קדושא דסידרא - קדושת ובא לציון

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

קדושא דסידרא - קדושת ובא לציון

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מיטוואך מארטש 02, 2016 6:31 pm

וצריך להיזהר בה מאוד לאמרה בכוונה (מחבר סימן קלב סעיף א')

דאס זענען די ווערטער פונעם מחבר אין סוף הלכות תפילה, ווען ער רעדט בעניין קדושת ובא לציון, אדער ווי אזוי עס ווערט אנגערופען אין חז"ל קדושה דסידרא. לכאורה איז נישט דא נאך איין פלאץ ווי די מחבר דריקט זיך אויס מיט אזעלעכע ווערטער. פארוואס טאקע?

דער תירוץ איז, די גמרא ברעיגט אין מסכת סוטה (דף מט עמוד א') די פאלגענדע ווערטער : רשב"ג אומר משום ר' יהושוע מיום שחרב בהמ"ק אין יום שאין בו קללה ולא ירד הטל לברכה וניטל טעם הפירות, אמר רבא בכל יום ויום מרובה קללתו משל חברו שנאמר " בבוקר תאמר מי יתן ערב ובערב תאמר מי יתן בוקר" (דברים כח, פסוק סז) פרעיגט אויף דעם די גמרא, הי בוקר ? אילימא בוקר דלמחר (פרש"י מי יתן שיבוא יום), מי ידע ( אם ייטב מן הלילה) מאי הוי ? אלא דחליף (מי יתן והיה זה יום הבא כזה שעבר). אלא עלמא אמאי מקיים (מאחר שהקללה הולכת תמיד ורבה) ? ענפערט די גמרא:

"אקדושה דסידרא", אין די גמרא ברעיגט דארט צו נאך א זאך וואס אויף דעם וועלט שטייט די וועלט ועי"ש.

בקיצור אין אידיש בעצם צוליב די קללות וואס קומט אראפ אויף דער וועלט יעדן טאג נאכן חורבן הבית, וואלט די וועלט שוין געדארפט זיין חרוב ונחרב, 100'טער אויב נישט טויזענטער מאל. נאר די סיבה פארוואס עס ווערט נישט חרוב איז צוליב קדושה דסידרא - אשרי ובא לציון - ואתה קדוש, אין יהא שמיה רבה דאגדתא.

ס'איז דאך ממש מבהיל על הרעיון, נישט פסוקי דזמרה, נישט ברכות ק"ש, אין אפילו נישט די העכסטע אויף תפילת שמונה עשרה שטייט די וועלט, נאר אויף ובא לציון - ואתה קדוש. (נישט ח"ו אוועק צומאכען די אלע אויבערמאנטע תפילות, ווייל יעדע תפילה האט זיך זיינע אייגענארטן, נאר פשוט ארויס צו ברעינגען ווי גרויס די תפילה פין ובא לציון איז). עכ"פ פארשטייט מען שוין יעצט פארוואס די מחבר זאגט וצריך להזהיר בה מאוד וגו'.

אבער עס בלייבט נאך אלץ אפאר שטארקע קשוית אין שאלות.

א) לכאורה אפילו מען דארף זהיר זיין דערין, אבער פארוואס איז די זהירת דווקא אין "כוונה"? נאך מער, ווי עס זעהט אויס איז די כוונה דער עיקר. פארוואס?

ב) פארוואס טאקע שטייט די וועלט אויף ובא לציון - ואתה קדוש? אין וועלכע חלק דערפון איז דער עיקר? די גאנצע? עטליכע פסוקים?

ג) מען זאגט דאך שוין קדושה צוויי מאל אינמיטן דאוונען. איינמאל ביי יוצר אור אין איינמאל קדושה ביי די הויכע שמונה עשרה. פארוואס זאגט מען עס נאכאמאל? אין פארוואס נאר אויף דעם שטייט די וועלט?


מיר האפן פארצוזעצן אי"ה מארגן.
לעצט פאראכטן דורך פאליטקלי קארעקט אום דאנארשטאג מארטש 03, 2016 10:08 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » מיטוואך מארטש 02, 2016 6:38 pm

מיר ווארטן,
וואס העט זיין מיט די מארגענדיגע אשרי ובא לציון פארוואס נישט פארזעצן היינט?
שוין נישט אלעס גייט וויאזוי מ'וויל

ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 7:48 pm

תגובהדורך ראסטעוו » מיטוואך מארטש 02, 2016 7:52 pm

דער עיקר איז מגדל זיין שם השם בפי כל ההמון רבבות אלפי ישראל, ביי יוצר זאגט נאר די חזן אמאליגע צייטן גראדע.
אבער דער עיקר סיבה ווי באלד מ'זאגט די קדושה אויף ארמיש האט עס יעדער פארשטאנען, און דאס איז אויך די טעם פון די אלע מוראדיגע דברי חז"ל אויף קדיש.

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מיטוואך מארטש 02, 2016 7:52 pm

באמת וואלטן מיר זיך יא געדארפט צופלייסן, אין נאך היינט ארויף לייגן די תירוצים. נאר אפילו ווען מיר גייען ארויף לייגן דעם קומענדן שטיקל וועלן מיר זיין ווייט פין פארטיג. מיר פלאנען אי"ה אריינצוגיין אין שטארקע איינצעלהייטן (דיטעילס). ס'וועט מן הסתם נעמען 5-6 שטיקלן ביז ביז מיר וועלן ארויס האבן קלאר דעם אשרי ובא לציון. מיר פלאנען צו טייטשען די קדושת ובא לציון מיט אלע מפרשים.

אבער אז איר בעט אזוי שיין וועלן מיר פרובירן ארויף צולייגן כאטש נאך איין שטיקל.

ראסטעוו
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 7:48 pm

תגובהדורך ראסטעוו » מיטוואך מארטש 02, 2016 7:55 pm

אנטשולדיגט פאליטיקל כ'האב פארזען דייטש דיין לעצטע שורה אז דו גייסט ענטפערן, כ'האב געמיינט דו ווילסט הערן פון עולם.

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » מיטוואך מארטש 02, 2016 8:05 pm

אה ברוך השם, מ'לאזט אונז נישט ווארטן
כ'זע ס'קומט א פיינע סעריע, פיינע פלענער, פיר'ס אויס מיט הצלחה!

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מיטוואך מארטש 02, 2016 8:18 pm

הרב ראסטעוו, איר דארפט זיך נישט אנטשולדיגן. מיר האבן הנאה צו זעהן אז דער עולם האלט מיט. אי"ה 10'נע צייט וועלן מיר זיך אנשטרעינגען ארויף צולייגן דעם צווייטען שטיקל.

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

חלק ב'

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מיטוואך מארטש 02, 2016 10:02 pm

פאר אונז גיין מיר צו גיין צום תירוץ, ווילן מיר ציטירן א שטיקל פין ספר יסוד ושורש העבודה בשם דעם זוה"ק אין פרשת תרומה (דף קכט) גוונא אחרא דאתחזי ולא אתחזי, בשעתא דמטאן ישראל לקדושה דסידרא, כדין האי גוונא דגניז נפיק, בגין דהאי איהו קדושתא דקא מקדשי ישראל יתיר על מלאכי עלאי דאינון חברים בהדייהו, והאי גוונא נהיר ואתחזי, בשעתא דישראל מקדשי קדושתא דא.

אויף אונזער שפראך, בשעת ווען די אידן זאגן קדושה דסידרא, דעמאלס קומט ארויס דער הייליגער קאליר פונעם אור הגנוז, ווייל די קדושה וואס אידן זאגן איז "הייליגער פין די קדושה וואס די מלאכים עליונים זאגן"!!! (אין כביכול השם יתברך כבוד ווערט דערהויבן אויבן אין אונטן) ע"כ.

יעצט צוריק צו די אויבערמאנטע קשוית אין שאלות.

פאר מיר גייען צום תירוץ דארף מען קענען אביסל היסטאריע, צו וויסן ווי אזוי דער גאנצער מנהג איז נשתרבב געווארן. שטייט אין תשובות הגאונים די פאלגענדע: דבר זה הוא מנהג ראשונים, אחר שהתפללו היו מביאין נביא וקורא בו (החכם) כמה פסוקים ומתרגמין, ואחריהם קוראים הקדושא ואומרים "ותשאני רוח", ומתרגמין, כדי לסיים בשבחו של הקב"ה, ואח"כ מקדישין (אומרים קדיש), ועוסקין בתורה במשנה ובתלמוד, כדי לקיים לעולם ישליש אדם שנותיו, שליש במקרא שליש במשנה שליש בתלמוד (קדושין ל'). כיון שרבתה העניות והיו צריכים למעשה ידיהם, לא היו יכולין לעסוק בתורה תמיד ולהשלש בכל יום, ועקרו לקרוא בנביא בכל יום (פי' פסוקים הרבה). ואעפ"כ שנים פסוקים אלו לא עקרו, ועדיין הם קבועים ועומדים וכו' (מחזור ויטרי ועי' שערי תשובה לרב האי סי' נ"ה ותשובות הגאונים סי' צ.

ס'טייטש אזוי, אין די בראשית יארן פלעיגט מען נאכן דאווענען, לערנען בערך א פרשה נביא אדער מער יעדן טאג. דערנאך האט מען געזאגט קדוש קדוש קדוש מיטן תרגום. דערנאך האט מען געזאגט קדיש אין דערנאך האט מען געלערנט מקרא, משנה אין גמרא לקיים מה שנאמר אז לעולם ישליש אדם שנותיו. אבער שפעיטער ווען דער עולם איז געווארן אריינגעטוען אין פאריאגט על המיחה ועל הכלכלה האט מען פארקירצערט דאס לערנען פין נביא צו צוויי פסוקים. וואס דאס איז ובא לציון וכו' אין ואני זאת בריתי. דערנאך זאגט מען קדושה אין קדיש אזוי ווי אמאל.

רש"י ז"ל אין די גמרא וואס מיר האבן געברעינגט אינעם פריערדיגע שטיקל איז מסביר, פארוואס די וועלט שטייט אויף קדושת ובא לציון - קדושה דסידרא.
וז"ל סדר קדושה שלא תקנוה אלא שיהו כל ישראל עוסקין בתורה בכל יום דבר מועט שאומר קריאתו ותרגומו והן כעוסקין בתורה וכיון שנוהג בכל ישראל בתלמידים ובעמי הארץ ויש כאן שתים קדושת השם ותלמוד התורה חביב הוא וגו'

קומט אויס פין רש"י אז די סיבה פארוואס די וועלט שטייט אויף קדושת ובא לציון איז ווייל כלל ישראל מאכט אן אחדות צווישן די שטערקסטע אין די שוואכסטע פין כלל ישראל אין זיי לערנען צוזאמען א שטיקל תורה. אין נישט סתם א תורה נאר א תורה וואס האט אין זוך קדושת השם (קידוש שמו יתברך) דאס איז די גרעסטע זאך,ממילא וועגן דעם שטייט די וועלט אויף דעם. רש"י לייגט צו נאך א זאך אז מען האט גמוזט טייטשען די ווערטער (אויף אראמיש, ווייל דאס איז די שפראך וואס זיי האבן דאנסמאל פארשטאנען). ווייל אויב מען פארשטייט נישט הייסט עס נישט געלערנט!! (אבודרהם וע"ע בספר הלבוש)

יעצט פארשטייט מען שוין זייער פיין פארוואס מען דארף זיין אזוי שטארק זהיר זיין דערין, ווייל אויף דעם שטייט די וועלט, אין דוקא מיט כוונה, ווייל דאס איז געווען די גאנצע כוונה אזוי ווי פריער דערמאנט. אין דער עיקר חלק איז פין ובא לציון ביז צו ה' מלכותה קאם לעלם ולעלמי עלמיא, ווייל דארט איז פארהאן די לימוד התורה אינאיינעם מיט קדושת השם.

יעצט אז מיר ווייסן שוין ווי וויכטיג עס איז צו זאגן ובא לציון בכוונה וועלן מיר פרובירן טייטשען אין געבן צו פארשטיין עד שידינו מגעת, כיד ה' הטובה עלינו.
לעצט פאראכטן דורך פאליטקלי קארעקט אום דאנארשטאג מארטש 03, 2016 8:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 12:02 am

אין ספרי קבלה איז מבואר אז ביי אשרי ובא לציון קומט אראפ די השפעות, כידוע דורך די ד' קדישים פון נאך שמו''ע קומט מען אראפ פון די ד' עולמות און ביי אשרי ובא לציון איז מען נארוואס געקומען פון אצילות ממש אצלו ית''ש און באקומען אלע גוטע השפעות און יעצט פאקט מען זיך עס איין

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

חלק ג'

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 5:42 pm

פאר מיר וועלן גיין אנהויבן צו פארטייטשן אין פארשטיין דעם ובא לציון, מוז קודם מקדים זיין אן הקדמה.
ווי שוין ערוועינט אינעם פריערדיגן מאמר, אז דער עיקר חלק פין ובא לציון איז, פין ובא לציון וכו' ביז ה' מלכותה קאם לעלם ולעלמי עלמיא. נאך א זאך, דאס אליינס דארף צוטיילט ווערן אין 3 שטיקלן, שהן חמשה. מיר וועלן שוין מסביר זיין פארוואס.

דער ערשטע טייל) די ערשטע צוויי פסוקים, דהיינו ובא לציון וכו' אין ואני זאת בריתי וכו' פסוקים אין נביא, פסוקי גאולה (ישעיהו כ,כא). דאס איז די קיצר פין די צוויי פסוקים נביא, וואס איז ווי אויבן דערמאנט פין די תשובות הגאונים וואס מען פלעיגט זאגן אסאך אין דערנאך מקצר געווען אויף צוויי פסוקים.

די צווייטע טייל) איז אן הקדמה אויפן דריטן טייל. דאס איז דער פסוק ואתה קדוש יושב וכו'. פארוואס דארף מען אן הקדמה? וועלן מיר שוין שפעיטער מסביר זיין.

דער דריטער טייל) איז די קדושה. וואס דאס אליין ווערט צוטיילט אין דריי, (א) איז די פסוק פין קדוש קדוש וכו' דאס איז א פסוק אין ישעי' קפיטעל ו' פסוק ג' אין ווי אויך די תרגום (יונתן) דערויף. (ב) איז די פסוק ואשמע אחרי קול וכו' דאס איז פסוק אין יחזקאל מיט די תרגום . (ג) די באקאנטע פסוק פין ה' ימלוך וכו' מיט די תרגום. א פסוק אין פרשת בשלח ביי די סוף פין די שירה.

יעצט וועלן מיר צוריק גיין, אין מרחיב זיין בדיבור אין אלע דריי אויבערמאנטע טיילן.

דער ערשטע טייל) נביא: די פסוקי נביא זענען פין ישעיהו, ווי ער רעדט פין די גאולה עתידה. עטליכע פסוקים פאר דעם פסוק פין ובא לציון, זאגט דער נביא ישעיהו נביאות, ווי אזוי דער דור פין משיח וועט אויסקוקן, אין וואספארא שפל המצב די אידן וועלן דעמאלס זיין. אין ווי דער אויבישטער וועט דעמאלס כביכול מחליט זיין אז דער צייט פין די גאולה העתידה איז שוין געקומען. דער אויבישטער וועט דאנסמאל נקמה נעמען אין זיינע שונאים די גויים. דערנאך קומט דער פסוק ובא לציון. זאגט דער הייליגער מלבי"ם דער כביכול וועט קומען קיין ציון מחזיר צו זיין די קרוין פין ציון פונעם בית ה המקדש אין די סנהדרין, אין אנדערע ווערטער דער אויבישטער וועט צוריק קערן ירושלים לתפארתה. ולשבי פשע אויך וועט דער אויבישטער קומען צו די בני הגולה וואס האבן געזונדיקט אין זיי וועלן הערשט דעמאלס תשובה טוען. אפילו דעמאלס וועט דער אויבישטער זיי מקבל זיין, אין זיי וועלן זוכה זיין צו די גאולה העתידה במהרה בימינו, ווייל דער אויבישטער איז א מקבץ נדחי עמו ישראל אפילו די פארווארפענע נשמות. אלע וועלן דאן האבן א תיקון. ווי אזוי דער תיקון וועט צו גיין איז שוין אן אנדערע שאלה. קען זיין אז מ'וועט דאפן דורך גיין צער אין עגמת נפש, האפענטליך נישט.

יהודי יקר, ווען איר טראכט אמאל איך בין שוין א פארלוירנער. אדער איר הערט אמאל א בעל דרשן זאגן, אז מען טוט די אין די זאך,איז מען אין שאול תחתית, אין עס איז נישט דא קיין וועג צוריק. אדער איר האט געהערט זאגן, אז ווען משיח וועט קומען וועט גארנישט אזוי גוט זיין פאר די אידן וואס האבן חוטא געווען. זאלט איר אריינקוקן אין פסוק פין ישעיהו הנביא ווי ער שרייבט בשם השם, אז איד האט אייביג א וועג צוריק. אפילו ווען משיח וועט שוין דא זיין. אוודאי איז בעסער אז מען טוט בכלל נישט קיין עבירות, אין אפילו יא, שוין תשובה צו טוען כדי נישט דערצערענען דעם אויבישטן. ווי אויך נישט צו דארפן צו ציקומען צו מעיגלעכע צער, דאך איז אייביג דא א וועג פין תשובה. לולא דמיסתפינא וואלטן מיר געזאגט, אז וועגן דעם אליין האט מען אויסגעקליבן דווקא צו זאגן דעם פסוק. ווייל א איד דארף דאס כסדר חזר'ן, אין האבן פארענט פין די אויגן אלעמאל, א איד קען אייביג תשובה טוען.

צוריק צום צווייטן פסוק: ואני זאת בריתי וכו' זאגט דער נביא טאמער וועסטו פרעיגן, משיח קומען דאערט דאך אזא לאנג צייט, ווער ווייסט צו עס וועט נאך זיין פאר וועים צו קומען? צו וועט מען קענען אנהאלטן אידישקייט אין אזא לאנגן ביטערן גלות? אויף ענפערט כביכול ואני זאת בריתי איך האב געמאכט א בונד, אז לא ימושו מפיך ומפי זרעך וכו' ועד עולם,קיינמאל.ערשט דורך לא "רוחי אשר עליך" דאס איז דברי נבואה. דערנאך ודברי אשר שמתי בפיך דאס איז תורה בע"פ (מלבי"ם).

אוועטאר
גאון הגאונים
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:53 pm

תגובהדורך גאון הגאונים » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 8:58 pm

זייער שיין! מיר ווארטן אויף נאך!

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 10:10 pm

גאון הגאונים האט געשריבן:זייער שיין! מיר ווארטן אויף נאך!

פארזעצונג קומט אי"ה. יישר כח פאר די דברי חיזוק!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 04, 2016 1:29 am

זייער גוט באשריבן און שיינע דברי התעוררות!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג מארטש 04, 2016 8:39 am

שוועמל האט געשריבן:זייער גוט באשריבן און שיינע דברי התעוררות!

יישר כח! מען דארף מקיים זיין דעם דברי הנביא ישעיהו, וואס זאגט פאר, אז פאר די גאולה וועט זיין איש את רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק!!!. יהי רצון שיתקדש שם שמים על ידינו.

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

חלק ד'

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג מארטש 04, 2016 10:33 am

די צווייטע טייל) וואס דאס איז אן הקדמה אויפן דריטן טייל. דער בעל הסידור (מסדר) פרעיגט דא א קשיא. פארוואס זאגט מען נאכאמאל קדושה? מען האט דאך שוין עס געזאגט צוויי מאל אינמיטן דאוונען. איינמאל ביי יוצר אור אין איינמאל ביי די הויכע שמונה עשרה? (שובולי לקט, ערוך השולחן, ומעין זה כתוב באבודרהם ובספר רוקח). נאך א קשיא. פארוואס עפעס טייטש מען עס איבער אויף אראמיש? (רוקח, ערוך השולחן).

דער תירוץ דערויף איז, ואתה קדוש יושב תהילות ישראל. שטייט אין מדרש אין בראשית רבה (מח, ז) א"ר חנינא על כל קילוס וקילוס שמשבחין ישראל לקב"ה משרה שכינתו עליהם, ומאי טעמא ואתה קדוש יושב תהילות ישראל, ומניין שממתין לשמוע תפילתנו? — דכתיב (תה׳ פב): אלהים נצב בעדת־אל.  שטייט דא אזוי, אז השי"ת כביכול קוקט כסדר ארויס אויף אידן וואס זאגן קדוש קדוש, לויב ווערטער פאר הקב"ה, אין דורך דעם איז ער משרה שכינתו. דאס פארענפערט דער בעל הסידור אז וועגן דעם גייט מען יעצט זאגן נאכאמאל קדוש?, ווייל אונז ווילן מיר נאך השראת השכינה פאר מען ענדיגט דאוונען אין נישט סתם אן השראת השכינה, נאר אן השראת השכינה וואס אפילו ע"ה פארשטייט כדי עס זאל זיין אן אחדות פין קדושת השם  צווישן אלע צוזאמען(רש"י ז"ל).

בנוסף לזה שרייבט דער שבלי הלקט (בס' מד) וז"ל טעם נוסף מפני שלא היו יכולים לומר קדושה בתוך התפילה שגזרו (הגוים) שלא יענו קדושה והיו אורבים להם אם יענו קדושה ולאחר התפילה (עמידה) כשהיו האורבים הולכים להם, (אז) היו קוראים וקרא זה אל זה ואמר וכו' ומתרגימינן אותו מפני החיבה. ואע"פ דבזמן הזה אנו אומרים קדושה בחטיבה אחת בתוך התפילה, לא ביטלו קדושה דסידרא (ובא לציון) קא סברי שמא יגרום החטא (ושוב יהיו גזרות לבטל קדושות מעם ישראל). ולכן אנחנו מסיימים ברוך אלהינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן הגוים. קומט אויס פין די ווערטער, נאך א תירוץ וואס מיר פארענפערן, פארוואס מען זאגט קדושה נאכאמאל?, ווייל פריער האט מען נישט געקענט, ווייל די גויים האבן נישט צוגעלאזט. דער רוקח שרייבט אז וועגן דעם זאגט מען די תרגום כדי עס זיין אזוי צוויי מאל געזאגט. איינמאל פאר די יוצר קדושה, אין איינמאל פאר שמונה עשרה.

אין מען זאגט אזוי, ואתה קדוש, די אויבישטער א בחינה פין "אין קדוש ה'". יושב, ווארט כביכול אויף תהילות ישראל. אויף אידן'ס תפילות. ממילא גרייטן מיר זיך אלע צוזאמען צו זאגן די קדושה פין די מלאכים עליונים. א בחינה פין כתר יתנו לך ה' אלוקינו מלאכים המוני מעלה עם עמך ישראל קבצי מטה!!!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11913
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג מארטש 04, 2016 2:47 pm

הערליך שיין, מתוק מדבש!

שרייב שרייב, עס שטייט גרויסע זאכען אויף א מזכה את הרבים. די דערקוויקסט אונז; די רעדסט בדברים שעומדין ברומו של עולם און אונז נעבעך גיבען עס א כיפער אפ אדער אפילו א זאג אפ (פשוט מחסרון ידיעה).

#ווען מיר וואלטען נאר געוויסט
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

חלק ה'

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מוצ"ש מארטש 05, 2016 11:47 pm

יעצט וועלן מיר צוגיין מיט יראה צום עצם, עיקר קדושה. וואס דאס איז דער (דריטער טייל).

דאס אליין ווערט צוטיילט אין דריי בזונדערע פסוקים, פין דריי אנדערע מקומות. אבער אלע האבן איין ציל, אין דאס איז, מקדיש צו זיין דעם ריבונו של עולם, ווי אימער, אין ווען אימער.

א) ערשט הייבט מען אן מיט די פסוק אין ישעיהו. אפאר פסוקים פאר דעם קדוש קדוש, לייגט אראפ ווי דער הייליגער נביא ישעי', וואס איז געווען בשנת מות המלך עזיהו (קרעציג געווארן, נישט ממש געשטארבן). ווי דער נביא האט געזעהן א מורא'דיג מחזה פונעם כביכול דעם ריבונו של עולם. די מלאכים ארום דעם אויבישטן. פונקטליך ווי אזוי די מלאכים האבן אויסגעקוקט. דערנאך ווי  די מלאכים נעמען רשות איינעם פין צווייטן(רש"י) אין גרייטן זיך צוזאמען צו זאגן: קדוש, אויפן הימל, ווי דער אויבישטער וואוינט. קדוש, אויף דער ערד, דאס פלאץ ווי עס איז דא אלע שטארקייט פין די מעשה בראשית. קדוש, ער איז הייליג אויף אייביג, מלא כל הארץ כבודו, אין זיין לויטערקייט פילט אן די גאנצע וועלט. דערנאך זאגט מען איבער די ווערטער אין אראמיש (תרגום). ומבקלין דין מין דין וכו' . בדרך אגב דער מלבי"ם ברעינגט וז"ל לפי פשוטו הוא כענין מלך מלכי המלכים, ר''ל השם קדוש יותר ממי שהוא קדוש על כל הקדושים, ור''ל שאין קדוש כקדושתו. ותרגומו קדיש בשמי מרומא עלאה בית שכינתיה קדיש על ארעא עבד גבורתיה קדיש לעלם ולעלמי עלמיא, ר"ל קדוש בשמים שנבדל מן הצורה קדוש בארץ שנבדל מן החומר, קדוש לעלמי עלמיא שנעלה מן ההעדר, ונראה שסוף הכתוב מבאר את ראשו, מ''ש ה', הוא קדיש לעלמי עלמיא ששם הויה מורה על הנצחיית בעבר הוה ועתיד,ע"כ.

ב) דערנאך קומט א פסוק אין יחזקאל, וואס ווי באקאנט האט יחזקאל געזעהן מורא'דיג מראות. איינע פין די מורא'דיג מראות זעהט מען דארט אין דאזיגע פסוקים.
אויך אין דעם פסוק וועט מען ארויס ברעינגען אז דער אויבישטער אין קדוש אין יעדן מצב און אין יעדן זמן. זאגט דער נביא אין קפיטעל ג' פסוק יב' נאכדעים וואס די דעמאלסדיגער נביאה האט זיך געענדיגט, אין דער אויבישטער כביכול בעונותינו הרבים האט זוך אפגעטוען פונעם כפורת - ארון העדות. ותשאני רוח, אין ווינט האט מיך אויפגעהויבן. ואשמע אחרי,  אין איך האב געהערט נאכדעים וואס די שכינה האט זיך אפגעטוען פונעם כפורת, אין דער קול האט געזאגט בקול רעש גדול, ברוך כבוד ה' מקומו. (מיט דעם פסוק וויל מען בעיקר ארויסברעינגען) קיינער זאל נישט מיינען אז דער כוח, כבוד אדער קדושה איז קאנצענטריט נאר אין מקום המקדש, ניין, ווי אימער דער אויבישטער געפונט זיך, דארט איז כבוד אין קדושה, (אויב אונז ווייסן מיר בכלל וואס דאס מיינט). אין דערנאך זאגט מען איבער די ווערטער אויף אראמיש.

ג) די פסוק פין ימלוך ה' דער אויבישטער וועט קעניגן אויף אייביג. אין תרגום אונקלוס.
לעצט פאראכטן דורך פאליטקלי קארעקט אום זונטאג מארטש 06, 2016 2:04 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » זונטאג מארטש 06, 2016 12:20 am

SPUSMN האט געשריבן:הערליך שיין, מתוק מדבש!

שרייב שרייב, עס שטייט גרויסע זאכען אויף א מזכה את הרבים. די דערקוויקסט אונז; די רעדסט בדברים שעומדין ברומו של עולם און אונז נעבעך גיבען עס א כיפער אפ אדער אפילו א זאג אפ (פשוט מחסרון ידיעה).

#ווען מיר וואלטען נאר געוויסט

יישר כח פאר די ווארימע דיבורים.

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

חלק ו'

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » זונטאג מארטש 06, 2016 11:28 am

די רעשט פונעם ובא לציון וועלן מיר איבערגעיבן דאס ווארט פאר הרה"ג ר' יחיאל מעכיל הלוי עפשטיין זצ"ל אין זיין ספר ערוך השולחן. בדרך אגב איז כדי אריינצוקוקן אינעם ספר ערוך השולחן אויך פאר די פריערדעגע פירושים, כאטשיג ער גייט מיט אן אנדערן מהלך, זענען אבער זיינע ווערטער כמים קרים על נפש עייפה.
די צווייטע טייל שטימט מיט אלע אויבערמאנטע מפרשים עס האט א געוואלדיגן המשך...

ואחר כך אומרים "ה' אלהי אברהם... שמרה זאת לעולם ליצר...", משום דפסוק זה אמרו דוד בסוף התפילה בדברי הימים (א כט יח).

והענין כן הוא: הכל על דרך הקודם, דמה שרבתה בנו הקללה הוא מסיבת עונותינו, לזה מבקשים שישמור לנו סדר הקדושה שעשינו, לכוף בזה יצרינו ולהכין לבבינו לעבודתו יתברך. ועל העונות שעברו: "והוא רחום יכפר עון..., כי אתה ה' טוב וסלח...".

ואחר כך אומרים "צדקתך צדק...", והוא כעין הצדקת הדין עלינו על גודל הקללה מזמן החורבן. ואחר כך אנו מתנחמים ואומרים: "תתן אמת ליעקב...", כלומר: בטוחים אנו שתתן החסד שהבטחת לאברהם עלינו, והאמת שהבטחת ליעקב. וביעקב שייך אמת, מפני שכבר הבטיח לאברהם, ועליו יתברך לאמת דברו.

ואחר כך אומרים "ברוך ה' יום יום, יעמס לנו", כלומר: הננו מצפים לעתיד לגודל טוב, אך גם עתה מובטחים אנחנו שתתן לנו בכל יום פרנסתינו. ואומרים הני שלושה פסוקים: "ה' צבאות עמנו", "ה' צבאות אשרי", "ה' הושיעה", משום דבירושלמי פרק חמישי דברכות אמרו שלעולם לא יזוז ממנו פסוקים אלו.

ואחר כך נותנים לו יתברך שבח והודיה שבראנו לכבודו, ונתן לנו תורת אמת. ואחר כך מתפללים על זה: "שנשמור חוקיך, ונזכה...". ואחר כך אומרים פסוקים של ביטחון לחזקנו בפרנסתינו, שנבטח בה' והוא ישלח לנו עזרתו מקודש.

ומסיימין בפסוק "ה' חפץ למען צדקו יגדיל תורה ויאדיר". ונראה לי דזהו לשני כוונות:

האחת: דהנה מפני קוצר פרנסתינו אנו טרודים על המחיה ועל הכלכלה, ואין לנו פנאי לעסוק בתורה. אבל עלינו לדעת כי חפץ ה' להגדיל תורה ולהאדירה. על כן הגם שאנו הולכין מיד לעסוק בפרנסה, אך עלינו לזכור שזהו עיקר רצונו יתברך להגדיל תורה ולהאדירה. ולכן יגדל בניו לתלמוד תורה, ויחזיק ידי לומדי תורה. וזהו חיוב אף על הטרודים בפרנסתם.


וכוונה שניה הוא על מה שכתוב בישעיה (מב כב) אחר פסוק זה: "והוא עם בזוז ושסוי... מי נתן למשיסה יעקב... זו חטאנו לו...". והכי פירושו: דהנה אנחנו מתרעמים על שפלותינו, לזה אמר הנביא הלא תכלית הבריאה שיגדיל תורה ויאדיר. וזו חטאנו לו, שלא עשינו כן ועשינו ההיפך. ולכן "הוא עם בזוז ושסוי...". אלא שלא תיקנו לומר פסוקים אלו כדי שלא לסיים התפילה בדבר רע. אבל הכוונה יש לומר כן כמו שכתבתי.

(עוד יש כוונות גבוהות ורמות בקדושה דסידרא, דבעצם הכוונות אינה דומה לקדושת השמונה עשרה. ואנחנו פרשנו על פי פשטיותם, והבאים בסוד ה' יכוונו יותר. ודייק ותמצא קל.)

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג מארטש 08, 2016 10:49 pm

מיר וואלטן זייער חשק געהאט ארויף צולייגן די אלע חלקים אויף איין PDF FILE, אז מען זאל עס קען דאונלאודן, פרינטען. אזוי ארום קענען מזכה זיין אפאר אידן מיטן זאגן אשרי ובא לציון מיט כוונה. מיר האבן שוין פרובירט, אבער די סיסטעם האלט אין איין זאגן אז דער פייל איז צו גרויס!. קען מיר אפשר איינע פין די חברים ארויס העלפן?

מיט דאנק פין פאראויס.

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דינסטאג ינואר 16, 2018 3:59 pm

עס איז דא עפעס א קבלה פון ר' אשר סטאלין זצ"ל אז מיטן זאגן אשרי ובא לציון שטייט ובכוונה. וועט די גאנצע טאג זיין רואיג

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

העתקה מספר זכירה

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג ינואר 16, 2018 5:04 pm

סגלת ובא לציון האומר בכונה ובשמחה, בשבת ובימים טובים וחול, זוכה לשרות עליו רוח הקודש ולבא לידי השגה, ומצננין לו גיהנם [ובסוגריים: כ״כ בספר אה״כ והרוקח]
ווייסט איינער וואס די ר״ת איז פון אה״כ?

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב... דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » דינסטאג פאברואר 27, 2018 7:34 pm

שטייט אין בית אהרן פון הרה"ק מקארלין זי"ע אז ווער עס זאגט אינעווייניג בפנים הסידור קידושא דסידרא, איז מובטח לו אז ער וועט מצליח זיין יענעם טאג!
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט