פעלעד האט געשריבן:…
חוץ פון דעם, סאיז נישטא וואס צו האלטן אנדערש, דאס איז קלאר אז סאיז א נייע סארט ווייץ וואס איז נישט געווען אמאל, און דאס איז קלאר אז היינט איז דא צענדליגע סארט וייץ וואס איז נישט מוכרח אז מן התורה הייסט עס טאקע חיטה, און קיינער אויפן וועלט קען נישט זאגן זיכער אז דאס איז ממש חיטה, ווייל סאיז נישט...
אפילו אויפן גויאישן נאמען הייסט עס "אייקארן" מיטן ווארט קארן אין זיך.
אדרבה, איך וויל באמת וויסן, שרייב מיר אין אישי דער רב'ס נאמען, און איך וויל איהם ריפן פשוט הערן וואס ער האט צו זאגן דערוועגן.
שכוייעח
לויט וואו איך פארשטיי איז דאס א אלטע מין ווייץ, מילא ווייס איך נישט וואס די שרייבסט אז ס'איז קלאר א נייע מין ווייץ (בד"וו שרייבען זיי אז עס איז געוואקסען ארגינעל אין ירדן נעבען די ים המלח, וואלט מען אפשר יא געדארפט וויסען פון דעם ויל"ע).
די נאמען איינקארן Einkorn קומט פון דייטש וואס מיינט איין קערענדעל, און האט גארנישט צוטוהען מיט מייאיז הנקרא קארן (מיט א C). און איז אוודאי ממשפחת החטה וואס איז די איבער הונדערט מינים (אזוי ווי עפעלעך און טרויבען איז דא צענדליגע מינים).