וואס זענען די זוילן?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

געוואלדיג
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

וואס זענען די זוילן?

תגובהדורך געוואלדיג » דינסטאג יוני 02, 2015 4:52 pm

ער וואקט ארויס פונעם וואלקן און בלייבט שטיין ערשטוינט פון די נייע וועלט וואס האט זיך אנטפלעקט פאר איהם, ער זעהט די הימל לויטער קלאר און די ערד מיט איהר פולע פראכט, און פולע זוילן פון ארום און ארום,

ער שטייט פארוואונדערט און קען נישט פארשטיין, פון די הימל האט ער אלס געוואוסט, די ערד אויך פארשטייט זיך, אבער די פילע זוילן דא ארום און ארום, וואס איז דאס און ווער האט דאס אהער געשטעלט, וואונדערט ער זיך.

שטעלט ער אפ א דורכגייער און פרעגט איהם, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין וואס די זוילן זענען, און צו וואס פאר א צוועק האט מען דאס אהער געשטעלט,

יענער קוקט איהם אן פון קאפ ביז פוס ווי איינער וואס איז פון די לבנה אהער געקומען, און ענטפערט איהם קורץ דאס איז נישט קיין זוילן דאס זענען ביימער.

- וואס? ביימער?

- יא ביימער, וואס גייט פאר מיט דיר? ווייסט נישט וואס ביימער זענען?

- אפשר ביסטו מיר מסביר וואס דו זאגסט, ווייל איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט, רופסט דאס ביימער, אקעי, אבער וואס איז דאס?

- ביימער, וואס איז דא נישט צו פארשטיין?

- טוה מיר א טובה און זיי מיר מסביר פונקטליך וואס זענען די זוילן וואס דו רופסט ביימער, און וואס זענען די באליס אויף דעם?

- אקעי, דו נעמסט מיר אויף א רייד אבער איך וועל דיר זאגן, די זוילן ווערן אנגערופן ביימער און די באליס ווערן אנגערופן פרוכט, דאס וואקסט פון קליינע קערעלעך פון די פרוכט וואס מען לייגט אריין אין די ערד און עס רעגנט אויף דעם און אזוי וואקסט ארויס א גאנצע בוים מיט פרישע פרוכט וואס האבן אין זיך אויך קערעלעך צו קענען פלאנצן נאך ביימער וואס אויף זיי וועט וואקסן נאך פרוכט וחוזר חלילה, יעצט איז אלעס קלאר?

- Wow איך קען נישט גלייבן וואס איך הער, דו מיינסט דאס אמת'דיג פון די קליינע קערעלעך וואקסן ארויס פרישע ביימער מיט נאך און נאך קערעלעך wow.

- איין מינוט, איך פארשטיי נישט דו זעהסט מיר אויס צו זיין אין דיינע הויכע צוואנציגער יארן, ווי קען זיין אז דו ווייסט נישט פון דעם, און וואס האסטו געגעסן ביז היינט?

- וואס הייסט וואס איך האב געגעסן? מן,

- וואס?! מן?

- יא, מן,

- וואס איז דאס? עס זעהט מיר אויס ווי אונז רעדן פון אנדערע וועלטן,

- וואס איז דא צו פארשטיין, יעדן טאג רעגנט אראפ מן פון הימל צום עסן און אונטער דעם און איבער דעם ליגט א ווייכע שיכט פון טוי,

- וואס הער איך דא, עס רעגנט מן וואס איז עסן פון הימל, מיט טוי??!! וואס גייט דא פאר?

******



דאס איז די ענין פון טבע, נס, השגחה פרטית, טאקע גארנישט ספעציעל אבער פארט באלערנד.

ד"ה והבאתי.

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דינסטאג יוני 02, 2015 4:57 pm

זייער זיס! געוואלדיג און הערליך

שלום עליכם
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג יוני 02, 2015 5:07 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:זייער זיס!
שלום עליכם
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11499
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג יוני 02, 2015 5:17 pm

שלום עליכם!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג יוני 02, 2015 6:02 pm

שלום עליכם!

קענסט נאך ווערען איינער פון די זוילען דא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג יוני 02, 2015 6:04 pm

געוואלדיג

שלום עליכם געוואלדיג, גוטער התחלה.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » מיטוואך יוני 03, 2015 10:50 am

מאנ-יימער האט געשריבן:געוואלדיג

שלום עליכם געוואלדיג, גוטער התחלה.

כשמו כן הוא
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך יוני 03, 2015 11:22 am

פיין געשריבען!
ייש"כ.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט