איי-וועלט כשרות אפטיילונג

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג אוגוסט 12, 2018 12:23 pm

Forkosh האט געשריבן:ווייסט איינער צו מען מעג טרינקען wal mart ספרינג וואסער. ס'שטייט ס'האט purified water, calcium chloride און sodium bicarbonate. ס'האט נישט קיין OU.


אמאל געהערט פון א בעל מכשיר (קען זיין געזען אין מדריך פון התאחדות) אז מען זאל נישט טרינקען קיין וואסער אן קיין הכשר. עס קען האבן פראבלעמען
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:27 pm

שאינו יודע האט געשריבן:
Forkosh האט געשריבן:ווייסט איינער צו מען מעג טרינקען wal mart ספרינג וואסער. ס'שטייט ס'האט purified water, calcium chloride און sodium bicarbonate. ס'האט נישט קיין OU.


אמאל געהערט פון א בעל מכשיר (קען זיין געזען אין מדריך פון התאחדות) אז מען זאל נישט טרינקען קיין וואסער אן קיין הכשר. עס קען האבן פראבלעמען

און מיר האט רבי אשר עקשטיין געזאגט אז מ׳מעג יא
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:16 pm

דערמאנט מיר ר' חיים מענדיל'ס א מייסע
זיצט א אינגערמאן ביי א מורה הוראה אויף שימוש
קומט אריין א אידענע מיט א הינדעל "דער גאל זעט אויס נישט אין ארדענונ"
זאגט דער מו"ץ נו וואס זאגסט דו?
אין דער אינגערמאן דרייט דעם עוף אהין אין אהער און ווייסט נישט וואס צו קיקען
זאגט אים דער מו"צ : ווילסט ווערען א מרא דאתרא און די ווייסט נישט אתרא דמרה

אין ה' תשע"ח אין נ"י קען יא זיין אזא מו"ץ
זוגתי שתחי' האט געזעהן אויף א אינדיק פולקע "עפעס מאדנע"
מיין דיין איז נישט אינדערהיים מיין נעקסט דאר שכן אבד"ק .... איז נישט אינדערהיים
לויף איך אריבער אין בית הוראה דק"ק ..... און ווייז עס פאר דעם ON DUTY מו"ץ
זאגט ער מיר "קיין סך עקספיריענס מיט דעם האב איך נישט אבער דאס ווייס איך איז נישט קיין פראבלעם"

חיים אלכסנדר
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

אייז קיובס פון עראפלאן & עירפארט

תגובהדורך חיים אלכסנדר » זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:41 pm

מעג מען עסן\טרונקען די אייז קיובס וואס מען טיילט אין עראפלאן און פון די עירפארטס?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20030
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 10:11 am

וויכטיג פאר די וואס פארלאזן זיך אויף OU שמן זית:
OU Kosher

OU KASHRUTH ALERT
August 30, 2018
Iberia Extra Virgin Oil With Balsamic Vinegar
Brand
Iberia
Product
Extra Virgin Oil With Balsamic Vinegar
Company
Iberia Foods, Brooklyn NY
Issue
Unauthorized OU

The Orthodox Union does not certify Iberia Extra Virgin Olive Oil With Balsamic Vinegar. Some bottles were labeled with an unauthorized OU symbol. Corrective actions are being implemented.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 11:06 am

עפעס טוט זיך מיט קאוקא קאולא?

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 11:51 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:עפעס טוט זיך מיט קאוקא קאולא?

דהיינו?

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:33 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:עפעס טוט זיך מיט קאוקא קאולא?

יא די זעלבע בעל מכשיר...

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:37 pm

קיקיון האט געשריבן:
דערמאנט מיר ר' חיים מענדיל'ס א מייסע
זיצט א אינגערמאן ביי א מורה הוראה אויף שימוש
קומט אריין א אידענע מיט א הינדעל "דער גאל זעט אויס נישט אין ארדענונ"
זאגט דער מו"ץ נו וואס זאגסט דו?
אין דער אינגערמאן דרייט דעם עוף אהין אין אהער און ווייסט נישט וואס צו קיקען
זאגט אים דער מו"צ : ווילסט ווערען א מרא דאתרא און די ווייסט נישט אתרא דמרה

אין ה' תשע"ח אין נ"י קען יא זיין אזא מו"ץ

דער ווארט האט געזאגט דער הייליגער חתם סופר און אויב איך האב נישט קיין טעות האט זיין זון רבי שמעון סופר אריינגעטייטשט אז ס׳מיינט אז מען קען נאר זיין א רב ווען מען ווייסט ווי ס׳איז ביטער פאר א איז אויפן הארץ.

אוועטאר
פרייזן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 7:16 am

2018-09-02.png
2018-09-02.png (676.5 KiB) געזעהן 1277 מאל

קושטא
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

תגובהדורך קושטא » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:54 pm

ווייסט איינער, צו ס'איז דא א חילוק צווישן די ראממען לעטוס און די אייזבערג לעטוס, צו די אייזבערג איז בכלל ווייניגער מוחזק בתולעים, במילא קען מען זיך פארלאזן און קויפן די סענדוויטשעס פון די גראסעריס אפילו איך ווייס נישט פון וואו זיי נעמען דאס. אדער אין חילוק כלל? בתודה למפרע.
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט, אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 10:32 pm

קושטא האט געשריבן:ווייסט איינער, צו ס'איז דא א חילוק צווישן די ראממען לעטוס און די אייזבערג לעטוס, צו די אייזבערג איז בכלל ווייניגער מוחזק בתולעים, במילא קען מען זיך פארלאזן און קויפן די סענדוויטשעס פון די גראסעריס אפילו איך ווייס נישט פון וואו זיי נעמען דאס. אדער אין חילוק כלל? בתודה למפרע.


ביידע זענען מוחזק בתולעים און זענען צריכים בדיקה
אייסבערג איז גרינגער רייניגען לפי ערך צו ראמעין
איך פארשטיי אבער נישט וואס די פרעגסט
וויניגער מוחזק קען מען זיך פארלאזען אויף א איד וואס די קענסט נישט?
מער מוחזק דארפסט די שוין זעהן דעם לעיבעל און וועמעס השגחה?
האט דער סענדוויטש מאכער א השגחה אויף וועם די פארלאזט זיך?
ניין? וואס איז מיט די טונא אדער קעז? וואס איז מיט דעם ברויט? וכ' וכ'

קושטא
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

תגובהדורך קושטא » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 10:45 pm

ביי א געוויסע גראסערי ווייס איך וועלכע הכשר זיי נעמען. מיין שאלה איז, זענען אלע גרינהאוז קאמפעניס די זעלבע מהודר, וויבאלד ס'איז דאך א גרינהאוז. אדער יש לחלק ביניהם. ואם תמצא לומר שיש לחלק, האם באייזבערג יש יותר מקום להקל.
לעצט פאראכטן דורך קושטא אום דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט, אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:08 pm

קושטא האט געשריבן:איך וועל בעסער מסביר זיין. איך נוץ פ., די סענדוויטשעס ווייס איך אז זיי נעמען סיי ב. און סיי פ.
און בכלל איז עס פונקט אזוי גוט ?

די האלסט אז מען קען זיך פארלאזען אויף דעם בעל הבית פון ב. און זיין בעל המכשיר?
וואס ברעכסט די דיר דעם קאפ אין ענינים וואס די הייבסט נישט אן צו פארשטיין

באמת קען גאר זיין אז אויב די וועסט פרעגען א מו"צ וועט ער דיר זאגען אז ראמעין איז בעסער ווי אייסבערג

אייסבערג איז דא געוואשענע וואס האבען אנגענומענע השגחות
ראמעין מיט השגחה איז נור דא פון גרינהאוז וואס קען אפשר אריינגיין אין מיעוט שאינו מצוי

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 1:02 am

איך האב געהערט פון א קעיטערער בשם רבי אשר עקשטיין שליט״א אז אייסבערג לעטוס האט ער עם געלאזט ניצן אפילו דאול וואס האט נאר א ou

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 9:54 am

קושטא האט געשריבן:ביי א געוויסע גראסערי ווייס איך וועלכע הכשר זיי נעמען. מיין שאלה איז, זענען אלע גרינהאוז קאמפעניס די זעלבע מהודר, וויבאלד ס'איז דאך א גרינהאוז. אדער יש לחלק ביניהם. ואם תמצא לומר שיש לחלק, האם באייזבערג יש יותר מקום להקל.

דאס דארפסט די אליין מחליט זיין
איז הרה"ג פלוני ביי דיר גענוג א בר סמכא אויף אזא הארבע איסור ווי מען קען עובר זיין כמה וכמה לאווין מיט איין משהו ?
ביי וועם פרעגסט די דא אויף אייוועלט?
גרינהויז דארף א השגחה מעולה
עס מוז זיין א שטארקער קאנטראל אז דער גרינהויז איז סתום וחתום מרישא ועד גמירא
-----
אלמוני האט געשריבן:איך האב געהערט פון א קעיטערער בשם רבי אשר עקשטיין שליט״א אז אייסבערג לעטוס האט ער עם געלאזט ניצן אפילו דאול וואס האט נאר א ou

ווער קען דאס מסביר זיין
דער מדובר איז געווען אויף אייסבערג בכלל אדער איין ספעציפישע קאממפעני?
תולעים ביי אייסבערג איז נישט א מיעוט המצוי?
דער OU משגיח ביי XYZ LETTUCE איז א מומחה וירא שמים?
דער מהלך ביי OU בענין תולעים איז אויסגעהאלטען?

קאטשקע אויפן וואסער
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:02 am

די וואס ניצן Black-Eyed Peas פאר 'רוביא' (פון די סימנים פון ראש השנה) דארפן וויסן אז זיי זענען אינפעסטירט מיט שרצים. זע דעם קליפ.

קאטשקע אויפן וואסער
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:28 am

יעצט באקומען בפרטי:
נירבאטור.JPG
נירבאטור.JPG (57.98 KiB) געזעהן 1072 מאל

איך האב געזען אין די בונדלעך 'שרצים', נישט 'תולעים'. אבער וואס א חילוק?

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 5:33 pm

פיינע חתימה!

השמש
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 3:45 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:פונקט ווי א גראסערי אדווערטייזט אז ער פארקויפט סחורה פון מהדרין, גפן, משפחה, פרדס, און קיינער מיינט נישט אז דאס געשעפט איז די אייגנטום פון די אויבענדערמאנטע. די זעלבע זאך טוט דער טראק. ער ברויך נאר צייגען אז ער פארקויפט זייערע סחורה

איר קומט נישט אריין גענוג קלאר, לאמיר פארשטיין, אויב א גראסערי זאל ווען האבן אויף זייער סטאר פראנט א אייגענע נאמען אין קליין, און דערנאך אין גרויס פראמינענט א לאגא פין א פירמע, למשל טאקע 'גפן', און ארום און ארום זאל זיין בילדער פין עסן וואס 'גפן' מאכט טאקע און דוקא עפעס וואס איז א גרויס חלק פין זייער ליין, איז אפי' א ספק אז ס'וואלט אויסגעזען ווי א 'גפן' סטאר?

נאכמער, די פאקט אז ער האט נישט קיינע לאגא'ס פין אנדערע אייזקריעם פירמע'ס אויך, און אז ער רעפיוזד דאס אראפצונעמען טראץ וואס ער פארקויפט נישט קיין 'מהדרין' פראדוקטן בכלל, ווייזט אז די מארקעטינג ארבעט פאר אים, און דאס איז א עוולה גדולה, און מן הסתם רעכט אינפרינדזשמענט ביי לאו.

אין א סייד נאוט, פארשטיי איך נישט וויאזוי סיי וועלכע רב המכשיר קען רואיג געבן א הכשר אויף א טרעקל וואס פארט ארום אן קיין קאנטראל, און בפרט נאך וויאזוי מ'קען טראסטן אזעלכע חברה... סיי פשוט, קוק ווער ס'זיצט אויפ'ן טראק, און זאג מיר אויב איר וואלט אים געטראסט מיט א דיים, און סיי אז מ'דיעלט מיט אזעלכע מחוצפים וואס פייפן אן די בעה"ב און רב המכשיר פין 'מהדרין' און טוען ככל העולה על רוחם שלא ביושר.

פין די צעטל פין מהדרין איז משמע אז ער פארקויפט יא זייער אייז קרים נאר עס איז נישט אינטער זייער השגחה
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג סעפטעמבער 09, 2018 4:37 pm

השמש האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:פונקט ווי א גראסערי אדווערטייזט אז ער פארקויפט סחורה פון מהדרין, גפן, משפחה, פרדס, און קיינער מיינט נישט אז דאס געשעפט איז די אייגנטום פון די אויבענדערמאנטע. די זעלבע זאך טוט דער טראק. ער ברויך נאר צייגען אז ער פארקויפט זייערע סחורה

איר קומט נישט אריין גענוג קלאר, לאמיר פארשטיין, אויב א גראסערי זאל ווען האבן אויף זייער סטאר פראנט א אייגענע נאמען אין קליין, און דערנאך אין גרויס פראמינענט א לאגא פין א פירמע, למשל טאקע 'גפן', און ארום און ארום זאל זיין בילדער פין עסן וואס 'גפן' מאכט טאקע און דוקא עפעס וואס איז א גרויס חלק פין זייער ליין, איז אפי' א ספק אז ס'וואלט אויסגעזען ווי א 'גפן' סטאר?

נאכמער, די פאקט אז ער האט נישט קיינע לאגא'ס פין אנדערע אייזקריעם פירמע'ס אויך, און אז ער רעפיוזד דאס אראפצונעמען טראץ וואס ער פארקויפט נישט קיין 'מהדרין' פראדוקטן בכלל, ווייזט אז די מארקעטינג ארבעט פאר אים, און דאס איז א עוולה גדולה, און מן הסתם רעכט אינפרינדזשמענט ביי לאו.

אין א סייד נאוט, פארשטיי איך נישט וויאזוי סיי וועלכע רב המכשיר קען רואיג געבן א הכשר אויף א טרעקל וואס פארט ארום אן קיין קאנטראל, און בפרט נאך וויאזוי מ'קען טראסטן אזעלכע חברה... סיי פשוט, קוק ווער ס'זיצט אויפ'ן טראק, און זאג מיר אויב איר וואלט אים געטראסט מיט א דיים, און סיי אז מ'דיעלט מיט אזעלכע מחוצפים וואס פייפן אן די בעה"ב און רב המכשיר פין 'מהדרין' און טוען ככל העולה על רוחם שלא ביושר.

פין די צעטל פין מהדרין איז משמע אז ער פארקויפט יא זייער אייז קרים נאר עס איז נישט אינטער זייער השגחה

גראדע זעט יא אויס פין זייער צעטל גאנץ קלאר אז ער פארקויפט נישט זייער פראדוקט בכלל (נישט "אויך נישט"), אבער ווי אויסגעשמועסט איז דאס נישט קיין נפק"מ, ווייל די טראק האט זיכער נישט זייער פראדוקט עקסקלוסיוו און זיכער נישט קיין הכשר פין זייער רב המכשיר, און דערום איז די עולה פונקט אזוי.

עניוועי, די גאנצע שמועס איז ב"ה מער נישט נוגע דעם צפעציפישן פאל, ווייל 'וואס ס'איז נישט געגאנגען מיט גוטנס, האט זעט אויס יא געארבעט מיט בייזנ'ס'.. און ווי די רבי האט געזאגט 'חזקה על פי אר שאינה חוזרת ריקם'... זעט אויס אז דער עד פין 'מהדרין' האט צום סוף געמאכט די זאך.

עכ"פ לע"ע האבן זיי שוין געטוישט די "רעפ" אויף די טראקס און ארונטערגענומען די "מהדרין" לאגא און אנשטאט געלייגט זייער'ס, ויקרא שמו בישראל "קאונס"! כאטש קיין הכשר אויפ'ן טראק האבן זיי נישט געשריבן, איז עס שוין א זייטיגע פראבלעם וואס יעדער פאר זיך דארף מאכן זיכער וואספארא הכשר ער קויפט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:06 am

איז דא היימיש כשר'ע געשעפט אדער רעסטוראנט אין אין באסטאן?

yalah
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

תגובהדורך yalah » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 11:08 am

Cafe Eilat
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 6:08 pm

וואס מיינט "מאושר מטעם הבד"צ" ? אז מען קען זיך פארלאזען אויף אודווארי רב?
זיי האבען נישט דעם אייגענעם משגיח אין פאבריק ?
פאר וועלכע עולם דארף דאס MAXI HEALTH צישטעלען?
Untitled.jpg
Untitled.jpg (273.02 KiB) געזעהן 458 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:02 am

On Thu, Oct 11, 2018 at 5:48 PM p......17@gmail.com> wrote:
Does that mean that they don't have their own mashgiach in the plant but they endorse Udvari Rav?

From: Maxi Health <info@maxihealth.com>
Date: Fri, Oct 12, 2018 at 10:42 AM
‪Subject: Re: MEISHER ?‬
To:......

Hi!
No, They DO have a mashgiach for every production. According to the guidelines of the BADATZ only a production facility that only manufactures BADATZ they will stamp BEHASHGUCHAS. When there other products manufactured in the plant at other times, they will write MEISHER even when the product is produced under their strict supervision
Truly yours,
Maxi Health Customer Service


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט