פיש כאפער האט געשריבן:וואלט איך געוואלט פרעגן צי איינער ווייסט צי Listerine אויסצושווענקן די מויל ברויכט א הכשר?
(ליגט מיר אין קאפ אז מ'האטנישט מקפיד געווען דערויף)
אויב נישט מאי שנא פון ציין-פוץ?
אין מפתח הכשרות פון התאחדות שרייבן זיי אז די גרינע פלעיוואר פון די Listerine Mouthwash 'באטלעך' איז אקעי צו נוצן.
(כ'מיין גראדע אז זיי שרייבן אז די וואס קומען אין איינצעלנע סטרייפס זענען לפיהם נישט גוט)
איך האב אנגעפרעגט לעצטענס פון די או יו (OU) איבער די Kirkland Signature Mouthwash וואס ווערט פארקויפט אין Costco אן קיין שום הכשר אפילו נישט פון די או יו צו איך מעג עס נוצן, און צו ס'איז אויפן זעלבן לעוועל כשרות ווי די Listerine מאוט-וואש. (ס'איז קאסטקא'ס אייגענע ברענד).
איך האב זיי מסביר געווען אז איך נוץ נישט געווענליך קיין טוטפעיסט אן קיין הכשר, און אויך אז כ'בין א חסיד'ישער איד וואס איז נישט מקיל געווענליך מיט זייערע קולות.
זיי האבן מיר געבעטן א קאפי פון די לעיבל און זיי האבן מיר נאכדעם געענטפערט אז ס'איז perfectly ok to use.
(דיסקלעימער: קיינער זאל זיך נישט פארלאזן אויף דעם, נאר געשריבן להלכה ולא למעשה..)