מתי מבשלים ה'געבראק"ס כשאחרון של פסח חל בשבת?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אץ קוצץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » מיטוואך מאי 08, 2019 12:35 am

מאתים האט געשריבן:כ'האב געזען דעם יו"ט אין חת"ם איבער דעם ווי ער האט געפרעגט זיין שווער רבי עקיבא איגר, ער רעדט פון מקילים אום אחרון של פסח אויף קיטניות צו סאיז אסור צו קאכן אין יו"ט ווייל סנישט שייך הואיל און ער איז דן צו מקען זאגן אז סאיז ראוי פאר ספרדים,א גאנצע מדובר, דענק איך נישט די מראה מקום יעצט.

רבי עקיבא אייגער גיפרעגט די חתם סופר, עיין תשובת חתם סופר סי' עט'
ועיין בשו"ת רע"א סימן ה'

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך מאי 08, 2019 3:30 pm

@ איש האשכולות, איך כאפ נישט וואס עס האט געפירט צו אזא אויפברויז אז דו ווייסט שוין מיין סייז פריזער.

למעשה אויב איינער אנדערש קען מיר צו צייכענן א סיבה אויף נישט צו מאכען די געבראקס בעפאר פסח וועל איך אים דאנקבאר זיין, שמעתי אז עס איז נישטא קיין סיבה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21157
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 08, 2019 3:39 pm

אנטשולדיגט, דאס וואס מיינע רבי'ס און זיידעס האבן זיך דייקא אזוי געפיהרט, ועוד אפילו ווען עס געפאלט שביעי של פסח ער"ש, איז מיר גענוג צו וויסן אז דער מנהג איז דייקא אזוי בכוונה.

פארוואס? קען זיין כדי שלא יבאו לידי טעות צו וועגן די כלים, אבער אזוי איז דער מנהג און דייקא נישט פריער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך מאי 08, 2019 3:56 pm

farshlufen האט געשריבן:אנטשולדיגט, דאס וואס מיינע רבי'ס און זיידעס האבן זיך דייקא אזוי געפיהרט, ועוד אפילו ווען עס געפאלט שביעי של פסח ער"ש, איז מיר גענוג צו וויסן אז דער מנהג איז דייקא אזוי בכוונה.

פארוואס? קען זיין כדי שלא יבאו לידי טעות צו וועגן די כלים, אבער אזוי איז דער מנהג און דייקא נישט פריער.


האסט א מעשה רב פון דיינע רבי'ס אדער זיידעס אז זיי האבן זיך אזוי געפירט? מיינע האבן קיינער פון זיי נישט אליינס געקאכט און איך ווייס נישט פון קיין הוראה פאר די אידענע אדער רביצין אז מען זאל אזוי טיען, דו ווייסט יא עפעס? אויב יא שרייב עס אפ.

אמאל איז נישט געווען די היינטיגע ווירטשאפט, מען האט נישט אנגעגרייט פאר טעג און וואכען בעפאר, אבער געבראקס איז נישט קיין חמץ און מען קען עס מאכען א וואך בעפאר פסח פונקט ווי מען קען עס מאכען חוה"מ.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21157
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 08, 2019 4:05 pm

תמחול לי, מיין באבע האט אלעס געפרעגט איר מאן און געפאלגט בתמימות.

כ'האב גראדע געהאט די זכי' איר צו העלפן קאכן לכבוד פסח אויך און ווייס גענוי ווי זי האט זיך געפיהרט.

אנדערע נשים כשרות זענען נישט אנדערש געוועזן, פסח האט מען געפרעגט א יעדע ריר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך מאי 08, 2019 7:34 pm

אויף רוב חומרות פסח ווייסט מען די סיבות וואס האט געברענגט די חומרה.

דא האט שוין איינער אמאל געזען א סיבה חוץ אז אמאל האט מען קיינמאל גארנישט געקאכט אויף א וואך בעפאר?!

אז מען בויעט תילי תילי הלכות ווען מען זאל עס קאכען חוה"מ אדער שביעי של פסח, איז אויך גוט צו וויסען אז מען קען עס שוין רואיג קאכען פון ר"ח ניסן אויב מען האט שוין די מצה מעיל און די פסח קאך אפן.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2980
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך מאי 08, 2019 10:39 pm

און אויך האבען זיי נישט געהאט א פסח קאך וואו צו קאכען אפילו א גאנצע טאג פריער. ווייל מען האט נאר געהאט איינע קיך און דאס האט מען גע'כשר'ט א טאג פאר פסח. איז ווען זאל מען קאכען געבראקטס, פאר די קאך איז פסח'דיג אדער ווייל עס איז געבראקטס, קאן מען אויך עס מאכען אין די חמץ'דיקע קיך?
בוי זיך זעלבסט

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:18 pm

צו געזונט האט געשריבן:און אויך האבען זיי נישט געהאט א פסח קאך וואו צו קאכען אפילו א גאנצע טאג פריער. ווייל מען האט נאר געהאט איינע קיך און דאס האט מען גע'כשר'ט א טאג פאר פסח. איז ווען זאל מען קאכען געבראקטס, פאר די קאך איז פסח'דיג אדער ווייל עס איז געבראקטס, קאן מען אויך עס מאכען אין די חמץ'דיקע קיך?


גיטע נקודה, אמאל מיט די קליינע חמץ'דיגע קיך אין די קליינע דירה, איז ווי נאר האט מען האט גע'כשר'ט און אפגעפיצט די פלייש און אויסגעמישט די פאלטשע פיש איז שוין געווארען פסח, ווער האט געטראכט אדער געהאט צייט דאן צו מאכען קניידליך, היינט צוטאגס איז עס אנדערש.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט