איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

געצל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 21, 2007 2:10 pm

איבער גיין אין מקוה יעדן טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געצל »

איך האב געזעין אין מאור ושמש פרשת אמור אז ער זאגט ווי חשוב עס איז מקפיד צי זיין אויף טבילת עזרא, אבער ער רעדט נישט פין יעידן טאג גיין אין מקוה.
אויך געהערט פין די בית אהרן (קרלין) אז עס זאל נישט אריבער גיין 3 טעיג אן א מקוה.
מיין שאלה איז צי וויסט עימעצער א מראה מקום פין א פריעדיגע, נאך פין די תלמידי בעש"ט אדער פין תלמידי המגיד אז זיי האבען געזאגט צי גיין יעידען טאג אין מקוה?
(פין שפעיטערדיגע צדיקים האב איך געטראפען)
ישר כח.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

ס'דאך פיהל מיט מעשיות פין פריערדיגע צדיקים וואס זענען יעדען טאג געגאנגען ברעכען די אייז
אין זיך געטובל'ט מיט מסירת נפש אין די אייז קאלטע וואסער
אין אז מען רעדט שוין פין מקוה וויל איך דא בעטען פין אלע מקוה יודען מען זאל נישט אריין לייגען קיין קלארין אין די מקוה
עס איז נישט געזונט אין עס איז נישט באקוועם אין עס איז דא בעסערע וועגען צי האלטען זויבער די מקוה
לייגט מער נישט ארייין דעם שעדליכען כעמיקאל
שקויעך
געצל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 21, 2007 2:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געצל »

די שאלה איז יעידען טאג
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

עס זיכער אז מקוה מטהר, און עס איז זיכער אז א מקוה איז מוסף קדושה(כידוע והובא במט"א און נאך א סך ספרי קודש), און לכאורה איינער וואס האט אינטערנעט, קען נישט דערלייגען פון א הוספות טהרה.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

בעל התניא אין לקוטי תורה (פרשה תבא דף מג עמוד ב,ג) שרייבט:

והנה קודם התפלה צריך כובד ראש שהוא המרירות על שאין בחי' ישראל לי ראש מאיר בו בגילוי מחמת עונותי עברו ראשי. וזהו בחי' כובד ראש והיינו שיבא לידי הכנעה והשפלות ופחיתות עצמו במוח בידיעה היטב וא"צ שיהיה בלב דוקא, ולא כמו שסוברים העולם שקודם התפלה יוכל להיות טמטום הלב כי א"א להיות בשחרית קודם התפלה כמשארז"ל אידלי יומא אידלי קצירא שהחסד מתעורר בבקר דאברהם. וג' דברים הם להסיר כל המונעים בתפלה א' מקוה וכמו שמצינו במשנה ספ"ח דיומא מה מקוה מטהר. והנה הרי"ף פ"ג דברכות ותר"י כתבו בשם רב האי דלא בטלו טבילת בעל קרי אלא לד"ת אבל לתפלה צריך טבילה ואע"ג דאנן לא קיי"ל כן כמ"ש בש"ע מ"מ כתב תר"י שלדברי הכל התפלה מקובלת יותר עם הטבילה.
ויש לומר קצת טעם לזה מ"ש תפלה מתורה והוא ע"פ גירסת הירושלמי במשנה סוף מסכת סוטה הטהרה נטלה את הריח. וכן בגמרא דידן בסוטה (דמ"ט א') מורחינא ריחא דחנוניתא א"ל בני טהרה יש בך. הרי דבחינת ריח דוקא נמשך מענין הטהרה והוא משום כי ענין טומאה וטהרה הוא בחי' מקיפים ועל כן שייך הטהרה דוקא לענין הריח שהוא ג"כ בחינת מקיף כמ"ש בד"ה אלה מסעי בענין ירדן יריחו. והנה הקרבנות נקרא ריח ניחוחי. וכתיב וירח ה' את ריח הניחוח. ובזה יובן מארז"ל פרק הניזקין שנכנס לו יתוש בחוטמו. והיינו מדה כנגד מדה לפי שהחריב בהמ"ק וביטל הקרבנות שהיו בחי' ריח ניחוח להקב"ה וכתיב ותהלתי אחטם לך ועמ"ש בד"ה באתי לגני בענין אריתי מורי. והנה התפלה היא במקום קרבנות והיא ג"כ בחי' ריח ניחוחי ולכן אמרו לבעל החוטם אני מתפלל כמ"ש בזח"ג (נשא ק"ל ע"ב). וכיון שכן לכן צריך לזה טהרה כנ"ל שהטהרה שייך לבחינת ריח. וריחא דחנוניתא זהו כענין לבעל החוטם אני מתחנן. וע"כ לדברי הכל התפלה מקובלת יותר עם הטבילה ועיין בר"ח שער האהבה פי"א ג"כ טעם לזה כי התורה כו' אמנם תפלה כו' יעו"ש. הב' צדקה כמו ר"א יהיב פרוטה כו' בצדק אחזה פניך מפני שיש קטרוגים על האדם ודנין אותו אם ראוי לכנס להיכל ממ"ה הקב"ה בתפלה וצדקה תציל כו' וצדקה תרומם גוי ועמ"ש סד"ה וארשתיך לי.

און מסתימת לשונו משמע אז דאס איז שייך צו יעדער תפילה יעדן טאג.
די וואָר הענגט אויף א האָר
געצל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 21, 2007 2:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געצל »

געוואלדיג!
ישר כח ערנסטער.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

געצל, ברוכים תהיו. :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

בספר משרתיו אש לוהט חלק ב עמוד קל"ב: וז"ל, ודבר זה שמעתי מפי חסידים מדור העבר, שהרה"ק מרופשיץ זצ"ל אמר על אלו טובלי שחרית בכל יום ויום, שהם מבטלים תקנת עזרא, שהוא תיקן טבילה לבע"ק, כדי שלא יהיו מצויין אצל נשותיהם כתרנגולים, ואם גם בלאו הכי הם טובלים מדי יום ביום, הרי בטלה תקנת עזרא כמובן.

הספר משרתיו אש לוהט הוא ליקוט מתוך הספרים הרבים שחיבר הידען המפורסם הגה"צ רבי יקותיאל אריה קאמהלר זצ"ל.
ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפא »

איך האב נאר געהערט אז דער הייליגער ראפשיצער האט נישט ליב געהאט [און פלעגט אפשפעטן פון פרומע אינגעלייט] די וואס גייען מער ווי איין מאל א טאג אין מקוה

עס איז זיכער דא פון פריערדיגע, פאר'ן בעש"ט, גרויסע ענינים און קלאר ארויסגעשריבן, בפרט פון אריה"ק ותלמידיו אז פאר'ן לערנען נסתר מוז מען זיך טובל'ן, אבער אין אלע ספרי תלמידי השעש"ט שטייט אז דער הייליגער בעש"ט האט דאס צוריק איינגעפירט

אדער מייינט דאס אז אפי' פשוטי עם זאלן אויך גיין, וואס דאס איז געווען מ'תקנת עזרא און איז לכאורה נתקן געווארן פאר גאנץ כלל ישראל,
אדער פאר די חסיד'ישע אידן פאר תורה און תפילה זאלן מקפיד זיין צו גיין אין מקוה
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

ר' ליפא א מקור ביטע.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

דער מקור פון טובלין לקריו שטייט שוין אין תנא דבי אליהו אויף די אידן אין גלות, און דער רמב"ם אפילו ער האלט נישט דעם טבילה להלכה, איז מעיד אויף זיך אין א בריוו, אז מעולם לא חיסר טבילה זו.
כידוע פלעגט מונקאטשער רב רופן דעם קאמעלהאר, חאזער האר... ודפח"ח
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

און אז מונקאטשער רב האט גערופן די ספרים פון ר' ישראל בערגער פאלטשע צעהן האט עס נאך נישט אוועק גענומען זיין באגלויבטקייט.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

פארקערט מונקאטשער רב האט גאר געזאגט, אז קראנט איז ער.
צדיק מושל

Re: גיין אין מקוה יעידן טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

געצל האט געשריבן:אויך געהערט פין די בית אהרן (קרלין) אז עס זאל נישט אריבער גיין 3 טעיג אן א מקוה.
צדיקים האבן דערויף ממליץ געווען אז די פלייש פון דעם מענטש טאר אויך נישט זיין 'עובר'.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

צדיק מושל האט געשריבן:בספר משרתיו אש לוהט חלק ב עמוד קל"ב: וז"ל, ודבר זה שמעתי מפי חסידים מדור העבר, שהרה"ק מרופשיץ זצ"ל אמר על אלו טובלי שחרית בכל יום ויום, שהם מבטלים תקנת עזרא, שהוא תיקן טבילה לבע"ק, כדי שלא יהיו מצויין אצל נשותיהם כתרנגולים, ואם גם בלאו הכי הם טובלים מדי יום ביום, הרי בטלה תקנת עזרא כמובן.

הספר משרתיו אש לוהט הוא ליקוט מתוך הספרים הרבים שחיבר הידען המפורסם הגה"צ רבי יקותיאל אריה קאמהלר זצ"ל.
איך האב נאכנישט געליינט וואס דער עולם ענטפערט אויף דיין תגיבה, אבער לויט וויפיל איך הער איז שוין תקנות עזרא לאנג בטול געווארען.

חללילה צו נעמען דערפון א היתר נישט צו גיין אין מקוה, אבער לויט וויפיל איך ווייס איז דאס געווען איינס פין די זאכען וואס די חסודים האבען אויפגעפרישט, גיין אין מקוה, און פארדעם איז דאס געווען געהעריג היסטאריע.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צדיק מושל האט געשריבן:בספר משרתיו אש לוהט חלק ב עמוד קל"ב: וז"ל, ודבר זה שמעתי מפי חסידים מדור העבר, שהרה"ק מרופשיץ זצ"ל אמר על אלו טובלי שחרית בכל יום ויום, שהם מבטלים תקנת עזרא, שהוא תיקן טבילה לבע"ק, כדי שלא יהיו מצויין אצל נשותיהם כתרנגולים, ואם גם בלאו הכי הם טובלים מדי יום ביום, הרי בטלה תקנת עזרא כמובן.

הספר משרתיו אש לוהט הוא ליקוט מתוך הספרים הרבים שחיבר הידען המפורסם הגה"צ רבי יקותיאל אריה קאמהלר זצ"ל.

איך האב היינט איבערגעזאגט דעם טענה פאר א חשוב'ן איד, האט ער מיר געזאגט אז דאס פלעגן די משכילים טענה'ן אויף די חסידים. און די חסידים פלעגן ענטפערן אז די ציהל פון תקנת עזרא איז נישט געווען פויל צו מאכן די מענטשהייט פון זיין ווי די תרנגולים צוליב די נאכפאלגענדע טירחה פון א מקוה, נאר עס איז "סגולה" אז מען זאל זיך פירן העכער ווי די תרנגולים ודו"ק.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

כ"ק אדמו"ר בעל תפארת צבי מ'ספינקא זי"ע שרייבט אין א בריוו, אז זיין זיידע דער חקל יצחק הי"ד פלעגט גיין אין מקוה מאנטיג, מיטוואך, פרייטאג לכבוד שבת און שבת קודש, לגבי אינגעלייט פלעגט אויך אזוי זיין די הדרכה אז פריו בעתו זאל זיין בימים קבועים -אויך יוצא צו זיין דעם מהרי"ל- און עס זאל אויס קומען אז מען זאל גיין אין מקוה אין די אויבן דערמאנטע טעג.
לעצט פארראכטן דורך ביקסאד אום זונטאג יולי 27, 2008 10:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וואספארא מהרי"ל, ביטע.

וועגן פריו בעתו האב איך היינט געהערט אז א געוויסער צדיק האט זיך נוהג געווען יעדן לילה שלפני קריאת התורה, דאס טייטשט אור ליום ב', ה', וש"ק.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

קרעמער האט געשריבן:וואספארא מהרי"ל, ביטע.

וועגן פריו בעתו האב איך היינט געהערט אז א געוויסער צדיק האט זיך נוהג געווען יעדן לילה שלפני קריאת התורה, דאס טייטשט אור ליום ב', ה', וש"ק.
א) דער מהרי"ל האט אהיים געשיקט די תלמידים אינמיטן וואך, זיי זאלן זיך נישט פירן משבת לשבת.

ב) יאך האב געשריבן פון ספינקא.
ועמך כולם צדיקים
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

די עשר'לעך האבן זייער אסאך מערערים.
כ'געדענק נישט צי דער מנחת אלעזר איז געווען פון זיי אדער נישט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

באקאנט אז דער קלויזענבורגער ז"ל האט געהאלטן אז עונת ת"ח מליל שבת לליל שבת מיינט שבת אויפדערנאכט [מוצ"ש] נישט ווי די וועלט האלט פרייטיג צונאכטס.

זיין סברא איז פונקט ווי ביי גשמי ברכה לילי רביעיות מיינט מיטוואך נאכט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

אין נועם שיח פון סאלקא רבין זצ"ל עמוד ק"ג בתיקוני טעות רעדט ער פון וויזשניצער רבין דער אהבת ישראל מתהלכותיו בקודש וז"ל: בענין טבילה במקוה, היה דרכו שלא הלך למקוה ב' ימים ברצופים, רק לסירוגין, און אויף זיין זיידן הרה"ק ר' אהרן ישעיה מ'האדאס שרייבט ער בעמוד רי"א לא הלך למקוה ביום א' ובערש"ק בבוקר.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

אין שיח יצחק פין הרה"ק ר'איצקל פין פשעווארסק זאגט ער בשם שיניווער רב אז מען זאל דייקא נישט גיין אין מקוה יעדן טאג אזויווי די קאטשקעס פלאפלין אין וואסער יעדן טאג
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

קרעמער האט געשריבן:
צדיק מושל האט געשריבן:בספר משרתיו אש לוהט חלק ב עמוד קל"ב: וז"ל, ודבר זה שמעתי מפי חסידים מדור העבר, שהרה"ק מרופשיץ זצ"ל אמר על אלו טובלי שחרית בכל יום ויום, שהם מבטלים תקנת עזרא, שהוא תיקן טבילה לבע"ק, כדי שלא יהיו מצויין אצל נשותיהם כתרנגולים, ואם גם בלאו הכי הם טובלים מדי יום ביום, הרי בטלה תקנת עזרא כמובן.

הספר משרתיו אש לוהט הוא ליקוט מתוך הספרים הרבים שחיבר הידען המפורסם הגה"צ רבי יקותיאל אריה קאמהלר זצ"ל.

איך האב היינט איבערגעזאגט דעם טענה פאר א חשוב'ן איד, האט ער מיר געזאגט אז דאס פלעגן די משכילים טענה'ן אויף די חסידים. און די חסידים פלעגן ענטפערן אז די ציהל פון תקנת עזרא איז נישט געווען פויל צו מאכן די מענטשהייט פון זיין ווי די תרנגולים צוליב די נאכפאלגענדע טירחה פון א מקוה, נאר עס איז "סגולה" אז מען זאל זיך פירן העכער ווי די תרנגולים ודו"ק.



שמעתי בנעורי, אז די שאלה האט א געוויסער מתנגד געפרעגט פון איינער פון די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב, און דער צדיק האט איהם געענטפערט
אז די טהרת המקוה אז משפיע אז ס'זאל זיין שלא יהא מצויין וגו'

יעך מיין אז היינט מיט די נסיונות הדור און ווי די גאסן קוקן אויס (אויך פאר'ן בייק לעין) איז נישט קיין שאלה אז מ'קען נוצן א מקוה יעדן טאג, הלואי עטליכע מאל אין טאג....
און די וואס גייען נישט, דאכט זיך אז זיי האלטן זיך אויך נישט צוריק צוליב דעם פון גארנישט.... ודו"ק ודי
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

אכילת שום איז דאך די תקנה דוקא ליל שבת, נישט מוצ"ש, כמבואר בירוש' מגילה.
אויך דער רמב"ם זאגט קלאר פארקערט.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”