בלאט 1 פון 2

פשעטיל לבר מצוה נייטיג געזוכט.

געשריבן: מאנטאג מאי 03, 2010 9:49 pm
דורך טרעגער
יא! איך זוך זייער נייטיג א פשעטל לבר מצוה, האט איינער אן איידיע ווי איך קען אזאנס געפונען ביטע מעלדן, אדער אז איר האט איינס, קאנט איר מיר אריינשיקן,

זארגט נישט איך וועל עס אביסל משנה זיין, בהוספת נופך, איך דארף נאר די חומר למחשבה! יישרכח.

געשריבן: מאנטאג מאי 03, 2010 10:17 pm
דורך וויינשטאק
מזל טוב!!, זאלסט וואקסען א גדול בתורה ובירת שמים דיינע עלטערן זאלען שטענדיג זעען אסך אידיש נחת פין דיר

א פשעטיל האב איך נשיט פאר דיר איך גלייב אז דיין טאטע וועט שוין זארגן פאר דעם........

געשריבן: מאנטאג מאי 03, 2010 10:30 pm
דורך טרעגער
וויינשטאק, ברוך תהי' מערצשעם ביי דיר אויף שימכעס, כאף אז ווען עס וועט קומען דיין צייט, וועל איך דיר קענען ארויסהעלפן מיט דאס פשעטיל אויף דערוויילע ביטע ווער עס האט עפעס שיקט אריין,

געשריבן: דינסטאג מאי 04, 2010 12:47 am
דורך שוועמל
טרעגירער;
אויף וועלכע סוגיא זוכסטו?
וויפיל פעיזשעס?

געשריבן: דינסטאג מאי 04, 2010 10:07 am
דורך שקר_הדייעט
דאס הייסט "קאפויער".

און וואס קלערסטו יעצט, ווען דער בר מצוה בחור וועט זאגן דאס פעשטיל וועלן נישט זיין דארט כאטש עטליכע וואס וועלן זיך אנרופן: "העי, דער טאטע האט דאס גענומען פון אייוועלט..." ?

אז מען בעט אריינשיקן איז אריינשיקן אין אישי, נישט מפרסם זיין ברבים.

סארי ר' משה, נישט געמיינט פערסאנעל.

געשריבן: דינסטאג מאי 04, 2010 12:17 pm
דורך scy4851
משה קאפויער האט שוין געפייערט דריי בר מצוה'ס
איינס ביי די 13.
איינס ביי די 83.
און איינס ביי ......

געשריבן: דינסטאג מאי 04, 2010 12:42 pm
דורך טרעגער
משה'לע משה'ניו, שקויעך, תודה רבה, פאר'ן ארויפשטעלן.

די פרינטער ארבעט און ער איז פול מיט פאפיר.

ביטע שיקטס אריין נאך און נאך,

געשריבן: דינסטאג מאי 04, 2010 1:16 pm
דורך קרעמער
וויפיל בחורים האסטו?

אפשר ביסטו א כיתה ט' מלמד.

געשריבן: דינסטאג מאי 04, 2010 2:23 pm
דורך ווארד2007
שקר_הדייעט האט געשריבן:דאס הייסט "קאפויער".

און וואס קלערסטו יעצט, ווען דער בר מצוה בחור וועט זאגן דאס פעשטיל וועלן נישט זיין דארט כאטש עטליכע וואס וועלן זיך אנרופן: "העי, דער טאטע האט דאס גענומען פון אייוועלט..." ?

אז מען בעט אריינשיקן איז אריינשיקן אין אישי, נישט מפרסם זיין ברבים.

סארי ר' משה, נישט געמיינט פערסאנעל.

אויף מיין אחריות, דער בר מצוה בחור זאל היינט נאכט זאגן דעם פשט'ל און קיינער וועט נישט וויסן אז ס'איז פון דא.
1) וועגן קיינער הערט נישט אויס דער בר מצוה בחור
2) וויפיל פון אייך האב יעצט דורכגלערנט דעם פשטל?

איך האב א צווייטע פראבלעם, איך האב אויך א פאר פשטלעך געשריבן פאר בחורים עטליכע יאר צוריק, איך דארף אבער נישט אז דער בחור בעצמו (שוין היינט חתונה געהאט) זאל עס יעצט טרעפן דא

געשריבן: דינסטאג מאי 04, 2010 2:30 pm
דורך קרעמער
משה קאפויער האט געשריבן:על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון:

קיין איינס

ניין

יישר כח פארן ענטפערן, אבער איך האב געפרעגט 'טרעגער' וועלכער איז נישט צופרידן פון דיינע דריי פשט'לעך און בעט נאך...

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:22 am
דורך פאטאקי08
איך זוך א פשעטיל פאר א בר מצוה זייער נייטיג ביטע

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 10:03 am
דורך יקותיאל
פאטאקי08 האט געשריבן:איך זוך א פשעטיל פאר א בר מצוה זייער נייטיג ביטע


שיק מיר אריין אין אישי א אי מעיל ווי איך קען דיר שיקן א אויסוואל - אין שרייב מיר בערך אין וועלכע סוגיא
איך האב ב"ה א אויסוואל פון פארשידענע

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:18 am
דורך פאטאקי08
געשיקט

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 25, 2011 3:52 am
דורך להבין שמועות
איז פארהאן א פלאץ דא ווי מ'קען זעהן די אלע פשעטאלעך?
אדער ווי מ'קען מיטיילען די אייגענע?

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 25, 2011 8:26 am
דורך אוהב חכמה
אין כמה שו"ת ספרים איז אריינגעדרוקט ביי הלכות תפלין דער בר מצוה פשעטל שדרש המחבר עצמו או בנו, געווענטליך איז דאס גאר שיין און פאסענד.
צוויי דוגמאות: בית יצחק או"ח סי' יא (דער בי"צ בעהט דארט די לומדי תורה ויראי ד' זאלן דאס נוצן פאר א פשעטל לבניהם), חזון נחום סי' יב.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 25, 2011 9:31 am
דורך באמבאסטיש
אין חתם סופר האזינו איז דא א דרוש וואס ער האט געזאגט ביי זיין בר מצוה.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 25, 2011 10:20 am
דורך להבין שמועות
אוהב חכמה האט געשריבן:אין כמה שו"ת ספרים איז אריינגעדרוקט ביי הלכות תפלין דער בר מצוה פשעטל שדרש המחבר עצמו או בנו, געווענטליך איז דאס גאר שיין און פאסענד.
צוויי דוגמאות: בית יצחק או"ח סי' יא (דער בי"צ בעהט דארט די לומדי תורה ויראי ד' זאלן דאס נוצן פאר א פשעטל לבניהם), חזון נחום סי' יב.

ייש''כ
אויב איינע אויף איי וועלט וויל בעטען די לומדי תורה ויראי ד' זאלן נוצן פאר א פשעטל לבניהם וואס זאל ער טוהן

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 25, 2011 2:49 pm
דורך אוהב חכמה
שרייבט אפ אייער פשעטל און מאכט דערפון אן אשכול, קודם כל וועלן די לומדים ויראים עס לערנען דא.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 26, 2011 2:27 pm
דורך ווינקל
יבואו שמעלצער'ס וישמלצו אלו עם אלו....

viewtopic.php?f=5&t=15375

געשריבן: פרייטאג מארטש 23, 2012 4:28 pm
דורך ישראלקדושים
I need a Pshetil ASAP Please repl if you have a pshetil ready looking for subject. koton shenisgadel biymei hasefirah.

געשריבן: זונטאג ינואר 20, 2013 11:06 pm
דורך ליינער
איך זוך א פשעטל פאר א בחור וואס ווערט בר מצוה יעצט בימי פורים

ביטע זיך פארבינדען אין אישית

געשריבן: זונטאג ינואר 20, 2013 11:20 pm
דורך קהת
ווי איך פארשטיי האט משה קאפויער ארויף געשטעלט איינס אבער איך מיין ביי די קראך אויב איך געדענק גוט איז ער אונגאנצען פארמעקט געווארען פון אייוועלט אויב איינער האטעס קענער מזכה זיין דערוילעם...

געשריבן: מאנטאג ינואר 21, 2013 12:54 pm
דורך ווינקל
איך מיין אז ר' משה דרייעט זיך נאך בתוכינו מיט א שפאגל נייעם ניק.

געשריבן: מאנטאג ינואר 21, 2013 4:28 pm
דורך פאטאקי08
כמה פשעטליך

געשריבן: דינסטאג ינואר 22, 2013 5:25 pm
דורך ליינער
יישר כח פאטאקי