אייק מצות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21194
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 11, 2019 5:13 pm

שיטתם, איז נישט מעלה ומוריד להלכה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » מאנטאג מארטש 11, 2019 5:43 pm

יענקעלע האט געשריבן:מיר האט א דאקטער אמאל געהייסען ניצען ספעלט האב איך געפרעגט א גרויסע מורה הוראה (מדייני מהרז"ל) האט מיר געזאגט אז איך זאל פרעגן דעם דאקטער צו אייק/איינקארן קען איך אויך ניצען, זאגענדיג אז ספעלט איז א בדיעבד ווייל עס איז נישט קיין ווייץ האט עס נישט די אלע קבלות פון 18 מינוט וכו', אבער אייק איז יא ווייץ און עס איז א לכתחילה (קען זיין אויך נאר פאר ווער עס מיז צוקומען דערצו).

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג מארטש 11, 2019 7:46 pm

דער מנחת יצחק רעדט נאר וועגן שיבולת שועל ממין שעורים, נישט וועגן אייק.
אייק האט אסאך מער סימנים ווי חיטה און נישט שעורה.
די רבנים וואס האבן מתיר געווען האבן נישט מתיר געווען בשופי נאר על דעת דעם אז נאר חולים נוצען עס.

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:52 pm

פעלעד האט געשריבן:1. איך שרייב מסקנת הבירור פון היי יאר לתועלת וועמען סאיז נוגע:
כהיום איז מער נוטה אז די מעיל פון אייקורן האט נישט קיין דין חיטה עפ"י תורה און ממאכט אויף דעם שהכל.

נישט אלע מעיל וואס די חוקרים האלטן אז סאיז חיטה האט טאקע א דין חיטה עפ"י תורה.

רבני מהרז"ל האבן היי יאר געהייסן די בעקערי זייערע נישט פארקויפן איק מצות, אזוי האט מיר ר' ישי ליבערמאן שליט"א געזאגט.


היי יאר באקט מען עס יא?

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:15 pm

מען באקט דאס שוין די לעצטע פינעף יאר אין בראודוועי והאי שתא בכלל, שמירה משעת קצירה דורך ר' יעקב ברוך ובניו, נאך וואס דייני קהלות מהרז''ל האבן באשטעטיגט אז פאר די וועלכע פארנעמען נישט די געהעריגע ווייץ איז דאס די לכתחלה'סטע וועג צו מקיים מצוות אכילת מצה.

דאס איז עפראווד ביי ד עף די עי אלס א הונדערט פראצענטיגע ''מין חטה'', נאכמער, לויט זיי איז דאס גאר די ארגינעלסטע ווייץ, ס'איז מיט אלעס גלייך צו רעגולאר ווייץ חוץ וואס ס'פארמאגט אן אנדערע סארט גלוטל וועלכע שאדט נישט פאר מייסטנס וואס זענען אלערגיש צו געהעריגע גלוטן.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » דינסטאג מארטש 12, 2019 5:25 am

די FDA שפילט נישט קיין שום ראלע בנוגע להלכה, נישט וואס ביי זיי ווערט גערעכנט אלץ חיטה האט א דין חיטה על פי תורה.

לגבי רבני מהרז"ל, נישט ריכטיג אז זיי האלטן אז סאיז די מערסטע לכתחילהדיגע וועג פאר חולים, ווייל אויט מצות אן גלוטען איז מער לכתחילה הגם כמה פוסקים זענען חושש לגבי שיעור חימוץ, כלפי אייק איז סאך ערגער בשעת וואס סאיז בכלל נישט קלאר צי סאיז בכלל חיטה.

איך האב פערזענלעך גערעדט מיט די רבנים וואס האבן עס מתיר געווען ווייל סאיז מיר געווען נוגע, טייל האבן זיך פארלאסט אויך וואס מהאט זיי געזאגט לגבי דעם און זיי האבן מיר נישט געוויסט צו זאגן פרטים נאר געשיקט צום צווייטן, ביז מהאט מיר געגעבן קלאר חו פארשטיין אז סאיז אן ערנסטע בדיעבד און זיי מאכן עס נאר פאר חולים, האב איך זיי געפרעגט פארוואס שרייבן זיי נישט קלאר אז סאיז נאר פאר חולים, האבן זיי געענטםערט אז סאיז איבריג צו שרייבן ווייל יעדער פארשטייט אליין.
ותמהתי מאד, כהאב עם געזאגט אז איך אליינס האב געגעסן אפאר יאר צוריק גאנץ פסח כולל ליל הסדר נאר אייק ווייל איך האב זיך פארלאסט אויף זיי, און ב"ה איך בין נישט א חולה נאר אלערגיש צו גלוטען, איז א חוצפה נוראה נישט צו שרייבן קלאר. האט ער מיר נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, נאר געזאגט אז די רבנים האבן לעצטע יאר געגעבן א הוראה עס נישט צו פארקויפן סתם אזוי.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג מארטש 12, 2019 6:00 am

איך פארשטיי נאך אלץ נישט. די שאלה איז צו מ'איז יוצא די כזיתים ס'מיינט אז איך קען עס עסן במשך פסח. אדער איז די שאלה אויב ס'איז חמץ דעמאלס טאר איך עס נישט עסן חל המועד? פארוואס זאגט מהר''א אז מ'טאר נישט בענטשן דעראויף?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21194
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 12, 2019 8:22 am

אויב ס'איז נישט מה' מינין, איז דאך עס נישט מצה און קיין ברויט בכלל, וא"כ אפילו באין ברירה קען מען עפעס אנדערש נישט עסן, פארט קיין ברכות המוציא און אכילת מצה ווי אויך בענטשן קען מען דאך נישט מאכן, ופשוט הוא.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » דינסטאג מארטש 12, 2019 8:29 am

ונוסף על זה השאלה אז אויב סאיז נישט ווייץ יתכן סאיז גאר קטניות.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג מארטש 12, 2019 8:30 am

פעלעד האט געשריבן:ווייל אויט מצות אן גלוטען איז מער לכתחילה הגם כמה פוסקים זענען חושש לגבי שיעור חימוץ, כלפי אייק איז סאך ערגער בשעת וואס סאיז בכלל נישט קלאר צי סאיז בכלל חיטה.

אוטס איז א גרויסע שאלה צו עס איז בכלל שבולת שועל.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » דינסטאג מארטש 12, 2019 8:35 am

די גדולי הפוסקים בדורינו האבן אנגענומען אז סאיז שבולת שועל, אזוי פאסקענט קלאר אין שבט הלוי און נאך.
ווייל אויב די הייבסט אן מיט דעי סארט חששות, קענסטי חושש זיין אויך אז אפשר די ווייץ וואס מיר עסן איז נישט חיטה, אזוי ווי סאיז פארהאן צענדליגע מיני חיטה אויפן די וועלט.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:10 am

פעלעד האט געשריבן:די גדולי הפוסקים בדורינו האבן אנגענומען אז סאיז שבולת שועל, אזוי פאסקענט קלאר אין שבט הלוי און נאך.
ווייל אויב די הייבסט אן מיט דעי סארט חששות, קענסטי חושש זיין אויך אז אפשר די ווייץ וואס מיר עסן איז נישט חיטה, אזוי ווי סאיז פארהאן צענדליגע מיני חיטה אויפן די וועלט.

מראי מקום פאר די שבט הלוי? איך דענק נישט ער זאל דן זיין וואס איז שבולת שועל

אויב די ווייסט אויך אז עס איז דא צענדליגער מיני חטה דאן פארוואס פונקט ביי איינקארן האסטו זיך אפגעשטעלט?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21194
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:26 am

דממה דקה האט געשריבן:אויב די ווייסט אויך אז עס איז דא צענדליגער מיני חטה דאן פארוואס פונקט ביי איינקארן האסטו זיך אפגעשטעלט?

ווייל ס'זעהט אויס גענצליך אנדערש און האט אנדערע אייגענשאפטן ווי די געווענליכע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג מארטש 12, 2019 11:11 am

farshlufen האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אויב די ווייסט אויך אז עס איז דא צענדליגער מיני חטה דאן פארוואס פונקט ביי איינקארן האסטו זיך אפגעשטעלט?

ווייל ס'זעהט אויס גענצליך אנדערש און האט אנדערע אייגענשאפטן ווי די געווענליכע.

אויב איך מעג אייך מטריח זיין, אפשר קענט איר קלארשטעלן די חילוק אין אויסזעהן און אייגענשאפטן.

אוועטאר
געשיקטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דינסטאג מארטש 12, 2019 11:29 am

פעלעד האט געשריבן:די גדולי הפוסקים בדורינו האבן אנגענומען אז סאיז שבולת שועל, אזוי פאסקענט קלאר אין שבט הלוי און נאך.
ווייל אויב די הייבסט אן מיט דעי סארט חששות, קענסטי חושש זיין אויך אז אפשר די ווייץ וואס מיר עסן איז נישט חיטה, אזוי ווי סאיז פארהאן צענדליגע מיני חיטה אויפן די וועלט.



oats.jpg
oats.jpg (324.24 KiB) געזעהן 1067 מאל


אנהייב שמיעס סוף העמוד
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר 250 ??

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » דינסטאג מארטש 12, 2019 11:48 am

nmi האט געשריבן:איך פארשטיי נאך אלץ נישט. די שאלה איז צו מ'איז יוצא די כזיתים ס'מיינט אז איך קען עס עסן במשך פסח. אדער איז די שאלה אויב ס'איז חמץ דעמאלס טאר איך עס נישט עסן חל המועד? פארוואס זאגט מהר''א אז מ'טאר נישט בענטשן דעראויף?


אויב אייק מצה קען נישט ווערן קיין חמץ איז נישט קיין שום שאלה פון עס עסן פסח. מ'קען דאך אויך אויספרובירן צי ס'קען יערן?

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:37 pm

דא מישט מען הוידל מיט בוידל.
אייק איז נישט קיין שאלה פון שבולת שועל, שבולת שועל איז נישט אייק
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:49 pm

lebediger berel האט געשריבן:דא מישט מען הוידל מיט בוידל.
אייק איז נישט קיין שאלה פון שבולת שועל, שבולת שועל איז נישט אייק


איז דען פאראן היינט אפילו איין מומחה אינעם כדור הארץ וואס קען זאגן צי אייק מצות (איינקורן) איז יא אדער נישט מחמשת מיני דגן.
עס איז קלאר אז עס איז מששת ימי בראשית - אלזא ווער האט די פלייצעס צו קובע זיין אייק מצות מהו? חמשת מיני דגן אדער נישט?

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מארטש 12, 2019 12:56 pm

ווייזער האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:דא מישט מען הוידל מיט בוידל.
אייק איז נישט קיין שאלה פון שבולת שועל, שבולת שועל איז נישט אייק


איז דען פאראן היינט אפילו איין מומחה אינעם כדור הארץ וואס קען זאגן צי אייק מצות (איינקורן) איז יא אדער נישט מחמשת מיני דגן.
עס איז קלאר אז עס איז מששת ימי בראשית - אלזא ווער האט די פלייצעס צו קובע זיין אייק מצות מהו? חמשת מיני דגן אדער נישט?


קיינער זאגט נישט און קיינער חלומ'ט נישט אז דאס איז "שבולת שועל" דאס איז וואס איך זאג לגבי די וואס ברענגען שבט הלוי'ס מיט נשמת וכו'
שבולת שועל איז אוטס, און דאס איז דא צו באקומען אין יעדע העלט פוד סטאר, און דאס האט קיין שייכות מיט אייק EINKORN וכו' דעטס אלל וואס איך זאג.
איך לאז די שאלות פאר רבנים וואס פסק'נען אלע שאלות
אז מ'לעבט דערלעבט מען

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג מארטש 12, 2019 1:26 pm

ויכתב האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) ביים תהלים שיעור וועגן די ווייץ
https://drive.google.com/open?id=0B87Um ... NfRjJJLXI4


לינק ארבייט מער נישט, ביטע שטעלן נאכאמאל, אדער דראפבאקס.

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:09 pm

Capture.JPG
Capture.JPG (108.41 KiB) געזעהן 828 מאל
פ' לך לך האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:1. איך שרייב מסקנת הבירור פון היי יאר לתועלת וועמען סאיז נוגע:
כהיום איז מער נוטה אז די מעיל פון אייקורן האט נישט קיין דין חיטה עפ"י תורה און ממאכט אויף דעם שהכל.

נישט אלע מעיל וואס די חוקרים האלטן אז סאיז חיטה האט טאקע א דין חיטה עפ"י תורה.

רבני מהרז"ל האבן היי יאר געהייסן די בעקערי זייערע נישט פארקויפן איק מצות, אזוי האט מיר ר' ישי ליבערמאן שליט"א געזאגט.


היי יאר באקט מען עס יא?

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:10 pm

nmi האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אייק אין מנחת יצחק?

ס'איז נאך נישט געוועזן בימיו, ער רעדט פון אלע אנדערע פון די חמשת מיני דגן.

ועיין לעיל.

https://en.wikipedia.org/wiki/Einkorn_wheat דא שרייבן זיי אז אייקארן איז פון די ערשטע מינע מעהל פון די וועלט פון ארום -------- יאר צוריק...


ביטע אינאכט נעמען:
אפיקורסות טאר מען נישט (נאכ)שרייבן אפילו פון וויקיפעדיע.

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:11 pm

farshlufen האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אויב די ווייסט אויך אז עס איז דא צענדליגער מיני חטה דאן פארוואס פונקט ביי איינקארן האסטו זיך אפגעשטעלט?

ווייל ס'זעהט אויס גענצליך אנדערש און האט אנדערע אייגענשאפטן ווי די געווענליכע.

סתם געשאסן, אדער דו ווייסט פאר א פאקט??

איך האב דאס שוין געזעהן, סיי אין ווייץ און סיי אין מעהל, אויך געגעסן, און פון א דרויסענדיגע שטאנדפונקט איז דאס אינגאנצן גלייך צו געהעריגע ווייץ.

קלארשטעלונג: דאס האט יא גלוטן, נאר היות דאס איז מער א ארגינעלע ווייץ ביי וועלכע מען האט זיך נישט ארומגעשפילט מיט איר די ען עי פאר מילעניעס דעריבער אין מייסטנס פעלער שאדט דאס נישט.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:12 pm

מקען נישט רעדן און פאסקענען פון שמעסערייען אויף אייוועלט, סאיז אן ערנסטע הלכהדיגע שאלה, אין תורה חז"ל און פוסקים איז דא גאנץ אפאר כללים וועגן חיטה.
יש תחת ידי מאמר ארוך מת"ח אחד וואס ברענגט ארויס קלאר אלע חששות און הוכחות מיט וואס סאיז אנדערש פון ווייץ, אבער כהאב נישט רשות עס ארויס לייגן ברבים דא, ומצד שני האב איך נישט יעצט צייט ארויס צו פישן פון דארט און ברענגן דא נאר די עיקרי הראיות.
עוד חזון למועד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21194
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:34 pm

די ערפינדער וועלנדיג ארויסברענגען די מעלות זאגן אז עס איז גענצליך אנדערש אין טעם און ניוטריענטס [איין דוגמא איז, די וואס פארנעמען קיין ווייץ איבערהויפט, פארנעמען "דאס" יא] און אין טעקסטשור, ועוד ס'יעהרט נישט ווי ווייץ.

אויב וויל עמיצער בויען על דבריהם ועל חלומותיהם שטימט עס אויך נישט, ווייל זיי זאגן אז: בימי חכמי התלמוד האט מען עס "נישט" גענוצט, און אין אר"י איז עס "נישט" געווען, נאר ס'איז געוואסן ווילד אין די מדבריות וכו'

וא"כ מיט וואס איז עס א חיטה?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט