גיין צו א מאמעס ציון

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » פרייטאג יולי 26, 2019 5:25 pm

מי יודע האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:דא האט איר די סיבות פארוואס אין סיגוט איז געווען די מנהג נישט צו גיין צו קיין מאמעס ציון אין טאג פונעם יארצייט

הרבנית חנה ע"ה אשת הישמח משה ליגט אין אוהעל, און בנה ר' אלעזר ניסן אזוי אויך נכדה הייטב לב פלעגן נישט קומען צו פארן ביום היארצייט.
נפטרה בר"ח ניסן

הרבנית רחל ע"ה אשת הייטב לב ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה הקדושת יו"ט וואס האט געוואוינט אין סיגוט, און אזוי אויך די אנדערע קינדער, זענען נישט ארויף ביום פטירתה צו איר קבר.
נפטרה בחול המועד

הרבנית חנה ע"ה אשת הקדושת יו"ט זי"ע ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה דער עצי חיים פלעגט נישט ארויפגיין צו איר קבר ביום היארצייט, אפילו ער האט געוואוינט אין סיגוט, בעיר מנוחת כבודה. (אזוי האט נכדו הברך משה מסאטמאר ז"ל געזאגט פאר זיינע אייניקלעך לבית מייזליש, בני בתו הרבנית חי' ע"ה, געהערט פון אירע קינדער)
אויך רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז קיינמאל נישט געקומען צו פארן אין איר יום היארצייט, ווען ער האט געוואוינט אין אורשיווא און קראלי אדער סאטמאר.
נפטרה בחודש ניסן

הרבנית ברכה סימה ע"ה אשת העצי חיים זי"ע
נפטרה בחודש ניסן

אין סיגעט איז געווען דער מנהג אז ניסן גייט מען נישט אויפן ציון אפילו ביום היארצייט? א פלא אז כ"ו ניסן גייט מען יא

א פלא אויף וועם?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג יולי 26, 2019 7:34 pm

א פלא אויף דער וואס זאגט דברים שלא בטעם אז די סיבה איז וועגן ניסן גייט מן נישט צום ציון ביום היארצייט,

און דער צייט וואס צענליגע טויזענטער אידן, און צווישן זיי האדמו"ר מסאטמער גייט ארויף צום ציון היינט צוטאגס כ"ו ניסן

און און דער צייט וואס אין סיגוט איז געווען א גרויסע געפאראכטס קיין צאנז כ"ה ניסן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » מוצ"ש יולי 27, 2019 10:15 pm

וואס פארשטייט מען נישט דא סאיז נישט קיין עבירה און סיגוט צו גיין צו א מאמעס ציון סאיז נישט געווען קיין שום ענין זיך צירוקצוהאלטן
ווי איך פארשטיי האט מען ביי פרויען נישט ארויפגעקוקט יום היארצייט ממילא אינמיטן חודש ניסן אדער חול המועד איז מען נישט געגאנגן אבער צו א צדיק אדער א טאטע איז יא גרעסער יום היארצייט איז מען געגאנגן אפילו חודש ניסן

מילא מהר"יי גייט יא ווייל ער איז דא און עס איז נישט חודש ניסן
און מהר"א גייט נישט ווייל ער האט יא עס אנגעקוקט ווי א סיגוט מנהג
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » מוצ"ש יולי 27, 2019 10:16 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:א פלא אויף דער וואס זאגט דברים שלא בטעם אז די סיבה איז וועגן ניסן גייט מן נישט צום ציון ביום היארצייט,

און דער צייט וואס צענליגע טויזענטער אידן, און צווישן זיי האדמו"ר מסאטמער גייט ארויף צום ציון היינט צוטאגס כ"ו ניסן

און און דער צייט וואס אין סיגוט איז געווען א גרויסע געפאראכטס קיין צאנז כ"ה ניסן.

יום היארצייט ביי א פרוי איז אנדערש ווי בי א מאן און נאכדערצו א צדיק
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » מוצ"ש יולי 27, 2019 10:18 pm

מי יודע האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:דא האט איר די סיבות פארוואס אין סיגוט איז געווען די מנהג נישט צו גיין צו קיין מאמעס ציון אין טאג פונעם יארצייט

הרבנית חנה ע"ה אשת הישמח משה ליגט אין אוהעל, און בנה ר' אלעזר ניסן אזוי אויך נכדה הייטב לב פלעגן נישט קומען צו פארן ביום היארצייט.
נפטרה בר"ח ניסן

הרבנית רחל ע"ה אשת הייטב לב ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה הקדושת יו"ט וואס האט געוואוינט אין סיגוט, און אזוי אויך די אנדערע קינדער, זענען נישט ארויף ביום פטירתה צו איר קבר.
נפטרה בחול המועד

הרבנית חנה ע"ה אשת הקדושת יו"ט זי"ע ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה דער עצי חיים פלעגט נישט ארויפגיין צו איר קבר ביום היארצייט, אפילו ער האט געוואוינט אין סיגוט, בעיר מנוחת כבודה. (אזוי האט נכדו הברך משה מסאטמאר ז"ל געזאגט פאר זיינע אייניקלעך לבית מייזליש, בני בתו הרבנית חי' ע"ה, געהערט פון אירע קינדער)
אויך רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז קיינמאל נישט געקומען צו פארן אין איר יום היארצייט, ווען ער האט געוואוינט אין אורשיווא און קראלי אדער סאטמאר.
נפטרה בחודש ניסן

הרבנית ברכה סימה ע"ה אשת העצי חיים זי"ע
נפטרה בחודש ניסן

אין סיגעט איז געווען דער מנהג אז ניסן גייט מען נישט אויפן ציון אפילו ביום היארצייט? א פלא אז כ"ו ניסן גייט מען יא

וואס איז דאס פרעגן א קשיא ווען איינער שרייבט ביי פרויען אויף וואס מ'טוט ביי מענער??
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג יולי 28, 2019 2:27 pm

מנהלים טוישט ביטע דעם אשכול נאמען פאר 'מנהג סיגוט' - גיין צום קבר פון די מאמע' וכדומה

(נאך בעסער, 'שטילע געפעכט, בתוככי חסידות ......')

HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » זונטאג יולי 28, 2019 4:28 pm

ווערט בכלל ערגעץ געברענגט אז עס איז דא א ענין נישט צו גיין צו א מאמעס ציון?

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » מאנטאג יולי 29, 2019 1:07 pm

לעניית דעתי דארף עס א יסוד'דיגע בירור בכלל די מנהג עלייה לציון פון די צדיקים לבית סיגוט. די חקירה איז צי ביי זיי האט מען געהאלטן אלס א מנהג פשוט צו גיין צו די קברים פון עלטערן ביום היאהרצייט, נאר ביי די מאמע איז מען נישט געגאנגען, צי ווייל מ'גייט נאר צום טאטן, אדער ווייל די יאהרצייטן פאלן פונקט אויס אין חודש ניסן וכו' וואס געווענליך גייט מען נישט אויף קיין קברים, איז מען עכ"פ צו פרויען נישט געגאנגען. אדער איז בכלל נישט געווען נהוג אין סיגוט סתם אזוי צו גיין צו קברי אבות ביום היאהרצייט, נאר ביי די אבות פון די רביים איז מען געגאנגן אלץ קברי צדיקים, און ממילא ביי די פרויען איז מען נישט געגאנגען. און ביי סתם מענטשן (עכ"פ אויב האבן זיי געפרעגט) וואלטן די סיגוט'ער רבי'ס בכלל נישט מייעץ געווען צו גיין נישט צום טאטן און נשיט צום מאמען. וצ"ב (אגב איז געווען טייל חסיד'ישע מקומות וואו מען איז בכלל נישט געגאנען צום רבין'ס קבר אפילו ביום היאהרצייט אפילו די וואס האבן געוואוינט דארט אין שטאט).

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מאנטאג יולי 29, 2019 2:49 pm

HelpMe האט געשריבן:ווערט בכלל ערגעץ געברענגט אז עס איז דא א ענין נישט צו גיין צו א מאמעס ציון?

איך האב געפרעגט פשעווארסקער רבי און ער האט מיר געזאגט אז ער ווייסט נישט דערפון (איך האב אים נישט געפרעגט וועגן סיגוטער מנהג)
ער האט מיר יא געזאגט וועגן גיין צו א קינד'ס ציון (ער גייט נישט צו זיין טאכטער'ס ציון)
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

ירוושלמי22
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

תגובהדורך ירוושלמי22 » דינסטאג יולי 30, 2019 10:31 am

HelpMe האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:דא האט איר די סיבות פארוואס אין סיגוט איז געווען די מנהג נישט צו גיין צו קיין מאמעס ציון אין טאג פונעם יארצייט

[/b]
הרבנית חנה ע"ה אשת הקדושת יו"ט זי"ע ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה דער עצי חיים פלעגט נישט ארויפגיין צו איר קבר ביום היארצייט, אפילו ער האט געוואוינט אין סיגוט, בעיר מנוחת כבודה. (אזוי האט נכדו הברך משה מסאטמאר ז"ל געזאגט פאר זיינע אייניקלעך לבית מייזליש, בני בתו הרבנית חי' ע"ה, געהערט פון אירע קינדער)
אויך רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז קיינמאל נישט געקומען צו פארן אין איר יום היארצייט, ווען ער האט געוואוינט אין אורשיווא און קראלי אדער סאטמאר.
נפטרה בחודש ניסן

וועגן וואס האט עס דער ברך משה זי"ע געזאגט פאר זיינע אייניקלעך לבית מייזליש וואס זייער מוטער איז אווועק חודש שבט
אויב די גאנצע סיבה איז נאר חודש ניסן

HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » דינסטאג יולי 30, 2019 4:26 pm

ירוושלמי22 האט געשריבן:

איך האב עס קיינמאל נישט געהערט פון אים דאס זאגן,
ואתכם הסליחה

ירוושלמי22
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

תגובהדורך ירוושלמי22 » מיטוואך יולי 31, 2019 7:59 am

HelpMe האט געשריבן:
ירוושלמי22 האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:דא האט איר די סיבות פארוואס אין סיגוט איז געווען די מנהג נישט צו גיין צו קיין מאמעס ציון אין טאג פונעם יארצייט

[/b]
הרבנית חנה ע"ה אשת הקדושת יו"ט זי"ע ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה דער עצי חיים פלעגט נישט ארויפגיין צו איר קבר ביום היארצייט, אפילו ער האט געוואוינט אין סיגוט, בעיר מנוחת כבודה. (אזוי האט נכדו הברך משה מסאטמאר ז"ל געזאגט פאר זיינע אייניקלעך לבית מייזליש, בני בתו הרבנית חי' ע"ה, געהערט פון אירע קינדער)
אויך רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז קיינמאל נישט געקומען צו פארן אין איר יום היארצייט, ווען ער האט געוואוינט אין אורשיווא און קראלי אדער סאטמאר.
נפטרה בחודש ניסן

וועגן וואס האט עס דער ברך משה זי"ע געזאגט פאר זיינע אייניקלעך לבית מייזליש וואס זייער מוטער איז אווועק חודש שבט
אויב די גאנצע סיבה איז נאר חודש ניסן

איך האב עס קיינמאל נישט געהערט פון אים דאס זאגן,
ואתכם הסליחה

איך אויך נישט, איך האב נאר ציטירט.

HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מיטוואך יולי 31, 2019 6:45 pm

סא איז זייער מעגליך אז די מאמר איז געבוירן געווארן תשע"א

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » מיטוואך יולי 31, 2019 8:36 pm

האט דער ברך משה זצ"ל דאס פארציילט ווי א מעשה אז כן היה, אדער אלס א מנהג אז אזוי זאלען זיי זיך נוהג זיין?
למעשה, גייען די אייניקלעך ארויף צו זייער מאמעס ציון?
איז דער ברך משה אליינס ארויף צו זיין אייגענע מאמעס ציון?

אז מ'גייט נישט ביום היארצייט, דאן פארוואס אין אנדערע זמנים יא? אויב איז דא אן ענין יא צו גיין, איז עס לכאורה ביום היארצייט..

למעשה צו מיר שיינט אז אפילו למעשה איז מען נישט געגאנגען אינדערהיים אין סיגעט, איז עס ווי איינער האט שוין דא געשריבען אז נישט אז די מנהג איז געווען אז מ'גייט נישט.. נאר מטעמים אחרים ווי חודש ניסן אדער עפעס אנדערש... פאר ווער עס ווייסט..

די צושטעל צו סקווירא איז סתם נישט ריכטיג, וואס חוץ צו די רבי'ס גייט מען נישט בכלל, אפילו צו א טאטע (ס'איז נישט פון די זאכען וואס מען שטעלט זיך אזוי.. שמעתי אז מען פארשטייט אז רובא דרובא שטאמען פון עכט אונגארישע משפחות ווי דער מנהג און געפיל איז אנדערש, ממילא איז בעסער אזוי..)

כלי עץ
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 07, 2019 7:20 am

תגובהדורך כלי עץ » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:29 am

[quote="אלף בית"]

אין על הגאולה ועל התמורה שטייט אז דאס גאנצע ענין פון גיין אויף קברים איז נאר געמאכט פאר צדיקים.

שמעתי מאיש מהימן ששמע מרבי נתן יוסף שרבינו בעל עהגועה"ת אמר שאע'פ שכתב בספרו הנ"ל שלא לילך על הקברים אבל יתכן שעכשיו שאין למי לילך אפשר שכדאי לילך לקברי צדיקים עכ"פ עכ''ל בדיוק כפי זכרוני וכן עשו מעשה בשעה שהי' נצרך לרחמים שנסעו מנין מחשובי העדה לקברי אבותיו והסכים על ידם

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 12:59 pm

הר"ר נחמן שטויבער דערציילט אז כ"ק אדמו"ר הדברי יואל זצ"ל האט כמה פעמים געהאט נחת רוח ווען מהאט איהם געזאגט אז מען פארט אויף קברי צדיקים. אין ספר מענה לשון איז דא תפלות על קבר אביו ואמו, דער מענה לשון איז געווען א פוסק אין א מקובל אין די ב"ח אין מג"א ועוד נושאי כלים רעכענען זיך זייער שטארק מין זיין דעה. אין אוקראינה איז מען נישט געגאנגען אויף עלטריענ'ס קברים. אין אויף קברי צדיקים איז מען דארט געגאנגן אין גרויסן. יעדער צדיק האט גיהאט הונדרעטער אידן אויפן יארצייט אין ביי די גרויסע איז גיעווען טויזינטער, וואס אין גאליציע אין נאר געווען א געפארעכטס צים נועם אלימלך זי"ע אין הרה"ק הדברי חיים זי"ע, אין נאך געציילטע, אין פולין נאך ווייניגער. די ראחמיסטריווקא רבי פין ירושלים האט געזאגט פאר איד נישט לאנג ציריק, אז אויב די מאמע איז גיווען א אשה צנועה ומושלמת איז כדאי צי דיין אבער אויב נישט שב ואל תעשה עדיף אין ער האט דערמנט די גמרא פין גירר עצמות אביו. בספר הרועה בשושנים הובא שהר"ר דוד דייטש (אהל דוד [תקפ"ה]) הי' נוהג לנוסוע לקיעצע לעתים קרובות להשתטח על קבר אמו. ובתודות של הרה"ק הסמיכת חכמים הובא וקבלתי מפי המו"צ של עיר סטעפאן איש ישיש תורני מופלג, ענין גדול ונורא מהרב הגאון מוהר"ר נפתלי עת היותו שם בעיר סטעפאן לבקר את קבר אמו וכו' וכו' יעו"ש. ובספר שער המלך כתב שבחודש אלול יבכה על קבר אביו ואמו. בכמה ספרים הובא מעשה שהרה"ק רבי צבי בן מרן הבעש"ט הקדוש זי"ע הלך להשתטח על קבר אביו ואח"כ הי' על קבר אמו, ונתגלה לו אמו בחלום ואמרה לו שמה שהתפלל על דברים גשמיים על קבר אביך לא שמע אליך אבל אני כאמא שמעתי אליך ורחמתיך. הגה"צ ישראל זאת הלוי הורוויץ אב"ד אוהעל כתב בספרו בית ישראל תשובה שיותר מצוה להשתטח מקודם על קבר אמו בטבריה מלעלות לירושלים. בספר בית רבי כתב שבשנת תר"ג כשנסע הצמח צדק לפעטערבורג שלח פ"נ על קבר אמו. וכמו כן הכתב סופר מביא שאביו החתם סופר ביקש בימי חליו שיתפפלו על קבריו אבותיו וכן על קבר אמו. באפרסקתא דעניא סימן קסח יש שם תשובה לא' ומדרבן אותו שילך על קבר אמו הגם שכבר עבר עשר שנים שלא הלך על קברה.

אשר בחר בנו
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 1:58 am

תגובהדורך אשר בחר בנו » זונטאג אוגוסט 18, 2019 3:36 pm

[quote="לעכטיגער"]האט דער ברך משה זצ"ל דאס פארציילט ווי א מעשה אז כן היה, אדער אלס א מנהג אז אזוי זאלען זיי זיך נוהג זיין?
למעשה, גייען די אייניקלעך ארויף צו זייער מאמעס ציון?
איז דער ברך משה אליינס ארויף צו זיין אייגענע מאמעס ציון?

אז מ'גייט נישט ביום היארצייט, דאן פארוואס אין אנדערע זמנים יא? אויב איז דא אן ענין יא צו גיין, איז עס לכאורה ביום היארצייט..

למעשה צו מיר שיינט אז אפילו למעשה איז מען נישט געגאנגען אינדערהיים אין סיגעט, איז עס ווי איינער האט שוין דא געשריבען אז נישט אז די מנהג איז געווען אז מ'גייט נישט.. נאר מטעמים אחרים ווי חודש ניסן אדער עפעס אנדערש... פאר ווער
לעצט פאראכטן דורך אשר בחר בנו אום זונטאג אוגוסט 18, 2019 3:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אשר בחר בנו
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 1:58 am

תגובהדורך אשר בחר בנו » זונטאג אוגוסט 18, 2019 3:37 pm

לעכטיגער האט געשריבן:האט דער ברך משה זצ"ל דאס פארציילט ווי א מעשה אז כן היה, אדער אלס א מנהג אז אזוי זאלען זיי זיך נוהג זיין?
למעשה, גייען די אייניקלעך ארויף צו זייער מאמעס ציון?
איז דער ברך משה אליינס ארויף צו זיין אייגענע מאמעס ציון?

אז מ'גייט נישט ביום היארצייט, דאן פארוואס אין אנדערע זמנים יא? אויב איז דא אן ענין יא צו גיין, איז עס לכאורה ביום היארצייט..

למעשה צו מיר שיינט אז אפילו למעשה איז מען נישט געגאנגען אינדערהיים אין סיגעט, איז עס ווי איינער האט שוין דא געשריבען אז נישט אז די מנהג איז געווען אז מ'גייט נישט.. נאר מטעמים אחרים ווי חודש ניסן אדער עפעס אנדערש... פאר ווער עס ווייסט..

די צושטעל צו סקווירא איז סתם נישט ריכטיג, וואס חוץ צו די רבי'ס גייט מען נישט בכלל, אפילו צו א טאטע (ס'איז נישט פון די זאכען וואס מען שטעלט זיך אזוי.. שמעתי אז מען פארשטייט אז רובא דרובא שטאמען פון עכט אונגארישע משפחות ווי דער מנהג און געפיל איז אנדערש, ממילא איז בעסער אזוי..)

איך האב פערזענדליך אנגעפרעגט ביי הגה'צ אב"ד זענטא שליט"א און האט מיר געזאגט אז די טאטע האט כמה פעמים געזאגט און סיגוט איז נישט אויסגעקומען צו גיין וועגן חודש ניסן,

ווי אויך איז איינע פון די צדיקים מגזע עצי התמרים נישט געגאנגען צום מאמע'ס ציון וועגן ער האט מורא געהאט פון א קפידא, משום מעשה שהיה בחיי אמיו, ואין להאריך כאן בענין זה.

ווי באקאנט איז הגה'צ אב"ד זענטא שליט"א געווען א בן ביתו ביי אביו הגדול און האט גאר אסאך מקבל געווען פונעם טאטע'ן, ער האט משמש געווען און ער האט געשריבען און מסדר געווען די חידושי תורה, מאמרות, אגדה און דרשות.

און ער וואלט ווען זיכער געוויסט אויב דער ברך משה האט געהאלטן פון נישט גיין לקבר אמו, אדער אויב ער האט אמאל געזאגט אז עס איז אן ענין נישט צו גיין.

רוב קינדער פונעם ברך משה זי"ע זענען געווען ביים ציון די יאר

הגה'צ אב"ד זענטא
אדמור מהר"יי
הגה"צ אב"ד סאטמאר 15

ווי אויך זייערע קינדער און אייניקליך

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אוגוסט 18, 2019 4:16 pm

אשר בחר בנו האט געשריבן:און ער האט געשריבען און מסדר געווען די חידושי תורה, מאמרות, אגדה און דרשות.

וואס איז נייעס!
זאג נאר, דו ביסט שוין העכער 25?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אשר בחר בנו
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 1:58 am

תגובהדורך אשר בחר בנו » זונטאג אוגוסט 18, 2019 5:51 pm

מי יודע האט געשריבן:
אשר בחר בנו האט געשריבן:און ער האט געשריבען און מסדר געווען די חידושי תורה, מאמרות, אגדה און דרשות.

וואס איז נייעס!
זאג נאר, דו ביסט שוין העכער 25?

נישט פאר יעדעם שמעקט צו הערן די אמת. וסיימנו בזה.

ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » זונטאג אוגוסט 18, 2019 6:08 pm

..
לעצט פאראכטן דורך ידעתי אום זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אוגוסט 18, 2019 6:12 pm

ידעתי האט געשריבן:איז דא אפילו איינער וואס לייקנט עס לגבי ר' ליפא?

אין יא. איך בין העכער 25

חלילה, קיינער נעמט נישט אוועק זיין קרעדיט, הובא לבית הדפוס 100 פראצענט, אבער דו קענסט די אפטייטש פון די ווערטער "געשריבן און מסדר געווען"?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » זונטאג אוגוסט 18, 2019 6:16 pm

פעהלט נישט אויס צו גיין צו פערזענליך. יעדער קען מקבל זיין פון זיין טאטע, אפגעזעהן די פאזיציע...
אז איינער פראקאלאמירט א מנהג וואס מאיזה סיבה שהוא ווייסט קיינער נישט דערפון איז א פירכא כל דהו גענוג.
למעשה, איז איינער דא אפשר היימיש מיט איינע פון די קינדער פון הרבנית חי' ע"ה אנצופרענגען וואס פונקטליך האט זיי די ברך משה האבען געזאגט, גייען זיי צו די ציון פון זייער מאמע אדער נישט, איז דער ברך משה אליינס געגאנגען צו זיין מאמעס ציון?

ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » זונטאג אוגוסט 18, 2019 6:19 pm

(איך ווייס די חילוק.
און איך האב פיינט צו מישן א פארשימעלטע קאשע.
אבער מברויך נישט פארדרייען און פארלייקענען היסטאריע.)

האט דער ברך משה געוואוינט אין סיגוט נאך די מאמעס פטירה?

אשר בחר בנו
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 1:58 am

תגובהדורך אשר בחר בנו » זונטאג אוגוסט 18, 2019 6:49 pm

לעכטיגער האט געשריבן:איז דער ברך משה אליינס געגאנגען צו זיין מאמעס ציון?

יא,

די הודערטער אידן וואס האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע נסיעות מיט'ן רבי'ן זי"ע וועלן קיינמאל פארגעסן די מחזה הוד, ווען ביי איינע פון די נסיעות האט זיך די רבי אראפגעלייגט אויפן קבר פונעם מאמע'ן הרבנית ברכה סימא, און געוויינט מיט אזעלכע בכיות אז די ווענט האבן מיטגעוויינט.

די רבי איז ווי באקאנט געווען א בעל בכי, אבער דארט איז געשען עפעס שלא כדרכו, די רבי האט עפעס אזאנס געוויינט הויך אויפן קול, אז דער עולם איז פשוט דערציטערט געווארן אין מיטגעשלעפט געווארן מיט'ן געוויין אז מען קען עס נישט באשרייבן.

די רבי האט זיך פשוט נישט געקענט געזעגנען און געבליבען ליגן דארט א לענגערע צייט.

דער עולם האט נישט געקענט זעהן דעם צירות הקודש , נאר די זייט פונעם רבין'ס האלדז וואס איז געווען פלאם פייער רויט,

איי.. ווי ברענגט מען צוריק די צייטן... בהילו נרו על ראשו

עס איז דא א באקאנטע בילד פון דעם, אפשר קען איינער מזכה זיין און אדיר ברענגען

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט