בלאט 24 פון 217

געשריבן: דינסטאג יוני 14, 2016 2:57 pm
דורך פעלעד
יישר כח!

געשריבן: פרייטאג יוני 24, 2016 12:47 pm
דורך קיקיון
כ'האב געזעהן לעצטענס אויף א ארץ ישראלדיגער פראדוקט
"נקי מחשש טבל ושביעית"
שוין זייער זייער לאנג דאס נישט געזעהן
פארוואס האבען די רבנים וב"ד מכשירים אויפגעהערט?

געשריבן: מוצ"ש יוני 25, 2016 3:56 pm
דורך פעלעד
קיקיון האט געשריבן:כ'האב געזעהן לעצטענס אויף א ארץ ישראלדיגער פראדוקט
"נקי מחשש טבל ושביעית"
שוין זייער זייער לאנג דאס נישט געזעהן
פארוואס האבען די רבנים וב"ד מכשירים אויפגעהערט?

וועלכע הכשר???
אויב מהייבט אן וואלט מען שוין געדארפט שרייבן אויך "נקי מחשש נבילות וטריפות ובשר בחלב וטבל ושביעית וגזל וחילול שבת" וכו'... ואין לדבר סוף.

געשריבן: מוצ"ש יוני 25, 2016 11:58 pm
דורך שאינו יודע
מיין קושיא איז פארוואס די אמעריקאנער השגחות שרייבן נישט קיין ברכות

די ידה שרייבט יא

געשריבן: זונטאג יוני 26, 2016 5:12 pm
דורך פעלעד
ביער אין א"י (בירה)
ווייסט איינער צי עס איז א פראדאקט וואס דארף בכלל א הכשר,
און אויב יא, צי איז די הכשרים פון רבנות מיט OK גענוג פאר דעם? מ'רעדט וועגן ביער פון קאמפעני Korona.

פארשטייט זיך איך וויל וויסן וואס היימישע ערליכע רבנים זאגן.

געשריבן: מאנטאג יוני 27, 2016 9:52 am
דורך farshlufen
כ'פארשטיי נישט די פראגע, דארט ווי פירות וירקות דארף אן השגחה מעולה פארוואס זאל עפעס וואס איז פראדוצירט פון זיי נישט ברויך קיין הכשר פון אן ערליכן רב?

געשריבן: מאנטאג יוני 27, 2016 10:20 am
דורך אלד וויליאמסבורג
פעלעד האט געשריבן:ביער אין א"י (בירה)
ווייסט איינער צי עס איז א פראדאקט וואס דארף בכלל א הכשר,
און אויב יא, צי איז די הכשרים פון רבנות מיט OK גענוג פאר דעם? מ'רעדט וועגן ביער פון קאמפעני Korona.

פארשטייט זיך איך וויל וויסן וואס היימישע ערליכע רבנים זאגן.

היימישער ערליכע רבנים, איך געדענק נישט אז מיר זאלן האבן אזא ניק דא.

קאראנע קימט פון מעקסיקא

געשריבן: מאנטאג יוני 27, 2016 10:42 am
דורך קיקיון
אין דעם ליסטע פון ועד הרבנים טשיקאגא פון דריי יאר צוריק
ווערט CORONA אויסגערעכנענט אז עס איז בהשגחת הרב דן יוא' לוי פון OK
כהיום איז עס נישט אויף OK ליסטע

געשריבן: מאנטאג יוני 27, 2016 2:15 pm
דורך פעלעד
יעצט גערעדט מיט איינע פון יושבי ראש פון ועד הכשרות פון די עדה,
ער זאגט אז ווייסע ביער טרינקט רוב וועלט אן קיין הכשר (ער נעמט נישט אחריות נאר זאגט די פאקט) ווייל סאיז זייער שעלטן זאל זיין חששות אין דעם, און אויב סהאט אויך OK קען מען זיכער טרינקען (אויפן באטל איז דא די סטעמפ פון (OK)
נאר שווארצע ביער, אדער ווייסע מיט טעמים דארפן האבן א גוטע השגחה.

געשריבן: מאנטאג יוני 27, 2016 3:25 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
קיקיון האט געשריבן:אין דעם ליסטע פון ועד הרבנים טשיקאגא פון דריי יאר צוריק
ווערט CORONA אויסגערעכנענט אז עס איז בהשגחת הרב דן יוא' לוי פון OK
כהיום איז עס נישט אויף OK ליסטע

Search for corona, not for corona beer.

You will find 4 types that's kosher

http://www.ok.org/consumers/kosher-food ... corona&st=

Nestle water

געשריבן: דינסטאג יוני 28, 2016 12:23 am
דורך מלה בסלע ודי לחכימא
האט איינער ביי אונז אין אפיס לעצטענס מעורר געוועהן אז די וואסער פון Nestle קען זיין אז עס ווערט געבאטעלט און געקאכט און כלים ווי מען באטלעט נישט כשר׳ס.
ווערט עס בכלל געקאכט?
דארף מען חושש זיין מספק?
איז די פרוי אויפן טעלעפאון וואס הערט זיך נישט ווי אן פארשטענדיגע באגלייבט אז עס גייט נישט אריין אין די כלים עפעס אנדערש ווי וואסער? (אפילו זיי פארקויפען אנדערע משקאות אויך ווי למשל פלעיווארד טיי).

(הרב קיקיון מסתמא האט איר עס שוין דארך געטוהן און/אדער ציטיר עפעס פון די ארגענעזאציעס).

יישר כח לכלם למפרע!

געשריבן: דינסטאג יוני 28, 2016 9:13 am
דורך קיקיון
מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן: (הרב קיקיון מסתמא האט איר עס שוין דארך געטוהן און/אדער ציטיר עפעס פון די ארגענעזאציעס). יישר כח לכלם למפרע!

ביז יעצט נאך נישט ווייל איך האב אמאל געליינט אז עס איז דא מילך באטלערס וואס באטלען אויך וואסער
ראה כאן

די ארג'ס ou & star k האלטען אז עס דארף נישט קיין השגחה
CHICAGO RABBINICAL COUNCIL שרייבט
All unflavored are acceptable. Added minerals acceptable but added vitamins may pose a kashrus problem
בענין Nestles Pure Life Water שרייבט CRC

Unflavored bottled water does not require kosher certification as long as it does not contain any flavors or vitamins

געשריבן: דינסטאג יוני 28, 2016 9:22 am
דורך איש נאמן
קיקיון האט געשריבן:

א גרויסע יישר כח. איך טרינק שוין נישט אזוי לאנג וועגן די זעלבע שאלה.

געשריבן: דינסטאג יוני 28, 2016 12:52 pm
דורך שאינו יודע
איך מיין אז התאחדות האט געשריבן אז וואסער דארף א השגחה

געשריבן: דינסטאג יוני 28, 2016 8:18 pm
דורך מלה בסלע ודי לחכימא
איש נאמן האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן: (הרב קיקיון מסתמא האט איר עס שוין דארך געטוהן און/אדער ציטיר עפעס פון די ארגענעזאציעס). יישר כח לכלם למפרע!

ביז יעצט נאך נישט ווייל איך האב אמאל געליינט אז עס איז דא מילך באטלערס וואס באטלען אויך וואסער
ראה כאן

די ארג'ס ou & star k האלטען אז עס דארף נישט קיין השגחה
CHICAGO RABBINICAL COUNCIL שרייבט
All unflavored are acceptable. Added minerals acceptable but added vitamins may pose a kashrus problem
בענין Nestles Pure Life Water שרייבט CRC

Unflavored bottled water does not require kosher certification as long as it does not contain any flavors or vitamins

א גרויסע יישר כח. איך טרינק שוין נישט אזוי לאנג וועגן די זעלבע שאלה.

דאס הייסט חכמים הזהרו !!

געשריבן: פרייטאג יולי 22, 2016 1:07 pm
דורך קיקיון

קאוד: וועל אויס אלע

From:  
Sent: Thursday, July 21, 2016 2:54 PM
Subject: WHOLE BLACK PEPPERS
 
NEED השגגחה ?

קאוד: וועל אויס אלע

Thank you for contacting the OU.
 
There are many items which are innocuous and do not require kosher supervision. Nonetheless, the OU is reluctant to share this information with the public. Food production techniques often change and a product that is acceptable today without supervision may require hashgacha in the future. If we advised consumers that an item is presently innocuous, we would have no effective way to contact the same consumers in the future if the status changes.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 12:31 pm
דורך Gevald Geshrigen
Thanks for sharing.

I looooooooooooooooooove this answer

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:11 pm
דורך קיקיון
מפי נכדי נ"י
זיינס א ידיד א תושב אין אייראפע איז א משגיח כשרות פאר איטליכע השגחות
צווי פירמעס איינס אין א"י און איינס אין ארה"ב האבען ציזאמען באשטעלט א קעמיקאל
די סחורה ווערט געפאקט אין ריזיגע זעק יעדע זאק איז געזיגעלט און נומערירט און ליגט
אויף א SKID דער משגיח על דעת עצמו האט זיך איינגעפירט אז ציווישען יעדע זאק און
די SKID לייגט ער א שטיקעל פאפיר
ביים אמלאדענען די SKIDS אויף דעם לאסטוואגען האט ער געהייסען אויף הייבען דעם
LIFT ער זאל קענען קאנטראלירען צי מען האט ניטש גערירט די זעק פון די SKIDS
ער האט געטראפען אז פון איטליכע פעלט דער פאפיר
ווען ער האט אנגערופען די א"י ועד זאגט מען אים "דריי נישט קיין קאפ די זעק זענען
געזיגעלט !"
דער אמעריקאנער רב המכשיר: עס איז טאקע אין ארדענונג אבער אז מען פאלגט נישט
דעם משגיח נעם איך נישט אן די סחורה

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:58 pm
דורך פעלעד
קיקיון האט געשריבן:מפי נכדי נ"י

ווער איז די השגחה אין א"י?
בית יוסף? חרל"פ? חוג חת"ס פתח תקוה? רבנות?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:07 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
פעלעד
סידא נאך הכשרים אין א"י
עדה החרדית, רב לאנדא, רב רובין, מען רעדט נישט פון קיין געפערליכע זאך, אפילו די עדה קען אויך האלטן אז דאס איז קיין פראבלעם

(סתם אזוי ליהוי ידוע לך אז די פרומע הכשרים אין אמעריקא זענען אויף א העכערע סטאנדארד ווי די ארץ ישראלדיגע)

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:08 pm
דורך קיקיון
פעלעד האט געשריבן: ווער איז די השגחה אין א"י?
בית יוסף? חרל"פ? חוג חת"ס פתח תקוה? רבנות?

קיין איינס נישט פון די

יעצט זעה איך אז איך האב גוט געטוען אז איך האב נישט געשריבען קיין נעמען
עס געפעלט דיר נישט די תשובה?
אפשר זענען זיי גערעכט ?
יעדער משגיח וועט זיך איינפירען אייגענע סדרים
דער אמעריקאנער רב האט דאך אויך געזאגט אז עס איז אין ארדענונג

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:34 pm
דורך פעלעד
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:פעלעד
סידא נאך הכשרים אין א"י
עדה החרדית, רב לאנדא, רב רובין, מען רעדט נישט פון קיין געפערליכע זאך, אפילו די עדה קען אויך האלטן אז דאס איז קיין פראבלעם

(סתם אזוי ליהוי ידוע לך אז די פרומע הכשרים אין אמעריקא זענען אויף א העכערע סטאנדארד ווי די ארץ ישראלדיגע)

אלץ איינער וואס ליגט אין פעלד פון כשרות סיי אין אמעריקא און סיי אין א"י וויל איך זיך חולק זיין מיט דיר.
קענסט גיין פרעגן מאגרובער רב שליט"א און רבי אשר אקשטיין שליט"א און זיך אליין דערוויסן...
אבער בכל מקרה וועסטו דאך האלטן ביי דיינס און איך ביי מאנס, איז בעסער אפשטעלן דא...

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:48 pm
דורך שטאלצער יוד
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
(סתם אזוי ליהוי ידוע לך אז די פרומע הכשרים אין אמעריקא זענען אויף א העכערע סטאנדארד ווי די ארץ ישראלדיגע)

איך זעה גוט? :roll:

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:15 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
פעלעד האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:(סתם אזוי ליהוי ידוע לך אז די פרומע הכשרים אין אמעריקא זענען אויף א העכערע סטאנדארד ווי די ארץ ישראלדיגע)

אלץ איינער וואס ליגט אין פעלד פון כשרות סיי אין אמעריקא און סיי אין א"י וויל איך זיך חולק זיין מיט דיר.

ווארשיינליך ביסטו נישט קיין בן יחיד אין די פעלד פון כשרות, (סיי אין אמעריקא סיי אין ארץ ישראל) ביסט בארעכטיגט פאר דיין מיינונג, און איך ווידערהאל מיין מיינונג, "די פרומע הכשרים אין אמעריקא זענען אויף א העכערע סטאנדארד ווי די ארץ ישראלדיגע"

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:24 pm
דורך סמארט גאי
ווער איז בי"ד ערוגת הבושם ?
איז עס די זעלבע הכשר ווי צעהלימער רב ?