למדן וצדיק האט געשריבן:
למעשה אבער אריין קוקענדיג אין די קונטרס פון ר׳ יואל זעה איך אז ער זאגט אן אנדערע סברא פארוואס די מדינה איז נישט קיין גאולה, און דאס איז וויבאלד כידוע איז דאך די מדינה משעובד כל כולו צו די מלכות ארה״ב און בפרט צו די יו. ען. און אן זייער הסכמה קענען זיי כמעט גארנישט טון (און עס איז נישט קיין סוד אז ווען נישט די יו. ען. וואלטן די ציונים בפרט די דתיים לאומיים פארטריבן אדער אויסגע׳הרג׳געט אלע אראבערס פון גאנץ ארץ ישראל כולל די מערב ברעג...) ממילא הייסט עס נישט קיין מלכות (דוגמת די אלע היימישע ווילעדשעס וואס מיר האבן דא ווי קר״י, סקווירא, וויזניץ מאנסי וכו׳) לויט דעם איז די קשיא נאכאלץ שווער, דארף מען נאר וויסן צו עס איז א ריכטיגע סברא, (און באמת די רבי אליין איז מרמז די סברא אין סוף סי׳ צ״ח), אדער קען זיין וויבאלד במציאות וואוינט מען נישט אונטער גויים הייסט עס יא א גאולה, און פארוואס די מדינה איז טאקע נישט קיין גאולה איז וויבאלד אונז האמיר פון דעים נאר צרות, ואולי זהו סברת הרבנים מתירי הבחירות וזהו נקודת המחלוקת בין רבינו בעל ויוא״מ זצ״ל ושאר הרבנים המתירים...
די סברא איז א סברא פאר א לומדות, למעשה קען מען ברענגען טויזענט ראיות אז די מדינה איז א מדינה פאר זיך, (עס איז שווער צו ברענגען ראיות אויף א מציאות, ווייל די חקירות ווערן געבויעט אויף לופט, מאלנדיג וואסער מיט א דאמפף מיל, ואין קץ לדברי רוח, יעדער זעהט אז דא שטייט א מדינה, גיי פרעג א גוי מסיח לפי תומו, אבער אז מען דארף ראיות אויף אזא דבר פשוט, קען מען ברענגען ראיות לרחצה, אז דאס וואס מאכט א מדינה זיין א מדינה פאר זיך בכל פרטותי' והלכותי', איז די מדינה פון די ציונים די זעלבע ווי אלע אנדערע מדינות, טראץ זייער אנגעוויזנקייט אויף אמעריקע און אויף אנדערע לענדער.
קיין איינער פון די מתירי הבחירות איז נאכנישט בייגעפאלן דעם לומדות עצום אז די מדינה איז על כרחך נישט קיין מדינה, דאס איז גיט פאר דעם חוזר בלומדותו העצומה, אבער פאר א בעל נגלה איז דאס נאך נישט געווארן ארויפגעברענגט אלס א היתר, והוא פשוט בתכלית הפשיטות.
אויב די מדינה איז האט פארשידענע התחייבות'ער צו אמעריקע און זי מיז אנקומען צו זייער הילף, דאס מאכט נאכנישט די מדינה אלס א טייל פון אמעריקע, עס איז דא צענדליגער לענדער אויף די וועלט וואס לעבן אויף אמעריקע הילף, און זיי הייסן א לאנד פאר זיך, "זיי נעמען סך הכל אסאך הילף פון אמעריקע" און זיי זענען "אנגעוויזן" אויף אמעריקע'ס הילף, דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אז זיי זענען אלע מדינות "פאר זיך" וואס זענען "אנגעליינט" אויף אמעריקע, אזוי ווי אסאך מדינות אויף דער וועלט.