הערות ביאורים ועיונים בספה״ק ויואל משה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 3:11 pm

האט סאטמאר רב אראפ גענומען די וויין פון טיש, ווען עס איז אנוועזנד געווען דארט א הולך לבחירות??, הלמאי, ער איז דאך ערגער פון א עובד ע"ז??
אויך איז מיר שווער, עס זענען פארהאנען אומצאליגע מעשיות ווי דער סאטמאר רב האט געגעבן גרויס געלט פאר אידן, אפילו פאר אגודיסט'ן פאר הולכי לבחירות...
ער האט מספיד געווען הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל, מיט א גאר שיינעם הספד, על אף ער איז געווען פון די ראשי האגודה ופעל ועשה הרבה למען הבחירות....
האיך יתקיימו שני כתובים הללו???
[די קשיא איז מיר שוין יארן שווער, ועדיין לא שמעתי ע"ז תירוץ מספיק, אין סאטמאר איז מען עפעס דאס נישט מסביר געהעריג...
כ'קלער אז די לשונות אין ויוא"מ זענען לחומר האיסור, אבער ניש ממש למעשה, ועדיין צלע"ג]
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 3:18 pm

אביונה האט געשריבן:האט סאטמאר רב אראפ גענומען די וויין פון טיש, ווען עס איז אנוועזנד געווען דארט א הולך לבחירות??, הלמאי, ער איז דאך ערגער פון א עובד ע"ז??
אויך איז מיר שווער, עס זענען פארהאנען אומצאליגע מעשיות ווי דער סאטמאר רב האט געגעבן גרויס געלט פאר אידן, אפילו פאר אגודיסט'ן פאר הולכי לבחירות... האיך יתקיימו שני כתובים הללו???
[די קשיא איז מיר שוין יארן שווער, ועדיין לא שמעתי ע"ז תירוץ מספיק, אין סאטמאר איז מען עפעס דאס נישט מסביר געהעריג...
כ'קלער אז די לשונות אין ויוא"מ זענען לחומר האיסור, אבער ניש ממש למעשה, ועדיין צלע"ג]

דאס וואס די פרעגסט איז נישט קיין שום קושיא בכלל. ווייל דאס גיין צו בחירות איז "בפועל" א "מעשה" הודאה לכפירה, הגם עס איז זייער מעגליך אז דער מענטש וואס גייט צו בחירות האט נישט דורכגעטוהן די מציאות, און לדעתו כאפט ער נישט וואס ער טוט, ממילא הייסט ער נישט ווי א מודה לעבודה זרה במחשבה וברצונו, נאר ער לעבט אין א טעות, און דער עיקר איז אז זיין "מעשה" איז א מעשה וואס שטיצט עבודה זרה, און אויף אזא פאל איז זיין וויין נישט יין נסך, מען קען דאס בעסער מסביר זיין, אבער אין בידי עתה הזמן להאריך, אבער דאס איז די נקודת התירוץ הפשוט.

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 3:24 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:

הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל, איז געווען א דירעקטער בר פלוגתא מיטן סאטמאר רבי'ן, ער האט 'געהאלטן' באמת פונקט פארקערט, אז סי'ז א מצוה וחוב קדוש, נישט סתם אז סי'ז ביי עם געווען א 'חסרון ידיעה'...

ועוד, א טועה בעבודה זרה, איז סך הארבער ווי א טועה בדבר עבירה, וואס הייסט אפשר א שוגג

אדרבא, לפי זה זעה איך נישט קיין איין 'הולך לבחירות' זאל זיין עפעס א עובר עבירה וואס גרעניצט זיך מיט 'יהרג ואל יעבור' ווייל 'אלע' הולכי לבחירות זענען עניטיים אזעלכע טועים ווי עס איז געווען הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 3:25 pm

אביונה האט געשריבן:האט סאטמאר רב אראפ גענומען די וויין פון טיש, ווען עס איז אנוועזנד געווען דארט א הולך לבחירות??, הלמאי, ער איז דאך ערגער פון א עובד ע"ז??
אויך איז מיר שווער, עס זענען פארהאנען אומצאליגע מעשיות ווי דער סאטמאר רב האט געגעבן גרויס געלט פאר אידן, אפילו פאר אגודיסט'ן פאר הולכי לבחירות...
ער האט מספיד געווען הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל, מיט א גאר שיינעם הספד, על אף ער איז געווען פון די ראשי האגודה ופעל ועשה הרבה למען הבחירות....
האיך יתקיימו שני כתובים הללו???
[די קשיא איז מיר שוין יארן שווער, ועדיין לא שמעתי ע"ז תירוץ מספיק, אין סאטמאר איז מען עפעס דאס נישט מסביר געהעריג...
כ'קלער אז די לשונות אין ויוא"מ זענען לחומר האיסור, אבער ניש ממש למעשה, ועדיין צלע"ג]

במכתבים של הגה''ק משאפראן זצ''ל (איני זוכר איפה) יש על זה תירוץ מספיק בערך כנקודת הרב עפל קאמפאט, ומסיים בערך זה הלשון וכן שמעתי מהגה''ק מסאטמאר (שליט''א) [זי''ע]
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 3:32 pm

אביונה האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:האט סאטמאר רב אראפ גענומען די וויין פון טיש, ווען עס איז אנוועזנד געווען דארט א הולך לבחירות??, הלמאי, ער איז דאך ערגער פון א עובד ע"ז??
אויך איז מיר שווער, עס זענען פארהאנען אומצאליגע מעשיות ווי דער סאטמאר רב האט געגעבן גרויס געלט פאר אידן, אפילו פאר אגודיסט'ן פאר הולכי לבחירות... האיך יתקיימו שני כתובים הללו???
[די קשיא איז מיר שוין יארן שווער, ועדיין לא שמעתי ע"ז תירוץ מספיק, אין סאטמאר איז מען עפעס דאס נישט מסביר געהעריג...
כ'קלער אז די לשונות אין ויוא"מ זענען לחומר האיסור, אבער ניש ממש למעשה, ועדיין צלע"ג]

...

הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל, איז געווען א דירעקטער בר פלוגתא מיטן סאטמאר רבי'ן, ער האט 'געהאלטן' באמת פונקט פארקערט, אז סי'ז א מצוה וחוב קדוש, נישט סתם אז סי'ז ביי עם געווען א 'חסרון ידיעה'...
ועוד, א טועה בעבודה זרה, איז סך הארבער ווי א טועה בדבר עבירה, וואס הייסט אפשר א שוגג
אדרבא, לפי זה זעה איך נישט קיין איין 'הולך לבחירות' זאל זיין עפעס א עובר עבירה וואס גרעניצט זיך מיט 'יהרג ואל יעבור' ווייל 'אלע' הולכי לבחירות זענען עניטיים אזעלכע טועים ווי עס איז געווען הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל

יידישע קהילות האט געשריבן:ווייל די שאלה איז צו עס איז ממש די ג' חמורות אדער נאר אזוי הארב "כאילו" ג' חמורות. איך ווייס אז עס איז דא א הכשלה פון די ג' חמורות אבער סוכ"ס איז מען עס נישט עובר בידיים. איך פרעג א שאלה פאר דער וואס קען עס הענדלען. אויב דו האלטסט אז יעדעס ווארט אין סה"ק ויא"מ איז פשוטו כמשמעו דאן איז מיין שאלה נישט געוואנדן צו אייך.
פונקט אזוי ווי יעדער פארשטייט אז אפילו גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, דאך איז נישט דא קיין היתר צו הרג'ען א מענטש וואס איז א מחטיאו. (חוץ א רודף אחר הערוה וכיו"ב). ווייל דער מימרא מיינט נישט קיין הלכה למעשה כפשוטו, נאר איז ג'שריבן ארויסצוברענגען די חומר הדבר.

עס איז קענטליך פון אייער שפראך אז איר פארזעהט א פונדאמענטאלע אריינפיר צו די גאנצע נושא, איך וואלט אייך געראטן (און אזוי אויך פאר רוב סאטמארע..) אז בעפאר איר קוקט אין ויואל משה זאלט איר קודם א בליק טון אין די קונטרס יהדות התורה והמדינה פון ר' אוריאל צימר ז"ל אין וואס ער איז מברר די אלגעמיינע תורה'דיגע שטעלונג קעגן ציונות און די מדינה, אויף א אופן וואס קומט בעפאר די הלכה'דיגע בירור, און אויף די פארנעם צו וואס 'אלע' ערליכע אידן - אפילו די וואס האבן ערלויבט אדער פארלאנגט אנטייל צו נעמען אין די בחירות - זענען גענצליך איינשטימיג. וואס איז, אגב, סיי איבערגעטייטשט און ארויסגעגעבן געווארן אויף אידיש דורך "דער איד" אין יאר תשכ"ג, און סיי איבערגעדרוקט געווארן אין די אריגינעלע שפראך (עברית..) אין יאר תשע"ב מיט די הסכמה פון הגר"ח קניבסקי שליט"א.

צו ערקלערן וואס איר וועט דארט טרעפן וועל איך ציטירן פון ר' אוריאל'ס אייגענע הסבר אין זיין הקדמה, פון די ציטירטע זאצן וועט איר אויך אביסל זען אז די הלכה איז בלויז א טייל פון די גרעסערע בילד, און נאכן פארענדיגן דעם קונטרס וועט איר אויך בעסער פארשטיין אויף וואס די מיינונגס פארשידנהייטן לגבי בחירות איז/איז געווען באזירט און בעיקר אויף וואס נישט.
מען קען ארויסברענגען די תורה'דיגע אידישע שטעלונג איבער מדינת ישראל אויף דריי וועגן, וואס באמת איז עס איינס: א) דורך די הלכה'דיגע בירור; ב) דורך די פאליטישע בירור; ג) דורך די השקפה'דיגע בירור. די דריי וועגן זענען, ווי געזאגט, פארבינדן און פארמישט איינס אין צווייטן און עס קען צומאל זיין שווער אוועקצושטעלן די ליניע וואס טיילט זיי אפ, און אפילו וואס לויט די אידישע גלויבונג איז "ליכא מילתא דלא כתיבא באורייתא", די תורה נעמט אריין אלעס און געוועלטיגט אויף אלעס. מיט דעם אלעם איז פארהאן אין דעם ענין פארשידענע אספעקטן, אזוי ווי אין די תורה זעלבסט איז פארהאן זיבעציג צוגענג.

דער חיבור וועט זיך פארנעמען בלויז מיט די דריטע וועג, מיט די השקפה'דיגע בירור. די הלכה'דיגע בירור, דאס מיינט ברענגן אלע מקורות פון די הלכה, און ריכטיג ערקלערן די מאמרי חז''ל און רייד פון ראשונים וואס ווערן אפט געברענגט דורך פארשידענע אקטיוויסטן אויף א נישט ריכטיגע וועג און אזוי ווייטער און ווייטער – דאס איז זייער א וויכטיגע זאך, און עס וואלט געווען געאייגנט אז עס זאל געמאכט ווערן דורך א פאסיגע תורה'דיגע פערזענליכקייט, אבער דאס איז נישט דער ציל פון דעם חיבור.

די פאליטישער בירור, דאס מיינט קלארשטעלן די שטעלונג באזירט אויף פאליטישע פארזוכן און פראבלעמען וואס קומען ארויף פון צייט צו צייט, די מדינה'ס געזעצן אויף פארשידענע זאכן אין פארבינדונג צו חרדים און דאס גלייכן – דאס איז אויך ראטזאם אז עס זאל געמאכט ווערן, און אזעלכע בירורים זענען טאקע געמאכט געווארן פון צייט צו צייט אין צייטונגען און אין פארשידענע צייטשריפטן, אבער דאס איז אויך נישט די ציל פון דעם חיבור. און נאכמער ווי דעם, עס איז א באוואוסטע כלל פון די רייד פון אונזערע חז''ל אז "כשם שאין פרצופיהם דומין כך אין דעותיהם שוות", און ווי פארשטענדליך אז אויך די חרדישע אידן זענען אין דעם כלל אין פאליטישע אנגעלעגנהייטן. עס איז פארהאן פלאץ פאר פארשידענע מיינונגען אין די אופנים וויאזוי מען דארף רעאגירן אויף געוויסע פאסירונגען, און עס איז נישט אינעם ציל פונעם שרייבער אריינצוגיין אין די זאכן אויף אזא פארנעם.

די מאטיוו פון דעם חיבור איז אוועקצושטעלן און קלארצושטעלן אין די השקפה'דיגע פעלד.

(דא איז דא א לינק צו די קונטרס איבערגעטייטשט אויף אידיש, מיין פילטער בלאקט עס, אויב איינער וועט עס ארויפלייגן אויף דראפ באקס וועל איך אים דאנקבאר זיין.)

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 3:34 pm

אביונה האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:האט סאטמאר רב אראפ גענומען די וויין פון טיש, ווען עס איז אנוועזנד געווען דארט א הולך לבחירות??, הלמאי, ער איז דאך ערגער פון א עובד ע"ז??
אויך איז מיר שווער, עס זענען פארהאנען אומצאליגע מעשיות ווי דער סאטמאר רב האט געגעבן גרויס געלט פאר אידן, אפילו פאר אגודיסט'ן פאר הולכי לבחירות... האיך יתקיימו שני כתובים הללו???
[די קשיא איז מיר שוין יארן שווער, ועדיין לא שמעתי ע"ז תירוץ מספיק, אין סאטמאר איז מען עפעס דאס נישט מסביר געהעריג...
כ'קלער אז די לשונות אין ויוא"מ זענען לחומר האיסור, אבער ניש ממש למעשה, ועדיין צלע"ג]

דאס וואס די פרעגסט איז נישט קיין שום קושיא בכלל. ווייל דאס גיין צו בחירות איז "בפועל" א "מעשה" הודאה לכפירה, הגם עס איז זייער מעגליך אז דער מענטש וואס גייט צו בחירות האט נישט דורכגעטוהן די מציאות, און לדעתו כאפט ער נישט וואס ער טוט, ממילא הייסט ער נישט ווי א מודה לעבודה זרה במחשבה וברצונו, נאר ער לעבט אין א טעות, און דער עיקר איז אז זיין "מעשה" איז א מעשה וואס שטיצט עבודה זרה, און אויף אזא פאל איז זיין וויין נישט יין נסך, מען קען דאס בעסער מסביר זיין, אבער אין בידי עתה הזמן להאריך, אבער דאס איז די נקודת התירוץ הפשוט.

הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל, איז געווען א דירעקטער בר פלוגתא מיטן סאטמאר רבי'ן, ער האט 'געהאלטן' באמת פונקט פארקערט, אז סי'ז א מצוה וחוב קדוש, נישט סתם אז סי'ז ביי עם געווען א 'חסרון ידיעה'...

ועוד, א טועה בעבודה זרה, איז סך הארבער ווי א טועה בדבר עבירה, וואס הייסט אפשר א שוגג

אדרבא, לפי זה זעה איך נישט קיין איין 'הולך לבחירות' זאל זיין עפעס א עובר עבירה וואס גרעניצט זיך מיט 'יהרג ואל יעבור' ווייל 'אלע' הולכי לבחירות זענען עניטיים אזעלכע טועים ווי עס איז געווען הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל

איך פארשטיי בכלל נישט וואס די פרעגסט אויף מיינע ווערטער. עס איז דא צוויי זאכן, עס איז דא אן עובד עבודה זרה דהיינו איינער וואס גלייבט אין די עבודה זרה און ביקט זיך דערצו כאילו דאס האט א כח רח"ל מהאי דעתא, דאס מיינט אן עובד עבודה זרה וואס זיין יין איז יין נסך.
נאכדעם איז דא איינער וואס גייט צו פעור און ער האט נישט די מינדעסטע אהנונג אז מען דינט דא עבודה זרה מיט די מיאוסע וועג, ער הערט פשוט אז דא איז דא אן עבודה זרה און ער באשליסט אז ער גייט דא מאכן א מחאה אויף די עבודה זרה בעל פעור.... ער קומט צו די פעור און ער נעמט זיך פוער זיין, בלויז מיט איין ציל, כדאי צו פארמיאוסן די עבודה זרה.... אינמיטן קומט צו לויפן זיין חבר מיט איין בהלה און שרייט אויף אים געוואלד, וואס טוסטו דא..... די מיינסט אז די מיאוסט די עבודה זרה...? דאס איז דאך די וועג וויאזוי מען דינט דאס........ דער מענטש כאפט זיך ביים קאפ, און ער רייסט זיך די האר אויף די שרעקליכע טעות וואס ער האט דא געהאט....

יעצט די מענטש וואס האט דא פוער געווען אויפ'ן בעל פעור, האט זיכער נישט קיין דין פון אן עובד עבודה זרה וואס זיין יין איז יין נסך.... אדרבה דער מענטש איז די גרעסטע לייקענער אין די כח פון עבודה זרה.... ער האט נאר געהאט א טעות אין די חלק "המעשה".

די זעלבע זאך איז לגבי בחירות, די גדולים וואס האבן געשיקט צו בחירות, האבן מכוון געווען אזוי די מענטש וואס גייט צום בעל פעור צו פוער זיין כדי צו פארמיאוסן די עבודה זרה... דאס איז זייער ציל געווען, און זיי זענען בכלל נישט מודה אין די עבודה זרה הציונות וכל האביזרייהו... ממילא איז פשוט אז די עיקר פראבלעם איז אין די חלק המעשה שלהם, וואס דעריבער איז אוודאי זייער וויין נישט יין נסך.

און אעפי"כ איז נישט קיין סתירה אז די מעשה הליכה לבחירות זאל זיין יהרג ואל יעבור, פונקט אזוי ווי עס איז יהרג ואל יעבור צו דינען די עבודה זרה הפעור, און יעדע מענטש וואס האט געדינט עבודה זרה וואלט זיך געדארפט לאזן הרג'נען אבי נישט פוער צו זיין דארט, אבער אעפי"כ איז זיין יין נישט קיין יין נסך וויבאלד לדעתו האט ער פשוט געהאט א טעות און נישט געוויסט די מציאות הדברים.

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 3:41 pm

אין הלכות עבודה זרה איז בכלל נישט אזוי פשוט וואס דו שרייבסט דא....
די גמרא אין סנהדרין דף ס"ד שטייט קלאר 'הפוער לפעור אע"פ שמכוין לבזותה חייב', ער דארף געהעריג ברענגען א קרבן ווי א עובד עבודה זרה בשוגג

ועוד,כ'זעה נישט פארוואס די וועלכע גיין צו די בחירות מיינען דען עפעס צו פאר'מיאוס'ן די עבודה זרה?, בכלל נישט!
'אלע' הולכי בחירות האלטן לכתחילה פון 'מדינה על פי תורה', און דאס איז טאקע דער גאנצער ציל פון גיין צו די בחירות!!, בכלל נישט עס צו פאר'מיאוס'ן!!, נאר א ריכטיגער רוצה בקיומה, בכוונה ובשאט נפש, רוב גדולי ישראל, בפרט פון די אגודה, האבן בכלל נישט שולל געווען א מדינה על פי תורה [ע"ע כנסי' הגדולה תרצ"ז]
לויט סאטמאר רב אין ויואל משה איז דער גאנצער געדאנק פון 'מדינה על פי תורה' עבודה זרה למהדרין
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 3:53 pm

אביונה האט געשריבן:אין הלכות עבודה זרה איז בכלל נישט אזוי פשוט וואס דו שרייבסט דא....
די גמרא אין סנהדרין דף ס"ד שטייט קלאר 'הפוער לפעור אע"פ שמכוין לבזותה חייב'

נא ווער רעדט דא צו מען איז חייב צו נישט, ער איז טאקע חייב צו ברעגן א קרבן. פיין. מען רעדט דא צו מען מעג אזא מענטש מצרף זיין צו מנין, אזא איינער וואס דינט עבודה זרה בשוגג, און צו זיין וויין איז יין נסך

אביונה האט געשריבן:ועוד,כ'זעה נישט פארוואס די וועלכע גיין צו די בחירות מיינען עפעס צו פאר'מיאוס'ן די עבודה זרה, בכלל נישט!
'אלע' הולכי בחירות האלטן לכתחילה פון 'מדינה על פי תורה', און דאס איז דער גאנצער ציל פון גיין צו די בחירות, בכלל נישט עס צו פאר'מיאוס'ן, נאר א ריכטיגער רוצה בקיומה, בכוונה ובשאט נפש, רוב גדולי ישראל, בפרט פון די אגודה, האבן בכלל נישט שולל געווען א מדינה על פי תורה [ע"ע כנסי' הגדולה תרצ"ז]
לויט סאטמאר רב איז דער גאנצער געדאנק פון 'מדינה על פי תורה' עבודה זרה למהדרין

נישט וואר בכלל, די גדולי תורה (חוץ פון "געוויסע" פון מזרחי) האבן קלאר נישט געהאלטן פון די מציאות פון א מדינה און זייער אסאך פון די אגודה שרייבן דאס קלאר און דייטליך ארויס

דאס וואס די ברענגסט פון וואס מען האט גערעדט ביי די כנסי' הגדולה, פעלט זיך שוין לאנג אויס א ביאור ארוך און עס איז דא קלארע הוכחות לזה אז די (געוויסע) וואס האבן דאן גערעדט פון מדינה על פי תורה האבן גערעדט פון האבן אן אטאנאמיע, א שטייגער ווי באזונדערע ישובים און נאך ווייניגער ווי דעם, אין אנדערע ווערטער מען זאל האבן די רעכט צו לעבן פאר זיך על פי תורה, אפילו די ממשלה בעצם גייט זיין אינטער די ענגלענדער ווייטער, וואס אפילו אסאך גדולי ישראל האבן זיך מתנגד געווען צו די געדאנק אויך (און אסאך נישט, ובפשטות כן היה גם דעתו של הרה"ק רבי הילל קאלאמעיער זצ"ל), אבער דאס הייסט נישט האבן א אויסשליסליכע ממשלה בזמן הגלות. (אן די תירוץ וועט זיין א סתירה גלוי' צו זייערע אייגענע ווערטער וואס כמה וואס שרייבן וועגן די געדאנק פון א ישוב אין ארץ ישראל צו קענען לעבן על פי תורה, דריקן זיך קלאר אויס מיט שרעקליכע לשונות חמורים אנטקעגן די געדאנק פון האבן אן אייגענע ממשלה).

על כל פנים לענין גיין צו בחירות, האבן כמה גדולים דאס קלאר ארויסגעברענגט אז מען האט נישט קיין ברירה, און מען מיז גיין אויפטוהן לבחור הרע במיעוטו, אזוי ווי דער סטייפלער שרייבט אז עס האט נישט צו טוהן מיט העברה על השבועות נאר אפילו מען איז נישט מודה אז עס מעג זיין א מדינה, שרייבט ער אז מען האט נישט קיין ברירה מען מיז גיין אויפטוהן (וכנראה ברור מדבריו של הסטייפלער זצ"ל שלא ראה דברי הויואל משה ואינו מתייחס אלא לכרוזים שמובא שם הטעם של התחברות לרשעים, כי אינו משיב ואינו מזכיר כלל עיקר היסודות של טענות הויואל משה ואינו משיב על זה כלל), אבער פון זיינע ווערטער זעהט אויך אויס קלאר אז ער האט זיך בפועל מתנגד געווען צו די געדאנק פון די מדינה, און אזוי האבן געשריבן נאך פילע, עי' בספר בעיות הזמן.

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 3:58 pm

אן זיך אריינלאזן אין פלפולים און וויכוחים איבער די היסטאריע פונם כנסיה הגדולה, און איבער דעת גדולי ישראל אויף מדינה עפ"י תורה......

אבער..., העיקר שכחת
האסט נאך אבער בכלל נישט געענטפערט מיין עיקר קשיא....
לפי המבואר בויואל משה זענען אלע הולכי בחירות עובדי עבודה זרה גמורים!!, זייער כוונה איז 'בכלל נישט לבזותה'...

און אפילו עמיר זיך מדחיק זיין אז זיי מיינען אפשר יא צו מבזה זיין די מדינה...., זענען זיי נאך פארט אלץ עובדי עבודה זרה, ואולי גם מנסכי יין, כדין הפוער עצמו לפעור לבזותה, כדאיתא בסנהדרין כנ"ל,
לפי שיטת סאטמאר רב
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 4:04 pm

לא שכחתי העיקר, וכבר תירצתי לעיל.

מיין עיקר נקודה איז נישט געווען צו זיי מיינען לבזותה צו נישט. מיין עיקר נקודה איז געווען אז זיי כאפן נישט אז דא איז כרוך אן איסור פון עבודה זרה, און אפילו עובדי עבודה זרה גמורים אויב איז דאס נישט במזיד נאר בשוגג, און אדרבה זייער כוונה איז בכלל נישט צו דינען עבודה זרה, איז אפילו זייער מעשה בפועל איז א מעשה עבודה זרה זענען זיי נאך אלס נישט קיין מנסכי יין

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 4:14 pm

נאופס
איך פארשטיי דאס נישט
פון וואנעט נעמסטו א הנחה אז עובד עבודה זרה בשוגג הייסט נישט קיין עובד עבודה זרה??
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 4:16 pm

אביונה האט געשריבן:נאופס
איך פארשטיי דאס נישט
פון וואנעט נעמסטו א הנחה אז עובד עבודה זרה בשוגג הייסט נישט קיין עובד עבודה זרה??

ווער זאגט ער הייסט נישט? ער הייסט יא! אבער זיין וויין איז נאך אלס נישט יין נסך.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:02 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:נאופס
איך פארשטיי דאס נישט
פון וואנעט נעמסטו א הנחה אז עובד עבודה זרה בשוגג הייסט נישט קיין עובד עבודה זרה??

ווער זאגט ער הייסט נישט? ער הייסט יא! אבער זיין וויין איז נאך אלס נישט יין נסך.

איך הער עפל קאמפאוט'ס תירוץ. ער ענטפערט אז לגבי מנסך זיין וויין דארף מען א מזיד, און נישט די "גדולים" און נישט סתם עמך יידן זענען א בחינה פון מזיד.
ממילא קומט אויס אז עס איז נאך אלץ מעגליך לפי זה אז א מזיד פון א שטיקל חזיר זאל זיין מער חמור פון גיין צו די בחירות וועלכע איז למעשה בשוגג.
דער רבי זי"ע רעדט פון די מעשה מצד עצמו, אבער לגבי דאס וואס איינער איז א שוגג פארשטייט זיך אז עס מאכט לייכטער די גאנצע עבירה.
מסכים?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:11 pm

הקיצור, דער רבי האט טאקע אזוי געהאלטן אלע גדולים הולכי בחירות, פאר 'עובדי עבודה זרה בשוגג'??
שווער צו זאגן אזוי, מחמת כמה וכמה וכמה מעשי רב, וואס האט נישט אויסגעקוקט אזוי....
די רבי האט זיי גאנץ שיין מכבד געווען אלס ווען זיי זענען געקומען לצל קורתו, הגם ער האט זיך גע'טענה'ט מיט זיי בריתחא דאורייתא, אבער העט ווייט נישט ווי מען דארף זיך באגיין צו 'עובדי עבודה זרה בשוגג'......
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:13 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:נאופס
איך פארשטיי דאס נישט
פון וואנעט נעמסטו א הנחה אז עובד עבודה זרה בשוגג הייסט נישט קיין עובד עבודה זרה??

ווער זאגט ער הייסט נישט? ער הייסט יא! אבער זיין וויין איז נאך אלס נישט יין נסך.

איך הער עפל קאמפאוט'ס תירוץ. ער ענטפערט אז לגבי מנסך זיין וויין דארף מען א מזיד, און נישט די "גדולים" און נישט סתם עמך יידן זענען א בחינה פון מזיד.
ממילא קומט אויס אז עס איז נאך אלץ מעגליך לפי זה אז א מזיד פון א שטיקל חזיר זאל זיין מער חמור פון גיין צו די בחירות וועלכע איז למעשה בשוגג.
דער רבי זי"ע רעדט פון די מעשה מצד עצמו, אבער לגבי דאס וואס איינער איז א שוגג פארשטייט זיך אז עס מאכט לייכטער די גאנצע עבירה.
מסכים?

לכאורה איז אזוי ווי די זאגסט, הגם אין די הסבר הדברים קען מען נאך מאריך זיין. אבער בפשטות איז אזוי די מציאות אז די אלע גדולי ישראל וואס סאטמאר רב האט געטרינקען לחיים צוזאמען מיט זיי און ער האט נישט חושש געווען אויף יין נסך..... מיז זיין אז ער האט אזוי געהאלטן, אז זיי האבן א פשוט'ע טעות, און זייער מעשה איז א מעשה הודאה לעבודה זרה, נאר זיי לעבן פשוט אין א מיאוסן טעות.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 5:31 pm

קומט אויס אז עס קען זיין אויב האב איך א ברירה צו ראטעווען איינעם פון עסן חזיר במזיד, אדער גיין צו די בחירות דארף איך ראטעווען דעם ייד וואס וויל עסן חזיר?
עס קען זיין אז דאס איז אזוי פשוט, אז דער רבי וואלט זיך צולאכט אפילו פון אזא שאלה.
ריכטיג?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 6:12 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:קומט אויס אז עס קען זיין אויב האב איך א ברירה צו ראטעווען איינעם פון עסן חזיר במזיד, אדער גיין צו די בחירות דארף איך ראטעווען דעם ייד וואס וויל עסן חזיר?
עס קען זיין אז דאס איז אזוי פשוט, אז דער רבי וואלט זיך צולאכט אפילו פון אזא שאלה.
ריכטיג?

נישט מוכרח.
עס קען אסאך מאל זיין אז מען דארף פריער ראטעווען דעם יוד וואס זינדיגט בשוגג ווי א יוד וואס זינדיגט במזיד. ווייל דער ערשטער וויל נישט זינדיגן און דער צווייטער וויל יא, און מען דארף ענדערש ראטעווען אן ערליכן יוד פון אריינפאלן אין אן איסור אומווילנדיג, ווי ראטעווען א פושע.
עס ווענדט זיך אויך אסאך מאל צו דער מזיד איז להכעיס צו לתיאבון. צו ער איז א פושע צו סתם א מזיד.
דאס מיינט אבער נאכנישט אז א חוטא בשוגג טראגט אויף זיך א הארבערע חטא ווי א חוטא במזיד, עס איז מעגליך אז א הארבע עבירה בשוגג איז א לייכטערע חטא ווי א שוואכע עבירה במזיד אבער איך קען נישט גענוג גוט די סוגיא וויאזוי מען מעסט הארבקייטן פון עבירות.

אביונה האט געשריבן:הקיצור, דער רבי האט טאקע אזוי געהאלטן אלע גדולים הולכי בחירות, פאר 'עובדי עבודה זרה בשוגג'??
שווער צו זאגן אזוי, מחמת כמה וכמה וכמה מעשי רב, וואס האט נישט אויסגעקוקט אזוי....
די רבי האט זיי גאנץ שיין מכבד געווען אלס ווען זיי זענען געקומען לצל קורתו, הגם ער האט זיך גע'טענה'ט מיט זיי בריתחא דאורייתא, אבער העט ווייט נישט ווי מען דארף זיך באגיין צו 'עובדי עבודה זרה בשוגג'......

כאטשיג איך זעה אפאר יודן האבן שוין געענטפערט און דו כאפסט נישט וואס מען פרובירט דיר מסביר צו זיין, וועל איך אויך פרובירן, אפשר דאך...

כדי די וויין זאל זיין נסך, און אז מען זאל נישט טארן רעדן מיט אים, און אז מען זאל זיך באגיין מיט אים ווי א שייגעץ, דארף א מענטש זיין א פארדארבענער, א מזיד, אן עובד עבודה זרה ביודעים.
א מענטש וואס דינט עבודה זרה בשוגג, אדער בטעות, ווייל ער ווייסט נישט אז עס איז אן עבודה זרה, אדער ער ווייסט נישט צו ער כאפט נישט אז דאס הייסט אן עבודה וכדו', האט ער "בכלל נישט" קיין "דין" פון אן עובד עבודה זרה. כאטשיג "במציאות" איז ער אן עובד עבודה זרה, און די זאך וואס ער טוט איז "אסור" ביהרג ואל יעבור, אבער אזוי ווי ער ווייסט נישט דערפון, אדער ער כאפט זיך נישט דערויף האט ער נישט קיין דין פון א "כופר" אדער אן "עובד עבודה זרה" כאטש זיין "מעשה" איז פאקטיש א דבר האסור ביהרג ואל יעבור און ער וואלט זיך געדארפט לאזן הרג'נען עס נישט צו טון.
אין ויוא"מ גלייכט דאס דער רבי צו צום בי"ד הגדול שבלשכת הגדול וואס האבן זיך טועה געווען והורו לעבוד עבודה זרה, וואס אויף דעם איז דא גאנצע הלכות אין מסכת הוריות, די בי"ד הגדול און דער ציבור שעשה על פיהם ווערט זיכער נישט באטראכט לדינא ווי קיין "עובדי עבודה זרה", וויבאלד עס איז געווען טעו, אבער עכ"ז האבן זיי געדינט עו"ז, און זיי האבן עובר געווען אויף אן עבירה וואס איז ביהרג ואל יעבור, און זיי דארפן ברענגען א פר העלם דבר של ציבור.

עס קען אויך זיין אז דו פארזעהסט נאך א זאך: דאס אז אן עבירה איז ביהרג ואל יעבור מיינט נאך בהחלט נישט אז דער וואס איז עובר דערויף ווערט יעצט א גוי, דער הייליגער רמב"ם שרייבט, אז די אלע עבירות וואס זענען ביהרג ואל יעבור אויב דער מענטש האט עובר געווען דערויף באונס "עבר ולא נהרג", אפילו ער האט געדינט עבודה זרה האט ער טאקע געטון שלא כדין אבער ער ווערט נישט אויס יוד (און מען קוקט אים נישט אן יעצט ווי אַן עובד עבודה זרה אדער רוצח), וויבאלד ער האט דאס נאר געטון "באונס". כ"ש נאך ווען מען טוט עס "בטעות".

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 6:20 pm

איך וואלט עס געלערנט אביסל לייכטער.....
נישט אז זיי זענען 'עובדי עבודה זרה בשוגג אדער בטעות'....
נאר לשיטתם זענען זיי בכלל נישט קיין עובדי עבודה זרה!!, ווייל זיי האבן געהאלטן להיתר, א שטייגער ווי די גמרא זאגט אויף בית שמאי ובית הלל [יבמות יג ע"ב] אף על פי שאלו אוסרין ואלו מתירין אלו פוסלין ואלו מכשירין לא נמנעו בית שמאי מלישא נשים מבית הלל ולא בית הלל מבית שמאי כל הטהרות והטומאות שהיו אלו מטהרין ואלו מטמאין לא נמנעו עושין טהרות אלו על גבי אלו.
אזוי ווי יעדע מחלוקת בישראל
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 6:41 pm

הוא אשר דיברתי. די רגע וואס יעדער איז מודה אז עס איז נישט דברים כפשוטם, קען זיין אז עס איז דא א חילוק צווישן שוגג ומזיד, קען זיין אז עס איז ג'שריבן בדרך כל הכועס "כאילו" עע"ז. אדער אזוי ווי דער זוה"ק איז מחמיר אויף א חטא, און די פוסקים זאגן אבער אז אויב וויל ער נכשל ווערן בעוון אחר איז פארט בעסער יענע חטא. אדער ווי אביונה שרייבט.
הכלל מהיכי תיתי אז עס איז דברים כמשמעם?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:59 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:הוא אשר דיברתי. די רגע וואס יעדער איז מודה אז עס איז נישט דברים כפשוטם, קען זיין אז עס איז דא א חילוק צווישן שוגג ומזיד, קען זיין אז עס איז ג'שריבן בדרך כל הכועס "כאילו" עע"ז. אדער אזוי ווי דער זוה"ק איז מחמיר אויף א חטא, און די פוסקים זאגן אבער אז אויב וויל ער נכשל ווערן בעוון אחר איז פארט בעסער יענע חטא. אדער ווי אביונה שרייבט.
הכלל מהיכי תיתי אז עס איז דברים כמשמעם?

סאטמאר רב האט נישט געזאגט א "מימרא" ווי "כל ההולך לבחירות כאילו עובד עבודה זרה" און אוועקגעוואקט.... ער האט געשריבן א "בירור" מיט ראיות על פי תורה והלכה פשוטה, און נישט על פי סוד, נאר מיט פשוט'ע ווערטער, ווי ער איז מברר אז בחירות איז ממש "בפועל" אן הודאה צו עבודה זרה און א השתתפות מיט א זעלטענע כפירה במלכות שמים. יעצט דאס איז כי הוא זה נישט קיין צושטעל צו די "כאילו'ס" וואס ווערט דערמאנט אין ש"ס וואס עס מיינט צו זאגן אין א געוויסע בחינה און א געוויסע טיפקייט וואס אונז פארשטייען מיר נישט ווערט דאס גערעכט כאילו עבודה זרה. נישט אויף די וועג האט סאטמאר רב גערעדט.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

חקירה

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 6:16 pm

לויט דעת קדשו פון הרה"ק מסאטמאר אז די ממשלה איז א שטיק כפירה, און דאס זיצן דארט איז איין שטיק כפירה בגזירת הגלות און יהרג ואל יעבור. האב איך א שאלה, וואס איז די הלכה פון די מענטשן וואס האבן געוועלט ביי די פארגאנגע בחירות, ווי די מענטשן האבן געוועלט צו מאכן א ממשלה, אבער למעשה איז די ממשלה נישט צושטאנד געקומען, זיי גרייטן זיך שוין צום דריטן מאל צו וואלן... קיין עין הרע...

די שאלה איז צו די עיקר איסור איז ווען עס ווערט א ממשלה, ממילא ווען זיי האבן געוועלט און עס איז גארנישט געווארן דערפון, איז דאס נישט יהרג ואל יעבור, אדער איז די עצם וועלן די איסור.

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 8:58 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:לויט דעת קדשו פון הרה"ק מסאטמאר אז די ממשלה איז א שטיק כפירה, און דאס זיצן דארט איז איין שטיק כפירה בגזירת הגלות און יהרג ואל יעבור. האב איך א שאלה, וואס איז די הלכה פון די מענטשן וואס האבן געוועלט ביי די פארגאנגע בחירות, ווי די מענטשן האבן געוועלט צו מאכן א ממשלה, אבער למעשה איז די ממשלה נישט צושטאנד געקומען, זיי גרייטן זיך שוין צום דריטן מאל צו וואלן... קיין עין הרע...

די שאלה איז צו די עיקר איסור איז ווען עס ווערט א ממשלה, ממילא ווען זיי האבן געוועלט און עס איז גארנישט געווארן דערפון, איז דאס נישט יהרג ואל יעבור, אדער איז די עצם וועלן די איסור.

שאלת חכם חצי תשובה. עצם הבחירות הוא הודאה למינות וכו׳, ואסור.
והן אמת, שאסור לבחור מטעם שהבוחר יש לו חלק בכל מעשי האיסורים של הנבחר, וחלק זה לכאורה לא שייך כאן. אבל אמינא (בדא״פ) דאפי׳ על חלק זה עברו. והטעם, דמבואר, במס׳ קידושין דף מ׳ דמחשבה רעה אין הקב״ה מצרפה למעשה זה דוקא אם לא עשה האיסור לשם שמים, אבל אם לא עשה מפני שלא צריך לו עוד, גם מחשבה מצרף למעשה. ובודאי לענינינו, דעשו מעשה, בודאי כאילו עשה.

בעצם, דיין שאלה איז, למשל איינער קוקט אין געוויסע ריכטונג ווייל ער וויל זען א דבר איסור און למעשה איז גארנישט דא דארט, האט ער געטוהן א ׳מעשה׳ אבער צום סוף איז נישטא די איסור. ועיין בהגמ׳ שם.

לייברערין
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

ישוב א"י אות קמ"ט בא"ד

תגובהדורך לייברערין » זונטאג ינואר 12, 2020 3:57 pm

ווייסט אפשר איינער מער פרטים איבער וואס דער רבי ברענגט בענין דער חומש?
Capture ויואל משה.JPG
Capture ויואל משה.JPG (45.17 KiB) געזעהן 92 מאל

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הצעיר באלפי און 3 געסט