אייק מצות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג מארטש 25, 2019 5:25 pm

הר גריזים האט געשריבן:וואס איז די נייע 'רעד פייוו' ווייץ וואס סאטמאר בעקערי האט אדווערטייזט היינט אין דבר יום?

אין בלאט אפאר וואכן צוריק האב איך געליינט אז דאס איז יא אן אריגינעל חטה.

מצא
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 6:53 pm

תגובהדורך מצא » מאנטאג מארטש 25, 2019 6:55 pm

ס'איז אן עלטערע סארט ווייץ וואס דארף צו זיין גרינגער צו פארטראגן פאר מענטשן וואס פארנעמען נישט קיין געווענלליכע ווייץ, פאר סעליאק וכדו' איז עס אבער נישט גוט ווייל ס'האט יא גלוטען, נאר די גלוטען איז עפעס א לייכטערע סארט.

בני יואל מצה בעקעריי פארקויפט עס שוין עטליכע יאר אלס אלטערנעטיוו צו איינקארן עפ"י הוראת דייניהם

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך אפריל 17, 2019 8:15 am

הרב יצחק שטיין שליט״א האט נעכטן געזאגט א שיעור כללי איבער מצות פון שאר מיני דגן במסגרת פון ארגון שיעורי תורה.
מען קען עס הערן אויף קול הלשון.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 17, 2019 9:23 am

אין קובץ "עץ חיים" איז פארהאן א בירור המציאות וההלכה פון הרב ר' יצחק יעקב כייעם נ"י.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

הצעיר באלפי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

תגובהדורך הצעיר באלפי » מיטוואך אפריל 17, 2019 10:18 am

shalsheles האט געשריבן:הרב יצחק שטיין שליט״א האט נעכטן געזאגט א שיעור כללי איבער מצות פון שאר מיני דגן במסגרת פון ארגון שיעורי תורה.
מען קען עס הערן אויף קול הלשון.


וואס האט ער געזאגט וועגען די אייק מצות ??

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מוצ"ש אפריל 20, 2019 6:44 pm

farshlufen האט געשריבן:אין קובץ "עץ חיים" איז פארהאן א בירור המציאות וההלכה פון הרב ר' יצחק יעקב כייעם נ"י.

קובץ עץ חיים פון היי יאר?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אפריל 21, 2019 9:23 pm

געוויס, ניסן ע"ט
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1131
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך אפריל 24, 2019 7:27 am

shalsheles האט געשריבן:הרב יצחק שטיין שליט״א האט נעכטן געזאגט א שיעור כללי איבער מצות פון שאר מיני דגן במסגרת פון ארגון שיעורי תורה.
מען קען עס הערן אויף קול הלשון.

לינק?

burich mechel
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 2:10 pm

תגובהדורך burich mechel » מיטוואך אפריל 24, 2019 2:26 pm

הצעיר באלפי האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:הרב יצחק שטיין שליט״א האט נעכטן געזאגט א שיעור כללי איבער מצות פון שאר מיני דגן במסגרת פון ארגון שיעורי תורה.
מען קען עס הערן אויף קול הלשון.


וואס האט ער געזאגט וועגען די אייק מצות ??

That it's good and you can be Yoitza mitzvas achilas matza with it and its a hamoitzi

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מיטוואך אפריל 24, 2019 3:23 pm

burich mechel האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:הרב יצחק שטיין שליט״א האט נעכטן געזאגט א שיעור כללי איבער מצות פון שאר מיני דגן במסגרת פון ארגון שיעורי תורה.
מען קען עס הערן אויף קול הלשון.


וואס האט ער געזאגט וועגען די אייק מצות ??

That it's good and you can be Yoitza mitzvas achilas matza with it and its a hamoitzi

ער האט עס געזאגט אלס א טריקענע פאקט אדער מברר געווען ביים שיעור די צדדים לכאן ולכאן און פארוואס עס איז המוציא?

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך אפריל 24, 2019 4:26 pm

farshlufen האט געשריבן:אין קובץ "עץ חיים" איז פארהאן א בירור המציאות וההלכה פון הרב ר' יצחק יעקב כייעם נ"י.

וואס איז זיין תמצית?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מיטוואך אפריל 24, 2019 5:44 pm

פליגל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אין קובץ "עץ חיים" איז פארהאן א בירור המציאות וההלכה פון הרב ר' יצחק יעקב כייעם נ"י.

וואס איז זיין תמצית?

אז לדעתו קען מען בשום אופן עס נישט צושטעלן צו חיטה סיי מצד חלק ההלכה און סיי מצד חלק הDNA פון דעם.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אפריל 24, 2019 8:37 pm

פליגל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אין קובץ "עץ חיים" איז פארהאן א בירור המציאות וההלכה פון הרב ר' יצחק יעקב כייעם נ"י.

וואס איז זיין תמצית?

אז מ'ווייסט נישט וואס ס'איז, צו א מין דגן, צו "קטניות", צו אפשר גאר "אורז".

און אז מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף די מומחים הגוים, נישט מיט וואס זיי זאגן אז ס'איז במהותו ווייץ, און נישט מיט דעם אז זיי רופען עס "איינקארן - ווייץ".

[איי אלע ווייץ היינט איז זיכער גענדערט און געמישט פון די אמאליגע ווייץ בזמן הפוסקים (אזוי פרעגט דער כותב המאמר)? די תירוץ אויף דעם איז, אז ער האט מברר געווען ביי די מומחים אז ס'נאר געמישט מיט אנדערע (געמישטע - הערת המגיב) ווייץ, ממילא איז נישט קיין פראבלעם].

און אפילו אויב ס'איז דגן, קען מען דערמיט נישט מאכן קיין מצה. והטעם, ווייל לגבי "כלאי זרעים" זעט מען אז אפילו א אנדערע מין דגן איז כלאים מיט "חטה", ממילא איז ער איז משווה די דינים פון כלאים צו די דין וועלכע דגן איז מותר לצורך מצה.

****
ראשית, צו זאגן אז ס'איז קטניות איז ריינע אמערצות (עם כל הכבוד להרב הכותב).

דאס אז ס'איז מעגליך קטניות, איז באזירט אויף שטיקל פון בנימין מוספיא (בעל מוסף הערוך, מנאמני ש"ץ וכו') צוזאמען מיט א שטיקל פון דר. קאהוט על הערוך ערך "טפח". "טפח" איז א מין קטניות כמבואר בכמה ברייתות. און דער ערוך איז מסביר וואס "טופח" איז, קומט ר' בנימין מוספיא אין מוסף הערוך און איז חולק אויפן ערוך, און ער זאגט אז ס'איז "מין דגן אשר בגבעוליו אין קשרים, כמו גמא, וגרעיניו קטנים". קומט חנוך יהודה קאהוט פון ערוך השלם אשר חותם שמו אחי"ה, און איז מוסיף לפרש די ווערטער פון בנימין, אז לויט אים איז עס עפעס א דגן וואס איז נרדף מיט "עממער" אדער "איינקארן".

ממילא קומט דאך אויס אז ס'דא א "דעה" אז איינקארן איז קטניות.

כ'מיין אז מ'דארף נישט מסביר זיין די פראבלעם דערמיט, אבער אזוי ווי ער איז נישט דער ערשטער, ער ברענגט נאר נאך פון א תלמיד חכם וואס זאגט אזוי (כמ"ש הרב לויפער בקובץ גנת ורדים) זעט אויס אז מ'קען זיך יא טועה זיין.

ראשית, דער ערוך ושאר ראשונים האלטן אז "טפח" איז נישט איינקארן נאר א געוויסע בונדל קטניות. און אויב איז בנמין מוספיא זיין בר פלוגתא איז בכלל נישט קיין דיון וועם מ'נעמט אן. והשנית, בנימין מוספיא האלט אז טופח אז א מין דגן גרוע (וואס לויט קאהוט איז עס עפעס וואס איז דומה צו איינקארן), אבער ס'ווערט נאך נישט פאר דעם קטניות, ואדרבה ער קרוגט און האלט אז "טפח" איז א דגן נישט קיין קטניות.

נו פון ווי זעט מען נאך אז "איינקארן" איז אפשר א "קטניות"?!

ערך טפח 1.png
ערך טפח 1.png (22.76 KiB) געזעהן 789 מאל


ערך טפח 2.png
ערך טפח 2.png (181.37 KiB) געזעהן 789 מאל


***
בכלל האט הרב הכותב נישט פארשטאנען די באדייט פון די ווארט "איינ-קארן", כאילו ס'איז עפעס א אייגענע נאמען אן זיין מחובר צו די ווארט "ווייץ. דער אמת איז אז ס'מיינט "איין קערנדעל ווייץ", וואס דאס איז לעומת "עממער" וואס איז צוויי קערנדעל ווייץ.

ווי אויך פלעגט מען רופן די "אייק" אין דייטשלאנד - וואס פון דארט איז די מקור פאר די ווארט "איינקארן" - "קליין ספעלט", דהיינו אז דאס איז א קליינע ספעלט.

Einkorn_BMK.jpg
רעכטס איז ספעלט לינקס איז איינקארן
Einkorn_BMK.jpg (223.21 KiB) געזעהן 789 מאל


ממילא אז מ'מעג מאכן מצות פון ספעלט כמפורש במשנה אז כוסמין איז מותר, איז אויך מותר צו מאכן פון איינקארן וואס איז אויך א געוויסע ספעלט ווייץ.

לגבי כלאים עם מין הנקרא "חטה" צע"ג, אבער לגבי מצות מצה מותר.

יש לי עוד כמה הערות ע"ד, ועוד חזון לאחר המועד...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

צדקה
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:40 pm

תגובהדורך צדקה » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 12:01 am

איר מסתמא געלייגט בטעות א צווייטע בילד, אויפן בילד זעהט מען אין איין טאץ ווייץ און אין די אנדערע די שאלעכץ.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 12:07 am

;l;p- פאר די ערקלערונג און בפרט פאר די צווייטע העלפט פון די לעצטע שורה...
דביה תחדי נפשא

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:23 am

צדקה האט געשריבן:איר מסתמא געלייגט בטעות א צווייטע בילד, אויפן בילד זעהט מען אין איין טאץ ווייץ און אין די אנדערע די שאלעכץ.

ריכטיג, געמאכט א טעות. אין ביידע בילדער זעט מען איינקארן, איינס מיט שולאכעץ, איינס אפגעשיילט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מאי 09, 2019 11:02 am

יעצט איז ערשינען דער קובץ גנת ורדים ניסן-אייר און דארט איז דא 2 תשובות איבער דעם נושא, איינס הגאון ר' שלום נח ווייס שליט"א, און איינס הרה"ג ר' דוד ראזנבערג שליט"א מנהל בית האופה דקיט"ל סאטמאר בראדוועי.

ר' דוד ווענדט בעיקר אפ די טעות וואס איינער האט געהאט פונעם ערוך אז ס'איז קטניות, ער ברענגט ראיות אז "טופח" וואס איז קטניות איז נישט קיין איינקארן. [באמת אפילו דער "משכיל" אין ערוך האלט אויך נישט אז איינקארן איז "קטניות", ער האלט אז "טופח" איז א מין "דגן" וואס ענדעלט אין איינקארן, כמבואר בתגובתי לעיל].

ווי אויך ברענגט ארויס בקיצור פארוואס ס'ענדעלט צו ווייץ און מ'קען זיך סומך זיין דערויף.

פאר א איבערזיכט פון די תשובה פון ר' שלום נח דארף מען מער צייט...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט