אייק מצות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בועז
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » מאנטאג מארטש 18, 2019 2:52 pm

איך קען זעהן לכאורה זען דריי פראבלעמען.
אויב אועטס איז שיבולת שועל דאן איז עס זיכער שעורים ולכתחלה לוקחים חטין ויש ע"ז חומרא מבעל מנח"י
לכאורה איז זייער שווער צו ארבעטן מיט אזא טייג צו מאכן האנד מצות
כאטש ע"פ מסורה איז דאס טאקע שיבולת שועל איז דא פקפוקים הגם מ'קען נישט מערער זיין אויף די מסורה לגבי דיני ברכות אבער קען זיין לגבי מצה יש להחמיר
בכל אופן רעד מען דא פון א שאלה לגבי חולים וואס איז זיי אויסטערליש שווער צו עסן מצות פון געהעריגע ווייץ, צו זיי מעגן זיך פארלאזן אז דאס איז אויך פון די ה' מיני דגן לגבי מצה, ס'איז זייער שטארק נוטה אז יא, דערפאר איז אזא פסק הלכה אז מ'קען דאס רעכענען פאר מצה שטארק מסתבר להקל גבי חולים. לצד הרחוק איז דאס אפשר א ספק איסור קטניות וואס איז מבחינת ההלכה אן איסור קל ובפרט ווען מ'מאכט דאס בצורת מצה, ובפרט לגבי חולים במקום מצוה.
פון די אנדערע זייט צו זאגן אז מ'דארף נישט אפילו חושש זיין לגבי איסור חימוץ איז דאס א קלות נוראה
לעצט פאראכטן דורך בועז אום מאנטאג מארטש 18, 2019 5:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג מארטש 18, 2019 4:56 pm

בועז האט געשריבן:בכל אופן רעד מען דא פון א שאלה לגבי חולים וואס איז זיי אויסטערליש שווער צו עסן מצות פון געהעריגע ווייץ, צו זיי מעגן זיך פארלאזן אז דאס איז אויך פון די ה' מיני דגן לגבי מצה, ס'איז זייער שטארק נוטה אז יא, דערפאר איז אזא פסק הלכה אז מ'קען דאס רעכענען פאר מצה שטארק מסתבר להקל גבי חולים. לצד הרחוק איז דאס אפשר א ספק איסור קטניות וואס איז מבחינת ההלכה אן איסור קל ובפרט ווען מ'מאכט דאס בצורת מצה, ובפרט לגבי חולים במקום מצוה.
פון די אנדערע זייט צו זאגן אז מ'דארף נישט אפילו חושש זיין לגבי איסור חימוץ איז דאס א קלות נוראה.
עכ"פ ווער ס'וויל עס נישט מתיר זיין איז פארשטענדליך.

אלץ פיין אין וואויל אויב וואלטן זיי געשריבן אז סאיז געמאכט פאר חולים, איך בין נכשל געווארן און געגעסן פון דעם אפאר יאר צוריק גאנץ פסח אויך ליל הסדר מיינענדיג אז סאיז פשוט א געזונטערע ווייץ, ווייל נישט אויפן באקס און נישט ביים קויפן איז געשטאנען אז סאיז מיועד פאר חולים אדער אז סאיז נישט 100% פראצענט לכתחילה.
נאר מיט א מעשה שהיה וואס איך האב געהאט אינמיטן יאר האב איך זעך דערוויסט אז סאיז גארנישט פשוט און אז לפי כמה צדדי ספק האב איך יענע יאר נישט מקיים געווען מצוות אכילת מצה!

בועז
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » מאנטאג מארטש 18, 2019 5:03 pm

מיט דעם זענט איר ווארשיינליך גערעכט אז מ'דארף צו מודיע זיין אז דאס איז נישט די געווענליכע ווייץ און אז איינער וויל זיך נישט אריינלאזן אין די שאלה זאל ער וויסן דערפין

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג מארטש 18, 2019 5:25 pm

אויב מיר פארלאזן זיך אויף די "סייענטיסטן" האבן מיר א קיימא לן פון בערך 70 ערליי גרעינס GRAINS (דגן), אין זייער נוקליי-כעמישער באשטאנדטייל.

איר האט אמאל געהערט פון די פארשידענע ערליי סארט ווייץ, לשיטתם?
"כוס כוס" ווייץ
"דורהאם" ווייץ
"אמער" ווייץ
"קאמוט" ווייץ

אלערליי רייז, נוסלעך, פינאטס, בונדלעך זענען אין די סייענטיפישע וועלט קלאסיפיצירט אלץ "דגן".

בכלל, האבן מיר א גרויסן און הייליגן תנא ורבי יוחנן בן נורי שמו, וועלכער האט גע'פסקט קלאר און דייטליך אז "אורז מין דגן" און מ'קען יוצא זיין דערמיט מצות אכילת מצה.

ממילא אפילו איינער וויל זאגן אז "אייק" איז נישט 100 פראצענט געהעריגע ווייץ, איז עס זיכער עפעס א סארט אורז.

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מאנטאג מארטש 18, 2019 5:26 pm

בועז האט געשריבן:מיט דעם זענט איר ווארשיינליך גערעכט אז מ'דארף צו מודיע זיין אז דאס איז נישט די געווענליכע ווייץ און אז איינער וויל זיך נישט אריינלאזן אין די שאלה זאל ער וויסן דערפין

איך ווייס פון עטליכע וואס זיי האבן עס יא געזאגט
אולי האסטו בלויז נישט צוגעלייגט קיין קאפ ווען מען האט דיר עס געזאגט (אדער איז דיין מעשה נישט געשטויגן)

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » מאנטאג מארטש 18, 2019 5:29 pm

HelpMe האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:מיט דעם זענט איר ווארשיינליך גערעכט אז מ'דארף צו מודיע זיין אז דאס איז נישט די געווענליכע ווייץ און אז איינער וויל זיך נישט אריינלאזן אין די שאלה זאל ער וויסן דערפין

איך ווייס פון עטליכע וואס זיי האבן עס יא געזאגט למשל מיר
אולי האסטו בלויז נישט צוגעלייגט קיין קאפ ווען מען האט דיר עס געזאגט (אדער איז דיין מעשה נישט געשטויגן שטארק מסתבר)

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג מארטש 18, 2019 5:31 pm

HelpMe האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:מיט דעם זענט איר ווארשיינליך גערעכט אז מ'דארף צו מודיע זיין אז דאס איז נישט די געווענליכע ווייץ און אז איינער וויל זיך נישט אריינלאזן אין די שאלה זאל ער וויסן דערפין

איך ווייס פון עטליכע וואס זיי האבן עס יא געזאגט
אולי האסטו בלויז נישט צוגעלייגט קיין קאפ ווען מען האט דיר עס געזאגט (אדער איז דיין מעשה נישט געשטויגן)

מיין מעשה איז געשען מיט א שייענ פאר יאר צוריק, דעמאלס האבן זיי נאך גארניש געזאגט, נאר די לעצטע פאר יאר, אפשר טאקע אלץ די גערידער וואס מענטשן האבן געמאכט, האבן זיי אנגעהויבן זאגן. אבער סאיז נישט גענוג זאגן, עס וואלט געדארפט ווערן געשריבן אויף די באקס.

און אגב, כהאב נישט געוויסט אז איך בין חשוד דא ביי חברי הפורום אלץ א ליגינער...

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מאנטאג מארטש 18, 2019 5:33 pm

ווייזער האט געשריבן:
ממילא אפילו איינער וויל זאגן אז "אייק" איז נישט 100 פראצענט געהעריגע ווייץ, איז עס זיכער עפעס א סארט אורז.

הייסט עס לדבריך איז נאר דא אויפן וועלט ה' מיני דגן און אורז?
וואס הערט זיך מיט דוחן ודכוותיה?

בועז
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » מאנטאג מארטש 18, 2019 5:34 pm

ווייזער האט געשריבן:אויב מיר פארלאזן זיך אויף די "סייענטיסטן" האבן מיר א קיימא לן פון בערך 70 ערליי גרעינס GRAINS (דגן), אין זייער נוקליי-כעמישער באשטאנדטייל.

איר האט אמאל געהערט פון די פארשידענע ערליי סארט ווייץ, לשיטתם?
"כוס כוס" ווייץ
"דורהאם" ווייץ
"אמער" ווייץ
"קאמוט" ווייץ

אלערליי רייז, נוסלעך, פינאטס, בונדלעך זענען אין די סייענטיפישע וועלט קלאסיפיצירט אלץ "דגן".

בכלל, האבן מיר א גרויסן און הייליגן תנא ורבי יוחנן בן נורי שמו, וועלכער האט גע'פסקט קלאר און דייטליך אז "אורז מין דגן" און מ'קען יוצא זיין דערמיט מצות אכילת מצה.

ממילא אפילו איינער וויל זאגן אז "אייק" איז נישט 100 פראצענט געהעריגע ווייץ, איז עס זיכער עפעס א סארט אורז.

די הלכה איז נישט ווי ר' יוחנן בן נורי און דאס איז א שיטה דחויה שאינו נוגע להלכה ואפילו לצירוף

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג מארטש 18, 2019 5:38 pm

אויפן ערשטן פעידש אין דעם אשכול פון פעב. 2016
יענקעלע האט געשריבן:מיר האט א דאקטער אמאל געהייסען ניצען ספעלט האב איך געפרעגט א גרויסע מורה הוראה (מדייני מהרז"ל) האט מיר געזאגט אז איך זאל פרעגן דעם דאקטער צו אייק/איינקארן קען איך אויך ניצען, זאגענדיג אז ספעלט איז א בדיעבד ווייל עס איז נישט קיין ווייץ האט עס נישט די אלע קבלות פון 18 מינוט וכו', אבער אייק איז יא ווייץ און עס איז א לכתחילה (קען זיין אויך נאר פאר ווער עס מיז צוקומען דערצו).


יענקעלע האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:מיט דעם זענט איר ווארשיינליך גערעכט אז מ'דארף צו מודיע זיין אז דאס איז נישט די געווענליכע ווייץ און אז איינער וויל זיך נישט אריינלאזן אין די שאלה זאל ער וויסן דערפין

איך ווייס פון עטליכע וואס זיי האבן עס יא געזאגט למשל מיר
אולי האסטו בלויז נישט צוגעלייגט קיין קאפ ווען מען האט דיר עס געזאגט (אדער איז דיין מעשה נישט געשטויגן שטארק מסתבר)

בועז
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » מאנטאג מארטש 18, 2019 5:39 pm

איך פארשטיי נישט, אז איינער זאגט אז מ'האט אים נישט געזאגט, וואס איז די נקודה זיך צו דינגען דערויף, ס'קען טאקע נישט זיין ? ובכל אופן וואס איז דאס נוגע יעצט אז מ'זאגט שוין יא מאי דהוה הוה מכאן ואילך חושבנא.

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג מארטש 18, 2019 5:43 pm

אויך פון feb 2016
פעלעד האט געשריבן:
נישט האט געשריבן:קודם תיקון טעות, ס'הייסט 'איינקארן וויעט' נישט אייק. דאס איז א געהעריגע וויעט (חטה), אונזער געווענליכע וויעט איז אויך איינע פון די הונדערטער סארטן חטה וואס זענען פארהאנען

דא קענט איר טרעפן פונקטליכע אינפאמציע

נאך א תיקות טעות, נישט פאר וואס דארפן לאו גלוטן איז עס גוט. נאר פאר רובא דרובא. און מען מוז עס פרובירן מיט א קליין שטיקל פאר מען עסט, צו זעהן מען דערהייבט עס

1. יא
2. ס'איז בכלל נישט קיין שאלה אז מען זאל דארפן פרעגן א רב, דאס איז איינע פון פילע סארטן וויעט וואס איז דא, והוא פשוט מאוד. גראדע האבן דייני מהרז"ל דורך געטוהן פאר אריינברענגען אין די דארטיגע מצה בעקעריי

גאר אגרויסן טעות!!!

אחד מגדולי המומחים אין ווייץ, איינער וואס איז געווען פון די וואס האבן אויסגעטראפן די אריזונה ווייץ האט מיר געזאגט, אז ער איז געווען אין די פעלד פון די אייק מעיל, און עהם זעט עס אסאך מער אויס ווי קארן איידער ווי חיטה, און אויך די רבנים וואס האבן געפאסקענט אז סאיז המוציא זיינען אסאך געזעצן אויף דעם און נישט מיט אזא פשטות ווי די זאגסט!

דברי החוקרים והגויים אז סאיז דא צענדליגע ווייצן אינטער די קאטאגורי פון ווייץ, ציינו נאכנישט אז עפ"י תורה האט עס א דין חיטה,
סאיז עניינים חמורם הנוגעים לדאורייתא כגון קיום מצוות מצה ליל הסדר, סאיז גארנישט אזוי פשוט.

דערפאר זיך איך די נעמן פון די רבנים וואס האב געפאסקענט דערוועגן, כדי צו רעדן מיט זיי פערזענליך און הערן על סמך וואס זיי האבן אזוי געפאסקענט, ווייסט איר אפשר די נעמן פון די רבנים?
שוין 3 יאר וואס איך ניץ פסח אייק מצות, און כהאב געהערט די ווערטער פון דעם מומחה וואס איך קען גוט פערזענליך, האב איך עס בעסער געוואלט מברר זיין פאר איך גיי קויפן נאכאמאל.

2. ויק"י איז געבלאקט ביימיר, וועלט איינער געקענט אראפ ברענגן וואס זיי שרייבן? (נאר פאר אינטערסאנטקייט, ווייל להלכה זענען זייער ווערטער גארנישט ווערד).

בועז
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » מאנטאג מארטש 18, 2019 6:34 pm

זאל מיר איינער זאגן אז איך מאך א טעות, אבער מיר דוכט זיך אז מ'פלעגט פארקויפן קאמוט ווייץ מעל און אפשר פארקויפט מען נאך היינט, צו מאכן חלות אויף שבת, דאס מיינט נעמען חלה מיט א ברכה אויב ס'איז כשיעור ווי אויך ברכת המזון וליל סוכות נוגע לדאורייתא ואין פוצה פה ומצפצף, איז די קאמוט ווייץ מער אויפגעוויזן ווי די אייק ? איינער ווייסט ?

פרידן
שר האלף
תגובות: 1966
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג מארטש 19, 2019 3:18 am

קען זיין די סאטמערע בעקערי אין אר"י זאגט נישט אין אמעריקא זאגן זיי יא

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » דינסטאג מארטש 19, 2019 11:26 am

הר גריזים האט געשריבן:אויפן ערשטן פעידש אין דעם אשכול פון פעב. 2016
יענקעלע האט געשריבן:מיר האט א דאקטער אמאל געהייסען ניצען ספעלט האב איך געפרעגט א גרויסע מורה הוראה (מדייני מהרז"ל) האט מיר געזאגט אז איך זאל פרעגן דעם דאקטער צו אייק/איינקארן קען איך אויך ניצען, זאגענדיג אז ספעלט איז א בדיעבד ווייל עס איז נישט קיין ווייץ האט עס נישט די אלע קבלות פון 18 מינוט וכו', אבער אייק איז יא ווייץ און עס איז א לכתחילה (קען זיין אויך נאר פאר ווער עס מיז צוקומען דערצו).


יענקעלע האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:מיט דעם זענט איר ווארשיינליך גערעכט אז מ'דארף צו מודיע זיין אז דאס איז נישט די געווענליכע ווייץ און אז איינער וויל זיך נישט אריינלאזן אין די שאלה זאל ער וויסן דערפין

איך ווייס פון עטליכע וואס זיי האבן עס יא געזאגט למשל מיר
אולי האסטו בלויז נישט צוגעלייגט קיין קאפ ווען מען האט דיר עס געזאגט (אדער איז דיין מעשה נישט געשטויגן שטארק מסתבר)

ווי געזאגט לגבי מסורה זענען ביידע אייניג (אדער אפשר שטייט אייק בעסער ווייל עס איז דאך ווייץ און ווייץ האט דאך א מסורה), ווייטער יוצא צו זיין אכילת מצה איז חטה מער א לכתחילה ווי כוסמין

בועז
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » דינסטאג מארטש 19, 2019 12:30 pm

כוסמין איז ספעלט און עס שטייט אין די משנה אז מ'מעג לכתחלה יוצא זיין דערמיט.
נאר ס'שטייט אין רמ"א אז די מנהג איז צו נעמען לכתחלה חיטין
אבער מצד ההלכה איז כוסמין אויך א לכתחלה

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג מארטש 19, 2019 4:57 pm

כוסמין איז גראדע איינס פון די טענות פון די מערערים, קען זיין מ'האט שוין געברענגט, ווייל אין די משנה איז אויסגערעכנט חמשת מיני דגן, איינס דערפון איז כוסמין דהיינו ספעלט, דאס הייסט אז ספעלט איז "נישט" קיין מין חטה, נאר א מין דגן.

ביי די סייענטיסטן איז ספעלט א מין חטה, איינס פון הונדערטער מינים, אלא מאי זייער קאטעגארעזירן מיינט נישט להלכה גארנישט, און ווען זיי זאגן אויף עפעס אז ס'איז ווייץ מיינט נישט אז די תוה"ק זאגט אויך אזוי.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

בועז
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » דינסטאג מארטש 19, 2019 5:06 pm

נישט ריכטיג, די גמרא זאגט אז די פינעף זענען באמת צוויי הויפט קאטאגאריעס פון חיטה ושעורה און אז כוסמין איז א מין חיטה

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג מארטש 19, 2019 6:44 pm

בועז האט געשריבן:נישט ריכטיג, די גמרא זאגט אז די פינעף זענען באמת צוויי הויפט קאטאגאריעס פון חיטה ושעורה און אז כוסמין איז א מין חיטה


כוסמין איז א מין חטה?
אינטרעסאנט.

מקור ביטע?

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » דינסטאג מארטש 19, 2019 6:52 pm

סהאט אריינגעמישט פון ארגינעלע חיטה

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג מארטש 19, 2019 7:06 pm

קיסריה האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:נישט ריכטיג, די גמרא זאגט אז די פינעף זענען באמת צוויי הויפט קאטאגאריעס פון חיטה ושעורה און אז כוסמין איז א מין חיטה


כוסמין איז א מין חטה?
אינטרעסאנט.

מקור ביטע?

עיין פסחים ל"ה

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג מארטש 19, 2019 7:34 pm

דממה דקה האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:נישט ריכטיג, די גמרא זאגט אז די פינעף זענען באמת צוויי הויפט קאטאגאריעס פון חיטה ושעורה און אז כוסמין איז א מין חיטה


כוסמין איז א מין חטה?
אינטרעסאנט.

מקור ביטע?

עיין פסחים ל"ה


עי׳ בתוס׳ שם,
דזהו לענין חלה שמצטרף בהדי חטים ושעורים.
דהיינו ס׳איז אויך א מין חטים און אויך א מין שעורים.

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » דינסטאג מארטש 19, 2019 7:35 pm

און טעם איז עס גוט

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג מארטש 19, 2019 8:23 pm

קיסריה האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:נישט ריכטיג, די גמרא זאגט אז די פינעף זענען באמת צוויי הויפט קאטאגאריעס פון חיטה ושעורה און אז כוסמין איז א מין חיטה


כוסמין איז א מין חטה?
אינטרעסאנט.

מקור ביטע?

עיין פסחים ל"ה


עי׳ בתוס׳ שם,
דזהו לענין חלה שמצטרף בהדי חטים ושעורים.
דהיינו ס׳איז אויך א מין חטים און אויך א מין שעורים.

סא פארדעם האסטו געבעטן א מקור... :roll:

הר גריזים
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג מארטש 25, 2019 4:57 pm

וואס איז די נייע 'רעד פייוו' ווייץ וואס סאטמאר בעקערי האט אדווערטייזט היינט אין דבר יום?


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט