כיצד מרקדין - מנהגי חתונה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

כיצד מרקדין - מנהגי חתונה

תגובהדורך שטייגען » פרייטאג נובעמבער 20, 2015 1:12 pm

ווער געדענקט נאך?

ווען מען האט נישט אויפגעהויבען די חתן ביים אריינקימען אין זאל, אין איך מיין עס איז שוין צייט צו עס סטאפען, די ערשטע פשוטע סיבה איז וויבאלד נישט יעדע משפחה האט אפאר שטארקע מענטשן וואס האבען דיע כוח אינטערצוהייבען, אדער דארף מען צוקימען צו יענעמ׳ס טובות אדער אפאר שוואכע אינגעלייטעך וואס דארפען מוארדיג שטארק טאנצען נאכדעם צו ער איז א ברידער אדער שוואגער דארפען זיך נעבעך סתם איבערארבטען אין דאס נעמט אוועק די כוחת, אין צווייטענס וויפיל. מאל פאלט נעבעך די חתן אראפ פין בענקעל, דיע וואך אליינס האט פאסירט א מוארדיגע אימגליק (דאס האט מיר געמאכט שרייבען דעם תגובה- וואס באמת דארף עס ווערן א באזינדערע אשכול- אין לאזען הערן יעדעמ׳ס מיינוג) בשעת מען האט אריינגעברענגט דעם חתן איז ער נעבעך אראפגעפאלען אין זיך נעבעך צובראכען דעם הענד אין מען האט אראפ געברענגט א דאקטאר מיט א עקסרעי מאשין אין פארשטייט ווי אזוי קיקט אויס א חתונה ווען דער חתן דארף ארויסגיין פין זאל אויף א האלבע שעה אין דעם פרייליכסטגען טאג פין זיין לעבען צוליב עפעס א נייע מושגאס פין די לעצטע 30/35 יאר וואס א צולאזטע בחור האט אנגעהויבען, עס איז שוין צייט אננצוהייבען מיט נארמאלקייט,
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 9:16 pm

דאס איז דאך אן ערנסטע מעשה

#אשכול אלערט
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » מוצ"ש נובעמבער 21, 2015 11:58 pm

האטמיר עמצער פארציילט היינט אז די חתן איז נאך די חתונה אפגעזיצען א גאנצע נאכט אין האספיטעל פאר קעסט, ר״ל.
דער יענגער צולאזטע בחור וואס האט אויפגעהויבען זיינס א חבר ווייל עס איז געווען מוארדיגע אינטערסאנט וואס היינט איז ארויסגעקימען דערפון א גאנצע מנהג (דערווייגען זאל זיך איינער דאס ארצו שטעלן) פאר 35 יאר צוריק איז עתיד ליתן את הדין, אזוי צו שטערן דעם חתן דומה למלך׳ס גאנצע שבעה ימי המשתה. שכוח
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 22, 2015 8:27 am

ואני בעניי געדענק נישט ווען מ'האט נישט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

כרם
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » זונטאג נובעמבער 22, 2015 8:57 am

farshlufen האט געשריבן:ואני בעניי געדענק נישט ווען מ'האט נישט.

איך האב נעכטן געפרעגט א איד א בן שבעים, ער זאגט מיר מ'האט שוין אויף געהויבן די חתנים ווען ער איז נאך געוועהן א בחור

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג נובעמבער 22, 2015 10:31 am

farshlufen האט געשריבן:ואני בעניי געדענק נישט ווען מ'האט נישט.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג נובעמבער 22, 2015 5:07 pm

כרם האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ואני בעניי געדענק נישט ווען מ'האט נישט.

איך האב נעכטן געפרעגט א איד א בן שבעים, ער זאגט מיר מ'האט שוין אויף געהויבן די חתנים ווען ער איז נאך געוועהן א בחור

ווען דער חתן פלעגט אריינקומען צוזאמען מיט די כלה און זיך אראפזעצן ביי די נשים פלעגט מען אויך אויפהייבן דעם חתן נאכדעם?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » זונטאג נובעמבער 22, 2015 5:43 pm

כרם האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ואני בעניי געדענק נישט ווען מ'האט נישט.

איך האב נעכטן געפרעגט א איד א בן שבעים, ער זאגט מיר מ'האט שוין אויף געהויבן די חתנים ווען ער איז נאך געוועהן א בחור

איך געדענק מען האט דאס אנגעהויבען 30 יאר צוריק, קען זיין אז אין געוויסע פלעצער האט מען שוין יא אויפגעהויבען פארדעם, יעדער איז מכובד צו פרעגן עלטערע אידען
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

שפיץ
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:55 am
לאקאציע: אויבען אפען שפיץ

תגובהדורך שפיץ » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 10:04 am

איך געדענק נאך ווען מעןם האט געפלעגט זינגען דעמאלטס "למעלה"...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12400
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 11:16 am

איך האב אויסגעזיכט דעם אלבום פון מיין חתונה און תש"ל
אין נישט געטראפען א בילד אבער פון אויפהייבען די כלה יא
זעהט אויס אז מר טרעינער האט דאס געהאלטען פאר וויכטיגער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12400
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 1:35 pm

איך האב באגלייט זוגתי שתחי' צום אויבענאן אין עזרת נשים זיך דארט געוואעשן און אויפגעשיטען
די חלה און מיינע חברים זענען געקומען נאך מיר
זיכער געווען אן אלטער מנהג א"א ומו"ח וואלטען נישט געדולדט אז נישט
ווען האט זיך דאס אויפגעהערט?

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 1:39 pm

איך האב געהערט אז ספינקא רבי פון וויליאמסבורג ר׳ אייזיק פירט זיך נאך היינט אזוי ביי זיינע קינדערס חתונות

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3834
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 1:42 pm

קיקיון האט געשריבן:איך האב באגלייט זוגתי שתחי' צום אויבענאן אין עזרת נשים זיך דארט געוואעשן און אויפגעשיטען
די חלה און מיינע חברים זענען געקומען נאך מיר
זיכער געווען אן אלטער מנהג א"א ומו"ח וואלטען נישט געדולדט אז נישט
ווען האט זיך דאס אויפגעהערט?

אין סאטמאר האט דאס דער רבי נישט געדולדעט און האט דאס אויפגעלעזט.
נאט אייך א גרינע...


קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 1:50 pm

פליגל האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:איך האב באגלייט זוגתי שתחי' צום אויבענאן אין עזרת נשים זיך דארט געוואעשן און אויפגעשיטען
די חלה און מיינע חברים זענען געקומען נאך מיר
זיכער געווען אן אלטער מנהג א"א ומו"ח וואלטען נישט געדולדט אז נישט
ווען האט זיך דאס אויפגעהערט?

אין סאטמאר האט דאס דער רבי נישט געדולדעט און האט דאס אויפגעלעזט.

מ'האט עס געדולדעט ביז ערגעץ אינמיטן אדער סוף ל' יארן, דער עולם איז געווארן גרעסער און חתונות זענען געווארן אפטער האט מען עס אפגעשטעלט.

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 2:01 pm

עס איז אינטערסאנט צו זעהן ווי אין די אלטע ספרי המנהגים (עיי׳ למשל בספר המנהגים של ר׳ יוזפא שמש פון פראנקפורט פון 400 יאר צוריק בערך) שטייט פיל מיט אזעלכע סארט מנהגים וואס ווען איינער זאל זיך היינט פירן אזוי וואלט מען אים אנגעקוקט ווי א .......

זעהט אויס אז ווען די דורות זענען שוואכער געווארן האט מען געמוזט אויפהערן מיט די מנהגים.

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 2:03 pm

ווען האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון זינגן ווארימע ניגוני התעוררות אונטער די חופה? לויט ווי עס שטייט אין די ספרים איז די עיקר מנהג געווען צו באגלייטן די חתן כלה צו און פון די חופה מיט כלי זמר און דוקא מיט פרייליכע ניגונים.

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3834
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 2:12 pm

און וואנעט האצעך אנגעהויבן דעם מנהג פון זינגען ניגוני ל"ג בעומר ביי א חתונה? (הורא בלע"ז)
נאט אייך א גרינע...


בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 2:16 pm

פון ווי קומט בכלל די ניגון ״ויהי בישורון מלך״ וואס מען זינגט ווען מבאגלייט די חתן צו די חופה? און די ניגון ״עוד ישמע״ וואס מען זינגט נאך די חופה און ווען די חתן קומט אריין אין זאל? ווען האט זיך דאס אנגעהויבן?

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 2:48 pm

און וואנעט האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון וויינען ביי א מצווה טאנץ?
אז מען קוקוט אריין אין די ספרים זעט מען אז מצווה טאנץ איז א שעת שמחה און מען דארף זיין פרייליך..

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 2:59 pm

און ווען האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון פרעגן אויף אלעס ווען ס'האט זיך אנגעהויבן?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 3:11 pm

מחותן האט געשריבן:און וואנעט האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון וויינען ביי א מצווה טאנץ?
אז מען קוקוט אריין אין די ספרים זעט מען אז מצווה טאנץ איז א שעת שמחה און מען דארף זיין פרייליך..

באוויינען לאחר י"ב חודש איז נישט אויסגעהאלטן להלכה.

---

ביי א חתונה ברויך מען טאן אלעס מעגליך צו פריילעך מאכן, פארמאליטעטן זענען געווענליך בלויז א שטער, ודו"ק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4804
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 3:13 pm

מחותן האט געשריבן:און וואנעט האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון וויינען ביי א מצווה טאנץ?
אז מען קוקוט אריין אין די ספרים זעט מען אז מצווה טאנץ איז א שעת שמחה און מען דארף זיין פרייליך..

עס איז טאקע א מורא'דיגע עת שמחה אבער אויך א מורא'דיגע עת רצון און מען קען אלעס אויספוילען, סא פון דעם קומט דעי מנהג,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 3:20 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:און וואנעט האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון וויינען ביי א מצווה טאנץ?
אז מען קוקוט אריין אין די ספרים זעט מען אז מצווה טאנץ איז א שעת שמחה און מען דארף זיין פרייליך..

עס איז טאקע א מורא'דיגע עת שמחה אבער אויך א מורא'דיגע עת רצון און מען קען אלעס אויספוילען, סא פון דעם קומט דעי מנהג,


טאקע אט דאס איז מיין שאלה, ווען האט זיך אנגעהויבן די משוגעת אז ביי זמני שמחה וויינט ווייל מען קען זיך אלעס אויסבעסטן..

״דמעות״ של שמחה פארנעמט די אויבן אן ביי א שמחה, פורים, אד״ג

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 3:20 pm

איש חמודות האט געשריבן:און ווען האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון פרעגן אויף אלעס ווען ס'האט זיך אנגעהויבן?

זייט מוחל און כאפט א בליק אויפ׳ן ספרים שאפע וועט איר טרעפן צענדליגער אויב נישט הונדערטער ספרים וואס זענען געמאכט חוקר צו זיין די מקורות פון מנהגי ישראל סיי פון אן הלכה׳דיגע שטאנדפונקט און סיי פון א היסטארישע.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4804
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 3:25 pm

אין הכי נמי פורים פלעגט אויך זיין א גרויסע ענין צו מעורר זיין לבכי ולתשובה מאהבה, און בעלזא איז נאך היינט אויך פורים פון די מערסטע ערענסטע צייטן פונעם יאר
לעצט פאראכטן דורך סאדאם חוסעין אום מאנטאג נובעמבער 23, 2015 8:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: סאמעטוכע און 7 געסט