איבער די שייכות פון נגינה צו חסידות
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
רבונו של עולם, טענו בחטים והודו לו בשעורים, ווער זאגט אז חסידות מיינט נגינה? אוודאי ווען דער מראה יחזקאל וויל ארויסברענגען וואס חסידות איז גייט ער נישט שרייבן אז מען זינגט ניגונים, דער בעש"ט האט נישט מחדש געווען נאר דאס אז מען זאל זינגען ניגונים, דער בעש"ט האט אראפגעברענגט א מעכטיגע אור פון דביקות וואס יעדער איד זאל קענען צוקומען דערצו, און האט צוגעשטעלט קאנאנען מיט די מלחמה קעגן דעם יצר הרע, נאר א פועל יוצא פון די דרך החסידות איז צו מאכן אן עסק פון נגינה אויף א שטארקן פארנעם וואס איז נישט געווען ביז דאן.
די זאגסט איך זאל דיר געבן נעמען פון פלעצער? די געב מיר איין פלאץ "פאר חסידות איז געווארן" ווי עס איז געווען א נערמאלע זאך צו "פארבענגען" (וויאזוי די אונגארישע רופן דאס אן, כאילו מען פארבענגט די צייט, נישט האבנדיג קיין אהנונג וויאזוי מען עסט דאס) שעות ארוכות מיט ניגוני קודש מיט התעוררות און דביקות.
אוודאי איז דא צדיקים וואס האבן זיך געקאכט מער דערין און עס איז דא צדיקים וואס ווייניגער, אבער די עצם נייע מין דערהער פון זיצן שעות אויף שעות מיט דביקות'ן מיט ניגונים האט אויפגעהערט צו זיין אן אפגעפרעגטע זאך, עס איז געווארן א נייע מין מציאות אויף דער וועלט. וואס איז נישט געווען פארדעים (בדרך כלל, ויש יוצא מן הכלל והי' צדיקים פרטיים שהשיגו את דרך הבע"ש כבר מקודם בכל דור ודור כמפורסם המעשה אודות הטורי זהב ועוד, אבל לא הי' זה נחלת הכלל עד שהופיע אור הבעש"ט ותלמידיו בעולם והפיחו אור קדושה נוראה בכל העולם ומלואו שכל מי שירצה לדעת את ה' בשכל גדול ובהשגות גדולות יבא וישיג, והשגות גדולות אלו שנעשה נחלת הכלל הי' נצרך לדורות אלו לפי גודל השפלות, שלכן אי אפשר בלעדי כוחות גדולות מה שלא הי' נצרך בדורות הקודמים, ואין כאן מקום להאריך כי יצאתי מהשורה מנקודת הענין)
על כל פנים איז קלאר "אז נגינה האט א שייכות מיט חסידות" און גאר א שטארקע שייכות מיט חסידות

EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35146
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
סידיראם האט געשריבן:רבונו של עולם, טענו בחטים והודו לו בשעורים, ווער זאגט אז חסידות מיינט נגינה? אוודאי ווען דער מראה יחזקאל וויל ארויסברענגען וואס חסידות איז גייט ער נישט שרייבן אז מען זינגט ניגונים, דער בעש"ט האט נישט מחדש געווען נאר דאס אז מען זאל זינגען ניגונים, דער בעש"ט האט אראפגעברענגט א מעכטיגע אור פון דביקות וואס יעדער איד זאל קענען צוקומען דערצו, און האט צוגעשטעלט קאנאנען מיט די מלחמה קעגן דעם יצר הרע, נאר א פועל יוצא פון די דרך החסידות איז צו מאכן אן עסק פון נגינה אויף א שטארקן פארנעם וואס איז נישט געווען ביז דאן.
די זאגסט איך זאל דיר געבן נעמען פון פלעצער? די געב מיר איין פלאץ "פאר חסידות איז געווארן" ווי עס איז געווען א נערמאלע זאך צו "פארבענגען" (וויאזוי די אונגארישע רופן דאס אן, כאילו מען פארבענגט די צייט, נישט האבנדיג קיין אהנונג וויאזוי מען עסט דאס) שעות ארוכות מיט ניגוני קודש מיט התעוררות און דביקות.
אוודאי איז דא צדיקים וואס האבן זיך געקאכט מער דערין און עס איז דא צדיקים וואס ווייניגער, אבער די עצם נייע מין דערהער פון זיצן שעות אויף שעות מיט דביקות'ן מיט ניגונים האט אויפגעהערט צו זיין אן אפגעפרעגטע זאך, עס איז געווארן א נייע מין מציאות אויף דער וועלט. וואס איז נישט געווען פארדעים (בדרך כלל, ויש יוצא מן הכלל והי' צדיקים פרטיים שהשיגו את דרך הבע"ש כבר מקודם בכל דור ודור כמפורסם המעשה אודות הטורי זהב ועוד, אבל לא הי' זה נחלת הכלל עד שהופיע אור הבעש"ט ותלמידיו בעולם והפיחו אור קדושה נוראה בכל העולם ומלואו שכל מי שירצה לדעת את ה' בשכל גדול ובהשגות גדולות יבא וישיג, והשגות גדולות אלו שנעשה נחלת הכלל הי' נצרך לדורות אלו לפי גודל השפלות, שלכן אי אפשר בלעדי כוחות גדולות מה שלא הי' נצרך בדורות הקודמים, ואין כאן מקום להאריך כי יצאתי מהשורה מנקודת הענין)
על כל פנים איז קלאר "אז נגינה האט א שייכות מיט חסידות" און גאר א שטארקע שייכות מיט חסידות
אינטערעסאנט אז ער לייגט דארט אראפ דעם גאנצן סדר, און ער רעדט נישט קיין ווארט פון פארברענגען.
וועלכע נאך חסידות חוץ חב"ד זיצט מען שעות ארוכות און מ'פארברענגט?
איך דיר עס שוין אפאר מאל געפרעגט, און נאכנישט באקומען א תשובה דערויף.
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
farshlufen האט געשריבן:צאנז איז געוועזן אין אונגארן?
ניין און טאקע אין צאנז האט מען אויך "פארברענגט" שעות אויף שעות מיט ניגונים, מיט דביקות'ן, מיט ריקודין עי' בדרכי חיים ובכל הכתוב לחיים ועוד ועוד
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סידיראם האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:צאנז איז געוועזן אין אונגארן?
ניין און טאקע אין צאנז האט מען אויך "פארברענגט" שעות אויף שעות מיט ניגונים, מיט דביקות'ן, מיט ריקודין עי' בדרכי חיים ובכל הכתוב לחיים ועוד ועוד
ברענגט עס ביטע דא אראפ, איך האב שוין כמה פעמים דורכגעליינט דעם דרכי חיים, און נישט געטראפן די פארברענגען פון וואס איר רעדט.
קעלנער במח"כ קוקט נישט אויס ווי די האסט דאס דורכגעליינט, אדער ביסטו א ריכטיגע אונגארישע און די כאפסט נישט שנעל וואס דארט שטייט.... אגב איך האב נישט געמיינט דוקא אין יענעם ספר, נאר לייג דיך אביסל אריין אין די סדר וויאזוי עס האט אויסעקוקט יעדע שבת ביים הייליגן רב, וויאזוי די פירות טיש האט אויסעקוקט, וויאזוי א יו"ט טיש האט אויסעקוקט און די וועסט האבן דיין תירוץ.
אגב דערמאן איך זיך יעצט וואס עס שטייט און די ספר מעשיות וואס נאסודער רב זי"ע האט דערציילט (איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט די נאמען, עס איז צוזאמען מיט די ספר מקוה ישראל) אז איינמאל שבועות ביים הייליגן רב איז געווען א אונגארישע גדול (שטייט דארט די נאמען, איני זוכר) ביים טיש, און מען האט "פארברענגט" עטליכע שעות מיט ריקודין לכבוד החג, האט זיך דער גארליצער רב זי"ע אנגערופן הויך " ווער האט זיך געקענט גלייבן אז אן אונגארישע תלמיד חכם זאל פארברענגען שעות אויף שעות ביי א טיש מיט ניגונים און ריקודין מיט ביטול תורה" האט דער הייליגער רב דאס געהערט האט ער זיך פארדביקה'ט און זיך אנגערופן "גלוי וידוע לפני מי שאמר והי' העולם אז בדורותינו אלה איז נישט פארהאן קיין אנדערע דרך נאר די דרך החסידות"
די זעלבע מעשה פארציילט דער קלויזנבורגער רב מיט קליינע שינויים, אבער דארט ברענגט ער דאס בשם דער הייליגער נאסודער רב

סידיראם האט געשריבן:קעלנער במח"כ קוקט נישט אויס ווי די האסט דאס דורכגעליינט, אדער ביסטו א ריכטיגע אונגארישע און די כאפסט נישט שנעל וואס דארט שטייט.... אגב איך האב נישט געמיינט דוקא אין יענעם ספר, נאר לייג דיך אביסל אריין אין די סדר וויאזוי עס האט אויסעקוקט יעדע שבת ביים הייליגן רב, וויאזוי די פירות טיש האט אויסעקוקט, וויאזוי א יו"ט טיש האט אויסעקוקט און די וועסט האבן דיין תירוץ.
אגב דערמאן איך זיך יעצט וואס עס שטייט און די ספר מעשיות וואס נאסודער רב זי"ע האט דערציילט (איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט די נאמען, עס איז צוזאמען מיט די ספר מקוה ישראל) אז איינמאל שבועות ביים הייליגן רב איז געווען א אונגארישע גדול (שטייט דארט די נאמען, איני זוכר) ביים טיש, און מען האט "פארברענגט" עטליכע שעות מיט ריקודין לכבוד החג, האט זיך דער גארליצער רב זי"ע אנגערופן הויך " ווער האט זיך געקענט גלייבן אז אן אונגארישע תלמיד חכם זאל פארברענגען שעות אויף שעות ביי א טיש מיט ניגונים און ריקודין מיט ביטול תורה" האט דער הייליגער רב דאס געהערט האט ער זיך פארדביקה'ט און זיך אנגערופן "גלוי וידוע לפני מי שאמר והי' העולם אז בדורותינו אלה איז נישט פארהאן קיין אנדערע דרך נאר די דרך החסידות"
די זעלבע מעשה פארציילט דער קלויזנבורגער רב מיט קליינע שינויים, אבער דארט ברענגט ער דאס בשם דער הייליגער נאסודער רב
איך רעד פון א פשוטן וואכן טאג, נישט פון שבת און יום טוב.
קעלנער האט געשריבן:סידיראם האט געשריבן:קעלנער במח"כ קוקט נישט אויס ווי די האסט דאס דורכגעליינט, אדער ביסטו א ריכטיגע אונגארישע און די כאפסט נישט שנעל וואס דארט שטייט.... אגב איך האב נישט געמיינט דוקא אין יענעם ספר, נאר לייג דיך אביסל אריין אין די סדר וויאזוי עס האט אויסעקוקט יעדע שבת ביים הייליגן רב, וויאזוי די פירות טיש האט אויסעקוקט, וויאזוי א יו"ט טיש האט אויסעקוקט און די וועסט האבן דיין תירוץ.
אגב דערמאן איך זיך יעצט וואס עס שטייט און די ספר מעשיות וואס נאסודער רב זי"ע האט דערציילט (איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט די נאמען, עס איז צוזאמען מיט די ספר מקוה ישראל) אז איינמאל שבועות ביים הייליגן רב איז געווען א אונגארישע גדול (שטייט דארט די נאמען, איני זוכר) ביים טיש, און מען האט "פארברענגט" עטליכע שעות מיט ריקודין לכבוד החג, האט זיך דער גארליצער רב זי"ע אנגערופן הויך " ווער האט זיך געקענט גלייבן אז אן אונגארישע תלמיד חכם זאל פארברענגען שעות אויף שעות ביי א טיש מיט ניגונים און ריקודין מיט ביטול תורה" האט דער הייליגער רב דאס געהערט האט ער זיך פארדביקה'ט און זיך אנגערופן "גלוי וידוע לפני מי שאמר והי' העולם אז בדורותינו אלה איז נישט פארהאן קיין אנדערע דרך נאר די דרך החסידות"
די זעלבע מעשה פארציילט דער קלויזנבורגער רב מיט קליינע שינויים, אבער דארט ברענגט ער דאס בשם דער הייליגער נאסודער רב
איך רעד פון א פשוטן וואכן טאג, נישט פון שבת און יום טוב.
א פרישע חילוק פלאי פלאים, פארוואס נישט רעדן פון שבת ויום טוב? אגב ביי חסידים איז יעדע פאר טאג געווען יו"ט.... די טענה האט שוין המן געהאט אויף כלל ישראל שבת היום יו"ט היום
קודם האלט איך ערגעץ מיט דיר אז אויף שבת ויו"ט ביסטו שוין מודה
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
קעלנער האט געשריבן:אויב איר פארשטייט נישט דעם חילוק האב איך נישט וואס צו רעדן מיט אייך, אנטשולדיגט פארן זיך טרעפן.
אויב איר פארשטייט יא א חילוק דאן.... ווייז מיר איין פלאץ פאר דעם דרך החסידות וואס שבת און יומא דפגרא'ס האט מען געמאכט אן עסק פון דעים? עס איז קלאר אז עס איז געווארן א יסודות'דיגע טויש אין דעים ענין מיט דעם דרך החסידות
אלזא כמדומה לי שבזה סיימתי השמועס בענין זה, ואמנם יש להאריך בכל זה הרבה, אבל האמת עד לעצמו, וכל מבקש האמת (מבקש האמת פירושו שמסכים להיות מודה על דבר שמתנגד לגירסא דינקותא שלו ודי) יראה את האמת.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
רצון טוב א גיטע נקודה שיש לדון בזה, אבער לענינינו?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
די ליטוואקן האבן זיך לעצטנס ציגעלערנט זינגען....
אנגעהויבן ביי רבי משה שמואל שפירא זצ"ל, וועלכער האט איבער געגעבן ניגוני רבו הה"ק ר' ברוך בער זצ"ל, ומשם איז שם ארויס געקומען עטליכע קאסעטן אויכעט..
און פון איז דאך א ראיה ברורה אז נגינה האט נישט מיט חסידות, ווייל טאמער יא, ווי האבן זיך אזוינע מתנגדים זיך ציגעכאפט צו אזוינע יסודות בחסידות?....

היינט זענען אסאך מושגים אנגעקלעבט געווארן צו חסידות, דא למשל, האבן מיר א נייעם ניק חסידים פאר בערני
גיי פארשטיי? ואס האט חסידות מיט בערני סאנדערס????

-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
רצון טוב האט געשריבן:קבלה האט גארנישט מיט חסידות
דא האט איר פון די אריה"ק והחברייא פארפאסטע זמירות וואס אלע זינגען
אזמר בשבחין
אתקינו סעודתא
בני היכלא
לכה דודי
י-ה רבון עלם
ידיד נפש
בכלל אין תורת הקבלה איז נגינה א הייליגע זאך אין זוה"ק שטייט זייער גרויס אויף נגינה
ביי חסידים זענען די קבלה ענינים געווען מער פארשפרייט ביים המון
מאכן "שירים" איז שוין געווען נהוג כמה דורות לפני האריז"ל, דאס האט גארנישט מיוחד מיטן אריז"ל, ער האט נאר מחבר געווען זיינע שירים עפ"י דברי קבלה. ועוד כ'מיין אז דער דיון דא איז איבער מאכן א מצב פון נגינה וזמרה פן פסוקי תהלים אדער אפילו אן ווערטער, און נישט דער ענין פון "שירים", ס'צוויי ענינים.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35146
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
סידיראם האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:חקרן האט געשריבן:גערעכט חסידות איז טאקע נישט באגרעניצט צו ליובאוויטש אבער זיכער ניט צו די אונגארישע חסידות סאיז פארהאן די פולישע ליטווישע רוסישע און די אלע פארנעמט נגינה גאר א גרויסע ארט און בכלל האבן זיי גאר אסאך ענינים די זעלבע און לגבי נשתכח איז פונקט פארקערט וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין אנונג וואס חסידות איז האט ער זיך געטרויט צו שרייבן נשתכח
אין גור למשל האט נגינה פארנומען א שטארקע ארט?
שירה וזמרה לקל חי וקים האט א פלאץ אין אידישקייט, דאס איז דאך קלאר אנגעהויבן פון שירת הים ע"י משה רבינו און ווייטער ביזן נעים זמירות ישראל דוד המלך, ווי מ'זעהט קלאר אז אידישע קינדער נוצן דעם כח פון נגינה לשור ולעורר בקול נעים גילת ורנן.
די שאלה איז במציאות, צו 'חסידות' האט עס פארברייטערט, און צו 'חסידים' האבן עפעס מער שייכות צו נגינה ווי תלמידי הגר"א?
אדער איז די שאלה צו 'בתורת החסידות/בספרי חסידות' האט נגינה א מקום?
אזא שאלה פאסט פאר א ספרדישע פרענק פון בושאבאכאסטיטאן וואס האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון חסידות, עס איז ניטאמאל ווערט זיך צו מטפל זיין צו אויפווייזן א דבר ידוע ומפורסם מאוד, ליין נאך אמאל איבער מיין תגובה פון פריער ווי איך האב דערמאנט בתוך הדברים
וועלכע חלק פון די שאלה פאסט פאר א פרענק?
אין 'גור' פארנעמט נגינה א שטארקע מקום? קענסט ענטפערן יא אדער ניין אדער איך ווייס נישט, אלע ארומיגע ספייסעס לאז איבער פאר דיינע פייטס מיט דיינע בעיבי-חברים
מיללער עס איז נישט נוגע בכלל צו אין גור איז יא געווען נגינה צו נישט, צוליב די סיבה וואס איך האב שוין געשריבן אויבן אז דאס איז קלאר אז די עצם מושג איז געווארן געטוישט מן הקצה אל הקצה.
יעצט אויב אין גור האט מען נישט געזינגען צו יא געזינגען מיינט דאס נאכנישט אז די מציאות איז נשתנה געווארן בכלליות מיט'ן התגלות דרך החסידות.
לדוגמא בעלמא, איז די ענין פון פירן טישן, וואס יעדער ווייסט אז די מושג פון פירן טישן א זאך וואס האט זיך נאר אנגעהויבן מימות התגלות הבעש"ט, און דאס איז א חסידישע זאך כמבואר בתפארת שלמה פ' האזינו וזל"ק וזה הסוד גלה לנו קדוש עליון הבעש"ט ז"ל שיהי' ארוחת שלחנו עם הנלוים אליו כדי להשפיע להם השפע מסטרא דקדושה עכלה"ק (וואס אגב איז די הייליגע ווערטער פון תפארת שלמה מער מאסגעבנד ווי די אלע מעשה'לעך וואס מען פארציילט בשמו של הרה"ק מסאטמאר זי"ע כאילו ער האט אראפגעלייגט א יסוד מכח א קשיא וואס ער האט געהאט אז די תניא האט נישט געפירט טיש)
יעצט אזוי, די ענין פון פירן טיש האט איינגעפירט דער הייליגער בעל שם טוב ותלמידיו, און אף על פי כן איז געווען דער הייליגער בעל התניא וואס האט נישט געפירט טיש, איז מיינט דאס אז מיט'ן התגלות החסידות איז נישט געווארן א שינוי בכלליות העולם אין דעם ענין פון פירן טיש? אוודאי איז יא געווארן, נאר אף על פי כן איז געווען יחידי סגולה פון די צדיקים וואס האבן נישט געפירט טיש, און מיר קליינע מענטשעלעך האמיר נישט קיין קשיות, אבער דאס איז א קלארע אנגענומענע זאך פון אונזערע הייליגע רבי'ס וואס האבן דאס אלעס מקבל געווען מדור אחר דור.
יעצט די זעלבע זאך איז לענין נגינה, אפילו אויב די גייסט טרעפן א פלאץ ווי דארט האט מען נישט געלייגט אזא דגוש אויף נגינה, אבער דאס איז קלאר אז מאז שנתגלה הבעש"ט ותלמידיו בעולם, איז אראפגעקומען אויף דער מציאות העולם דער דערהער פון שעות אויף שעות דביקה'נען אינעם אייבערשטן אויף פארשידענע אופנים, צו דורך נגינה, צו דורך התבוננות, וכו' וכו' און די טויש אין די וועלט לגבי די ענין פון זינגען ניגונים איז א זאך וואס תלמידי בע"ש האבן דאס אראפגעברענגט אויף דער וועלט.
(אז מען רעדט שוין, וויל איך בארירן א נקודה אז בחצרות גור איז אויך בשורשו געווען איינגעפירט די סארט הנהגות פון דביקה'נען און מוחנ'ען פאר'ן דאווענען, נאר דער חידושי הרי"ם האט בקדושתו איינגעזעהן אז בדורו זענען געווען וואס האבן נישט געהאלטן דערביי און אויסגעניצט די מהלכים אויף נישט קיין ריכטיגע אופנים - ווי למשל מענטשן האבן לכתחילה געדאווענט 2 3 נאכמיטאג נאך די ארבעט - ממילא האט ער דאן געטוישט די מהלך, דאס מיינט אויך נישט אז ער איז אוועק פון די מהלך בעצם, נאר ער האט בשעתו איינגעזעהן אז די מושג דארף אביסל בירור אוכל מתוך פסולת, וואס ווי באקאנט דארפן די אלע מושגים פון מדריגות און חסידות האבן א גרויסע שמירה אז מען זאל אננעמען די זאך ריכטיג כמ"ש שמרה נפשי כי חסיד אני, וואס וועגן דעים דארף מען אין יעדע דור האבן א רבי א בער דעת און אן ערליכער וואס זאל שוקל זיין יעדע ענין ואין להאריך כאן עוד כי יצאתי מהשורה)
יעצט אויב סאטמאר רב זצ"ל האט יא אוועקגעמאכט די ענין אז פירן טיש איז מדרך הבעל שם זייענדיג זיך סומך אז די תניא האט נישט געפירט קיין טיש, אויב דאס איז אמת, האט ער קלאר געמיינט צו זאגן אז חסידות מיינט נישט פירן טיש, נאר חסידות איז סאך מער ווי דעים, ווי אויך איז קלאר כמבואר היטב לעיל, אז חסידות מיינט נישט זינגען ניגונים, חסידות מיינט סאך מער ווי דעים (עי' מה שכתבתי לעיל), אבער דאס איז קלאר אז פירן טיש און מאכן אזא עסק פון זינגען ניגונים איז א פועל יוצא און א חלק פון די התגלות אור החסידות ע"י הבעש"ט ותלמידיו
ובני ישראל יוצאים ביד רמה ברי"ש גל"י, אימתי קאתי מר לכשיפוצו מעיינותיך חוצה