כי ממנו תאכל - קציצת אילני פירות

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

siechel hausher
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2013 3:36 pm

כי ממנו תאכל - קציצת אילני פירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך siechel hausher »

האב איך אזוי אין מיין בעק יארד ווילדע געוויקסען און יעדעס יאר וויל איך פון דעים קעירנעמען, האט זיך די לעצטע פאר יאר געמאכט א גוואקסאכטץ פון א מין צווייגעל וואס וואקסט אויף די ווענט און אויף די געיטס און פארט ארויף און ארויף און ווערט ווילדער און ווילדער. אזוי ווי איך האב געוואלט קעיר נעמען דערפין האב איך באמערקט אז נישט מער און נישט ווייניגער אז ביים שפיטץ פון יעדען צווייגעל וואקסטו ארויס אזא געהענגעל וואס קוקט אויס ווי בעריס. נו סמיר גוט געווארן וואס טוט מען יעצט די גאנצע יארד איז פיל מיט אזעלכע פרוכט ביימער. האב איך אנגעפרעגט אין גוגעל בין איך געוואר געווארען אז דאס איז א מין געוויקס וואס הייסטו Virginia creeper וואס איז פאוזן פאר א מענטש. און איז ווי א פאוזן אייווי געוויקס, אבער סשאט נישט אזוי פאר יעדעם טאמער ריעט מען עס צי. אבער עסען טאר עס א מענטש זיכער נישט. וואלט איך געוואלט וויסן צי איינער דא אויפן וועלטל האט שוין געהאט דעי אישו? און אויב איינער ווייסטו אויב אזא געשעפט ווערט בכלל גערעכנט פאר א פירות בוים?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

כ'מיין ס'האט נישט קיין דין פון פירות.
אבער אזא שאלה דארף מען פרעגן א פראמינענטען רב וואס איז באקאנט אין די ענינים.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מערקווירדיג איך האב געהאט אן ענליכע מעשה מיט א בוים וועלכער איך פלעג אפשניידן יערליך כדי צו מאכן די סוכה אבער פאראיארן האב איך באמערקט דערויף צום ערשטן מאל ווי קליינע רויטע 'בעריס' וואקסן ארויס דערפון.
געווען היבש אינטערעסאנט כמיין וואו זענט איר בעריס געווען ביז היצטעט?
כפי הידוע הייסט נישט אזא זאך פירות נאר אויב סיז ראוי למאכל. גיימיר כאפן א בילד און פרעגן א רב.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
galitzyana
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 01, 2013 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך galitzyana »

מן הדין מעגסט אליין אנשניידן די בוים אויב די פירות זענען נישט ראוי למאכל אדם. די איינציגסטע vines וואס איז ראוי למאכל אדם איז grapevine אין kiwivine אין דאס דארף מען א מומחה צו prunen. בעסער איז אויב איר פארקויפט די בוים פאר א גוי אין ער שניידט אפ.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

siechel hausher האט געשריבן:האב איך אזוי אין מיין בעק יארד ווילדע געוויקסען און יעדעס יאר וויל איך פון דעים קעירנעמען, האט זיך די לעצטע פאר יאר געמאכט א גוואקסאכטץ פון א מין צווייגעל וואס וואקסט אויף די ווענט און אויף די געיטס און פארט ארויף און ארויף און ווערט ווילדער און ווילדער. אזוי ווי איך האב געוואלט קעיר נעמען דערפין האב איך באמערקט אז נישט מער און נישט ווייניגער אז ביים שפיטץ פון יעדען צווייגעל וואקסטו ארויס אזא געהענגעל וואס קוקט אויס ווי בעריס. נו סמיר גוט געווארן וואס טוט מען יעצט די גאנצע יארד איז פיל מיט אזעלכע פרוכט ביימער. האב איך אנגעפרעגט אין גוגעל בין איך געוואר געווארען אז דאס איז א מין געוויקס וואס הייסטו Virginia creeper וואס איז פאוזן פאר א מענטש. און איז ווי א פאוזן אייווי געוויקס, אבער סשאט נישט אזוי פאר יעדעם טאמער ריעט מען עס צי. אבער עסען טאר עס א מענטש זיכער נישט. וואלט איך געוואלט וויסן צי איינער דא אויפן וועלטל האט שוין געהאט דעי אישו? און אויב איינער ווייסטו אויב אזא געשעפט ווערט בכלל גערעכנט פאר א פירות בוים?

איך האב מיטגעהאלטן לעצטנס ווי עס איז געווען א זיצונג מיט רבנים דערוועגן

עס האט א געהעריגע הלכה ווי פירות בוים נאר עס איז דא קאמפעניס וואס נעמען דאס ארויס בהמלצות הרבנים און פלאנצן עס איין ערגעץ
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

א רב וועט נישט קענען ענטפערן פון א בילד, אויף דעם דארף מען רופן א פראפעסיאנעלן "גערטנער", אדער א "בוים דאקטאר", זי קענען די נעמען פון אלע געוואוקסן, און זיי ווייסן אויך אויב ס'ווערט גערופן "עסבאר" edible fruits בלע"ז, דערנאך גייט מען מיט דעם רעפארט צו א ערנסטער רב וואס קען די זאכן.
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

איך האב געוואלט פרעגן אויב איינער ווייסט די הלכה וועגן די ''מאוקאש ניסלעך'' צו דאס הייסט א מאכל, בפשטות עסען עס נאר די מאוקאשעס, אבער עפעס א גוי האט מיר געזאגט, אז מקען עס טריקענען דערנאך בראטען און עסען, רוב וועלדער זענען פיל מיט דעם, אויב איינער האט שוין געהאט אזא שאלה, און ווייסט וואס מטוט איך האב גראדע געפרעגט א דיין ער האט מיר געזאגט אז די בעסטע עצה איז אז מפארקויפט פאר א גוי און מהייסט אים עס אפשניידען, אגב אסאך זאכען וואס זענען מותר מצד הלכה איז אבער דא א צוואת ר' יהודה החסיד וואס דאס דארף מען באזונדער אדרעסירן
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

די מאקאש ניסלעך הייסן אויף לשה"ק 'עפצים' אין די גמרא איז משמע בכמה מקומות אז דאס איז א פירי
להלכה פרעג א מורה הוראה
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יהיה כן האט געשריבן:די מאקאש ניסלעך הייסן אויף לשה"ק 'עפצים' אין די גמרא איז משמע בכמה מקומות אז דאס איז א פירי
להלכה פרעג א מורה הוראה

איך צייכן צו אן אינטערסאנטער פרי מגדים אויף עפצים צו ס'הייסט פירות אילן, עי' או"ח מש"ז סי' ל"ב ס"ק כז, עיי"ש היטב!!, ועיי"ש בדע"ת למהרש"ם
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יהיה כן האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:די מאקאש ניסלעך הייסן אויף לשה"ק 'עפצים' אין די גמרא איז משמע בכמה מקומות אז דאס איז א פירי
להלכה פרעג א מורה הוראה

איך צייכן צו אן אינטערסאנטער פרי מגדים אויף עפצים צו ס'הייסט פירות אילן, עי' או"ח מש"ז סי' ל"ב ס"ק כז, עיי"ש היטב!!, ועיי"ש בדע"ת למהרש"ם

די עפצים פון דיו?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

נא_שכל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:די מאקאש ניסלעך הייסן אויף לשה"ק 'עפצים' אין די גמרא איז משמע בכמה מקומות אז דאס איז א פירי
להלכה פרעג א מורה הוראה

איך צייכן צו אן אינטערסאנטער פרי מגדים אויף עפצים צו ס'הייסט פירות אילן, עי' או"ח מש"ז סי' ל"ב ס"ק כז, עיי"ש היטב!!, ועיי"ש בדע"ת למהרש"ם

די עפצים פון דיו?

יא
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

קוקט אויס אז נישט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איך האב אויך די שאלה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איך האב געפרעגט אמאל גאר א גרויסע דיין איבער די סארט פרוכט און ער האט מיר געפסקנט מיט א זיכערקייט אז דאס הייסט נישט קיין פרוכט בוים, זאגט מיר אבער א צווייטע דיין אז אין ערך שי ועוד ווערט געפסקנט אז אפילו עס איז נישט ראוי לאכילה בלייבט ווייטער דער איסור אויף דעים.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

בעסער צו פרעגן א דיין אויף יעדע בוים באזונדער. יעדע בוים, יעדע געגענט, האט אנדערע מהלכים. עס הייסט אז הרב ר' געצל בערקאוויטש דומ"ץ ק"י איז זייער גוט אויסגעקאכט דעראין
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

עס איז מיר אינטרעסאנט די גאנצע נושא דא, וויבאלד איך האב געלערנט אין גמרא, דאכט זיך בבא מציעא, אז א בוים וואס מאכט שוין ווייניג פרוכט מעג מען אפשניידן, למשל זיתים ביימער וואס געבן נישט ארויס גענוג זיתים, אדער איז די קוואליטעט שוואך אז עס געבט נישט גענוג שמן, איז וואס זענען די אלע ביימער אנדערש.
ווער עס האט עפעס א הסבר זאל ביטע לאזן וויסן
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

איך האב א פרוכט בוים וואס איז כמעט ווי זיכער שוין טויט, ווייסט איינער פון א ספעציאליסט וואס קען דאס באשטעטיגן? איך זוך לכתחילה אזא איינער וואס פארשטייט דערצו אויך פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט.
פרומער יוד
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 4:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומער יוד »

איך האב געהאט א שאלה אויף א בוים אין מיין BACKYARD מיט א בוים וואס וואס עס וואקסט דערויף עפעס א פרי אין מיר האבען געריפען א גארדנע"ר א איד אין ער האט אונז געזאגט אז די בוים הייסט א YEW TREE אין אז די קערל פין די פרי איז סם פאר מענטשען אין בעלי חיים, אין דעריבער עסט מען דאס נישט אין עס ווערט נישט פארקויפט אין ערגעץ, אבער די חלק הפרי איז נישט קיין סם ועכ"ז עסט מען דאס נישט מחמת מען האט מורא דערפון אבער עופות עסן דערפון.
איך האב געפרעגט צוויי דיינים אין מען האט מיר געהייסן עס איבער פלאנצען.
אגב די GARDNER וואס איך האב גענומען האט א פעלד ווי ער פלאנצט עס איבער, אין ער נעמט קעיר דערפון אין מאכט זיכער עס זאל גיט ווערן איבער געפלאנצט.
סופר ומונה
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופר ומונה »

פרומער יוד האט געשריבן:אגב די GARDNER וואס איך האב גענומען האט א פעלד ווי ער פלאנצט עס איבער, אין ער נעמט קעיר דערפון אין מאכט זיכער עס זאל גיט ווערן איבער געפלאנצט.

קענט איר מיר אהערשטעלען (אדער שיקן איו אישי) דעם טעלעפאן נומער פון דעם גארדנער, כ'נויטיג זיך יעצט צו אזא מין סירוועס.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

וויל זיין גוט האט געשריבן:עס איז מיר אינטרעסאנט די גאנצע נושא דא, וויבאלד איך האב געלערנט אין גמרא, דאכט זיך בבא מציעא, אז א בוים וואס מאכט שוין ווייניג פרוכט מעג מען אפשניידן, למשל זיתים ביימער וואס געבן נישט ארויס גענוג זיתים, אדער איז די קוואליטעט שוואך אז עס געבט נישט גענוג שמן, איז וואס זענען די אלע ביימער אנדערש.
ווער עס האט עפעס א הסבר זאל ביטע לאזן וויסן

ריכטיג. עפ''י הלכה מבואר בגמ' ב''מ אז אפי' אויב מען קען האבן מער נוצן פון עס אפשניידן (צב''ש בויען א הויז) מעג מען. נאר עפ''י צוואת ר''י החסיד טאר מען נישט אפי' לתועלת, און אסאך מענטשן האבן זיך שוין אפגעבריט ל''ע.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 8:39 pm

געזוכט א דיין וועגן פרוכט ביימער צו קענען בויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלבאטיש »

ביטע אויב שוין דא אזא אשכול ביטע צו ווייזען

איך זיך א מורה הוראה ,דיין ,רב וואס איז בקי און טוט אין די נושא פון פרוכט ביימער , אלעס ארום דעם וואס מען מעג און וואס נישט ,און וואס הייסט א פרוכט בוים

בכלל צו איינער האט עקספריענס מיט די ענינים קען אויך העלפען
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

בעלבאטיש האט געשריבן:ביטע אויב שוין דא אזא אשכול ביטע צו ווייזען

איך זיך א מורה הוראה ,דיין ,רב וואס איז בקי און טוט אין די נושא פון פרוכט ביימער , אלעס ארום דעם וואס מען מעג און וואס נישט ,און וואס הייסט א פרוכט בוים

בכלל צו איינער האט עקספריענס מיט די ענינים קען אויך העלפען

אפשר דאס קען בייהילפיג זיין
אטעטשמענטס
Lavi_Needleman_Lee_Hatzlocha__fruit_tree_moving____transplanting.pdf
(150.96 KiB) געווארן דאונלאודעד 125 מאל
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

Al rabonim here in the USA are very scared to answer anything about that,you will have a hard time getting anywhere,you can try in erets yisroel ,
Rabbi moshe shaul klein from bnei brak is good but hard to get to him
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איך האב איינמאל געפרעגט שארמאשער רב שליט"א. ער האט מיר געענטפערט מיט א ברירות ( אין יענעם פאל להיתר) איך האב געפרעגט ר' געציל בערקאוויטש שליט"א האט ער זיך שטארק פרובירט צו משתמט זיין
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8835
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

סידיראם האט געשריבן:איך האב איינמאל געפרעגט שארמאשער רב שליט"א. ער האט מיר געענטפערט מיט א ברירות ( אין יענעם פאל להיתר) איך האב געפרעגט ר' געציל בערקאוויטש שליט"א האט ער זיך שטארק פרובירט צו משתמט זיין

שוין אויך מיטגעהאלטן ווי מען פרעגט אזא שאלה
אלע רבנים האבן זיך פראבירט ארויסצודרייען פון ענטפערן
קיינער וויל נישט נעמען די אחריות אויף די האקעלע שאלה
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”