כי ממנו תאכל - קציצת אילני פירות

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

עס איז דא אסאך מאל וואס די להלכה מעג מען, להלכה איז עס בכלל נישט אזוי הארב, א שטייגער ווי איינפלאנצען אויף א צווייטע פלאץ,
משא"כ למעשה איז עס זייער הארב,

אזא שאלה איז אויסשליסלעך א רבישע שאלה. נישט פאר א דיין, און בפשטות פאר דעם האט זיך ר' געציל ארויסגעדרייט ווייל ער פסק'נט נאר הלכה נישט קיין רבישע זאכן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

אפאר נקודות, שלא מן הכתב, וואס איז נוגע הלכה (די רבי'שע חלק וואס איינער האט דערמאנט, אין דעם קען איך נישט אריינרעדן. ווי דער נודע ביהודה שרייבט אין עטליכע תשובות אז ער קען נישט ענטפערן אויף אזעלעכע שאלות וואס ער קען נישט נאכקוקן אין ש"ס און פוסקים. ווידער דאס רעדן וועגן מענטשן וואס האבן זיך אפגעבריעט, אויף דעם דארף מען קודם האבן א דעגרי אין סטאטיסטיקס).

אין די גמרא בבא קמא דף צ"ב איז נאר אסור אפצושניידן א פירות בוים ווילאנג עס געט נאך ארויס גענוג פירות, ווי דער גמרא געט דער משל, דטעין קבא. (די פוסקים נעמען אן אז קב איז לאו דווקא. ס'מיינט אז ס'געט ארויס גענוג פירות א יאר אז ס'זאל זיך לוינען אויפצוהאלטן, און דאס מיינט "קץ תאינה בלא זימניה")

אין טורי זהב סימן קט"ז שרייבט ער וועגן דעם אז אויב וויל איינער בויען א הויז און ס'שטייט אים א בוים אין וועג מעג ער עס אפשניידן ווייל די ריווח פונעם הויז איז זיכער מער פון די פירות פונעם בוים ממילא איז עס נישט קיין השחתה. כ'געדענק אז ס'איז דא פוסקים וואס קריגן זיך דעראויף און טענה'ן אז די איסור פון בל תשחית רעכענט מען נאר אויפן בוים אליינס און מ'קען נישט צורעכענן אנדערע זייטיגע רווחים קעגן די ריווח פון די פירות האילן.

ווידער איז דא א צוואת רבי יהודה החסיד וואס שרייבט שארף אויף אפשניידן א פירות בוים. איז דא וואס זענען חושש אז די קפידא פון רבי יהודה החסיד איז אז אפילו דארטן וואס להלכה מעג מען שניידן איז נאך אלץ דא א סכנה בדבר (ווייל אויב נישט, וואס דען איז רבי יהודה החסיד מחדש מער ווי וואס ס'שטייט שוין אין די גמרא). ס'איז אבער קלאר אז דער טורי זהב האט נישט חושש געווען דעראויף. אויך נישט די אנדערע פוסקים וואס זענען דן אין די ספרי שו"ת היתרים אויף אפצושניידן א בוים להלכה למעשה (חוץ טייל שפעטערע אחרונים וואס געבן פארשידענע עצות ווי על ידי נכרי וכדומה).

וועגן שוואכע פירות, דאס הייסט פירות וואס איז קוים ראוי לאכילה, אויף דעם איז דא א תשובה אין אבני צדק פונעם בעל ייטב לב וואס דער שואל האט געוואלט עפעס צולייגן א צד היתר אז די פירות זענען שוואכע מעשיות (כ'מיין אז ער רעדט דארטן פון פירות וואס די בעלי חיים פלעגן עסן), דער אבני צדק מאכט זיך נישט וויסענדיג פון דעם פרט. ס'קוקט אויס ווי ער האלט אז אויב איז עס פירות איז שוין נישט קיין חילוק צי נארמאלע מענטשן עסן דאס געוועדליך צי נישט.

אויף צו שניידן א בוים לצורך מצווה, (למשל צו בויען א סוכה), אויף דעם איז דא א תשובה אין דברי חיים (צאנז) וואס איז קלאר מתיר. (דארטן האט מען גערעדט פון בויען א מקווה).

מער בפרטיות דערוועגן איז די מעשה אזוי. ס'דא א גמרא אז פאר עצי המערכה פלעט מען נוצן צווייגען פון פייגן ביימער. שטעלט זיך דער קשיא לכאורה אז מען טאר דאך נישט שניידן קיין אילני פירות? איז דא אין די גדולי אחרונים צוויי תירוצים. איינס אז לצורך מצווה מעג מען. די צווייטע תירוץ איז אז שניידן צווייגן פון א בוים איז נישט בכלל האיסור פון בל תשחית. איינס שרייבט דער באר שבע און דער אנדערע דער משנה למלך (איך געדענק נישט יעצט ווער ס'זאגט וואס).

יעצט דער דברי חיים גייט בפשטות מיטן תירוץ פון לצורך מצווה. נאר אפילו אויב איינער וויל מחמיר זיין, אויב האט ער צווייגן פון א פירות בוים וואס שטערט אים די סוכה (די שאלה מאכט זיך אפט) האט ער דאך ביידע היתרים ממה נפשך, סיי ס'איז נאר צווייגן. און ס'איז נאך לצורך מצווה.

ווי געזאגט, איך שרייב נאר פון זכרון ארויס. אויב ס'אינטערסאנט קען איך איבערקוקן די מראה מקומות און ארויפשטעלן דא לתועלת הלומדים.
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

ווייסט איינער פון א laboratory וואס מקען טעסטן צי ביימער זענען פרוכט ביימער? אדער א גארדנער וואס קען טעסטן?
איך זוך פאר וויליאמסבורג געיגענט. יש''כ פון פאראויס.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”