איי-וועלט כשרות אפטיילונג

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מחשב
שר האלף
תגובות: 1716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 8:50 pm

משה'לע, און פאר וועלכע זינד בין איך היינט אומגעפאלן?
הוי מחשב...

KMW
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 9:22 pm

װײסט אײנער װאס איז די מעשה מיט RICE DREAM מיט גרובער הכשר איז עס געמאכט אנדערש װי די OU ? עס האלט אין אײן ארױפגײן מיט די פרײז, עס איז איבער דאפעלט די פרײז,
א דאנק

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2787
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 9:18 am

KMW האט געשריבן:װײסט אײנער װאס איז די מעשה מיט RICE DREAM מיט גרובער הכשר איז עס געמאכט אנדערש װי די OU ? עס האלט אין אײן ארױפגײן מיט די פרײז, עס איז איבער דאפעלט די פרײז. א דאנק

איך ווייס נישט בפרטות וועגן די מיט די הכשר פון גרובער, אבער באופן כללי ווערט רייס דריעם און אלמענד מילק וכו' [די אלע משקאות וואס קומען אין די פאפירענע פעקעזשעס] געמאכט אין פאבריקן וואס מאכט אויך טריפות דאורייתא, משקאות פון טשיקען בראטה וכדומה, און עס דארף זיין גאר גוט גע'כשר'ט. עס איז נישט אזוי געשמאק זיך צו פארלאזן אויף א נאציענאלע השגחה ווען עס קומט צו א פאבריק וואס מען האט גענוצט אויף טריפות דאורייתא.
אפיציעל הייסט עס אז די היימישע השגחות מאכן זייערע פראדוקטן אין אנדערע פאבריקן וואס מאכט נישט קיין טריפות.
באופן פרטי, דארפט איר אנרופן דעם בעל מכשיר און אים פרעגן אויב דאס איז טאקע די מציאות ביי זיין פראדוקט.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

פרישע חששות אויף אומגעשמירטע גרינצייג

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 3:24 pm

איך הער אז ס'איז ערשינען א בריוו פון בעל מכשיר אז ער נעמט אראפ די הכשר פון אומגעשמירטע ירקות צוליב חששות פון טבל וכו'.

ווער ס'קען אהערברענגען דעם בריוו אדער מרחיב זיין את הדיבור וואס די נושא איז און וועמען ס'איז נוגע, תבא עליו ברכה.
לעצט פאראכטן דורך להודיע אום דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 3:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אור
שר האלפיים
תגובות: 2137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 3:27 pm

געזעהן א בריוו פון וואגשאל הכשר נעמט אראפ

וואס איז געשעהן

משהלע
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 4:23 pm

געברענגט דא פריער

כשר וישר
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 11, 2019 6:47 pm

שמן זית

תגובהדורך כשר וישר » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 2:25 pm

כווייס נישט אויב ס׳קומט אין די אשכול.
כ׳האב געהערט א שיעור וועגן שמן זית. א סימן אז ס׳איז נישט עכטע שמן זית איז אויב ס׳ווערט נישט פארגליווערט.
איך האב געקויפט ביליגע שמן זית מיט א הכשר און ס׳איז נישט געווארן פארגליווערט. איך צווייפל נישט די כשרות לאכילה, נאר אויב ס׳איז טאקע שמן זית, וואס איז א הידור ביי מנורה.

איינער מיט מער אינפא אויף די נושא?

אביונה
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 2:54 pm

נחוניא האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:װײסט אײנער װאס איז די מעשה מיט RICE DREAM מיט גרובער הכשר איז עס געמאכט אנדערש װי די OU ? עס האלט אין אײן ארױפגײן מיט די פרײז, עס איז איבער דאפעלט די פרײז. א דאנק

איך ווייס נישט בפרטות וועגן די מיט די הכשר פון גרובער, אבער באופן כללי ווערט רייס דריעם און אלמענד מילק וכו' [די אלע משקאות וואס קומען אין די פאפירענע פעקעזשעס] געמאכט אין פאבריקן וואס מאכט אויך טריפות דאורייתא, משקאות פון טשיקען בראטה וכדומה, און עס דארף זיין גאר גוט גע'כשר'ט. עס איז נישט אזוי געשמאק זיך צו פארלאזן אויף א נאציענאלע השגחה ווען עס קומט צו א פאבריק וואס מען האט גענוצט אויף טריפות דאורייתא.
אפיציעל הייסט עס אז די היימישע השגחות מאכן זייערע פראדוקטן אין אנדערע פאבריקן וואס מאכט נישט קיין טריפות.
באופן פרטי, דארפט איר אנרופן דעם בעל מכשיר און אים פרעגן אויב דאס איז טאקע די מציאות ביי זיין פראדוקט.

כ'ווייס נישט פון וואו איר נעמט די אינפאו
איך האב פערזענליך געפרעגט OU זיי האבן מיר געענטפערט אז עס קומט נישט אריין קיין טשיקן און קיין פלייש אין די גאנצע פלענט
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2787
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג דעצמבער 29, 2019 2:19 pm

אביונה האט געשריבן:

איר האט געפרעגט אויף א ספעציפישע פלענט, אדער באופן כללי?
איך ווייס פאר א פאקט אז פארשידענע פלענטס וואס מאכן די פראדוקטן מיט נאציאנעלע השגחות ווערט דארט געמאכט טריפות דאורייתא.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג דעצמבער 29, 2019 4:45 pm

איך האב זיי געפרעגט אויף די ברענד blue diamond וועלכע מאכט די רייז דריעם און אלמאנד בריעז פון זייער השגחה

און דאס וואס איר שרייבט איבער טשיקן בראטה, א גוגל סיערטש האט נישט געפונען קיין טשיקן בראטה פון די קאמפאני blue diamond, נאר פון אן אנדערע קאמפעני וועלכע פעקדזשט עס אין די זעלבע מין פאפירענע באטל ווי רייז דריעם

שווער צו גלייבן אויף א אנגענומענע הכשר ביי רוב פונם אידישן אמעריקאנער עולם, דערונטער יראים ושלימים, זאלן מכשיל זיין אידן מיט מאכלים וואס ווערן געמאכט אין כלים וואס ווערט גענוצט אויף טריפות דאורייתא.. [חלב עכו"ם ווייסעך אז זיי נוצן דעם אגרו"מ'ס היתר, אבער ממש טריפות איז נישט עולה על הדעת]
בכל אופן, זיי האבן מיר אין א אימעיל באשטעטיגט, אז ס'קומט נישט אריין קיין פלייש אין די גאנצע פלענט פון די דערמאנטע קאמפאני
אדרבא, פרעג זיי זעלבסט אן, בעפאר דו שמירסט ארויף סתם א לשה"ר
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אביונה
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » זונטאג דעצמבער 29, 2019 5:18 pm

יעצט זעה איך אז rice dream ווערט געמאכט דורך אן אנדערע קאמפאני ווי אלמאנד בריעז
[אלמאנד בריז ווערט געמאכט דורך blue diamond וואס זעהט נישט אויס אז זיי מאכן עפעס אנדערש אויסער מאנדל און נוס פראדוקטן]
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

KMW
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 11:22 am

אביונה האט געשריבן:יעצט זעה איך אז rice dream ווערט געמאכט דורך אן אנדערע קאמפאני ווי אלמאנד בריעז
[אלמאנד בריז ווערט געמאכט דורך blue diamond וואס זעהט נישט אויס אז זיי מאכן עפעס אנדערש אויסער מאנדל און נוס פראדוקטן]

איך האב זיי אויך געקאלט און זיי האבן געזאגט אז עס קומט נישט אריין קיין טשיקן און קיין פליישיג אין די גאנצע פלענט די שאלה איז צו זיי זענען באגלייבט?

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2787
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 11:59 am

אביונה האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:באופן כללי ווערט רייס דריעם און אלמענד מילק וכו' [די אלע משקאות וואס קומען אין די פאפירענע פעקעזשעס] געמאכט אין פאבריקן וואס מאכט אויך טריפות דאורייתא, משקאות פון טשיקען בראטה וכדומה, און עס דארף זיין גאר גוט גע'כשר'ט. עס איז נישט אזוי געשמאק זיך צו פארלאזן אויף א נאציענאלע השגחה ווען עס קומט צו א פאבריק וואס מען האט גענוצט אויף טריפות דאורייתא.
אפיציעל הייסט עס אז די היימישע השגחות מאכן זייערע פראדוקטן אין אנדערע פאבריקן וואס מאכט נישט קיין טריפות.
באופן פרטי, דארפט איר אנרופן דעם בעל מכשיר און אים פרעגן אויב דאס איז טאקע די מציאות ביי זיין פראדוקט.

כ'ווייס נישט פון וואו איר נעמט די אינפאו
איך האב פערזענליך געפרעגט OU זיי האבן מיר געענטפערט אז עס קומט נישט אריין קיין טשיקן און קיין פלייש אין די גאנצע פלענט

איר האט געפרעגט אויף א ספעציפישע פלענט, אדער באופן כללי?
איך ווייס פאר א פאקט אז פארשידענע פלענטס וואס מאכן די פראדוקטן מיט נאציאנעלע השגחות ווערט דארט געמאכט טריפות דאורייתא.

איך האב זיי געפרעגט אויף די ברענד blue diamond וועלכע מאכט די רייז דריעם און אלמאנד בריעז פון זייער השגחה
און דאס וואס איר שרייבט איבער טשיקן בראטה, א גוגל סיערטש האט נישט געפונען קיין טשיקן בראטה פון די קאמפאני blue diamond, נאר פון אן אנדערע קאמפעני וועלכע פעקדזשט עס אין די זעלבע מין פאפירענע באטל ווי רייז דריעם
שווער צו גלייבן אויף א אנגענומענע הכשר ביי רוב פונם אידישן אמעריקאנער עולם, דערונטער יראים ושלימים, זאלן מכשיל זיין אידן מיט מאכלים וואס ווערן געמאכט אין כלים וואס ווערט גענוצט אויף טריפות דאורייתא.. [חלב עכו"ם ווייסעך אז זיי נוצן דעם אגרו"מ'ס היתר, אבער ממש טריפות איז נישט עולה על הדעת]
בכל אופן, זיי האבן מיר אין א אימעיל באשטעטיגט, אז ס'קומט נישט אריין קיין פלייש אין די גאנצע פלענט פון די דערמאנטע קאמפאני
אדרבא, פרעג זיי זעלבסט אן, בעפאר דו שמירסט ארויף סתם א לשה"ר

פארוואס רופט איר דאס אן א מכשול אויב זיי כשר'ן די פלענט כדת וכדין?
אמת אז די גאר היימישע השגחות זענען מחמיר נישט צו נוצן פראדוקטן פון א פלענט וואס מאכט טריפות דאורייתא אפילו נאכן כשר'ן, אבער אויב איינער כשר'ט יא, הייסט דאס נישט קיין מכשול.
פארשטייט זיך אז כשר'ן א פלענט איז גאר קאמפליצירט, און דעריבער איז דא א מקום להחמיר נישט צו נוצן אזעלכע פראדוקטן, אבער עס איז ח"ו נישט קיין מכשול.
עס קען זיין אז Blue Diamond ווערט טאקע געמאכט אין א כשר פארעווע פלענט, אבער באופן כללי האבן די נאציאנעלע השגחות נישט קיין פראבלעם צו מכשיר זיין פראדוקטן וואס ווערט געמאכט אין א טריפה'נע פלענט, נאך א הכשרה פארשטייט זיך.
וועגן זייערע קולות אויף א ספרעי דרייער וואס מען קען נישט כשר'ן, איז שוין א שמועס פאר זיך, ואכמ"ל.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 1:41 pm

KMW האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:יעצט זעה איך אז rice dream ווערט געמאכט דורך אן אנדערע קאמפאני ווי אלמאנד בריעז
[אלמאנד בריז ווערט געמאכט דורך blue diamond וואס זעהט נישט אויס אז זיי מאכן עפעס אנדערש אויסער מאנדל און נוס פראדוקטן]

איך האב זיי אויך געקאלט און זיי האבן געזאגט אז עס קומט נישט אריין קיין טשיקן און קיין פליישיג אין די גאנצע פלענט די שאלה איז צו זיי זענען באגלייבט?

זיי האבן טאקע קולות, אבער שקרנים זענען זיי נישט
כפי השמועה, נעמען אלע היימישע השגחות אינפארמעישאן ביי זיי
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 5:18 pm

אביונה האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:יעצט זעה איך אז rice dream ווערט געמאכט דורך אן אנדערע קאמפאני ווי אלמאנד בריעז
[אלמאנד בריז ווערט געמאכט דורך blue diamond וואס זעהט נישט אויס אז זיי מאכן עפעס אנדערש אויסער מאנדל און נוס פראדוקטן]

איך האב זיי אויך געקאלט און זיי האבן געזאגט אז עס קומט נישט אריין קיין טשיקן און קיין פליישיג אין די גאנצע פלענט די שאלה איז צו זיי זענען באגלייבט?

זיי האבן טאקע קולות, אבער שקרנים זענען זיי נישט
כפי השמועה, נעמען אלע היימישע השגחות אינפארמעישאן ביי זיי

כיהודה ועוד לקרא

גערעדט צו אפאר פון די היימישע משגיחים , אודאי האט או יו קולות וואס אונז חסידים האבן ניש אנגענומען אבער באגלייבט זענען זיי הונדערט פראצענט

אדרבה די היימישע הכשירים פארלאזן זיך אויף אסאך קאמפלעצירטע זאכן באזירט אויף OU
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 7:19 pm

מיין אייניקעל איז געווען ביי א סעמינאר פון די OU
און האט זיך באפריינדעט מיט איינעם פון זייענע מפקחים
א פאר וואכען שפעטער רופט אים יענער אן
"איך דארף נייטיג א משגיח וואס איז נזהר אין חלב ישרא' "
גופא דעובדא
ער איז געווען אויף א קאנטראל בייזוך ביי זייערס א"חלב ישרא' " קליענט און האט געטראפען
דעם משגיח נאשען א "חלב קאמפעניס" פראדוקט

משהלע
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג ינואר 19, 2020 5:00 pm

ווייסט איינער צו די הכשר פון הרב לאזאר פון רוסלאנד איז מקפיד אויף בישול ישראל אויף סארדינען?

היימישע הכשרים דאכט זיך זענען מקפיד. OU נישט. ס'איז א גרויסע מחלוקת.

ס'איז מיר נוגע.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג ינואר 19, 2020 5:36 pm

משהלע האט געשריבן:ווייסט איינער צו די הכשר פון הרב לאזאר פון רוסלאנד איז מקפיד אויף בישול ישראל אויף סארדינען?

היימישע הכשרים דאכט זיך זענען מקפיד. OU נישט. ס'איז א גרויסע מחלוקת.

ס'איז מיר נוגע.

דריידל האט געשריבן:הרב בערל לאזאר

2nd Vysheslavtsev Pereulok 5A
Moscow, 127018 Russia
Phone: 7-495-645-5000
http://www.fjc.ru/moscow
דביה תחדי נפשא

משהלע
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג ינואר 19, 2020 6:18 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:ווייסט איינער צו די הכשר פון הרב לאזאר פון רוסלאנד איז מקפיד אויף בישול ישראל אויף סארדינען?

היימישע הכשרים דאכט זיך זענען מקפיד. OU נישט. ס'איז א גרויסע מחלוקת.

ס'איז מיר נוגע.

דריידל האט געשריבן:הרב בערל לאזאר

2nd Vysheslavtsev Pereulok 5A
Moscow, 127018 Russia
Phone: 7-495-645-5000
http://www.fjc.ru/moscow

געאימעילט און נישט באקומען קיין ענטפער. יישר־כוח.

ברוכאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

תגובהדורך ברוכאוויטש » זונטאג ינואר 19, 2020 9:57 pm

נחוניא האט געשריבן:עס קען זיין אז Blue Diamond ווערט טאקע געמאכט אין א כשר פארעווע פלענט,

אויף טייל פון די מאנדל מילך פון Blue Diamond שטייט אן OU/D ווייל ס'ווערט געמאכט אין א מילכיגע פאבריק, עס איז כדאי זיכער צו מאכ פארן קויפן.

ניי
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 8:06 pm

תגובהדורך ניי » זונטאג ינואר 19, 2020 10:25 pm

איז די 5 HOUR ENERGY כשר אדער נישט??????????

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:48 am

משהלע האט געשריבן:ווייסט איינער צו די הכשר פון הרב לאזאר פון רוסלאנד איז מקפיד אויף בישול ישראל אויף סארדינען?

היימישע הכשרים דאכט זיך זענען מקפיד. OU נישט. ס'איז א גרויסע מחלוקת.
ס'איז מיר נוגע.

לגבי בישול עכו"מ האסט דו אויף וועם צו פארלאזען
הרה"ק ר' יעקב יחזקי' ג"וו מפאפא זי"ע האט געשריבן:

סארדין.gif
סארדין.gif (50.74 KiB) געזעהן 554 מאל

אודאי לגבי אנדערע חששות דארף מען היינט יא האבען א גוטע השגחה
און נישט ווי אמאל וואס אויל און אנדערע אינגרידיענטס וכ' זענען ניטשגעוועןקיין פראבלעם

משהלע
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:55 am

יישר כוח קיקיון פאר'ן דאס ברענגען. האסט מיר מהנה געווען.

די שאלה איז צו היינט ווען מען קען קויפן מיט בישול ישראל פון די היימישע ברענדס אדער Season, צו זיי וואלטן בכלל מקיל געווען לכתחילה. פאפא רב sounds like נישט. סאנזער רב מסתמא אפשר אויך נישט.

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:16 pm

רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט נישט געוואלט עסן סארדינען אין בערגען בעלזען וואס איינער האט אים דארט פארשאפט, משום חששות ,זאגענדיג אז די קדושת יו"ט האט אויך נישט געגעסן.
'ומאתים לנוטרים את פריו'

ווילי זיידע
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווילי זיידע » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:34 pm

פילייכט איז היינט פארהאנען מער חששות איבער די סארדיניען ווי אמאל, ווי עס קוקט זיך אויס איז דאך נאר געוועהן א חשש צו עס גייט הערויף על שולחן מלכים, היינט איז דא חששות מיט דגים טמאים, ווי אויך מיט די לאנגע שלענגעלעך וואס האדעווען זיך אין די פישלעך, גאנץ געוויס פארענען זיך די אונזעריגע מכשירים מער מיט די סארט זאכען ווי די אלגעמיינע שוואכערע הכשרים

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט