געווארן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 29, 2011 5:28 pm

דער נאמען איז ר' אלעזר ווייס, יעקב איז א טעות

און איך צווינג קיינעם צו הערן קול מבשר, אבער קיינער קען מיך נישט צווינגן צו שרייבן דא פרטים וואס מען קען הערן לעבעדיג פון מקור ראשון און זיך אליינס פארענטפערן אלע סתירות און קווענקלענישן

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג יולי 29, 2011 6:14 pm

קרעמער האט געשריבן:מען טענה'ט זיך דא אומזיסט, עס איז דא א הערליכע אינטערוויו פון ר' יונה כהן (פאלשע נאמען) מיט ר' יעקב ווייס (באקאנטער עסקן און כשרות אויפזעהר מטעם ניו יארק סטעיט) אויף קול מבשר

עס איז א גוי'איש געשעפט, בכלל נישט אין קיין אידישע געגנט, זיי האבן זיך עטליכע מאל שטארק אנטשולדיגט פאר די פארדרוסליכע טעות.

ר' יונה כהן זאגט אבער אז דאס ברויך דינען אלס ווארענונג פאר די משגיחים ובעלי מכשירים אז מען ברויך גוט איבערקוקן די לעיבלינג מאשינען ווייל זיי קומען פראגראמירט מיטן הכשר און מעקן זיך נישט אויס ווען מען פארקויפט זיי פארן קומענדיגן קונד.

יונה כהן איז א עכטע נאמען
עס איז נישט די גאנצע נאמען, און אויך נישט דער נאמען וואס מען רופט אים אויף, אבער עס איז זיין עכטע נאמן
למשל ער זאל הייסען שלום אשר יונה כהן צדק, און מען רופט אים שלום צדק אין ריעל לייף
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 6:10 am

קען זיין אז די מכשירים זענען שוין סומך אויף דער אוה"ח הקדוש אז די חזירים'לעך זענען מעלה גרה....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18895
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2011 4:08 pm

היינט האבן מיר דאס ערהאלטן פון די OU, א חידוש כי לא ידעתי אז Quaker Instant oatmeal איז גאר מילכיג.

KASHRUTH ALERT
Dec 8, 2011
Quaker Instant Oatmeal, Weight Control Instant Oatmeal - Cinnamon flavor, Banana Bread flavor
Brand: Quaker Instant Oatmeal, Weight Control Instant Oatmeal
Products: Cinnamon flavor, Banana Bread flavor
Company: Quaker Foods & Snacks - Chicago IL
Issue:
Missing D
A small amount of Instant Oatmeal Weight Control Instant Oatmeal, Cinnamon flavor and Banana Bread flavor was mistakenly labeled with an OU Symbol without the “D”. This product is dairy and corrective measures were implemented.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג דעצמבער 09, 2011 4:08 am

מסתמא איז דאס א חומרא
עס זעהט נישט אויס אז אין די אינגרידיענטס איז דא מילך
נאר מסתמא זענען די מאשינען אויך גענוצט פאר מילכיגס
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » פרייטאג דעצמבער 09, 2011 5:58 am

לכאורה איז דאס נאר די 2 פלעווארס וואס ער דערמאנט דארט: Cinnamon flavor, Banana Bread flavor

---

(דארף מען אנפרעגן שוועמל וואס די קאמפאני זאגט דערויף...)
בילד
__________________________________
This signature was intentionally left blank


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט