פשעטל לבר מצוה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » דינסטאג ינואר 22, 2013 9:27 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:כמה פשעטליך

ישר כח איינס דערפון איז פונעם עצי חיים איך האב עס געזוכט שוין לאנג
אגב איז דאס נאר א חלק פון די סוגיא המוצא תפילין וואס איז געדרוקט אין עצי חיים אויב איינער קען פארשאפן די איבריגע ביטע אהערשטעלן

שואל כענין
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

פשעטל לבר מצוה

תגובהדורך שואל כענין » זונטאג נובעמבער 01, 2015 3:05 pm

בס"ד
איך זיך א פשעטל פאר א בר מצוה בחור ווייסט איינער ווי מען קען טרעפן א שיינע פשעטל?
און אויך אויב איך וויל מאכן אליינס א פשעטל וואסערע סוגיית קען מען זאגן פאר בר מצוה ?
יישר כח פאר ווער קען העלפן

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג נובעמבער 01, 2015 3:16 pm

העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

שואל כענין
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

תגובהדורך שואל כענין » זונטאג נובעמבער 01, 2015 3:19 pm

ישר כח

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:26 pm

א גוטן טייערע אידן!

איך זוך א פשעטל פאר א בר מצוה בחור, אנקומענדיג דא האב איך זיך באגעגנט אין א הערליכע אויסוואל פון פשעטלעך, פיין, אבער איך זוך אויך, און בעיקר, איינער וואס קען מיר דאס מסדר זיין הערליך שיין, מיט א פאסיגן דעקל, מיטן בר מצוה בחור'ס נאמען, מיט בענטשן וכד'.

בקיצור, איך זוך א שיינע פולע ארבעט מהחל ועד כלה.

אז איינער ווייסט צו וועם זיך צו ווענדן, ביטע זיך אנרופן.

יישר כח גדול!

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:31 pm

געקומען אינעם ריכטיגן פלאץ
מיר קענען אייך דאס צושטעלן בעז"ה, און מיר מאכן דאס כסדר פאר בר מצוה'ס
אט האט איר א דוגמא
ביטע קאנטאקטן אין אישי
צוגעלייגטע
פשעטיל בר מצוה.png
פשעטיל בר מצוה.png (120.27 KiB) געזעהן 616 מאל

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:36 pm

wow, תוך כדי דיבור...

זעהט אויס פונקט דאס וואס איך זוך.

עי' באישי.

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

בענין מחיית עמלק

תגובהדורך וללמוד אני צריך » פרייטאג אפריל 05, 2019 12:45 pm

בס"ד

מסכת מגילה דף כ"ד עמוד א' זאגט די משנה, סומא פורס את שמע ומתרגם רבי יהודה אומר כל שלא ראה מאורות מימיו אינו פורס על שמע וכו’. תַּנא קמא האלט אז א בלינדער קען מוציא זיין אנדערע מיט ברכת קריאת שמע און רבי יהודה האלט אז א בלינדער קען "נישט" מוציא זיין אנדערע מיט ברכת קריאת שמע.

דער 'מרדכי' אויפן פלאץ, (סי' תשצ"ח), ברענגט אראפ בשם רבי טובי' מווינא אז א בלינדער קען יא מוציא זיין אנדערע מיט 'קידוש'. א ראיה פון דעם וואס מ'קען מאכן קידוש נאך 'פלג המנחה' פאר צאת הכוכבים כאטשיג וואס דעמאלס איז מען מחויב מיט קידוש נאָר מדרבנן, ווייל עס איז נאך נישט שַבָּת מן התורה, דאך דארף מען נישט איבערמאכן קידוש ווען עס ווערט נַאכט. דאס זעלבע איז אויך א בלינדער וואס איז מחויב מיט קידוש מִדרבנן קען מוצא זיין אנדערע וואס זענען מחויב מן התורה.

פרעגט אויף דעם די 'מרדכי' אויב אזוי, ווען די גמרא (ברכות כ:), האט אן איבעי צו פרויען זענען 'נישט' אדער 'יא' מחויב צו בענטשן מן התורה, זאגט דארט די גמרא די נפקא אמינא איז, צו פרויען קענען מוציא זיין אנדערע וואס זענען מחויב מן התורה, אויב זאג איך אז, איינער וואס איז מחויב מיט א מצווה מדרבנן, קען מוציא זיין איינער וואס איז מחויב מן התורה, אויב אזוי א פרוי וואס איז מחויב צו בענטשן נאר מדרבנן (לויט די צד פון די איבעי) זאל קענען מוציא זיין איינער וואס איז מחויב מן התורה?

ענפערט די 'מרדכי' א חילוק, איינער וואס איז בלינד האט נאך א האפענונג ער זאל געזונט ווערן און דעמאלס וועט ער זיין מחויב מן התורה, מילא קען ער יעצט אויך מוציא זיין אנדערע וואס זענען מחויב מן התורה, אבער א פרוי וואס וועט קיינמאל נישט ווערן מחויב מן התורה קען זי נישט מוציא זיין אנדערע וואס האבן א חיוב מן התורה, קומט אויס אז נאר איינער וואס קען אמאל צוקומען צו זיין מחויב מן התורה און ער יעצט מחויב מדרבנן, קען מוציא זיין איינער וואס איז מחויב מן התורה.

דער מגן אברהם (סימן רס"ז ס"ק א') פרעגט אויף דעם 'מרדכי', אז מיר זעען דאך אז א קטן וואס איז מחויב צו בענטשן נאר מדרבנן, קען נישט מוציא זיין א גדול וואס מחויב מן התורה, לכאורה, דער קטן איז טאקע יעצט נאר מחויב מדרבנן, אבער ער גייט ווערן א גדול און "דעמאלס וועט ער צוקומען צו זיין מחויב מן התורה", זאל דער קטן יעצט קענען מוציא זיין א גדול וואס איז מחויב מן התורה?

ס'איז באקאנט די שאלה צו א קטן וואס איז געווארן א גדול אינמיטן די ימי ספירה, צו ער קען ציילן מיט א ברכה, וויבאלד ביי די התחלת המצוה איז ער נאך געווען א קטן.

איז דער מנחת חינוך מסביר: עס איז דא צוויי ערליי מצות. איין מין מצוה איז, דורכ'ן טון די פעילת המצווה ווערט די מצוה מקויים, ווי למשל שופר, לולב און מצה, די צווייטע מין מצוה איז, אז די פעילת המצוה איז נאר א מיטל אז די מצוה זאל בלייבן אויף ווייטער, אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת יבמות, אז א גוי וואס האט זיך מגייר געווען און ער האט שוין קינדער, ווערט ער נישט יעצט נאכאמאל מחויב מיט די מצוה פון פריה ורביה, ווייל דארט איז דער עיקר אז עס זאל בלייבן די מצווה אויף ווייטער, די קינדער מוזן בלייבן כדי ער זאל האבן מקיים געווען די מצוה. דאס הייסט אז טאמער ח"ו שטארבן די קינדער איז ער יא נאכאמאל מחויב מיט די מצוה פון פריה ורביה.

לויט די יסוד איז די מנחת חינוך מסביר די חילוק פון א קטן שנתגדל בימי ספירה און אנדערע מצוות ווי למשל אכילת מצה,

וואס ביי אכילת מצה זעט מען אז טאמער איינער וואס איז קודם נישט מחויב געווען מיט די מצוה פון עסן מצה, למשל ער איז געווען א שוטה און ער האט געגעסן מצה, נאכדעם איז ער געזונט געווארן, איז ער מחויב איבער-צו-עסן מצה, וויבאלד פריער ווען איז געווען א שוטה, איז ער נישט געווען מחויב במצוות.

משא"כ א קטן שנתגדל בימי ספירה קען יא ווייטער ציילן מיט ברכה ווייל די עיקר מצוה פון 'ספירת העומר איז נישט דאס 'ציילן' נאר האלטן 'חשבון' וויפל טעג מיר האבן נאך ביז קבלת התורה. אויב דער 'בר מצוה בחור האט' געהאלטן חשבון דורכן ציילן אפי' ווען ער איז נאך געווען א קטן, קען ער ווייטער ציילן מיט א ברכה.

ביי קידוש זאגט די גמרא זכור את יום השבת לקדשו זוכרהו על היין (פסחים קו.). דער עיקר מצוה איז צו געדענקען דעם שבת. די וויין איז נאר דער "מיטל" ווי אזוי מ'מאכט געדענקען דעם שבת. ממילא אפילו ער האט געמאכט קידוש ווען עס איז נאר געווען א חיוב מדרבנן, וועט עס מאכן אז ווען עס ווערט נאכט וועט ער נאך אלץ געדענקען דעם שבת.

דאס זעלבע איז מיט א בלינדער, עס ווערט גארנישט נשתנה אז א בלינדער מאכט קידוש וויבאלד דער עיקר ציל איז צו געדענקען דעם שבת, איז בעצם נישט קיין נפקא אמינא ווער עס רופט אויס אז עס איז שבת אויף דער וועלט, מ'דארף נישט מער ווי איינער וואס איז מחיוב מיט קידוש מדרבנן צו קענען אויסרופן אז עס איז שבת אויף דער וועלט, אבער א קטן וואס איז בכלל נישט קיין בר חיובא קען דאס נישט טון.

דער רמב”ם אין ספר המצוות ביי די מצוה פון מחיית עמלק זאגט: שציוונו לזכור מה שעשה לנו עמלק.

און שולחן ערוך אורח חיים (סימן תרפה) ווערט גע'פסק'נט אז די אופן מקיים צו זיין די מצוה, איז צו ליינען די פרשה פון מחיית עמלק איינמאל א יאר, שבת זכור, כדי סזאל נישט אדורכגיין די זמן שכחה.

אויב אזוי, יעדע קטן וואס ווערט בר מצוה און ווערט מחויב במצוות, פאלט דאך אויף אים יעצט די חיוב פון מחיית עמלק זאל ער דארפן ליינען די פרשה פון מחיית עמלק, ווייל ווען ער האט עס געהערט די פריערדיגע מאל איז ער דאך נאכנישט געווען מחויב מיט די מצוה.

אבער לויט ווי דער מנחת חינוך טוט אויף אז עס איז דא צוויי ערליי מצוות, איינס איז דאס עצם טוען די מצוה, די צווייטע מין מצוה איז, אז די מצוה זאל בלייבן אויף ווייטער, קען מען אויך זאגן דא די זעלבע זאך. די עיקר איז מ'זאל "געדענקען" אויסצומעקן עמלק. איז אפילו ער האט עס נאר געהערט אלץ קטן, וויבאלד ער געדענקט עס יעצט, איז די מצוה פון מחיית עמלק מקויים, אזוי ווי אונז זעמיר ביי די גר וואס האט קינדער פון פאר ער איז געווארן א איד, דארף ער נישט נאכאמאל האבן קינדער, און דעס איז וואס די מרדכי טוט אויף אז דער וואס האט געמאכט קידוש פאר נאכטס ווען עס איז נאכנישט געווען א חיוב מן התורה דארף נישט איבערמאכן קידוש ווען עס ווערט נאכט, וויבאלד ער געדענקט זכרהו על היין ווען עס ווערט נאכט.
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו

וללמוד אני צריך
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

בענין אין עושין מצות חבילות חבילות

תגובהדורך וללמוד אני צריך » מיטוואך יוני 19, 2019 3:39 pm

די גמרא זאגט אין מסכת פסחים דף ק"ב ע"ב: גָמְרוּ - מ'האט געענדיגט די סעודה, כוס ראשון - דער ערשטער כוס, מברך עליו ברכת המזון - אויף דעם בענטשט ער ברכת המזון, וְהַשֵנִי - און דער צווייטער כוס, אומר עליו קדושת היום - אויף דעם זאגט ער קידוש. אמאי, ונימרינהו לתרוייהו, אחדא כסא? - זאל מען זאגן ביידע ברכות, סיי פון ברכת המזון און סיי פון קידוש, אויף איין כוס? אמר רב הונא אמר רב ששת, אין אומרים שתי קדושות על כוס אחד - מ'זאגט נישט צוויי קדושות (זאכן) אויף איין כוס. מאי טעמא? - וואס איז דער טעם דערפון? אמר רב נחמן בר יצחק, לפי שאין עושין מצות חבילות חבילות - ווייל מ'קען נישט מאכן עטליכע מצוות אויף איינמאל (ווי עטליכע זאכן איינגעפאקט אין איין פעקל). דער רשב"ם איז מסביר די סיבה דערפון, ווייל עס זעט אויס ווי די מצות זענען אן עול אויפ'ן מענטש, צוליב דעם וואס מ'פרובירט זיך אפצו'פטר'ן פון אסאך מצות, מיט איין פעולה פאר אלע.

דער רמב"ם פסק'נט אין הלכות שבת (פרק כט הלכה יג): "ולא יברך ויקדש על כוס אחד, שאין עושין שתי מצות בכוס אחד. שמצות קידוש ומצות ברכת המזון שתי מצות של תורה הן" - מ'זאל נישט בענטשן און קידוש מאכן אויף איין כוס, ווייל מצות קידוש און מצות ברכת המזון, זענען צוויי באזונדערע מצות מן התורה, ממילא טאר מען נישט בענטשן און מאכן קידוש אויף דעם זעלבן איינציגער כוס, וועגן דעם אויבנדערמאנטער כלל: "אין עושין מצות חבילות חבילות".

דער 'מגדל עוז' איז מדייק אין די הייליגע ווערטער פונעם רמב"ם, וואס שרייבט די ווערטער: "של תורה הן", איז משמע פון דעם, אז נאר דוקא אויב זענען די צוויי מצות 'מן התורה', איז שייך דערביי דער דין: "אין עושין מצות חבילות חבילות", אבער ביי צוויי מצות 'מדרבנן', איז נישטא דער דין: "אין עושין מצות חבילות חבילות".

לויט'ן מגדל עוז קען מען אפשר חוקר זיין, וואס האלט דער רמב"ם, אין פאל אז איין מצוה איז 'מדרבנן' און איין מצוה איז 'מן התורה', ביי אזא פאל האלט דער רמב"ם אויך, אז מ'זאגט יא: "אין עושין מצות חבילות חבילות"? אדער וויבאלד איין מצוה איז 'מדרבנן', איש שוין ביי דעם אויך נישטא דער כלל: "אין עושין מצות חבילות חבילות"?

אויך איז שווער אויפ'ן הייליגן רמב"ם, לויט דעם טעם וואס דער רשב"ם גיט אָן, אז דעריבער "אין עושין מצות חבילות חבילות", ווייל "עס זעט אויס ווי די מצות זענען אַן עול אויפ'ן מענטש", וואס איז א נפקא מינה צו די מצוה איז מן התורה אדער מדרבנן? סוף כל סוף זעט עס דאך אויס, ווי די מצות זענען אַן עול אויפ'ן מענטש?

דער הייליגער חתם סופר (סי') פרעגט אויף דעם רמב"ם, פון די גמרא מיט וועלכע אונז האבן אנגעהויבן. די גמרא פרעגט דארט אויפ'ן כלל "אין עושין מצות חבילות חבילות", אויב יום טוב פאלט אין מוצאי שבת, מאכט מען דאך קידוש פון 'יום טוב' צוזאמען מיט 'הבדלה' פון שבת, און די הבדלה פון מוצאי שבת איז דאך מן התורה, און קידוש פון 'יום טוב' איז נאר א דרבנן, זעט מען דאך, אז אפילו אויב איין מצוה איז נאר מדרבנן, זאגט מען אויך דעם כלל: "אין עושין מצות חבילות חבילות"? צוליב די קשיא, איז דער חתם סופר צוגעקומען צו א מסקנא, אז דאס וואס דער רמב"ם זאגט, אז ביי א מצוה דרבנן זאגט מען נישט: "אין עושין מצות חבילות חבילות", דאס איז דוקא נאר, אויב ביידע מצות זענען מדרבנן, אבער טאמער איז איינע מדרבנן און איינע מן התורה, האלט דער רמב"ם, אז ס'איז יא גילטיג דער כלל: "אין עושין מצות חבילות חבילות".

אנדערע אחרונים קריגן אויפ'ן חתם סופר, און לערנען פונקט פארקעט, אז אויב ביידע מצות זענען מדרבנן, אדער ביידע מן התורה, דוקא דעמאלט איז שייך דער כלל: "אין עושין מצות חבילות חבילות", אבער טאמער איינע פון די צוויי איז 'מדרבנן' און איינע 'מן התורה', גייט נישט אן דער דין: "אין עושין מצות חבילות חבילות". אויף די אחרונים וואס האלטן אזוי, איז אבער שווער, וויאזוי וועלן זיי פארענטפערן די הארבע קשיא פון דעם חתם סופר?

למעשה, איז אויף ביידע שיטות שווער אונזער אויבערמאנטע קשיא, סיי אויפ'ן הייליגן חתם סופר, און סיי אויף די וואס קריגן אויף אים. לויט'ן טעם וואס דער רשב"ם שרייבט וועגן "אין עושין מצות חבילות חבילות", איז דאס דאך, ווייל עס זעט אויס ווי די מצות זענען אן עול אויפ'ן מענטש, וואס איז א נפקא מינה צו די מצוה איז 'מן התורה' אדער 'מדרבנן', אדער איינע 'מן התורה' און איינע 'מדרבנן'? סוף כל סוף, זעט עס אויס ווי די מצות זענען אן עול אויפ'ן מענטש?

דער מהר"י אבוהב (טור או"ח ס' רע"א) שרייבט א אנדערער טעם פון דעם רשב"ם, פארוואס "אין עושין מצות חבילות חבילות", און דאס איז זיין לשון: "כשהן מצות קבועות מן התורה, ושקולות יחד, שייך בזה חבילות, שאם הָיינו מצרפין אותן, נראה שאחרונה יותר חשובה מן הראשונה, דמעלין בקודש ולא מורידין" - וויבאלד אז געווענליך זענען מיר מקיים מצות, אויף אן אופן פון 'מעלין בקודש', דאס הייסט, אז א מצוה וואס מ'טוט נאנט צו א אנדערע מצוה, איז געווענליך די צווייטע מצוה מער חשוב פון די ערשטע, דא אבער איז די צווייטע מצוה נישט חשוב'ער און דאך זעט עס אויס אז יא [און דאס קען זיין א זלזול אין די ערשטע מצוה].

קומט אויס לויט'ן מהר"י אבוהב, אז אויב די צווייטע מצוה איז יא חשוב'ער פון די ערשטע, לדוגמא, אויב די ערשטע איז מדרבנן און די צווייטע איז מן התורה, נעמט מען נישט אן דערביי דעם כלל: "אין עושין מצות חבילות חבילות", אבער טאמער זענען ביידע מצות דרבנן, איז יא דא דער דין: "אין עושין מצות חבילות חבילות", ווייל ביידע זענען גלייך.

די הנחה שטימט זייער גוט מיט די חולקים אויפ'ן חת"ס, וואס האלטן, אז אויב ביידע מצות זענען מדרבנן, אדער ביידע מן התורה, דוקא דעמאלט, איז דא דער כלל: "אין עושין מצות חבילות חבילות", אבער טאמער איז איינע מדרבנן און איינע מן התורה, לערנען מיר נישט דא דעם דין: "אין עושין מצות חבילות חבילות".

אבער יעצט איז שווער דעם חתם סופר'ס קשיא, הבדלה מוצאי שבת איז דאך מן התורה, און קידוש פון 'יום טוב' איז דאך נאר מדרבנן, אויב אזוי פארוואס זאגט די גמרא, אז עס זאל אנגיין דערביי דער דין: "אין עושין מצות חבילות חבילות"?

עס ווערט געברענגט, אין חידושי חתם סופר א שיטה בשם רבי אהרן פולדא מפפד"מ (מסכת פסחים ד"ה והרבני), אז דוקא 'הבדלה' פון שבת וואס דערנאך קומען ימי חול, אזא הבדלה איז מן התורה, אבער הבדלה פון מוצאי שבת ווען עס פאלט א 'יום טוב', איז נאר דרבנן, אויב אזוי קומט אויס, אז די הבדלה איז מדרבנן און קידוש פון 'יום טוב' איז אויך דרבנן - צוויי דרבננ'ס, און ביי מצוות וואס זייער חיוב איז די זעלבע, און בכגון דא וואס ביידע זענען דרבננ'ס, איז דאך יא גילטיג דער דין: "אין עושין מצות חבילות חבילות", ווייל עס דארף דאך זיין 'מעלין בקודש', און אויב ביידע זענען דרבנן, איז דאס דאך נישט 'מעלין בקודש', ממילא איז זייער פיין פארענטפערט די קשיא פון חתם סופר.
______

אין שו"ת מהרש"ם (חלק ו' סימן ו') טרעפן מיר, אז ער קלערט אריין, אויב מ'קען יוצא זיין 'סעודת יום טוב' און אויך א 'סעודת סיום מסכת' אין איין סעודה פאר ביידע, אדער ניין, ווייל אפשר גייט דאס אריין אין כלל: "אין עושין מצות חבילות חבילות".

די זעלבע זאך קען מען אויך אריינקלערן, אין דעם לשון פונעם מגן אברהם (סימן רכ"ה), ווי ער שרייבט: "מצוה על האדם לעשות סעודה ביום שנעשה בנו בר מצוה, כיום שנכנס לחופה", און דער ים של שלמה שרייבט: "אין לך סעודת מצוה גדולה מזו, ושמה יוכיח עליה, ועושים שמחה ונותנים למקום שבח והודיה, שזכה הנער להיות בר מצוה, וגדול המצוה ועושה, והאב זכה שגדלו עד עתה להכניסו בברית התורה בכללה", איז לויט דעם קען מען פראווען א 'סעודת בר מצוה' צוזאמען מיט א סעודת נישואין - א חתונה? גייט דען אן דערביי דער כלל: "אין עושין מצות חבילות חבילות", אדער נישט?

ערשטנס דארף מען אריינקלערן, וואס איז 'סעודת בר מצוה', מדרבנן אדער מן התורה? לכאורה איז עס א דבר פשוט, אז 'סעודת בר מצוה' איז נאר א דרבנן. 'סעודת נישואין - חתונה' ווערט אויך נישט דערמאנט אין די תורה. אויב זענען ביידע מדרבנן, איז לויט ווי מיר האבן פריער אויסגעפירט, אז אויב ביידע מצות זענען מדרבנן, נעמט מען יא אן דעם כלל: "אין עושין מצות חבילות חבילות", לויט דעם קומט אויס, אז מ'קען נישט מאכן צוזאמען די צוויי סעודות.

דער כתב סופר (שו"ת או"ח סי' קלט) שרייבט, אז שמחת - נישואין - חתונה, איז מדברי קבלה, ווי עס שטייט ביי בועז (מיר האבן דאס געזאגט פארגאנגענעם שבועות העבר עלינו לטובה, אין מגילת רות): "ויקח עשרה אנשים מזקני העיר, ויאמר, שבו פה, וישבו" (רות ד, ב), איז געדרונגען פון דא, אז שמחת נישואין - א חתונה, שטייט אויף א העכערע דרגה פון סעודת בר מצוה, אויב אזוי זאגט מען נישט דא דעם דין: "מעלין בקודש ולא מורידין", און אויב ס'איז נישט שייך דערביי 'מעלין בקודש', איז אויך נישט גילטיג דא דער כלל: "אין עושין מצות חבילות חבילות".

דאס אלעס איז גוט לויט'ן מהר"י אבוהב, וואס שרייבט, אז דער טעם פון "אין עושין מצות חבילות חבילות" איז וועגן 'מעלין בקודש ולא מורידין'. אבער לויט די אנדערע מפרשים, וואס האבן אנדערע טעמים, וועט נאך אלץ אנגיין דער דין: "אין עושין מצות חבילות חבילות".
פארט איר קיין ארץ ישראל? פארגעסט נישט מיט צונעמען דעם ספר קברי רבותינו


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט