'חנוך לנער' - שו"ת מהג"ר חיים קניבסקי (באידיש)

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

הלכות לשון הרע
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 12:52 am

תגובהדורך הלכות לשון הרע » זונטאג נובעמבער 01, 2015 12:58 pm

לסיום הענין, וועל איך צוברענגען אפאר גוטסלעך פון ר' חיים..

די גמרא זאגט אין תענית כ. 'תנו רבנן לעולם יהא אדם רך כקנה ואל יהא קשה כארז מעשה שבא רבי אלעזר בן ר' שמעון ממגדל גדור מבית רבו והיה רכוב על החמור ומטייל על שפת נהר ושמח שמחה גדולה והיתה דעתו גסה עליו מפני שלמד תורה הרבה נזדמן לו אדם אחד שהיה מכוער ביותר אמר לו שלום עליך רבי ולא החזיר לו אמר לו ריקה כמה מכוער אותו האיש שמא כל בני עירך מכוערין כמותך אמר לו איני יודע אלא לך ואמור לאומן שעשאני כמה מכוער כלי זה שעשית כיון שידע בעצמו שחטא ירד מן החמור ונשתטח לפניו ואמר לו נעניתי לך מחול לי אמר לו איני מוחל לך עד שתלך לאומן שעשאני ואמור לו כמה מכוער כלי זה שעשית היה מטייל אחריו עד שהגיע לעירו יצאו בני עירו לקראתו והיו אומרים לו שלום עליך רבי רבי מורי מורי אמר להם למי אתם קורין רבי רבי אמרו לו לזה שמטייל אחריך אמר להם אם זה רבי אל ירבו כמותו בישראל אמרו לו מפני מה אמר להם כך וכך עשה לי אמרו לו אעפ"כ מחול לו שאדם גדול בתורה הוא אמר להם בשבילכם הריני מוחל לו ובלבד שלא יהא רגיל לעשות כן מיד נכנס רבי אלעזר בן רבי שמעון ודרש לעולם יהא אדם רך כקנה ואל יהא קשה כארז ולפיכך זכה קנה ליטול הימנה קולמוס לכתוב בו ספר תורה תפילין ומזוזות:
יעדער וואונדערט זיך שוין וואס איז פשט אין אזעלכע דיבורים פון א תנא אלקי? און פארוואס פרעגט ער שמא כל בני עירך מכוערין כמותך וואס איז פשט פון אזא שאלה? ראב"ש האט אוודאי נישט געמיינט פוגע זיין נאר יענער האט עס אזוי אנגענומען עכ"פ הדבר הזה אומר דרשני.

זאגט ר' חיים געוואלדיג, שטייט אין שו"ע או"ח רכה ס"ט, 'הרואה את החגר ואת הקטע וכו' אם הם ממעי אמם מברך משנה הבריות, ואם נשתנה אח"כ מברך דיין האמת'. זאגט ער דאס איז פשט ווען ראב"ש האט געזען דעם מענטש האט ער געהאט א ספק וועלכע ברכה מאכט מען משנה הבריות אדער דיין האמת, פרעגט ער אים אויב כל בני עירו זענען אזוי איז עס ממעי אמם מאכט מען משנה הבריות אויב נישט מאכט מען דיין האמת, און דאס וואס ער האט נישט געגעבן שלום איז געווען ווייל ער איז געווען שקוע אין לערנען.
האט איינער אנגעמערקט ר' חיים אז ווען ראב"ש האט געזען א מענטש האט ער געזען דיני ברכות נישט כיעור..

איז געווען אין תש"ח ביי די מלחמה אין אר"י איז געווען שווערע באמבארדירונגען אין קאלקיליע, איז געזעצן דעמאלט אין די שפעטע נאכט שעות אין כולל חזון איש הג"ר ראובן פיין מיט יבדלח"ט ר' חיים, ר' ראובן זעט ווי ר' חיים לערנט פלייסיג ווי גארנישט גייט נישט פאר פרעגט ער אים ציטערסט נישט? די טאנקען שטורעמען דאך.
זאגט אים ר' חיים ביי אונז איז די גאנצע נפקא מינה אינעם טאנק אויב ס'האט א דין כלי לגבי טומאה...

אמאל האט מען אפערירט דעם ראגאטשובער ארויסצונעמען א שטיין פון די נירן, האט ער געהאט א שאלה אויב ער באקומט יעצט א דין גלגלין [נזיר נא].

ר' חיים וואלקין האט אמאל אריינגעטראגן א איד צו ר' חיים און אים פארגעשטעלט אז ער קומט פון גיבראלטאר, פרעגט ר' חיים אה דו ביסט פון גיבראלטאר? האט מען אים געפרעגט וואס האט ער אזוי התפעלות, זאגט ער אז אין משנה ברורה סי' רכח ברענגט ער די מחלוקת האחרונים צי ים הגדול איז דער מיטעלענדישן ים אדער דער אטלאנטיק אקעאן, די שאלה איז ווען מאכט מען דעם עושה מעשה בראשית אויפן ים הגדול, שטייט אז ביים גיבראלטאר וואס דארט זעט מען ביידע ימ'ן צוזאמען קען מען מאכן דעם מעשה בראשית לכל הדעות, פארדעם האט ער זיך אזוי צוגעכאפט צו דעם גיבראלטאר..

ביי א חופה פון אן אייניקל האט מען אראפגעזעצט ר' חיים אויף א בענקל ווארטנדיג אויפן גאס, איז דארט געווען א גערוך פון גאז האט מען געזאגט ר' חיים אז מ'וויל גיין ערגעץ אנדערש ווייל דא שמעקט פון גאז, זאגט ר' חיים דאס אסר'ט נישט בדברי תורה...

הרב יברוב האט פארציילט פאר ר' חיים אז זיין טאטע האט געהאט אן אלטער קרוב אין מושב זקנים, האט ער געכאפט אז זיין תפלין איז נישט אויסגעהאלטן, האט ער מיר געגעבן מהודר'דיגע תפלין פאר דעם אלטן קרוב, יעצט איז דער קרוב אוועק איז די שאלה צי דער טאטע האט עס געגעבן במתנה און די קינדער ירש'נן עס אדער נאר בשאלה, נאך א מו"מ בהלכה זאגט ער ר' חיים'ן אז דער איד האט געלאזט צוויי קינדער איינער א נארמאלער אבער לייגט נישט קיין תפלין, און דער צווייטער איז נישט קיין נארמאלער, במילא שלאגן אויף די ירושה גייט מען זיך נישט דארט.. זאגט ר' חיים ס'איז דאך פארקערט, איין קינד איז נישט נארמאל ער לייגט נישט קיין תפלין, און דער צווייטער איז נארמאל ער איז א שוטה און א שוטה איז פטור מכל המצוות..

אמאל האט ר' חיים געפרעגט איינעם אויב ער קען א ספר 'שוהם וישפה' [לבעל תהלה לדוד] על הרמב"ם, יענער האט געשאפן דעם ספר און געברענגט פאר ר' חיים און האט נישט געוואלט נעמען געלט פארן ספר, אבער ר' חיים האט נישט מסכים געווען, האט יענער געזאגט אז ער בארגט אים דעם ספר ביז פורים און פורים זאל עס ווערן א מתנה [דעמאלט נעמט ער] האט ר' חיים צוגעשטימט. נאך א שטיק צייט איז געווען א שריפה ביי ר' חיים אין שטוב שבת, האט ר' חיים גענומען די מגילה מיט זיך [אלס מצילין כתבי קודש] און אראפגעגאנגען לערנען אין לעדערמאן, האט ר' חיים פארציילט אז אויפן וועג צום לערנען איז ער מסופק געווען אויב ער וועט דארפן באצאלן די געבארגטע ספר אויב פארברענט זיך עס.. [בדין שואל מצוה יש ספק אם משלם כשואל כיון דמצללה"נ].

ר' חיים פארציילט אז ר' אלעזר צדוק טורטשין האט געהאט אמאל א באטל וויין וואס ער האט בשום אופן נישט געקענט עפענען צו מאכן קידוש פרייטאג צונאכטס האט ער געמאכט קידוש אויף חלות, האט ר' חיים אים געזאגט ברענג מיר דעם באטל און א מעסער, האט ער געברענגט און ר' חיים האקט און ס'עפנט זיך, פרעגט ער אים פון וואו האסטו דאס גענומען, זאגט ער ס'שטייט אין שו"ע הל' שבת סי' שיד ס"ד 'ברזא שבחבית ואין אדם יכול להוציאה מותר ליקח ברזא אחרת ולהכות באותה ברזא לצורך לשתות יין בשבת, און ס'פשוט אזוי אז ער עפנט זיך נישט ווייל ער איז פעסט ערגעץ אז מ'האקט אים ווערט ער ווייכער.

ס'איז אמאל געווען א מעשה ביי א קעלטער [וויין פאבריק] מ'האט געמאכט וויין און ס'איז אריינגעלאפן דעם שכנ'ס כלב און געטרונקען דערפון, די העלט דעפארטמענט האט גע'פסל'ט די גאנצע וויין, איז געווארן א שאלה אויב דער בעל הכלב דארף באצאלן דעם בעל היין אלס ממון המזיק, האט ר' חיים געזאגט אז די גמרא זאגט אין ראש השנה ד. אי שגל כלבתא היא כלבתא בת משתיא חמרא היא, זעט מען אז א כלב טרינקט נישט קיין וויין, אז יא איז עס משונה און ס'איז קרן, און קנס קען מען נישט גובה זיין היינט, ער האט צוגעלייגט אז יתכן ס'האט געטרינקען כדרך השותים מיט א כוס.

א אינגערמאן איז אמאל געקומען צו ר' חיים אז ער האט געמאכט וויין און ס'איז געווען עסיג.. זאגט אים ר' חיים פארוואס קריגסטוך מיט די ווייב, האט ער אים געזאגט ס'איז אמת אבער פון וואו האסטו צוגעטראפן, זאגט ער ס'איז א גמרא אין בבא בתרא צח. דאמר רב חייא בר יוסף חמרא מזלא דמריה גרים שנא' (חבקוק ב, ה) ואף כי היין בוגד גבר יהיר וגו' אמר רב מרי האי מאן דיהיר אפילו אאינשי ביתיה לא מיקבל שנא' (חבקוק ב, ה) גבר יהיר ולא ינוה

מ'האט געפרעגט ר' חיים אויף די ווערטער פון ר' חיים וואלאזשינער אין זיין פירוש 'רוח חיים' אויף אבות ביי די משנה 'הפוך בה והפוך בה דכולה בה' שרייבט ער 'כן התורה, למשל מדין סוכה יכולים להוציא להתיר עגונה' וואו טרעפט מען פון סוכה א היתר עגונה? האט ער געענטפערט עיין בבא בתרא קסב: די גמרא זאגט דארט 'אמר חזקיה מלאהו בקרובים כשר ואל תתמה שהרי אויר סוכה פוסל בשלשה סכך פסול פוסל בארבעה' האט מען געפרעגט ר' חיים וואס דארף ער גיין ביז בבא בתרא אין מס' סוכה אליין דף כד: איז דא א גאנצע סוגי' פון גט במחובר און אין דף לד: למאי נפק"מ לגיטי נשים, דארט רעדט מען דיני סוכה.

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » זונטאג נובעמבער 01, 2015 6:48 pm

PDF כל הה' פרקים
https://copy.com/EdepVswYyvqN9PUp

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג נובעמבער 02, 2015 8:08 am

ייש"כ רב מחר,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מאנטאג נובעמבער 02, 2015 11:22 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ייש"כ רב מחר,

ר' חיים זז"ג חוץ זיין אייגענע כח התורה ונהנין ממנו עצה ותושי' מיט זיינע טרעפליכע תשובות קולעים אל השערה, איז אויך א אוצר בלום פון פתגמי חזון איש וואו מ'זעהט דא האלט אין איין איבערזאגן און פארציילן פון פעטער, ס'וואונדערט מיר אויב מ'גיבט ארויס אלע זיינע מעשיות.

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » זונטאג יוני 26, 2016 2:08 am

מחר האט געשריבן:PDF כל הה' פרקים
https://copy.com/EdepVswYyvqN9PUp

קען איינער עס אפשר לייגען אין דראפבאקס?

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » זונטאג יוני 26, 2016 2:38 am

מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:
מחר האט געשריבן:PDF כל הה' פרקים
https://copy.com/EdepVswYyvqN9PUp

קען איינער עס אפשר לייגען אין דראפבאקס?

איש נאמן
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 21, 2016 12:36 pm

תגובהדורך איש נאמן » זונטאג יולי 03, 2016 9:36 pm

חסדי אבות האט געשריבן:
מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:
מחר האט געשריבן:PDF כל הה' פרקים
https://copy.com/EdepVswYyvqN9PUp

קען איינער עס אפשר לייגען אין דראפבאקס?

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מיטוואך יולי 06, 2016 1:20 pm

איש נאמן האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:
מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:
מחר האט געשריבן:PDF כל הה' פרקים
https://copy.com/EdepVswYyvqN9PUp

קען איינער עס אפשר לייגען אין דראפבאקס?


ועדיין לא נושענו...

גאנץ פשוט
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 12:24 pm

תגובהדורך גאנץ פשוט » מיטוואך יולי 06, 2016 3:23 pm


אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » מיטוואך יולי 06, 2016 9:23 pm

חסדי אבות האט געשריבן:
איש נאמן האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:
מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:
מחר האט געשריבן:PDF כל הה' פרקים
https://copy.com/EdepVswYyvqN9PUp

קען איינער עס אפשר לייגען אין דראפבאקס?

ועדיין לא נושענו...

נאט אייך מיינע פריינט..
קוקט און האט הנאה..
צוגעלייגטע
חנוך לנער.pdf
(178.01 KiB) דאונלאודעד 88 מאל

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » מיטוואך יולי 06, 2016 10:59 pm

א גרויסע יישר כח האנטעך


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט