הערות ביאורים ועיונים בספה״ק ויואל משה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויבעריקער »

וואס האט די פאקטישע מציאות מיט וואס די ציונים האבן גע׳חלומ׳ט?
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

איך בין באמת צומישט איבער וואס איר ווילט פרעגן, וואס האלט איר האט דער ערפינדער פונעם רעיון הציוני געוואלט עקאמפלישן אז איר זאגט אז דער פאקטישער מציאות איז אנדערש?

האט ער געוואלט ברענגען די גאולה?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויבעריקער »

ער האט געוואלט מאכן א מדינה וואס וועט נישט זיין משעובד צו אנדערע אומות און וואס וועט פארמינערן די צרות פון כלל ישראל און נישט פארמערן אזוי ווי עס איז די מציאות ליידער.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

איז לאמיר זיין קלאר, ווען די מדינה העט ווען נישט געברענגט קיין צרות און אידן וואלטן ווען געלעבט בשלום ושלווה דאן וואלט עס געווען א מרידה במלכות שמים, נאר אזויווי עס ברענגט נאר צרות איז עס נישט קיין מרידה?! האא?

איך שמעק נאנסענס... קאמענטארן זענען איבריג... א גוטע נאכט!
לעצט פארראכטן דורך פלטיאל אום מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 8:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויבעריקער »

אזא מציאות קען נישט געשען וויבאלד אין די ספרים ווערט מבואר אז פאר ביאת המשיח וועט קיין גאולה נישט זיין.
בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויבעריקער »

נו קיינער מיט א תירוץ?
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דיין פראגע איז בעצם א תמצית פונעם חיבור "אגרת חכם" פון ר' יואל כהן.

דער תירוץ שטייט אין ספה"ק ויואל משה סימן פ"ב דודאי אם אין רצון הבורא ית"ש בזה אין בו הצלחה דאם ה' לא יבנה בית שוא עמלו בוניו בו, אלא דעשיית צעדים לבטל גזירותיו ית"ש ע"י זרוע בשר הוי כפירה בעיקר אף אם אינו משיג מאומה, אזוי זעהט מען ביי די בני אפרים, ביים אגרת תימן און ביי די אנשי פארטיגאל עיי"ש.

ובהקדמת הספר ד"ה אולם, וממילא כל פעולה שעושין בזה אף שלבסוף יעלה בידם חרס מ"מ בהפעולות והמעשים שעשו בזה לבד עברו כבר על השבועה.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

קונטרס ״מענה חכם״ מר׳ יואל כהן שליט״א מבואר שם קושיתו של הרב בויבעריקער בטטו״ד

https://www.dropbox.com/s/sn8b9axiug33z ... D.pdf?dl=0
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויבעריקער »

הרב להודיע ווארשיינליך האט איר נישט גליינט מיין תגובה ביז׳ן סוף

בויבעריקער האט געשריבן:און דער אמת איז אז סאטמארער רב אין ויוא״מ באציעט זיך אליין צו די הערה, עיי׳ סי׳ פ״ג וז״ל ״ואין לטעות ולומר שאין בממשלה זו איסור השבועות יען שאין בה גאולה וחירות כלל״ וכו׳ עיי״ש, ומתרץ ״דאין השבועות דוקא על השגת איזה מלוכה וחירות אלא על עשיית צעדים בדבר נגד גזירת הגלות״, ועוד כתב שם וז״ל ״דעשיית צעדים לבטל גזירותיו ית״ש ע״י זרוע בשר הוה כפירה בעיקר אף אם אינו משיג מאומה״, עכ״ל. און ער ברענגט דארטן ראיות צו דעם פון די בני אפרים און פון די מעשה פון די רמב״ם וואס אפילו זיי האבן בכלל נישט מצליח געווען צום סוף, אפילו אזוי שטייט אז זיי האבן עובר געווען אויף די ג׳ שבועת.

אבער לכאורה דארף מען דאך פארשטיין וואס איז דער דמיון בכלל צו די בני אפרים און צו די מעשה פון די רמב״ם דארטן האבן זיי דאך קלאר געטון פעולות צו עררייכן א גאולה וואס מיט זייערע מעשים האבן זיי געוויזן אז זיי גלייבן נישט אין דעם אז די גאולה קומט נאר דורכ׳ן רבש״ע אליין, משא״כ דא די אידן וואס גייען צו די בחירות האבן דאך זייערע פעולות נישט קיין שום שייכות מיט די גאולה, וצע״ג.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

כאמור האט ר' יואל אפגעשריבן א גאנץ קונטרס וואו ער איז מבאר באריכות כדרכו די קשיא, בעת וואס אין ויואל משה ווערט עס בפירוש אדרעסירט און הערליך מבואר. גיי פארשטיי.

בויבעריקער, דער רבי שרייבט נישט אין ערגעץ אז ווען איינער גייט צו די בחירות אז ער האט געטון השתדלות פאר די גאולה. נפל היסוד נפל הבנין
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

בויבעריקער האט געשריבן:
לויט דעם לכאורה דארף מען דאך פארשטיין פארוואס ווען איינער גייט צו די בחירות הייסט עס ווי ער האט געטון השתדלות פאר די גאולה, הא לפימשנ״ת האט די מדינה נישט קיין שום שייכות מיט די גאולה, און אפילו מיר וועלן זאגן אז מיטן גיין צו די בחירות איז ער מקיים די מדינה, אבער אויב האט די מדינה נישט קיין שייכות מיט גאולה וואס איז טאקע די פראבלעם צו מקיים זיין די מדינה?

דער חבר הכנסת איז א חלק פון די עקזיסטנעץ פון די מדינה, וואס איז יעדע רגע פון איר קיום א פעולה פון לקיחת גאולה לפני הקץ, אן ערפאלג פארשטייט זיך, אבער א פעולה איז עס, א כסדר'דיגע פעולה.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

להודיע האט געשריבן:כאמור האט ר' יואל אפגעשריבן א גאנץ קונטרס וואו ער איז מבאר באריכות כדרכו די קשיא, בעת וואס אין ויואל משה ווערט עס בפירוש אדרעסירט און הערליך מבואר. גיי פארשטיי.

בויבעריקער, דער רבי שרייבט נישט אין ערגעץ אז ווען איינער גייט צו די בחירות אז ער האט געטון השתדלות פאר די גאולה. נפל היסוד נפל הבנין

ר' יואל לערנט בכלל פאלש אפ דעם גאנצן ויואל משה, כאילו סאטמאר רב האט געהאלטן אז ס'נאר דא כפירה ביי איין שבועה און די אנדערע צוויי איז מותר גמור ווידער לויטן אבני נזר וואס זאגט ס'איז לנשמות האלט ער איז מער מחמיר און ס'יא נוגע למעשה, בכלל פארשטייט ער נישט דברים פשוטים וואס דער ויואל משה פרעגט אויפן אבני נזר אז די שבועה האט גארנישט מיט הלכה און ער רב יואל זאגט אז דער אבני נזר זאגט אויך אזוי, ועכ"ז מאכט ער אגאנצע צייט א מחלו' אבני נזר מיט ויואל משה צי די שבועות איז להלכה צי נישט, בשעת, ווען דער ויואל משה האט פשוט געמיינט צו זאגן, אז מגמרא כתובות מבואר בפירוש שענין השבועות הם שאלות בהלכה ווייל רב יהודה מיט ר' זירא האבן דן געווען למעשה ולהלכה אלס די שבועות.
בכלל איז דא אסאך הבלים, ברענגט דעם זרע שמשון ווען אין ויואל משה שרייבט ער שוין אויפן מהרשק אז ס'איז גוט פאר דרוש.
מערסטע איז מיר געפאלן ווי מנדלסון שרייבט אז יד זרים שלטו בויואל משה פשוט מזייף געווען שטיקער.. ס'האט מיר דערמאנט א לעצטיגע פארשוואונדענע אשכול דא מיט די זעלבע טענות אויף א ספר קדמון, און מיר געקאסט א שמייכל
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

להודיע האט געשריבן:דיין פראגע איז בעצם א תמצית פונעם חיבור "אגרת חכם" פון ר' יואל כהן.

דער תירוץ שטייט אין ספה"ק ויואל משה סימן פ"ב דודאי אם אין רצון הבורא ית"ש בזה אין בו הצלחה דאם ה' לא יבנה בית שוא עמלו בוניו בו, אלא דעשיית צעדים לבטל גזירותיו ית"ש ע"י זרוע בשר הוי כפירה בעיקר אף אם אינו משיג מאומה, אזוי זעהט מען ביי די בני אפרים, ביים אגרת תימן און ביי די אנשי פארטיגאל עיי"ש.

ובהקדמת הספר ד"ה אולם, וממילא כל פעולה שעושין בזה אף שלבסוף יעלה בידם חרס מ"מ בהפעולות והמעשים שעשו בזה לבד עברו כבר על השבועה.

ס'וואונדערט מיר בכלל די קשיא, מיילע דער ויואל משה האט געמוזט ענטפערן יעדע טענה פון די גאס. אבער וואס האט כפירה מיט מעשים, כפירה איז במחשבה, אויב גלייבט מען נישט איז מען א כופר, די מעשה איז גענוג גוט מגלה צו זיין זיינע מחשבות ווען איך ווייס עס נישט, אבער אז איך זע וואס ער גלייבט נישט איז ער א כופר, ס'דארף אים געלונגען צו טון עפעס צו ווייזן אז ער גלייבט נישט?
בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויבעריקער »

הרב להודיע איר האט ווארשיינליך נישט געלערנט ויואל משה און ממילא פארשטייט איר נישט די קושיא, אין ויואל משה איז דא א גאנצע אריכות ווי ער איז מבאר אז די איסור שלש שבועות איז נאר א משל און די איסור איז ווייל מטוט השתדלות פאר די גאולה, אויב איז גיין צו די בחירות נישט קיין השתדלות פאר די גאולה דעמאלטס אין בו משום שלש שבועות ג״כ.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

בויבעריקער האט געשריבן:הרב להודיע איר האט ווארשיינליך נישט געלערנט ויואל משה און ממילא פארשטייט איר נישט די קושיא, אין ויואל משה איז דא א גאנצע אריכות ווי ער איז מבאר אז די איסור שלש שבועות איז נאר א משל און די איסור איז ווייל מטוט השתדלות פאר די גאולה, אויב איז גיין צו די בחירות נישט קיין השתדלות פאר די גאולה דעמאלטס אין בו משום שלש שבועות ג״כ.

איך האב מורא איר האט נישט געלערנט דעם ויואל משה, נאר דעם מענה חכם, וועמען איר ציטירט כסדר נאכאמאל און נאכאמאל...

די מדינה איז א השתדלות פאר די גאולה בזרוע בשר ? דאס איז א כפירה. האבן א חלק דערין איז א חלק אין כפירה. און יעדער חבר הכנסת איז עובר דערויף. ווי קומט דא אריין משל נמשל.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

הרב בויבעריקער, איך פארשטיי נישט פארוואס איר קריכט ביז בחירות, לשיטתך איז די גאנצע מדינה נישט קיין פראבלעם וויבאלד יעצט ווייזט זיך אויס למפרע אז עס איז נישט געווען קיין גאולה, איז וואר?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויבעריקער »

להודיע האט געשריבן:
בויבעריקער האט געשריבן:הרב להודיע איר האט ווארשיינליך נישט געלערנט ויואל משה און ממילא פארשטייט איר נישט די קושיא, אין ויואל משה איז דא א גאנצע אריכות ווי ער איז מבאר אז די איסור שלש שבועות איז נאר א משל און די איסור איז ווייל מטוט השתדלות פאר די גאולה, אויב איז גיין צו די בחירות נישט קיין השתדלות פאר די גאולה דעמאלטס אין בו משום שלש שבועות ג״כ.

איך האב מורא איר האט נישט געלערנט דעם ויואל משה, נאר דעם מענה חכם, וועמען איר ציטירט כסדר נאכאמאל און נאכאמאל...

די מדינה איז א השתדלות פאר די גאולה בזרוע בשר ? דאס איז א כפירה. האבן א חלק דערין איז א חלק אין כפירה. און יעדער חבר הכנסת איז עובר דערויף. ווי קומט דא אריין משל נמשל.

די ״מדינה״ איז נישט קיין מענטש ער קען נישט עובר זיין עבירות, די עבירה טוט דער וואס טוט די מעשה כפירה (כמבואר באריכות בויוא״מ דזהו הוא האיסור של שלש שבועות) יעצט קענסטו מיר מסביר זיין וואספארא מעשה כפירה די חבר הכנסת באגייט?
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

בויבעריקער האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:
בויבעריקער האט געשריבן:הרב להודיע איר האט ווארשיינליך נישט געלערנט ויואל משה און ממילא פארשטייט איר נישט די קושיא, אין ויואל משה איז דא א גאנצע אריכות ווי ער איז מבאר אז די איסור שלש שבועות איז נאר א משל און די איסור איז ווייל מטוט השתדלות פאר די גאולה, אויב איז גיין צו די בחירות נישט קיין השתדלות פאר די גאולה דעמאלטס אין בו משום שלש שבועות ג״כ.

איך האב מורא איר האט נישט געלערנט דעם ויואל משה, נאר דעם מענה חכם, וועמען איר ציטירט כסדר נאכאמאל און נאכאמאל...

די מדינה איז א השתדלות פאר די גאולה בזרוע בשר ? דאס איז א כפירה. האבן א חלק דערין איז א חלק אין כפירה. און יעדער חבר הכנסת איז עובר דערויף. ווי קומט דא אריין משל נמשל.

די ״מדינה״ איז נישט קיין מענטש ער קען נישט עובר זיין עבירות, די עבירה טוט דער וואס טוט די מעשה כפירה (כמבואר באריכות בויוא״מ דזהו הוא האיסור של שלש שבועות) יעצט קענסטו מיר מסביר זיין וואספארא מעשה כפירה די חבר הכנסת באגייט?

ער נעמט א חלק אין די קיום המדינה בפועל... ווער איז די מדינה אויב נישט די חברי הכנסת? וואס מיינט א מדינה?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

הרב להודיע האט מן הסתם געלערנט ויואל משה נאר פון סי׳ פ״ג כנהוג אין די סאטמארע ישיבה קטנות ממילא ווייסט ער נישט פונעם ערשטן האלב צו זאגן... דארטן ווערט די ענין מבואר באריכות
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

בויבעריקער האט געשריבן:[
די ״מדינה״ איז נישט קיין מענטש ער קען נישט עובר זיין עבירות, די עבירה טוט דער וואס טוט די מעשה כפירה (כמבואר באריכות בויוא״מ דזהו הוא האיסור של שלש שבועות) יעצט קענסטו מיר מסביר זיין וואספארא מעשה כפירה די חבר הכנסת באגייט?

אה, ענליך גייט מען שוין נישט אין סירקלס... פארשטייסט שוין פארוואס די מדינה איז כפירה, כאטש ס'איז נישט קיין גאולה, קאנגרעטשלאציעס.

אויף דיין נייע קשיא איז דער רבי מבאר אין אן אנדערע סימן אז כדי די מדינה זאל שטיין מוז זיין 120 חברי הכנסת, יעדער חבר הכנסת איז א עצם חלק פון די העמדת השלטון, נישט בלויז ווי א דריטע עד, נאר ווי די ערשטע צוויי עדות. אן אים איז נישטא קיין מדינה.

למדן וצדיק האט געשריבן:הרב להודיע האט מן הסתם געלערנט ויואל משה נאר פון סי׳ פ״ג כנהוג אין די סאטמארע ישיבה קטנות ממילא ווייסט ער נישט פונעם ערשטן האלב צו זאגן... דארטן ווערט די ענין מבואר באריכות

וואס איז אייער פראבלעם ? קום אריין קלארער ביטע.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

חזרה פערטע חבירים!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

להודיע האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:הרב להודיע האט מן הסתם געלערנט ויואל משה נאר פון סי׳ פ״ג כנהוג אין די סאטמארע ישיבה קטנות ממילא ווייסט ער נישט פונעם ערשטן האלב צו זאגן... דארטן ווערט די ענין מבואר באריכות

וואס איז אייער פראבלעם ? קום אריין קלארער ביטע.

ביז סי׳ פ״ג ווערט מבואר באריכות גדול אז די גאנצע איסור פון שלש שבועות איז ״נאר״ ווייל עס איז השתדלות פאר די גאולה וואס דאס איז א מעשה כפירה, נאך די גאנצע אריכות פירט אויס די רבי ״ומעתה היעלה על הדעת שיש איזה היתר להשתתפות וכו׳ וכו׳ (וואס פון דארט הייבט מען אן צו לערנען אין ישיבה קטנה...) זעהט מען דאך קלאר אז די עיקר איסור פון די בחירות איז וועגן שלש שבועות. איר האט געשריבן אז די רבי שרייבט נישט אין ערגעץ אז די בחירות איז השתדלות פאר די גאולה.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויבעריקער »

להודיע האט געשריבן:
בויבעריקער האט געשריבן:[
די ״מדינה״ איז נישט קיין מענטש ער קען נישט עובר זיין עבירות, די עבירה טוט דער וואס טוט די מעשה כפירה (כמבואר באריכות בויוא״מ דזהו הוא האיסור של שלש שבועות) יעצט קענסטו מיר מסביר זיין וואספארא מעשה כפירה די חבר הכנסת באגייט?

אה, ענליך גייט מען שוין נישט אין סירקלס... פארשטייסט שוין פארוואס די מדינה איז כפירה, כאטש ס'איז נישט קיין גאולה, קאנגרעטשלאציעס.

אויף דיין נייע קשיא איז דער רבי מבאר אין אן אנדערע סימן אז כדי די מדינה זאל שטיין מוז זיין 120 חברי הכנסת, יעדער חבר הכנסת איז א עצם חלק פון די העמדת השלטון, נישט בלויז ווי א דריטע עד, נאר ווי די ערשטע צוויי עדות. אן אים איז נישטא קיין מדינה.
די מדינה איז כפירה? איר קענט מיר מסביר זיין וואס דאס מיינט? איר האט שוין געהערט אזא זאך אז א בוים זאל זיין כפירה?
Other Guy
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Other Guy »

בויבעריקער האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:
בויבעריקער האט געשריבן:[
די ״מדינה״ איז נישט קיין מענטש ער קען נישט עובר זיין עבירות, די עבירה טוט דער וואס טוט די מעשה כפירה (כמבואר באריכות בויוא״מ דזהו הוא האיסור של שלש שבועות) יעצט קענסטו מיר מסביר זיין וואספארא מעשה כפירה די חבר הכנסת באגייט?

אה, ענליך גייט מען שוין נישט אין סירקלס... פארשטייסט שוין פארוואס די מדינה איז כפירה, כאטש ס'איז נישט קיין גאולה, קאנגרעטשלאציעס.

אויף דיין נייע קשיא איז דער רבי מבאר אין אן אנדערע סימן אז כדי די מדינה זאל שטיין מוז זיין 120 חברי הכנסת, יעדער חבר הכנסת איז א עצם חלק פון די העמדת השלטון, נישט בלויז ווי א דריטע עד, נאר ווי די ערשטע צוויי עדות. אן אים איז נישטא קיין מדינה.
די מדינה איז כפירה? איר קענט מיר מסביר זיין וואס דאס מיינט? איר האט שוין געהערט אזא זאך אז א בוים זאל זיין כפירה?

וואס איז א אשרה בוים? אמונה?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”