Advertisement

הפוך בה דכולה בה
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

לא תקיפו פאת ראשכם

פרייטאג אוקטובר 19, 2007 11:05 am

מען גרייט זיך מקיים צו מאכן פאות פארן קינד וואס ווערט אט אט דריי יאר אלט. איך האב געפלאנט צו מאכן די 'אפשערן' ביינאכט, אור ליום די טאג וואס מיין קינד ווערט דריי יאר. אבער איינער האט מיר פארגעהאלטן היתכן איך גיי א קעגן דעם אר"י ז"ל, דער אר"י ז"ל האט נישט געהאלטן פון אפשערן ביינאכט.

וויל איך הערן פון דו חשובע לומדים דאף וואס זיי זאגן דערצו. איך בין נישט פון די סארט אידן וואס קענען אלע הלכות און מנהגים, און איך ווייס נישט צו יענער חבר איז גערעכט, ניטאמאל ווייס איך ווי עס נאכצוקוקן.

איך האף צוריקצוקומען צו דעם אשכול קומענדיגע וואך, און טרעפן אינטערעסאנטע תגובות איבער מיין קומענדיגע שמחה.

יישר כח טייערע חבירים, אי"ה ביי ענק אויף שמחות.

Advertisement

פרייטאג אוקטובר 19, 2007 11:11 am

אינטערסאנט, פונקט נעכטן זאגט מיר א חבר אז ער קומט יעצט פון אן אפשערן......
ס'אונז ביידע געווען א חידוש ווייל מ'הערט נישט אזוינס, אבער נישט ווייל כ'ווייס עפעס.
עמיר ווארטן אויף יבא יונה....

פרייטאג אוקטובר 19, 2007 11:14 am

מזל טוב לוי. זאלסט זעהן אסאך נחת.

ס'איז א דבר ידוע אז מ'שערט זיך נישט ביינאכט. נישט די נעגל און נישט די האר. באלד וועט קומען קרעמער מיט א קיצור שו"ע און בני היכלא מיט א סידור האר"י, און זיי וועלן דיר צואווייזן די פונקטליכע מקורות.

פרייטאג אוקטובר 19, 2007 11:18 am

גראדע ליגט מיר אין קאפ אז די נעגל פון די פיס מעג מען יא שניידן ביינאכט, אבער דעס וויל איך לאזן פאר אן אנדערע אשכול.

פרייטאג אוקטובר 19, 2007 11:27 am

מזל טוב לוי,

וללוי אמר תומיך ואוריך לאיש "חסידיך", חסידישע אידן וועלכע זענען זיך נוהג עפ"י אריה"ק שערן נישט ביינאכט אזוי וואו דיין חבר האט אנגעוויזן, עס איז פארהאן פון ר' ישראל דוד הארפענעס א קליין חיבור אויף עניני תגלחת, דארט וועסטו טרעפן יסודן של הדברים ביתר ביאור, ווי אויך אנדערע ענינים הנוגעים לשמחתך.

[נ.ב. דער קעפל פונעם אשכול איז אביסל שרעקעוודיג]

פרייטאג אוקטובר 19, 2007 11:44 am

כאפ א בליק אינעם הערליכען ספר הררים התלויים בשערה, פון הרב ווייס איינער, א הערליכע בכל עניני שערות ותגלחת והמסתעף, און דיינע אויגען וועלן דיר אויפלייכטען

פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:36 pm

אלעקסיי;

טאקע אט דעם ספר האב איך געוואלט צוצייכענען פאר לוי'ן, איך האב נאר נישט געוואוסט דעם פונקטליכן נאמען דערפון. דער מחבר איז א חשוב'ער אינגערמאן ר' דוד אלי' ווייס פון וויליאמסבורג, אן אייניקל פון הרה"ח ר' שלום לויפער ז"ל.
לעצט פאראכטן דורך קרעמער אום שבת אוקטובר 20, 2007 7:37 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:52 pm

ר' הערשל. א ידען נפלא ועצום. און א געוואלדיגע שריפטשטעלער. א ברודער מיט די יאר צייט שרייבער אין "עלים לתרופה"

שבת אוקטובר 20, 2007 7:37 pm

דער שרייבער פון די יארצייטן אינעם בעלזא'ר בלעטל "עלים לתרופה" איז גאר א סאטמאר אינגל? היבש אינטערסאנט.

זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:30 am

איך פאר מיר האבעך נאך קיינמאל נישט געהערט אזא זאך פון זיך נישט שערן ביינאכט, פאר ווען כ'האב אפגעשוירן מיין אינגל זז"ג, האבעך געפרעגט מיין רבי'ן שליט"א, ווייל ס'איז אויסגעקומען אויף א מוצ"ש, און אויף דאן האט זיך מיר יא געדאכט, אז מ'שערט נישט, אבער דער רבי האט מיר געזאגט אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם. (און איך בין אפילו געגאנגען צו אים, און ער האט טאקע געגעבן דעם ערשטן שער.)

זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:40 am

ע"פ אר"י איז טאקע בעסער אז נישט
אבער די פאקט איז אז מען פירט זיך נישט אלעס ע"פ אר"י
אין ע"פ הלכה איז עס נישט קיין שום שאלה

אין לגבי דיין שאלה וואלט איך מצדד געווען אז אזוי ווי די סיבה (מיין איך) פארוואס מען שערט זיך נישט ביינאכט די האר אין די נעגעל איז ווייל עס איז א מקום ווי עס איז דא אביסעל אן אחיזת החיצונים (כ'ווייס נישט וואס דאס איז)
אין אזוי ווי ביינאכט איז אויך אזא בחינה , האט מען נישט געוואלט זיך שערען ביינאכט , ס'זאל נישט זיין קיין ענין פין התגרות וד"ל
יעצט אפילו נארמאל פשוטע יודען זענען נישט מקפיד אויף דעם , וואלט איך אבער געזאגט אז די ערשטע מאל וואס מען שערט אפ א קינד נאך די שלש שנים י-הי-ה לכם ערלים , אין מען ברענגט עים מער אריין צי די קדושה
וואלט געווען גלייך עס צי טוהן בייטאג
זאל גא-ט דיר געבען אסאך נחת פין דעם קינד , אמן

זונטאג אוקטובר 21, 2007 3:39 pm

יישר כח, און בריכם תהי' פאר אלע שרייבער.

מיללער;
ביסט דאך אזוי גערעכט, איך האב געזיכט עפעס וואס האט מיט פאות, און זעט אויס אז איך האב צו ווייט געזיכט. אונטשודיג מיר ביטע פארן אייך דערשרעק ...

מאנטאג אוקטובר 22, 2007 1:41 pm

קרעמער: יא, ער איז א סאטמאר אינגעל [ליין: בחור'ל!!!], ער פלעגט שרייבען די יארצייט אין די סאטמארער תורה-בלעטל גינת ורדים, מאכענדיג א גוט שטיקל ארבייט, דערנאך האט ער געשריבען א שטיק צייט פארן סקווירא-ב"פ גליון פרחי מגדים, און ווען דאס האט זיך פארמאכט האבן אים די בעלזער אריבערגעשלעפט צו זיך (נאכדעים וואס זיי האבן פארלוירען זייער שטענדיגער שרייבער הרב פרוש ז"ל)

מאנטאג אוקטובר 22, 2007 1:50 pm

הרוצה בעילום שמו האט געשריבן:ר' הערשל. א ידען נפלא ועצום. און א געוואלדיגע שריפטשטעלער. א ברודער מיט די יאר צייט שרייבער אין "עלים לתרופה"


ר' דוד אלי' אדער ר' הערשל?

מאנטאג אוקטובר 22, 2007 2:08 pm

ר' הערשל ב"ר דוד אליהו שלי"ט.
ואחיו הבה"ח ישכר בעריש ב"ר דוד אליהו ני"ו

מאנטאג אוקטובר 22, 2007 5:34 pm

הרוצה בעילום שמו האט געשריבן:קרעמער: יא, ער איז א סאטמאר אינגעל [ליין: בחור'ל!!!], ער פלעגט שרייבען די יארצייט אין די סאטמארער תורה-בלעטל גינת ורדים, מאכענדיג א גוט שטיקל ארבייט, דערנאך האט ער געשריבען א שטיק צייט פארן סקווירא-ב"פ גליון פרחי מגדים, און ווען דאס האט זיך פארמאכט האבן אים די בעלזער אריבערגעשלעפט צו זיך (נאכדעים וואס זיי האבן פארלוירען זייער שטענדיגער שרייבער הרב פרוש ז"ל)


דאס איז נייעס!!!

איך קען דעם בחור גאנץ פיין, איך פלעג אים ליינען אינעם גנת ורדים (איך האב אפילו נישט באמערקט אז די פרחי מגדים האט זיך אפגעשלאסן...), יעצט וועל איך וויסן ווער דער בעל השמועה איז ביים ליינען דעם עלים לתרופה.

דינסטאג אוקטובר 23, 2007 12:27 pm

קרעמער האט געשריבן:
הרוצה בעילום שמו האט געשריבן:קרעמער: יא, ער איז א סאטמאר אינגעל [ליין: בחור'ל!!!], ער פלעגט שרייבען די יארצייט אין די סאטמארער תורה-בלעטל גינת ורדים, מאכענדיג א גוט שטיקל ארבייט, דערנאך האט ער געשריבען א שטיק צייט פארן סקווירא-ב"פ גליון פרחי מגדים, און ווען דאס האט זיך פארמאכט האבן אים די בעלזער אריבערגעשלעפט צו זיך (נאכדעים וואס זיי האבן פארלוירען זייער שטענדיגער שרייבער הרב פרוש ז"ל)


דאס איז נייעס!!!

איך קען דעם בחור גאנץ פיין, איך פלעג אים ליינען אינעם גנת ורדים (איך האב אפילו נישט באמערקט אז די פרחי מגדים האט זיך אפגעשלאסן...), יעצט וועל איך וויסן ווער דער בעל השמועה איז ביים ליינען דעם עלים לתרופה.


כ'פארשטיי נישט דיין פראגע דו ווילסט וויסען, דו ווייסט דאך שוין...

געב נאר א קוק אינעם עלים לתרופה אין א וואך וואס עס האט א יארצייט ביי לינקע זייט פון אונטען (ביי די פלאץ וואו עס פלעגט שטיין, נערך ע"י: הרב פרוש) וועסטו זעהן: ע"י ה"ה ישכר בעריש ווייס

דינסטאג אוקטובר 23, 2007 12:50 pm

הרוצה.
נתחלף לך עי"ן ביו"ד, קרעמער שרייבט "איך וועל וויסן" נישט "איך וויל וויסן"

דינסטאג אוקטובר 23, 2007 1:29 pm

גערעכעט. נישט באמערקט

דינסטאג אוקטובר 23, 2007 4:21 pm

ומודה ועוזב,

ירוחם

דינסטאג אוקטובר 23, 2007 4:40 pm

איך האב אויך געוואלט אפשערן ביינאכט ווייל איך האב נישט געהערט פון א רבי אדער א ספר וואס איך מקפיד אויך דעם האט מיר מיין חבר געזאגט אז ער האט געפרעגט קאשוי'ער רב זצ"ל אין ער האט עם נישט געלאזט אפשערן ביינאכט

דינסטאג אוקטובר 23, 2007 7:49 pm

קרעמער האט געשריבן:ומודה ועוזב,

ירוחם


גם אני מצטרף להנ"ל.

איך הער.

מיטוואך אוקטובר 24, 2007 9:08 am

ווער איז דער "ירוחם" וואס איז אלעמאל מודה אויף זיינע פעלערן? איך מוז אים קענען, ער דארף פילייכט צו זיין גאר א וואוילער און אנשטענדיגער מענטש.

מיטוואך אוקטובר 24, 2007 9:11 am

אלעקס,

דאס גרעניצט זיך מיט ליצנות וואס פון דארט ביז הוללות איז נישט מער ווי א קאצן-שפרינג, וואטש-אוט

מיטוואך אוקטובר 24, 2007 9:26 am

קרעמער האט געשריבן:ומודה ועוזב,

ירוחם

איך ווייס נישט ווי אזוי דו האסט אויסגעפונען ווי אזוי איך הייס, אבער מיט וואספארא רעכט פארציילסטו פאר יעדן אז איך הייס ירוחם? האב איך דיר באנק געטאן אמאל??? פארוואס קומט זיך עס מיר?
שרייב א תגובה

Advertisement