בראנפן, וויסקי, וכדו' כשרות אפטיילונג

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

וויינען און בראנפן מכל הבא ליד

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » פרייטאג מארטש 09, 2012 5:13 pm

אמרתי אשיחה וירוח לי.

האלטן מיר א טאג נאכן יו"ט פורים, זאל דער בורא העלפן עס זאל נשפע ווערן פאר כלל ישראל מכל טוב ברוחניות וגשמיות.
וויל זיך ארויסברענגן א נקודה פרטית, וואס באמת איז דאס א נקודה כללית איבערן מצב היהדות, אבער פורים זעהט זיך דאס אן זייער שטארק. דאס די די ריבוי הסוגים פון וויינען און יין שרף וואס געפינט זיך אין אידישע שטיבער, אן קיין פארלעסליכע הכשרים. און דער עולם טרונקט מכל הבא ליד, אן זיך אפשטעלן פאר א רגע כמימרא צו איז דער וויין בתכלית הכשרות אדער נישט. בדידי הוה עובדא, זיצינדיג בעצומו של יום ביי א גרויסן רב דאהי, און כ'האב נישט געטראפן אויפן טיש קיין איין וויין מיט א גוטן הכשר [ווי התאחדות, צעהלים, עדה, ועוד]. און א טיש פול פול מיט אלע ערליי פלעשער. עס איז דא א הכשר וואס אין א"י איז נישט דא א היימישער איד פון אונזער מחנה וואס טרונקט דאס, אבער דא איז דאס נשפך על כל גדותיו. ובידעי, אז עס איז דא חששות חמורות פון ערלה, מיט קולות וואס מיר וואלטן זיך נישט סומך געווען.
ווער רעדט פון בראנפן וואס דארט איז ממש הותרה הרצועה, מיטן אמאליגן יסוד אז בראנפן דארף בכלל נישט קיין הכשר. וואס כבר צווחו ככרוכיא, במיוחד הרב לנדא פון בני ברק, אז בראנפן האט אין זיך גרויסע חששות.

איז דאס ריכטיג, הכזאת נעמי?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מוצ"ש מארטש 10, 2012 9:38 pm

איר זענט כשר גערעכט, למען האמת איז דאס פיל א ברייטערער פראבלעם ווי נאר ביי משקאות.

איך זעה עס כסדר און איך האב שוין לאנג געטראכט אז אזוי ווי חז"ל לערנען אינז הרוצה לשקר ירחיק עדותו, קען מען זאגען אויף הכשרים, כל מיני הכשרים וואס דער היימישע עולם אויפען פלאץ חלמ'ט נישט פון עסן ווערט עפעס ווינדערליך כשר און אקצעפטירט מעבר לים. איך קען געבען אסאך דגמאות אבער איך וועל נישט אויסשרייבען מסיבות מובנות, איך וועל נאר געבען 1 דוגמה, פאר יארען לאנג איז די ארץ ישראל' דיגע זיסווארג מארקעט באשטאנען בעיקר פון לאקאלע פראדוקציע ס'רוב מיט די הכשר פון די עדה אביסעל בעלזא הכשר אביסעל אגודה הכשר וכ. היינטיגע צייטען האט זיך געגעבען א דריי די וועלט און מען טרעפט דאר אסאך אויסלענדישע זיסווארג מארבע קצוות תבל, ביודעי ומכירי פון הכשרים וואס קיין איין היימישער און פאריז,לאנדאן אדער אויסטראליע וועט נישט ארייננעמען און שטוב פארקויפט זיך אין א"י אין גרויסען.

די זעלבע איז מיט אמעריקאנער הכשרים אין יוראפ און פארקערט.

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

בראנפן, וויסקי, וכדו' כשרות אפטיילונג

תגובהדורך פינטל » מאנטאג יוני 22, 2015 5:31 pm

וויאזוי קען מען וויסן אויב א וויסקי איז גע'עידזשט געווארן אין וויין פעסער?

וואס מיינט סינגל מעלט?

איז בלענדעד א פראבלעם פאר כשרות?

די אלקאהאליקער זאלן זיך ביטע אנרופן.
אייביג צום פינטל...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג יוני 22, 2015 5:42 pm

נישט אלקאהאליקער מעגן זיך אויכעט אנרופן?

איך ווייס נישט וויאזוי מען קען אליין וויסן אבער CRC (טשיקאגוי ראביניקל קאושר) האט א ליקער ליסט וואס זאגט אינפארמאציע איבער זייער אסאך משקאות צו עס איז געמאכט גוט אדער נישט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מאנטאג יוני 22, 2015 5:46 pm

די ליסטע ווערט אסאך באניצט דורך משגיחים

http://www.star-k.org/cons_appr_liquor_list.pdf


דא האסטו א שפטערע אביסל אנדערש

http://www.star-k.org/11_17LiquorList.pdf
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

תגובהדורך פינטל » מאנטאג יוני 22, 2015 5:46 pm

ווייסט איינער אינפארמאציע אויף Johnny , Aberold, Walker - blue label, knob creek
אייביג צום פינטל...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יוני 22, 2015 5:54 pm

נושא: "איי-וועלט כשרות אפטיילונג"

קיקיון האט געשריבן:עטליכע רשימות פון Chicago Rabbinical Council
אויף נישט מיין איך אז מען קען זיי גלייבען
Over The Counter Medicine & Vitamin Report
****************Liquor & Beer List******************
juice list
dried fruit list

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג יוני 22, 2015 6:17 pm

פינטל האט געשריבן:ווייסט איינער אינפארמאציע אויף Johnny , Aberold, Walker - blue label, knob creek

איך קען ברענגען וואס CRC זאגט (ווי קיקיון זאגט, אויף נישט זענען זיי זיכער באגלויבט).

Knob Creek - Unflavored איז רעקאמענדירט
Knob Creek - Smoked Maple איז נישט רעקאמענדירט

די אנדערע זענען מיינעך נישט דא קיין אינפארמאציע אויפן ליסטע.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

כשרות ביי ברוינפען

תגובהדורך לאן אתה הולך » דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:39 pm

איך עפען די אשכול דורכצוטוען אויב ס'איז דא היתירים אויף די צוויי עיקר כשרות פראבלעמען וואס איז דא ביי ברוינפען.

1) חמץ שעבר עליו הפסח, וואס אויב די ברוינפען איז געווען ביי א איד אום פסח איז עס אסור לעולם, ס'הייסט סיי אויב ס'איז געווען ביים פראדוצירער אין יענער איז א איד אין סיי אויב ס'איז געווען ביי א דיסטריביוטער אין יענער איז א איד. (אויב געדענק איך גיט שרייבט בלומענקראנץ אין זיין בוך אז צוויי פין די דריי גרעסטע ליקער דיסטריביוטערס אין אמעריקא זענען אידן)

2) ווי באוויסט זענען דא ברוינפען וואס מען לאזט ווערן אלט (Aging) אין האלצערנע פעסער וואס מ'האט געהאלטן דארט וויין כדי די טעם פין די וויין וואס ליגט אין די פעסער זאל אריינגיין אין די ברוינפען, אין די הלכה איז אז א מילתה דעבידה לטעמא אפילו באלף לא בטיל, ממילא די ביסל וויין וואס גייט אריין אין די ברוינפען פין די פעסער ווערט נישט בטל, אין די ברוינפען איז יין נסך. פארשטייט זיך אז איך רעד נישט דא פין קאניאק וואס דאס מאכט מען פין טרויבן אליינס. (די צווייטע פראבלעם איז נישטא ביי Straight Bourbons וויבאלד איינע פין די זאכן וואס מאכט א באורבאן א באורבאן איז אז ס'מיז ווערן 'געיזשט' אין נייע פעסער, א נישט 'סטרעיט' באורבאן קען יא זיין די פראבלעם)

איז יעצט ממש אלע גרויסע כשרות ארגענעזאציעס ווי OU OK K-STAR CRC אין נאך, האבן טאקע ליסטעס פין ברוינפען וואס מ'מעג יא טרינקן אין וואס נישט אז מענטשן זאלן וויסן, איך רעד שוין נישט פין די היימישע וועלן מסתם אלע זאגן אז מ'זאל נאר טרינקען מיט א 'היימישע השגחה' (ביטע נישט אריינגיין אין די שמועס דא). פון די וואס מאכן ליסטעס אויף וואס מ'קען זיך פארלאזן זאגן אויך אסאך פון זיי אז לכתחילה זאל מען נאר טרינקען מיט א הכשר.

אבל דא עקא אז די מציאות איז אז ס'דא מענטשן וואס טרינקען מכל הבא ליד/לפה, די היימישע געשעפטן פארקויפן אלעס אפי' דיע וואס ס'דא די שאלות, ביי קידושים אין לחיים'ס זעט מען כסדר פין די ברוינפענ'ס וואס זענען אויסגערעכנט אין די ליסטעס אז מ'טאר דאס נישט טרינקען, אין טייל מענטשן טרינקען דאס געהעריג, ווי געזאגט זאגן אלע כשרות חברות אז מ'דארף אבאכט געבן.

איך עפן די אשכול מברר צי זיין אויב די אידן האבן אויף וואס זיך סומך צי זיין, אפשר זענען יא דא מתירים, איז ווער עס האט בירורים, עיונים, הערות, והארות, זאל זיך לאזן הערן, אפי' איינער וואס איז נישט באקאנט אבער ווייסט מראי מקורות ווי מ'רעדט דערפון תשובות ספרים וכו' זאל עס דא ארויפלייגן.

נ.ב. ביטע נישט אריינגיין דא אין אלגעמיינע כשרות שמועסן, שכח.
לעצט פאראכטן דורך לאן אתה הולך אום דינסטאג פאברואר 23, 2016 10:43 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

זיידע ומומחה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 12, 2012 11:09 am

תגובהדורך זיידע ומומחה » דינסטאג פאברואר 23, 2016 9:07 pm

צום סך הכל פון א hard truths about hard liquor שרייבט די OU
In light of the various issues raised, it is worthwhile for the kosher consumer to demand only kosher-certified alcoholic beverages

בערך
לאור הבעיות השונות שהועלו, כדאי לדרוש משקאות בהשגחות מוסמכים בלבד.

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דינסטאג פאברואר 23, 2016 9:25 pm

זייער א שטארקע אשכול סע דא גאנץ אסאך וואס אויסצו שמעוסן

איך וואלט הנאה געהאט ווען ווער עס ווייסט (שטייטסעך קראנטע אינפארמאציע)
זאל צו געבן צום אשכול

-
אגב געהערט די וואך פון כלי ראשון ששמע מבעל מכשיר
(איך גיי אנפערגן אויב איך זאל שרייבן נאמען)

אז וואדקע - וואס איך האב אלעמאל געוואוסט איז נישט קיין פראבלעם און רובא דרובא
ברויכן נישט קיין הכשר, שטעלט זיך ארויס אז מען ברויך יא האבן אן הכשר, מחמת די יין נסך פראבלעם
נישט ווייל זיי עדזין עס אין וויין צוליב טעם אדער וואס
נאר עס איז דא א נייע געזעץ אז מען מען עס לייגן אין אזוינע שאכטלן פון וויין, ביז א געוויסע מאס זעהט אויס וואס מען ברויך אפיק נישט ארויסשרייבן

אחוץ די רוסישע פאבריקאנטן זיי לייגן נישט אין ווייניגע פעסער כך שמעתי בשבוע העבר

---

אגב די OU ליסטע איז קראנט אויף דעי זאכן ע"פ רוב
ב"ה ווען איך קויף ברוינפן קוק איך רוב מאל די ליסט, מיין סוחר ווייסט שוין אז איך נעם נאר כשרע
השם יעזור להבא.
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

זיידע ומומחה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 12, 2012 11:09 am

תגובהדורך זיידע ומומחה » דינסטאג פאברואר 23, 2016 9:27 pm

אין drinking responsibly שרייבט דער ועד הכשרות ד'באלטימאר STAR K
Without a doubt, buying alcohol with reliable kosher certification is the best way to ensure that it is flavored and aged k’das uch’din.

חכמה
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 6:41 pm

תגובהדורך חכמה » דינסטאג פאברואר 23, 2016 9:32 pm

צו ווייסט איינער אויב Woodford Reserve איז כשר?
איזהו חכם? הלמד מכל אדם!

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » דינסטאג פאברואר 23, 2016 9:40 pm

אז מ'רעדט פון די פראבלעם פון חמץ שעבר עליו הפסח איז כדאי דן צו זיין וועגען ביר אויך (איך האב אמאל געהערט אז די דיסטריביוטער פון Heinikn איז א יוד).

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » דינסטאג פאברואר 23, 2016 9:57 pm

I'm sorry for my English.

I can't comment on halucha as I do not know it good enough... I just can clarify some facts.

1) ALL Bourbons are made in new barrels. So besides for chometz there's no real shaaloh on any American made bourbon. The question is if you need to be choishesh that it belonged for a Yid. Of course the ones that are made by the Bronfman Family is probably assur without a doubt.

2) Straight has a complete different meaning.

3) To my knowledge, the only organization that publicized a list is the CRC of Chicago. The OU and the others do have a list made available to the public. Correct me if I'm wrong.

4) The whiskeys that need aged barrels like Scotch, 'most' of the times use barrels that were used for other whiskeys like Bourbons. Of course it's not a heter to drink without knowing the facts on that particular item, I'm just trying to make clear the facts. In some instances, they davka do not want Sherry casks, it can kill the whiskey. Even where they do use Sherry casks, it is not always for the taste, just rather for other 'finishing' purposes. That's basically the basis on those who are matir even the ones that were in sherry casks.

5) On Vodka there's a big difference between imported and American made. Imported clearly needs a hechsher or clear information that it's permitted.

The reason why some erliche people rely on the national hechsheirim when it comes to whiskeys, is because really it doesn't need a hechsher at all. You just need to know that this was made on a certain way and for that you can rely on them. But this does not apply for all types. For example, those who drink Cognac with an OU should know that it's the same as drinking wine that has an OU....

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 23, 2016 10:11 pm

לעכטיגער האט געשריבן:3) To my knowledge, the only organization that publicized a list is the CRC of Chicago. The OU and the others do have a list made available to the public. Correct me if I'm wrong.

:?: :?:
וואס האסט די געוואלט שרייבען? זיי האבען יא אדער נישט?

www.star-k.org/images/LiquorListWeb.pdf

mk.ca/alcohol.pdf

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » דינסטאג פאברואר 23, 2016 10:31 pm

Thanks for correcting me. I did not know of these two lists. Were these lists always available?
I meant more specifically the OU as people sometimes referr to a OU list, see above. Does the OU also have a list available for the public?

לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

תגובהדורך לאן אתה הולך » דינסטאג פאברואר 23, 2016 10:40 pm

זיידע ומומחה האט געשריבן:אין drinking responsibly שרייבט דער ועד הכשרות ד'באלטימאר STAR K
Without a doubt, buying alcohol with reliable kosher certification is the best way to ensure that it is flavored and aged k’das uch’din.

אמת רוב כשרות ארג. זאגן אז לכתחילה זאל מען נאר טרינקען אז ס'האט קלאר א הכשר, איך גיי פארעכטען מיין ערשטע תגובה ווי כ'האב געשריבן כאילו נאר די היימישע זאגן דאס.

*
שלעפשיץ האט געשריבן:אגב געהערט די וואך פון כלי ראשון ששמע מבעל מכשיר
(איך גיי אנפערגן אויב איך זאל שרייבן נאמען)

אז וואדקע - וואס איך האב אלעמאל געוואוסט איז נישט קיין פראבלעם און רובא דרובא
ברויכן נישט קיין הכשר, שטעלט זיך ארויס אז מען ברויך יא האבן אן הכשר, מחמת די יין נסך פראבלעם
נישט ווייל זיי עדזין עס אין וויין צוליב טעם אדער וואס
נאר עס איז דא א נייע געזעץ אז מען מען עס לייגן אין אזוינע שאכטלן פון וויין
, ביז א געוויסע מאס זעהט אויס וואס מען ברויך אפיק נישט ארויסשרייבן

איך כאפ נישט וואס דו מיינסט פארוואס לייגן זיי עס אין שאכטלן פון וויין?. אין די ou לינק וואס זיידע ברענגט רעדן זיי פין וואדקע אויך אבער לאו מטעמיך. ס'ליגט מיר אין קאפ אז בלומענקראנץ אין אנדערע רעדן אויך איבער וואדקע, קען זיין זיי רעדן פין דעס וואס דו רעדסט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13262
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 23, 2016 10:47 pm

איך ווייס פון די STAR K היפש לאנג
אין 09 האבען זיי געשריבען Since the appearance of the first Star-K approved liquor list over 12 years ago,
איך האב געזוכט א OU ליסטע און נישט געטרעפען
קענסט זיי אנפרעגען kosherq @ ou.org

לאן אתה הולך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm

תגובהדורך לאן אתה הולך » דינסטאג פאברואר 23, 2016 11:11 pm

@לעכטיגער על ראשון ראשון,

1) 2) איך ווייס אז 'אלע' באורבאן'ס מאכט מען אין נייע פעסער, אבער די סיבה וואס כ'האב געשריבן אז ס'דא א חילוק צווישן 'סטרעיט' אין נישט, איז ווייל ביי 'נישט סטרעיט' הגם די פראבלעם פון די פעסער איז נישטא, איז אבער דא א אנדערע פראבלעם אז ס'קען האבן א נישט כשרע 'בלענד'. דאס וואס די זאגסט איבער די בראנפמאן פעמילי, ווי געשריבן איז די פראבלעם פונקט אזוי אויב די דיסטריביוטאר איז א איד אין א ריזיגע פראצענט אין אמעריקא זענען אידן.

3) ווי קיקיון שרייבט ס'דא נאך א סאך, הגם כ'בין טאקע נישט זיכער אויב די ou אויך.

4) דו שרייבסט, ''Even where they do use Sherry casks, it is not always for the taste, just rather for other 'finishing' purposes. That's basically the basis on those who are matir even the ones that were in sherry casks.''
אדרבה ואדרבה אפשר ברענגסטו א מקור, ווער וואס ווי ווען, די אמת איז אז כ'האב בעיקר געפענט די אשכול צי הערן אויב ס'איז דא צדדים להתיר, צי זאגן לאיסור דארף נישט קיין אשכול דאס איז דאך די פשטות, אין ווי געברענגט אז אלע ארגס. זאגן אזוי.

דאס וואס דו שרייבסט אין דיין לעצטע פאראגראף ביסטו גערעכט, עכ''פ איך האלט אויך אזוי, אבער לאמיר פון דעם נישט רעדן דאס איז א ששמועס פאר זיך.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מיטוואך פאברואר 24, 2016 7:16 am

חכמה האט געשריבן:צו ווייסט איינער אויב Woodford Reserve איז כשר?

בלומענקראנץ שרייבט אין ספר אז ס' כשר, און היות ס' איז א בורבען ווערט עס נישט גע'עיזדשט אין וויין קעסקס.
כ' מיין אז די או יו לאזט יא טרינקן גע'עידזדשט און זיי פארלאזן זיך אז ס' ווערט בטל, דארף מען דאס נאכקוקן, זיי שרייבן עס ארויס און בוך וועלכע עס האט א שאלה

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך פאברואר 24, 2016 7:49 am

לאן אתה הולך האט געשריבן:
2) ווי באוויסט זענען דא ברוינפען וואס מען לאזט ווערן אלט (Aging) אין האלצערנע פעסער וואס מ'האט געהאלטן דארט וויין כדי די טעם פין די וויין וואס ליגט אין די פעסער זאל אריינגיין אין די ברוינפען, אין די הלכה איז אז א מילתה דעבידה לטעמא אפילו באלף לא בטיל, ממילא די ביסל וויין וואס גייט אריין אין די ברוינפען פין די פעסער ווערט נישט בטל, אין די ברוינפען איז יין נסך. פארשטייט זיך אז איך רעד נישט דא פין קאניאק וואס דאס מאכט מען פין טרויבן אליינס. (די צווייטע פראבלעם איז נישטא ביי Straight Bourbons וויבאלד איינע פין די זאכן וואס מאכט א באורבאן א באורבאן איז אז ס'מיז ווערן 'געיזשט' אין נייע פעסער, א נישט 'סטרעיט' באורבאן קען יא זיין די פראבלעם)

.


א צען יאר צוריק איז געווען א דין ודברים בענין זה צוווישען דער בית דין פון הרב לנדא
און הרב העכט פון אילת בנוגע דעם ענין
תראה, אני הרבה שנים עוסק בתחום הזה. גם בהרצאות שאני מוסר וגם במכתבים שונים שכתבתי מידי פעם, התראתי על הנושא הזה. אומנם", הוא מציין, "עוד לא חשבתי שצריך להיכנס לעובי הקורה של הנושא ולפרסם זאת במחקר".

אבל הנתונים הקשים והבעייתיים, המשיכו לזרום לשולחנו של הרב הסופר והוא החליט כי חייבים להוציא-לאור את הנתונים האמיתיים לציבור הרחב. "לאחר מאות שאלות של אנשים מרחבי העולם ששאלו אותי בהזדמנויות שונות לגבי משקאות אלו, החלטתי לצאת למסע בעקבות הוויסקי ולבדוק את נתוני האמת בעניין".

וכך, יצא הרב הסופר לעשרות מפעלים מרחבי העולם, שאל, תחקר וצילם, את כל שלבי העשייה. "הגעתי למפעלים כאדם תמים שמתעניין בדרכי הייצור", הוא מספר, "ושאלתי אותם כל מיני שאלות בדבר הייצור".

ממצא בעייתי

כך, למשל, עלה הרב הסופר על הממצא הבא: אדם שרוצה לייצר וויסקי, חייב לעמוד בשני תנאים: התנאי הראשון, המשקה חייב להיות מיוצר אך ורק משלושה רכיבים בלבד: שעורה, מים ושמרים. התנאי השני הוא: לאחר שהמשקה עבר את תהליך הזיקוק, הוא צריך לשכב בחביות של עץ לפחות שלושה שנים. ללא קיום התנאים הנ"ל, אין שום אישור למכור וויסקי.

הרב הסופר: "שלב קבלת המתיקות והצבע מגיע על-ידי החבית. וכאן חשוב להדגיש: על-ידי עץ, אי-אפשר לקבל כלום, אלא, שלפני הכנסת הוויסקי לחבית, אוכסן בו יין שנספג בחבית - שזה כמובן לא נחשב לעוד מרכיב". אגב, הרב הסופר שאל את אחד המפעלים: אם באמת הוויסקי צריך מתיקות וצבע, למה לא להכניס בו צבע וקצת סוכר? והם ענו לו שאסור להכניס סוכר, כי כאמור, זה מרכיב נוסף.

המשקה הכשר

התפרסמו שמועות שונות על סוגים שונים של וויסקי שהרב התיר.

"אכן, יש מספר סוגים של וויסקי שהתרתי, אם כי", מסתייג הרב הסופר, "לא יצאנו בהודעה רשמית מפני שלא הכל נבדק".

אם כך, אין שום וויסקי כשר במאה אחוז?

"ישנו סוג וויסקי אחד שנקר 'סטרייט-בורבון' שזה למיטב ידיעתנו כשר".

וכיצד מתמודדים במפעל זה אם נושא החביות?

"הסוג הזה של הוויסקי, מיוצר בארצות-הברית מתירס. לאחר שלב הזיקוק, הוא מוכנס לחביות שקודם לכן נשרפו מבתוכו, כך שהוא מקבל את הטעם מהצבע החום של פנים-החבית ולכן, אגב, יש לזה טעם שונה משאר משקאות הוויסקי".

מה בנוגע ל"המשקה" שעליו יש הכשר?

"יש לי ספק גדול עליו ואיני יודע ממה הוא מורכב".

תשובות לשאלות

כאמור, הרב הסופר קיבל אלפי פניות, אם זה באמצעות מכתבים, טלפונים ומיילים מאנשים וגופים שונים ברחבי העולם. בעיצה אחת עם הרב לנדא, הוחלט על ריכוז השאלות ובמהלך השבועות הקרובים לענות עליהם. לאחר-מכן, מתכננים להוציא-לאור קובץ, בו ירוכזו התשובות והוא יופץ בריכוזי אנ"ש בארץ ובעולם.

החשיפה על כשרות הוויסקי, לדברי הרב הסופר, זה רק נדבך קטן מהבעיות הגדולות. "בגיליונות הבאים של עיר על תילה", הוא מסיים, "נמשיך לפרסם ליקויים בכשרויות מזון במקומות שונים. לא ידענו עד היום, מה היקף ההתעניינות, בפרסום דברים אלו".

***

כך הגיע הרב הסופר למחלקת הכשרות

הרב מרדכי הסופר עלה לפני שבע-וחצי שנים לארץ-הקודש מאוסטרליה, שם נולד וחזר בתשובה, בעקבות סיפור מופלא שהתפרסם בזמנו בשבועון 'כפר-חב"ד'. מספר שנים לפני שעלה לארץ, התעסק בעבודת הכשרות ונמשך למקצוע זה. כשעלה, התעסק בכשרות בירושלים.

הרב משה לנדא, פנה אליו באותם ימים והציע לו לעבוד בטכנולוגיות המזון, מפני שהרב הסופר רכש ידע מקיף בטכנולוגיה זו במשך השנים. כיום, משמש הרב הסופר כאחראי על כל הרכיבים במוצרי מזון.


תשובת הרב הכט :

י"ב טבת תשס"ו,

כו"כ פנו אלו בעקבות הדברים שפורסמו משמו של הרה"ג רב אב"ד בני ברק הרב משה יהודה לייב לנדא שליט"א ע"ד כשרות ה"ויסקי" וכו' (אף שלא ראיתי פס"ד בחתימת ידו). והנה, מכיון שזה נוגע למאות אלפי יהודים בעולם כולו (שרגילים לשתות את ה"ויסקי") כולל קהלות של יראים ושלמים, מהנכון וההכרח ללבן את הדברים ולהעמידם על בוריין, וזה החילותי לכתוב.

תוכן דבריו כפי שהתפרסמו הוא שרוב משקאות אלו אסורים לשתייה באיסור יין נסך בגלל השהייה בחביות עץ של סתם יינם. ואולם מהעיון בסוגיא בש"ס ובפוסקים עולה מסקנא אחרת לחלוטין, כדלהלן.

בגמרא ע"ז פרק אין מעמידין לג,ב: רבינא שרא לי' לרב חייא בריה דר' יצחק למרמא ביה שכרא אזל רמא ביה חמרא ואפילו הכי לא חש לה למילתא (רבינא התיר לר"ח לשים שכר בכלים שגוים השתמשו בהן ליין, והלך ר' חייא ושם בהם יין (ולא שכר) ואעפ"כ לא שינה רבינא בגלל זה את היתרו לשים שכר בכלי יין של גוים). ופרש"י "לא חש למילתא למגזר שכרא אטו חמרא דשכרא מבטל ליה לטעמיה דחמרא" (לא חשש בגלל זה לגזור איסור על שימת שכר בכלי יין של נכרים שמא יטעה וישים בהם יין, שהשכר מבטל את טעם היין). ובתוס' שם ד"ה שרא למירמי ביה שיכרא כתב: אמר ר"י דה"ה מים וכל שאר משקין לבד מיין.

מדברי הגמרא מובן שאע"פ שאסור לשים יין בכלים שגוים השתמשו בהם ליינם, מותר לשים בכלים אלו שכר וכל מיני משקין אחרים מפני שטעם היין שבכלים אינו נותן טעם בשכר ובמשקין אחרים, כדברי רש"י שהשכר מבטל את טעם היין, או כדברי הרא"ש שם: "שטעם היין הנפלט מהכלי לתוך השכר פגום מעיקרא הוא".

והדברים הובאו להלכה ברמב"ם הל' מאכלות אסורות פי"א הט"ו ואילך: נאדות העכו"ם וקנקניהן שהכניסו בהן העכו"ם יינם אסור ליתו לתוכן יין כו' ומותר ליתן לתוכן שכר או ציר או מורייס מיד ואין צריך לכלום.

וכן פסק המחבר ביו"ד הל' כלי היין סי' קל"ז סעי' ד' וז"ל: כלים האסורים מחמת יין של עובד כוכבים מותר ליתן לתוכם בין מים בין שכר בין שאר משקים ובלבד שידיח בתחלה לחלוחי יין שעל פני הכלים וכן מותר למלוח בהם. ובטור שם: אע"פ שאסור ליתן בהם יין בכלי שנשתמש בהן הנכרי ביין, מותר ליתן בהם מים ושכר ושאר כל מיני משקין לפי שיין פוגם אותם. ובב"י שם: הרשב"א בת"ה הקצר וז"ל כל הכלים שנשתמש בהם הנכרי ביינו ישראל נותן לתוכן בין מים בין שכר בין שאר משקים ואינו חושש לפי שפליטתה מועטת ואי אפשר לבוא לידי נ"ט, ובארוך כתב כל הכלים אם בא להשתמש בהם בשאר משקים קודם שהוכשרו משתמש ובלבד שידיח בתחלה לכלוכית היין ע"כ.

ובט"ז שם סק"ז: נ"ל פשוט אפילו אם המשקים נשתהים שם מעל"ע מותר דנבלע בצונן וכן מוכח באו"ה כלל ב' דחבית דיי"נ שרי בסמ"ק לתת בו שכר לכתחלה דביי"נ הקילו, ומסיק שם הט"ז שגם הדרכי משה מודה בחבית שהי' בו סתם יינם (ולא יי"נ ממש) דמותר ליתן בו שכר לכתחלה (וגם דוחה את דברי הב"ח שחולק על הרשב"א עיי"ש).

איברא דבש"ך שם סקט"ו כתב (בדין זה דאסור ליתן יין בכלים של עכו"ם משא"כ שאר משקין דמותר): ולא גזרינין משקין אטו יין משום דאקראי בעלמא הוא ולפי"ז אסור ליתן בהם משקין דרך קבע. אבל: א) גם הוא מודה שטעם היין נקלש ופוגם בשאר משקין (ולכן הוא דוחה את דברי הב"ח על הרשב"א) ובמילא ברור שהשכר והמשקין מותרין. ב) בדרכי תשובה שם סקי"א הביא מכנה"ג בהגהות ב"י אות כ"ג שהשיג על הש"ך בזה והעמיס בדבר הג"מ דלא גזרו על שאר משקין אפילו נתנו בהם דרך קבע. ג) והוא העיקר: בנידון שבו עסקינין - עשיית ויסקי ע"י גוים שמשתמשים בחביות שהי' בהם קודם סתם יינם – לא שייך כלל לגזור משקין אטו יין (ובמילא אין הבדל בין דרך עראי לקבע): אם יהודי משתמש בחביות של סתם יינם למשקין אחרים דרך קבע יכול להיות שיטעה וישתמש בהם גם ליין; אבל בנדו"ד שגוים עושים את הויסקי בחביות כאלו ע"מ למוכרו אח"כ – מה לי אם הגוי ישתמש בהם גם ליין וירצה אח"כ למכור את היין, הרי יהודי לא יקנה ממנו את היין! ובמילא מובן שבכאן לא שייך כל הענין של עראי וקבע וגם משקין שהגוי שם בכלי היין דרך קבע מותר לכתחלה כפשוט.

ואין להקשות שמכיון שמדובר ב"ויסקי" שנחשב (לדעת כמה) לדבר חריף ויש לנו כלל שהחריפות מחליא לי' לשבח – בנדו"ד אין הענין כן, שהרי איתא בהדיא ברמב"ם הנ"ל שמותר ליתן בהם ציר או מורייס, ומפורש במחבר הנ"ל "וכן מותר למלוח בהם" (והוא מתשובת הרשב"א הובא בב"י שם והש"ך והט"ז שניהם מסכימים לדבריו), וא"כ ה"ה לויסקי. ומפורש הדבר בשו"ת נו"ב מהדו"ת יו"ד סי' נ"ח שכתב (בדין זה דמותר לשים משקין בכלים האסורים מחמת יין נכרים משום דטעם היין הנפלט מהכלי הוא פוגם בשאר משקין) וז"ל "דמשמע דאפילו חומץ וציר מותר ליתן בהם שהרי התיר שם בשו"ע למלוח בהם ולא אמרינן שהחריפות משוי לשבח וא"כ אפילו יי"ש מותר ליתן לכלי היין שהטעם הנבלע בכלי הוא קלוש כיון שנבלע בצונן" (ועיי"ש עוד שניתן אולי לדון ולמצוא מקום להקל אפילו היו מבשלים יין של נכרים בכלי שיהי' מותר ליתן בו אח"כ יי"ש כיון שברור שטעם היין פוגם ביי"ש).

הרי לפנינו שלדעת כל הפוסקים הנ"ל טעם היין הבלוע בכלי אינו משביח במשקאות אחרים ואדרבא הוא פוגם, והוא קלוש ואינו נ"ט וכו' – כך היא המציאות ע"פ תורה - ולכן מותר לכתחלה ליתן כל מיני משקין בכלים האסורים מחמת סתם יינם! ואפילו ביי"ש (שאינו עשוי מיין) אין טעם היין משביח את היי"ש אלא פוגם, והוא קלוש וכו' ולכן מותר לכתחלה לשים גם יי"ש בכלים אלו והיי"ש כשר! ואיך אפשר לטעון שהויסקי אסור לשתיי'ה באיסור יי"נ לפי שטעם היין הבלוע משביח את המשקין – היפך מדברי כל הפוסקים הנ"ל שטעם היין יכול להשביח רק ביין אבל במשקין אחרים פוגם?! ותמיהה גדולה על כותב המאמר שאינו מזכיר ולו ברמז את הסימן בשו"ע שעוסק בשאלה זו ממש – יו"ד סי' קל"ז ונ"כ! ועיין עירובין צ,א: אגב כו'. וראה גם ב"מ צו,ב: לפום כו'.

היוצא מכל הנ"ל ששהיית הויסקי בכלים אלו אינו אוסר אותו לשתייה ואין מקום ע"פ דין לחשוש שהיין נותן טעם בויסקי.

ולרווחא דמילתא י"ל עוד שהדין דכל דעביד לטעמא לא בטיל אינו שייך כלל לכאורה בנדו"ד. שהרי מפורש ברמ"א יו"ד סי' צ"ח סק"ח וז"ל: אם נותן טעם באותה קדירה וכו' לא בטיל כל זמן שמרגישים טעמו ולכן מלח ותבלין מדברים דעבידי לטעמא אינן בטלין בששים", ובט"ז שם מבאר ששומן של איסור שנפל למאכל היתר כן מתבטל בששים אע"פ שהוא עביד לטעמא, ומסביר בהמשך הדברים "שוב ראיתי באו"ה כלל כ"ה דין ו' וז"ל דבר הנעשה לטעם כיצד כל דבר חריף כגון תבלין ומלח של הקדש אין בטיל ע"כ, משמע דלא מקרי טעם בזה אלא דבר חריף ולא שומן דאף שגם הוא מטעים המאכל וממתיקו מ"מ אין נרגש כ"כ כמו דבר חריף על כן שפיר בטל כמו שאר איסורים ומשום הכי סיים כאן גם הרמ"א כגון מלח ותבלין".

ולפי"ז שלא די להטעים המאכיל ולהמתיקו כדי שייקרא מילתא דעביד לטעמא אלא צריכים שיהי' נרגש כמו דבר חריף – ברור שבנדו"ד לא נרגש בויסקי טעם יין (מי ששותה את הויסקי אינו מרגיש טעם יין) ובודאי לא כמו דבר חריף ובמילא אינו זה בגדר מילתא דעבידא לטעמא. אבל ראה שו"ע אדה"ז סי' תקי"ג ס"ד בקו"א. וכ"ז לרווחא דמילתא שהרי בנוגע לטעם היין הבלוע בכלים הוא טעם קלוש ופוגם בשאר משקין כנ"ל.

ומהאי טעמא נמי לא שייך כאן הענין דכיון דלחזותא עביד לא בטל, שהרי ברור שהכווונה בזה היא שמכיון שניכר הדבר במראה שלו לכן אינו בטל (מאחר והוא ניכר) אבל אם אין מראהו ניכר אין שום סיבה שלא יתבטל. ובנדו"ד פשוט שאין מראה היין ניכר כלל בויסקי ולא שייך דעביד לחזותא.

יתירה מכך: 1) דעת הר"ן (הובא ביד אברהם על השו"ע יו"ד סי' ק"ב סעי' א' בהגהה) שמכיון שהענין דחזותא אם מילתא היא אם לאו הוא בעיא דלא איפשטא בב"ק ק"א לכן ספיקא לקולא ובאיסור דרבנן לא אמרינין חזותא מילתא היא, והרי סתם יינם הוא איסור דרבנן. וכן פסק הפר"ח שם, ובהגהות חת"ס על הש"ך כתב שאין לזוז מפסק הפר"ח. וראה ג"כ ביאורי הגר"א בשו"ע שם סעי'"ק ו': אבל משום חזותא בלא דבר שיש לא מתירין אינו אוסר. 2) גם אם נאמר שהו"ע מה"ת דחזותא מילתא היא מ"מ לא אמרו כן אלא בדבר העשוי לתת מראה כגון כרכום אבל אם אינו עשוי לכך כגון יין אדום של איסור שנתערב במים אע"פ שמראיתו ניכרת בטל – מנחת כהן ס' תערובות פ"ג. 3) לדעת כמה פוסקים עביד לחזותא בלי עביד לטעמא אינו אוסר. ואולי י"ל שקצת משמע שגם דעת אדה"ז כן בשו"ע סי' תקי"ג הנ"ל לגבי ליבון הקדירה וכו' בביצה שנולד ביו"ט שחולק על המג"א בקו"א שם. וראה גם לשון המחבר שם: מידי דלחזותא וטעמא עביד לא בטיל. בכל הנ"ל ראה בארוכה אנצקלופדיה תלמודית ערך חזותא.

ומכל זה מובן שבנדו"ד – שהיית הויסקי בכליי יין של נכרים – לא שייך כלל החשש דעביד לחזותא. דיקא נמי שהרי אף אחד מהפוסקים הנ"ל שהתירו לתת שכר ושאר משקין בכלי יין של גוים לא הזכיר אפילו ברמז שהיין אולי נותן מראה וחזותא בשכר ואינו בטל. אלא פשיטא שאף אחד – לא מהראשונים ולא מהאחרונים – אינו חושש לזה, מהטעמים שהוזכרו לעיל.

מכל מה שהבאנו לעיל יוצא מסקנא ברורה שע"פ דין זה שהויסקי שוהה בחביות ששימשו קודם ליין של גוים אינו אוסר את הויסקי.

בנוסף לכהנ"ל יש מקום לציין שגם מבחי' עובדתית לא כל הפרטים שבמאמר הנ"ל מדוייקים לגמרי (וע"פ השמועה כותב המאמר מודה שמעולם לא ביקר בעצמו במפעל תעשיית הויסקי). בירחונים שונים שי"ל ע"י אנשים שקשורים לתעשית הויסקי נאמר שזה כבר זמן רב שיצרני הויסקי הסקוטי ממעטים להשתמש בחביות מספרד ששם יוצרים את היין השרי בגלל המחיר הגבוה של החביות האלו, ומרבים להשתמש בחביות עץ מתעשיית ייצור הבורבון האמריקאי היות וע"פ חוק באמריקה צריכים להעמיד את הבורבן בחביות חדשות ואסור לחזור ולהשתמש בחביות שהשתמשו בהן פעם אחת, במילא ישנם ריבוי חביות כאלו ללא שימוש (אחרי שהוריקו מהם את הבורבן) והן נמכרות לתעשיית הויסקי הסקוטי במחיר נמוך יותר. כמו"כ נאמר שהמחקרים מוכיחים שהעץ האמריקאי עדיף לתעשיית הויסקי מהעץ האירופאי ולכן קונים פחות חביות מספרד ויותר מארה"ב, כשעל החביות הנ"ל מארה"ב מלכתחלה אין כל חשש כי לא מעמידים בהן יין.

נקודה מעניננת נוספת: גם הויסיקי שמעמידים בחביות שהשתמשו קודם ליין השרי, מסתפקים מאד היצרנים מה באמת השפעת חביות אלו על הויסיקי, שהרי בויסיקי שהעמידו בחביות שעשו בהן סוגים שונים של היין השרי התקשו המומחים להבחין בשינוי טעמים בויסקי, שמזה הסיקו שההשפעה היא מועטת מאד. וזה כנ"ל עולה בקנה אחד עם דעת כל הפוסקים הנ"ל שהיין נבלע בצונן ובמילא טעמו קלוש והשכר מבטל טעם היין ואינו נותן טעם וכו' שלכן מותר לשים שכר ושאר משקין בכלים של סתם יינם כנ"ל בארוכה.

ועוד וג"ז עיקר: בירחונים מדברים על תהליך של שריפת החביות – כעין ליבון – לפני שמעמדים בהם את הויסיקי, שעפי"ז פשוט לכאורה שכל החששות נופלים.

כמובן שלושת הנקודות הנ"ל לא בדקתי ובמילא אין לדעת אם כל הדברים נכונים כפי שמופיעים בירחונים וכו', ורק לשלימות הענין נכון להעלות אותן. אבל העיקר הוא המסקנא ההלכתית שיוצאת מכל דברי הפוסקים הראשונים והאחרונים ששהיית הויסקי בחביות של סתם יינם אינה אוסרת את הויסקי לשתי'ה כנ"ל בארוכה.

ובאתי על החתום יום הנ"ל,
יוסף הכט

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך פאברואר 24, 2016 8:09 am

לאן אתה הולך האט געשריבן:
1) חמץ שעבר עליו הפסח, וואס אויב די ברוינפען איז געווען ביי א איד אום פסח איז עס אסור לעולם, ס'הייסט סיי אויב ס'איז געווען ביים פראדוצירער אין יענער איז א איד אין סיי אויב ס'איז געווען ביי א דיסטריביוטער אין יענער איז א איד. (אויב געדענק איך גיט שרייבט בלומענקראנץ אין זיין בוך אז צוויי פין די דריי גרעסטע ליקער דיסטריביוטערס אין אמעריקא זענען אידן)

.



just for the record
סמירנוף וואס לעצטענס האט א הכשר איז געמאכט פון קארן ניט ווייץ און איז קיטניות ניט חמץ
(זייענדיק א חבדצקער וואס האט א פראמבלעם מיט גלווטאן האב איך דאס נאכגעקוקט)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך פאברואר 24, 2016 8:24 am

ישר כח פאר די מאמר. ווער איז יוסף העכט? און וואס האט הרב לנדוי געענטפערט?

אויכעט וואס איז די חילוק פון סטרעיט בורבן צי בלענדעד בורבן (למשל אלד היקארי).


אגב אויב איינער קען שטעלן די ליסטעס פון OU OK וכדו' תע"ב.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך פאברואר 24, 2016 8:38 am

שוועמל האט געשריבן:ישר כח פאר די מאמר. ווער איז יוסף העכט? און וואס האט הרב לנדוי געענטפערט?

אויכעט וואס איז די חילוק פון סטרעיט בורבן צי בלענדעד בורבן (למשל אלד היקארי).


אגב אויב איינער קען שטעלן די ליסטעס פון OU OK וכדו' תע"ב.

הרב יוסף העכט איז א ליובאוויטשער רב און דער אפיצעלער רב אין אילת
איך האב ניט געזען קיין ענפער פון הרב לנדא

איך האב א ליסט פון הרב לנדא


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט