בלאט 1 פון 4

גיין צו א מאמעס ציון

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 7:35 am
דורך סאדאם חוסעין
און סקווער און אין סיגוט איז געווען די מנהג נישט צו גיין צום ציון ביום היארצייט פון פרויען,
היינט איז דא א גרויסע עולם וואס גייט.
בכלל שטייט אין זוהר נישט צו גיין סתם אזוי אין א בית החיים היינט קוקט אויס אז די עולם האט נישט קיין פראבלעם דערמיט,
איך וויל זייער וויסען מער פרטים ממרים פון צדיקים וכדו' אויב ווייסט איר מער פרטים, ביטע נעמט אייער פעדער אין די היינט אריין

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 8:23 am
דורך אלד וויליאמסבורג
וואס איז די מקור? וואס איז די טעם?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 9:04 am
דורך kyshtiper
נישט דא קיין מנהג אין סיגוט "נישט" צו גיין צי א מאמע'ס ציון

(איך בין א יתום פון מיין מאמע)

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 9:25 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
סיז אפשר נישט קיין מנהג ״נישט״ צו גיין. מען איז אבער נישט געגאנגען. ביי מיין באבע גייט מען אויך נישט אפיציעל. ווער עס קען און האט צייט כאפצעך אריבער.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 9:26 am
דורך סאדאם חוסעין
kyshtiper האט געשריבן:נישט דא קיין מנהג אין סיגוט "נישט" צו גיין צי א מאמע'ס ציון

(איך בין א יתום פון מיין מאמע)

דעס וואס איך וויל וויסען דו ווייסט אז עס איז נישט דא אדער דו ווייסט נישט אז עס איז דא?
דעס אז דו ביסט א יתום איז נישט מעלה און נישט מוריד ווייל איך בין אויך א יתום און איך ווייס עס נישט

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 9:30 am
דורך משה צימערינג
סאדאם חוסעין האט געשריבן:און סקווער און אין סיגוט איז געווען די מנהג נישט צו גיין צום ציון ביום היארצייט פון פרויען,
היינט איז דא א גרויסע עולם וואס גייט.
בכלל שטייט אין זוהר נישט צו גיין סתם אזוי אין א בית החיים היינט קוקט אויס אז די עולם האט נישט קיין פראבלעם דערמיט,
איך וויל זייער וויסען מער פרטים ממרים פון צדיקים וכדו' אויב ווייסט איר מער פרטים, ביטע נעמט אייער פעדער אין די היינט אריין

אין סקווירא איז די מנהג אז מ'גייט נישט צו קיין ציונים סתם אזוי
אפילו ביי א יארצייט
ס'האט נישט צו טון אויב ס'יז א טאטע אדער א מאמע
איך לאדען איין כבוד הרב Duvidel אביסל אויסצוברייטערען

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 9:56 am
דורך נערישער אינגרמאן
ביי אונז (סאטמערע) גייט מען צו מיין באבע, און צו מיין מאמע ע"ה.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:14 am
דורך איש חמודות
יוסף הצדיק איז יא געגאנגען צו זיין מאמעס ציון והשתטח שם (עי' בס' הישר)

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:32 am
דורך farshlufen
בזכרוני אז במקור אין מעבר יבק וואו עס שטייט איבער די העכערע ענינים להשתטח על הקברים, שטייט "אביו ורבו".

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:39 am
דורך אלף בית
אמאל איז דאס גאנצע ענין פון גיין אויף קברים נישט געווען אזוי איינגעפירט ווי היינט.

אין שו״ע טרעפט מען אז מ׳גייט ארויס צום בית הקברות ערב ראש השנה און תשעה באב.
(לאו דוקא צו רבי׳ס אדער עלטערן, נאר סתם צום שטאטישן בית הקברות).

אין על הגאולה ועל התמורה שטייט אז דאס גאנצע ענין פון גיין אויף קברים איז נאר געמאכט פאר צדיקים.
היינט פירט זיך די וועלט אז מ׳גייט אין גרויסן צו קברי צדיקים, מסתמא טוט מען דאס כדי מ׳זאל האלטן דאס פלאץ בכבוד.

דאס וואס די רבי׳ס אין סיגוט האבן געטוהן מיינט נאכנישט אז דאס איז די אנגענומענע מנהג ביי יעדן.
פונקט ווי אין סיגוט גייט מען נישט מיט קיין עטרה אויפן רוקן כאטש די רבי׳ס גייען יא.


@איש חמודות, יוסף הצדיק איז געווען א סיגוטער?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:50 am
דורך קעלנער
פון וואו נעמט מען דאס אז די סיגוט'ע רביס זענען נישט געגאנגען צו די מאמע'ס ציון?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:51 am
דורך Efroiach
גראדע אין סיגוט / סאטמאר גייט מען יא צו א מאמע ציון׳ס פאר א שמחה א.ד.ג. נישט אז ס׳געווען אן איסור ארויפצוגיין צום ציון, מען רעדט דא פון יום היארצייט,

@איש חמודות, איך ווייס נישט צו יוסף הצדיק איז געווען א סיגוטער אבער וואו נעמסטו אז ס׳געווען ביום היארצייט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:52 am
דורך והוא פלאי
אין מענה לשון, איז דא תפלות סיי אויף קבר אביו, סיי אויף קבר אמו, און סיי אויף א קבר פון א גוטן פריינד

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:58 am
דורך קעלנער
פון וואו נעמט מען דאס אז די סיגוט'ע רביס זענען נישט געגאנגען צו די מאמע'ס ציון אין טאג פון די יארצייט?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 11:54 am
דורך נא_שכל
כ'מיין אז די סיבה פארוואס מ'פלעגט נישט גיין צו א פרוי איז צווייפאכיג, ווייל א פרוי ברויך נישט אזויפל תיקונים ווי א מאן. ווייל ביי קברי נשים איז שטערקער דער ענין פון השראת חיצונים.


געהערט אמאל א אינטערסאנטע סיפור פון רבין זי"ע, מענין לענין באותו ענין, כ'קען נישט די מעשה בדיוק, אבער בערך.
די רעבצין - אלטע פייגא ע"ה פלעגט יעדן גיין יעדן ערב ר"ח צו איר טאטענ'ס ציון אין ניו דזשערסי, זי האט דאך עם געלאזט אהערגעברענגן פון טשענסטחויב, איינמאל האט זי זיך פארלענגערט דארטן און איז אהיימגעקומען שפעט.
דער רבי זי"ע האט שוין געווארט אויף איר אומגעדולדיגט, און כסדר געפרעגט פון אנשי ביתו וואו זי איז אזוי לאנג.

ווען זי איז צוריקגעקומען האט איר דער רבי פארגעהאלטן פארוואס זי איז דארט געווען אזוי לאנג, און איר געזאגט אז באמת דארפן פרויען נישט גיין צו קיין ציונים, אבער אז מ'גייט שוין איז א האלבע שעה גענוג, מער פון דעם איז מען כ"דורש אל המתים"!

רבי נתן יוסף מייזעלס ז"ל איז אנוועזענד געווען בשעת מעשה, און איינער האט עס מיר נאכפארציילט בשמו.

די מעשה ברענגט גאר שטארק ארויס זיין מיינונג איבער די קברים זיצער'ס.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:02 pm
דורך סאדאם חוסעין
ביסט דיר סותר אויב א פרוי ברויך נישט אזויפיל תיקונים [כן הדברים]
דאן פארוואס איז ביי זיי דא מער חיצונים

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:19 pm
דורך נא_שכל
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ביסט דיר סותר אויב א פרוי ברויך נישט אזויפיל תיקונים [כן הדברים]
דאן פארוואס איז ביי זיי דא מער חיצונים

ס'האט נישט קיין שייכות!
די זעלבע סיבה פארוואס דער גר"א האט מזהיר געווען זיין ווייב און טעכטער אז זיי זאלן נישט קיין בחיותם אויף קיין בית הקברות צוליב אחיזת החיצונים.

ומי שיש לו ידיעה קצת בקבלה יודע היטב ענין אחיזות הקליפות בנוקבא וכו'.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:25 pm
דורך סאדאם חוסעין
אקעי נא שכל הייבט אן אביסעל אויסקלארען די זאך

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:38 pm
דורך הילולא דצדיקיא
וועל איך צולייגן מיין פינטל

ע"פ קבלה איז בכלל נישט גוט צו גיין סתם אזוי אויף קברים, שטיין שטייט אז 3 זמנים איז דא וואס איז מסוגל, א) יום היא"צ, ב) ט"ו לחודש ג) ער"ח,
אין סקווירא (שמעתי מהאדמו"ר שליט"א) גייט מען קיינמאל נישט אויף קברי אבות (טאטע/מאמע) אפי' נישט ביים יא"צ פון רבין ז"ל ווען מ'קומט אין בית החיים, אבער ווען מ'מאכט חתונה, גייט מען יא זיי לאדענען צום חתונה.

נאך שטייט (פרעג מיר נישט וואו, ווייל איך געדענק נישט בע"פ דעם מקור מדויק, אבער מספרי קבלה) אז נשים זאלן נישט גיין אין קיין בית החיים (מ'איז מיקל, ווען זיי ווילן גיין אויף קברי אבותם, אדער ווען מ'פארט מקומות הק', דאך שטייט גאר שארף ווען ס'איז ספעציעלע זמנים)

למעשה אויף א ציון פון א א מאמע, אדער באבע איז מען אלץ געגאנגען, נאר וואס געשעט ע"פ רוב, ווען די קינדער לעבן שוין נישט, דאן זענען די אייניקלעך זיך מוציא ווען מ'גייט אויף דעם זיידנ'ס ציון, שוין דעמאלט'ס צוגיין צו די מאמע אויך, (פאר די זעלבע סיבה וואס מ'פראוועט נישט קיין סעודת יא"צ פאר א באבע'ס יא"צ, נאר צום מערסטנ'ס מאכט מען א ענגע מסיבת לחיים).

אויף קברי צדיקים, איז יא דא א שטיקל סיבה וואס מ'לויפט א גאנץ יאר, ווייל ס'איז א מקום מסוגל לקבלת התפלות, (אבער גיין אין ר"ח, אדער גאנץ חודש ניסן וכדו', איז זיכער אן קיין פשט, ווען ס'איז קעגן די הלכה (חוץ אויב ס'איז די יא"צ דעמאלט'ס).

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:43 pm
דורך ניס קראכער
שמעתי בשם אדמור מהר"א סאטמאר אז אין סיגוט איז מען נישט געגאנגען אויף א מאמעס ציון
אין דאכט זיך מיר אז האדמו"ר הנ"ל פירט זיך טאקע אזוי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:50 pm
דורך הילולא דצדיקיא
ניס קראכער האט געשריבן:שמעתי בשם אדמור מהר"א סאטמאר אז אין סיגוט איז מען נישט געגאנגען אויף א מאמעס ציון
אין דאכט זיך מיר אז האדמו"ר הנ"ל פירט זיך טאקע אזוי

קען זיין ער גייט נישט דירעקט
ווען ער גייט אבער אויף ציון אביו ודודו, גייט ער יא צו צי די מאמע

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:54 pm
דורך קעלנער
ניס קראכער האט געשריבן:שמעתי בשם אדמור מהר"א סאטמאר אז אין סיגוט איז מען נישט געגאנגען אויף א מאמעס ציון
אין דאכט זיך מיר אז האדמו"ר הנ"ל פירט זיך טאקע אזוי

ווען מ'איז נישט געווען אין שטאט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 1:02 pm
דורך ניס קראכער
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:שמעתי בשם אדמור מהר"א סאטמאר אז אין סיגוט איז מען נישט געגאנגען אויף א מאמעס ציון
אין דאכט זיך מיר אז האדמו"ר הנ"ל פירט זיך טאקע אזוי

קען זיין ער גייט נישט דירעקט
ווען ער גייט אבער אויף ציון אביו ודודו, גייט ער יא צו צי די מאמע

נאר פאר א שמחה גייט ער צוצו די מאמע

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 3:23 pm
דורך ישמחו
קעלנער האט געשריבן:פון וואו נעמט מען דאס אז די סיגוט'ע רביס זענען נישט געגאנגען צו די מאמע'ס ציון?


הרבנית חנה ע"ה אשת הישמח משה ליגט אין אוהעל, און בנה ר' אלעזר ניסן אזוי אויך נכדה הייטב לב פלעגן נישט קומען צו פארן ביום היארצייט.

הרבנית רחל ע"ה אשת הייטב לב ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה הקדושת יו"ט וואס האט געוואוינט אין סיגוט, און אזוי אויך די אנדערע קינדער, זענען נישט ארויף ביום פטירתה צו איר קבר.

הרבנית חנה ע"ה אשת הקדושת יו"ט זי"ע ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה דער עצי חיים פלעגט נישט ארויפגיין צו איר קבר ביום היארצייט, אפילו ער האט געוואוינט אין סיגוט, בעיר מנוחת כבודה. (אזוי האט נכדו הברך משה מסאטמאר ז"ל געזאגט פאר זיינע אייניקלעך לבית מייזליש, בני בתו הרבנית חי' ע"ה, געהערט פון אירע קינדער)

אויך רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז קיינמאל נישט געקומען צו פארן אין איר יום היארצייט, ווען ער האט געוואוינט אין אורשיווא און קראלי אדער סאטמאר.

און אזוי פירט זיך מהר"א מסאטמאר ביום פטירת אמו הרבנית ע"ה. וואס ער פארט אוועק געווענליך אין די וואך פון די יארצייט. (זיין וואקאציע קען ער כמובן טוישן א וואך ארויף א וואך אראפ).

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 5:39 pm
דורך פומפדותא
ישמחו האט געשריבן:
הרבנית חנה ע"ה אשת הישמח משה ליגט אין אוהעל, און בנה ר' אלעזר ניסן אזוי אויך נכדה הייטב לב פלעגן נישט קומען צו פארן ביום היארצייט.

הרבנית רחל ע"ה אשת הייטב לב ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה הקדושת יו"ט וואס האט געוואוינט אין סיגוט, און אזוי אויך די אנדערע קינדער, זענען נישט ארויף ביום פטירתה צו איר קבר.

הרבנית חנה ע"ה אשת הקדושת יו"ט זי"ע ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה דער עצי חיים פלעגט נישט ארויפגיין צו איר קבר ביום היארצייט, אפילו ער האט געוואוינט אין סיגוט, בעיר מנוחת כבודה.

אויך רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז קיינמאל נישט געקומען צו פארן אין איר יום היארצייט, ווען ער האט געוואוינט אין אורשיווא און קראלי אדער סאטמאר.


מקור ביטע