אייק מצות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:42 pm

farshlufen האט געשריבן:די ערפינדער וועלנדיג ארויסברענגען די מעלות זאגן אז עס איז גענצליך אנדערש אין טעם און ניוטריענטס [איין דוגמא איז, די וואס פארנעמען קיין ווייץ איבערהויפט, פארנעמען "דאס" יא] און אין טעקסטשור, ועוד ס'יעהרט נישט ווי ווייץ.

אויב וויל עמיצער בויען על דבריהם ועל חלומותיהם שטימט עס אויך נישט, ווייל זיי זאגן אז: בימי חכמי התלמוד האט מען עס "נישט" גענוצט, און אין אר"י איז עס "נישט" געווען, נאר ס'איז געוואסן ווילד אין די מדבריות וכו'

וא"כ מיט וואס איז עס א חיטה?

עס יערט יא, און עס האט גלוטען.
נישט יעדע ווייץ האט די זעלבע טעם ווי אנדערע.

די וואס פארנעמען נישט קיין ווייץ איז ווייל אונזערע ווייץ איז געפאטשקעט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21185
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 12, 2019 4:55 pm

"זיי" זאגן אז עס יערט נישט די זעלבע.

עס האט אן אנדערע סארט גלוטען.

ווייץ איז נאכנישט פארהאן קיין גענעטישע געפאטשקעטע אויפן מארקעט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2254
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג מארטש 12, 2019 5:28 pm

farshlufen האט געשריבן:
ווייץ איז נאכנישט פארהאן קיין גענעטישע געפאטשקעטע אויפן מארקעט.

וואס זענען די נייע געזונטע מעהל וואס קומט ארויס יעדע שני וחמישי?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג מארטש 12, 2019 5:53 pm

:|
farshlufen האט געשריבן:"זיי" זאגן אז עס יערט נישט די זעלבע.

עס האט אן אנדערע סארט גלוטען.

ווייץ איז נאכנישט פארהאן קיין גענעטישע געפאטשקעטע אויפן מארקעט.

איך רעד נישט פון GMO נאר פון הייברידס

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » דינסטאג מארטש 12, 2019 5:57 pm

farshlufen האט געשריבן:"זיי" זאגן אז עס יערט נישט די זעלבע.

עס האט אן אנדערע סארט גלוטען.

ווייץ איז נאכנישט פארהאן קיין גענעטישע געפאטשקעטע אויפן מארקעט.

ווער איז דער ''זיי'' צו וועם דו באציסט זיך אזוי מיט ערע?

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג מארטש 12, 2019 5:57 pm

פעלעד האט געשריבן:די FDA שפילט נישט קיין שום ראלע בנוגע להלכה, נישט וואס ביי זיי ווערט גערעכנט אלץ חיטה האט א דין חיטה על פי תורה.

לגבי רבני מהרז"ל, נישט ריכטיג אז זיי האלטן אז סאיז די מערסטע לכתחילהדיגע וועג פאר חולים, ווייל אויט מצות אן גלוטען איז מער לכתחילה הגם כמה פוסקים זענען חושש לגבי שיעור חימוץ, כלפי אייק איז סאך ערגער בשעת וואס סאיז בכלל נישט קלאר צי סאיז בכלל חיטה.

איך האב פערזענלעך גערעדט מיט די רבנים וואס האבן עס מתיר געווען ווייל סאיז מיר געווען נוגע, טייל האבן זיך פארלאסט אויך וואס מהאט זיי געזאגט לגבי דעם און זיי האבן מיר נישט געוויסט צו זאגן פרטים נאר געשיקט צום צווייטן, ביז מהאט מיר געגעבן קלאר חו פארשטיין אז סאיז אן ערנסטע בדיעבד און זיי מאכן עס נאר פאר חולים, האב איך זיי געפרעגט פארוואס שרייבן זיי נישט קלאר אז סאיז נאר פאר חולים, האבן זיי געענטםערט אז סאיז איבריג צו שרייבן ווייל יעדער פארשטייט אליין.
ותמהתי מאד, כהאב עם געזאגט אז איך אליינס האב געגעסן אפאר יאר צוריק גאנץ פסח כולל ליל הסדר נאר אייק ווייל איך האב זיך פארלאסט אויף זיי, און ב"ה איך בין נישט א חולה נאר אלערגיש צו גלוטען, איז א חוצפה נוראה נישט צו שרייבן קלאר. האט ער מיר נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, נאר געזאגט אז די רבנים האבן לעצטע יאר געגעבן א הוראה עס נישט צו פארקויפן סתם אזוי.



איך ווייס נישט ווער ס'איז געווען דיין פארקויפער דארט. איך בין דארט געווען שוין א שיינע פאר יאר צוריק ווען כ'האב משום מה געוואלט ספעלט. און אפילו אויף ספעלט האבן זיי מיר אנגעזאגט אז איך דארף קודם פרעגן א דיין.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21185
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 12, 2019 5:59 pm

מחנך ב2018 האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:"זיי" זאגן אז עס יערט נישט די זעלבע.

עס האט אן אנדערע סארט גלוטען.

ווייץ איז נאכנישט פארהאן קיין גענעטישע געפאטשקעטע אויפן מארקעט.

ווער איז דער ''זיי'' צו וועם דו באציסט זיך אזוי מיט ערע?

מיט עהרע?

איך שרייב וואס די פירמע וואס האט דאס אפירגעקראצט דערציילט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » דינסטאג מארטש 12, 2019 6:09 pm

וואס האסטו אזוי מורא אנצורופן דעם בחור ביים נאמען, וועלכע פירמע רעדט איר?

גבור חיל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 6:23 pm

תגובהדורך גבור חיל » דינסטאג מארטש 12, 2019 8:26 pm

דממה דקה האט געשריבן:אויב איך מעג אייך מטריח זיין, אפשר קענט איר קלארשטעלן די חילוק אין אויסזעהן און אייגענשאפטן.

די איינציגסטע חילוק אין אויסזעהן איז, אז געהעריגע חטה קומט מיט א שפאלט, משא"כ איינקארן האט נישט,
אויף כוסמין, וואס איז היינט אנגענומען אז סאיז ספעלט, איז דא א ריטב"א אין פסחים אז סקוקט אויס ווי ווייץ, נאר סהאט נישט קיין שפאלט...
אויב וועסטו פרעגן עני פארמער וואס פארקויפט ווייץ און אים פרעגן וואס איז אייק, וועט ער דיר זאגן אז סאיז בערך ספעלט,

און איז די אנגענומענע שיטה אין די וועלט אז אייק איז די ארגינעלע ספעלט, דאס הייסט סאיז כוסמין וואס די משנה רעדט.

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » דינסטאג מארטש 12, 2019 10:58 pm

The gluten in einkorn lacks the high molecular weight proteins that many people can't digest. If you are sensitive to modern wheat, einkorn may provide a delicious alternative. Einkorn does contain gluten and is not ok for those with celiac disease

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מיטוואך מארטש 13, 2019 7:41 am

גבור חיל האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:אויב איך מעג אייך מטריח זיין, אפשר קענט איר קלארשטעלן די חילוק אין אויסזעהן און אייגענשאפטן.

די איינציגסטע חילוק אין אויסזעהן איז, אז געהעריגע חטה קומט מיט א שפאלט, משא"כ איינקארן האט נישט,
אויף כוסמין, וואס איז היינט אנגענומען אז סאיז ספעלט, איז דא א ריטב"א אין פסחים אז סקוקט אויס ווי ווייץ, נאר סהאט נישט קיין שפאלט...
אויב וועסטו פרעגן עני פארמער וואס פארקויפט ווייץ און אים פרעגן וואס איז אייק, וועט ער דיר זאגן אז סאיז בערך ספעלט,

און איז די אנגענומענע שיטה אין די וועלט אז אייק איז די ארגינעלע ספעלט, דאס הייסט סאיז כוסמין וואס די משנה רעדט.

נאך חילוקים:

אין די קערל פון חיטה איז דא א חלק וואס איז ברייט און א חלק שמאל, ביי איינקארן איז םונקט פארקערט, ווי די חיטה איז ברייט איז דיי איינקארן שמאל, און ווי די חיטה איז שמאל איז די איינקארן ברייט.
ווען מען האלט אויפן האנט ביידע קערעלעך איינס לעבן אנדערע קען מען עס גוט בארמערקן.

אויך, מהאט געמאכט סטאדיס, און אלע מיני חיטה וואס מווייסט, קען מען מרכיב זיין איינס אין די צווייטע און זענען ווייטער מצמיח פירות, אבער איינקארן ווען מאיז מרכיב אין אונזערע ווייץ קומען ארויס סטערי"ל קערעלעך וואס זענען נישט מצמיח ווייטער תבואה.

אויך האט מען געטראפן איין מין רייז וואס ענדלט זייער אין זיין אויסזעהן מיט זיין שיבולת וכו' צו די איינקארן, אזוי אז די אייק קען פונקט אוי זיין א מין רייז ווי א מין ווייץ.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מארטש 13, 2019 8:36 am

איך האב נאכנישט געטראפן די הלכה אז חיטה איז נאר נאכל במסורת, עס אזא קנייטש צו אזא קנייטש, עס ארבעט נישט אזוי בכלל, עס איז נישט די בראקל און די מוסקאווי, עס איז א ווייץ, עס זעהט ווי א ווייץ, עס האט די אייגענשאפטן פון ווייץ, און עס איז מחמיץ,

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21185
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 13, 2019 8:48 am

קנייטש?

ס'איז דאך אן אנדערע צורה און אן אנדערע מציאות.

ס'קען טאקע זיין אז ס'איז עפעס א דגן, אבער אויב קיינער האט נישט געוואוסט דערפון ביז תשס"ט דאן מי לחשך וואס דאס איז? עכ"פ, ס'האט א 50 פראצענט שאנס אז ס'איז נישט מה' מינין ומידי ספק לא יצאנו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך מארטש 13, 2019 8:58 am

סאיז אן אנדערע מציאות פון ספעלט? סאיז מחמיץ לפחות ווי אוטס?

ווער איז דאס
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » מיטוואך מארטש 13, 2019 9:10 am

אגב סהאט געהייסען אז מגייט עס נישט די יאר פארקויפען סהאט זיך געטוהן אהין אין צירוק מיט אהין

שמעתי אפאר יאר צירוק אז סקען זיין אז דאס איז די ריכטיגע מקורותדיגע ווייץ נישט פארדרייט ווי אנדערע

הינדלעך

HelpMe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:50 am

ווער איז דאס האט געשריבן:אגב סהאט געהייסען אז מגייט עס נישט די יאר פארקויפען סהאט זיך געטוהן אהין אין צירוק מיט אהין

שמעתי אפאר יאר צירוק אז סקען זיין אז דאס איז די ריכטיגע מקורותדיגע ווייץ נישט פארדרייט ווי אנדערע

הינדלעך

ווי גייט מען עס נישט פארקויפן?

גבור חיל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 6:23 pm

תגובהדורך גבור חיל » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:45 pm

דממה דקה האט געשריבן:סאיז אן אנדערע מציאות פון ספעלט? סאיז מחמיץ לפחות ווי אוטס?


סאיז געהעריג מחמיץ פונקט ווי ווייץ, (געהערט פון א איד וואס האט עס אויספראבירט.)

גבור חיל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 6:23 pm

תגובהדורך גבור חיל » מיטוואך מארטש 13, 2019 12:50 pm

פעלעד האט געשריבן:נאך חילוקים:

אין די קערל פון חיטה איז דא א חלק וואס איז ברייט און א חלק שמאל, ביי איינקארן איז םונקט פארקערט, ווי די חיטה איז ברייט איז דיי איינקארן שמאל, און ווי די חיטה איז שמאל איז די איינקארן ברייט.
ווען מען האלט אויפן האנט ביידע קערעלעך איינס לעבן אנדערע קען מען עס גוט בארמערקן.

אויך, מהאט געמאכט סטאדיס, און אלע מיני חיטה וואס מווייסט, קען מען מרכיב זיין איינס אין די צווייטע און זענען ווייטער מצמיח פירות, אבער איינקארן ווען מאיז מרכיב אין אונזערע ווייץ קומען ארויס סטערי"ל קערעלעך וואס זענען נישט מצמיח ווייטער תבואה.

אויך האט מען געטראפן איין מין רייז וואס ענדלט זייער אין זיין אויסזעהן מיט זיין שיבולת וכו' צו די איינקארן, אזוי אז די אייק קען פונקט אוי זיין א מין רייז ווי א מין ווייץ.

IMG_20190313_124804_997.jpg
IMG_20190313_124804_997.jpg (70.53 KiB) געזעהן 1172 מאל

אויף די רעכטע זייט איז די איינקארן, די מיטעלסטע איז חטה, די לינקע איז שבולת שועל וואס הייסט 'רעי' היינט צוטאגס, די איינקארן קוקט אויס גענוי ווי די רעי נאר די איין חילוק פון די שפאלט!

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » מיטוואך מארטש 13, 2019 1:39 pm

רעי איז שיפון, שיבולת שועל הייסט אויטס.

פארווייטאגט
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:38 am

דממה דקה האט געשריבן:איך האב נאכנישט געטראפן די הלכה אז חיטה איז נאר נאכל במסורת, עס אזא קנייטש צו אזא קנייטש, עס ארבעט נישט אזוי בכלל, עס איז נישט די בראקל און די מוסקאווי,

עופות דארף א מסורה, נאכ'ן וויסען אז ס'האט אלע סימנים, ווייץ דארף נישט קיין מסורה, אבער אז עס האט נישט די צורת חיטה, וויל מען לפחות א מסורה, (וואס וואלט האלב אוועקגעמאכט די פראבלעם).

עס איז א ווייץ, טאקע? פון וואנעט ווייסטו? הלא על זאת אנו דנים.
עס זעהט ווי א ווייץ, אויפ'ן בילד זעהט עס אויס אנדערש.
עס האט די אייגענשאפטן פון ווייץ, למשל מיט וואס?
און עס איז מחמיץ, און פארדעם?


דיסקלעימר.
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אייק, חוץ פון וואס איך האב דא געליינט.
און מיין פארשטאנד אין ווייץ בכלליות, איז כמעט אזוי ווי רוב מקוה נייעס פארציילערס, וואס קענען רעדן אן וויסען בחייכון וביומיכון.
איך האב נאר נישט פארשטאנען וואס רב דממה ברענגט פאר א ראי'ה.

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » זונטאג מארטש 17, 2019 2:45 pm

זענען דא פוסקי זמנינו וואס זענען מתיר דאס עסן אייק מצות? אויב יא, ווייסט אייענר ווער?

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג מארטש 17, 2019 3:03 pm

רבני בי"ד מהרז"ל זענען די איינציגסטע מתירים
איך האב גערעדט מיט איינע פון זיי האט ער נישט געוויסט אזוי פרטים נאר זיך פארלאסט איינע אויפן צווייטן און מיר געשיקט צו ר' זושא כץ.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מארטש 17, 2019 3:05 pm

תולעים אין אראנדזש דזשוס עלערט

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג מארטש 17, 2019 3:13 pm

מוכר ספרים האט געשריבן:זענען דא פוסקי זמנינו וואס זענען מתיר דאס עסן אייק מצות? אויב יא, ווייסט אייענר ווער?

מיינסט צו פרעגן ווער ס'מתיר אז מ'איז יוצא דערמיט מצות אכילת מצה?

חמץ איז עס זיכער נישט, און מ'מעג עס עסן.

ר' דוד ראזענבערג שליט"א, האט געשריבן איבער דעם א תשובה יארן צוריק.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1325
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » זונטאג מארטש 17, 2019 3:18 pm

אויך סאיז נישט מעיל איז עס א חשש קטניות, אזוי האט מיר געזאגט איינע פון די מפקפקים, אז אויב מאיז חושש אז סאיז נישט ווייץ, האט עס געוויסע ענדלעכקייטן צו פארשידענע מיני רייז, אזוי אז סקען זיין קטניות.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: gold208 און 11 געסט