איבער די שייכות פון נגינה צו חסידות

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

איבער די שייכות פון נגינה צו חסידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

און א נארוואס ערשינען קונטרס "ונבנתה עיר" (פארדעם פעלט זיך אויס אן עקסטערע אפהאנדלונג אינעם על פליטת סופריהם אשכול) וואס מען האט געטיילט ביי די מסיבת כ"א כסליו סאטמאר מהר"א, איז געדריקט צום סוף "פרקי זכרונות" פון הרה"ח ר' שמואל אבערלענדער ע"ה איבער סאטמאר'ער רבי זצ"ל (בארבייט דורך ר' יצחק מיטלמאן און ר' ש"ש טעלער נ"י), עס ווערט דארט געברענגט עטליכע געשמאקע קרישקלעך פון רבינו זצ"ל, און איינע פון די זכרונות פון די שמועסן פון חול המועד זאגט ר' שמואל אז דער רבי האט ערקלערט אז "נגינה האט קיין שום שייכות נישט מיט חסידות", און אלס ראיה צו דעם האט דער רבי געזאגט אז מען זעט אז צדיקים האבן נישט איבערגענומען קיין ניגונים דור אחר דור ווי אן ענין פון חסידות.
זעה און פאטאקפי וואס הרה"ג ר' משה ווייס ז"ל האט זיך געטענה'ט מיט'ן רבי'ן דערוועגן.
לכאורה וועט די סטעיטמענט מאכן א שטיקל שטורעם (פארשטייט זיך אויב איינער וועט בכלל הערן דערפון ...), ווייל עס איז ידוע בכמה חצרי חסידים וואס האבן בקבלה ניגונים פונעם מעזריטשער מגיד אדער פון רבי ר' ברוכ'ל אדער גאר פונעם בעש"ט אליינס, למשל חב"ד איז דאך מקובל די ד' בבות. און ברסלב איז דא אפאר ניגונים פון רבי ר' ברוכ'ל, און ועולה על כולנה קאלוב מאדזיץ ועוד, צו האט דער רבי טאקע געהאלטן אז זיי האט נישט געטון אין דעם ענין פון נגינה צוליב "חסידות"?
נגינה1.jpg

נגינה2.jpg
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער שמועס הנ"ל איז ק/פ פון אן אלטע אוצרות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

א ענליכע שמועס איז געדריקט פון די רשימות פון ר' שמואל, בקו' חידושי תורה (העתקות), בראשית-חיי שרה תשי"ד (י"ל ע"י חברת מעתיקי שמועה ק"י)
איז דארט צום סוף דא א רשימה פון ר' שמואל פון א ברית בבית מוזשאי ג' חוהמ"ס תשי"ד
איך האב נישט קיין כח מעתיק צו זיין דאס גאנצע
למה זה תשאל לשמי...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ווער זאגט אז ס'האט יא שייכות?
סי'ז זייער א גוטע זאך, ואולי העלפט עס צו עבודת השי"ת, אבער וואו שטייט אז ס'האט מיט חסידות איינגעלייגט?
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

ריכטיג
די חסידישע רבי'ס לדורותיהם האבן עוסק געווען און אלע מיטלען לקרב לב ישראל לאביהם שבשמים און לאו דוקא ענינים וואס האבן א דירעקטע שייכות מיט'ן דרך החסידות (די מלחמה אקעגן ציונות האט דען יא א שייכות מיט חסידות? עס איז דאך מיסודות הדת!)
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

שטעלט זיך א פראגע פון ווי קומט די אויסדרוק א "חסידישע" ניגון ווען ס'האט קיין שייכות צו חסידות, אפשר דארף מען עס טוישן צו א 'אידישע' ניגון ווס. א גויאישע ניגון וואס מ'האט ארויפגעקלעבט אויף ה מלך....

---------------------
קען איינער ביטע מסביר זיין ביטע מסביר זיין פונקטליך וואס דאס מיינט חסידות ? וואס האט דער בעש"ט מחדש געווען, וואס מיט דעם פירן/טראכטן מיר אנדערש פון א נישט חסידישע איד ?
וואס מיינט א בעלזער חסיד אדער א סאטמערע חסיד ? איז עס אזאך וואס האט פשוט צוטוהן מיט לבוש ? ווי איך געב א קוויטל די הייליגע טעג ? וועמען איך האב מקבל געווען צו פאלגן ?
איך האב אביסל א צומישעניש אין דעם ענין,
מיטן פשוטן בליק זעהט עס אויס סך הכל ווי א פארטייאישע זאך, יעדער קען וועלן וועלכע אוניפארם ער וויל גיין און וועלכע מוסד ער גייט שיקן זיינע קינדער,
ווייל אלץ קלויזנבורגער (למשל ) האלט איך אויך אז דער סאטמערער איז אן ערליכע איד און זיין רבי איז א ערליכער רבי,
סא, איז איט א מעטטער אף טעיסט ?

אויב איז שוין דא א אשכול דערוועגן ביטע אהינצייכענען
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

ס'איז דא מסתם מער ווי איין אשכול, און זעלבסט פארשטענדליך אז די אלע אויסגערעכענטע זאכן האבן קיין שייכות צו חסידות כאטש וואס די זאכן טיילן אונז כהיום אפ פון די ישיבה'שע וועלט, איז די זאכן אבער נישט געווען אין די ערשטע תקופות פון חסידות.
די ווארט חסיד איז א טיטל וואס מ'טרעפט אפט אין משנה ותלמוד, און די באדייט איז א טיטל פאר איינער וואס פירט זיך לפנים משורת הדין, און דאס האט מען גענוצט 100'טער יארן ביזן התגלות פונעם אור שבעת הימים דער הייליגער בעל שם זיעועכי"א, וואס האט מגלה געווען א נייעם דרך אין עבודת השם בעיקר פאר בני עלי' אבער די חידוש איז געווען אז אפילו גאר פשוטע און פראסטע אידן זענען אויך נתרומם געווארן און נתקרב געווארן לאביהם שבשמים דורכ'ן ליכטיגקייט וואס דער הייליגער בעל שם האט פארשפרייט אויף דער וועלט.
די דרך הבעל שם האט מען א נאמען געגעבן "חסידות"
ברבות הימים האבן די נאכגייער אינעם נייעם דרך החסידות גענומען פארשידענע מהלכים כפי צורך הדור, ביז היינט האט זיך עס ליידער דערקייקלט אז א חסיד מיינט א שוואנץ פאר זיין פארטיי.
איך האף אז דאס וועט אייך העלפן
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך פארשטיי נישט אינגאנצן

אין מאדזשיץ אין קאליב אז דאך געוועהן א גאנצע עבודה די ניגונים
ביי זיי איז געוועהן א גאנצע ענין אין חסידות דאכט זיך מיר אז אין דברי ישראל איז דא א גאנצע שמועס כלפי די ניגונים מיט עבודת השם

בקיצור כולו פלאי...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

אנטשולדיגט פאר מיין קלאץ שאלה: וואו כאפט די נפק"מ צו סהאט יא אדער נישט שייכות צו חסידות ?
~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
געוואלדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 4:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיק »

סאטמארא רב זי"ע האט געזעהן ווי מרייסט אויס גופי תורה מיט מעשיות בשם בשם בשם אז סאיז א חסידשער ענין אהער צו טון און אהין צו טון
דעריבער האט ער לוחם געווען קעגן מעשיות נגד ההלכה און בכלל שוין אגב געפירט א אומעמטליכע מערכה מודיע זיין אז דרך החסידות פון בעש"ט איז העכערע זאכן און מיינט נישט בעצם די טפל ווי ניגונים און ווארימקייט וואס ער האט דאס קיינמאל אוועקגעמאכט און אליין אריינגעלייגט כוחות ימים נוראים און נענועים אין נגינה אבער נישט דאס איז די פינטל פון חסידות דאס האט דער בעל החסידות דער בעש"ט צווישן אנדערע איינגעפירט אבער נקודת החסידות איז א העכער ענין וואס איז נשתכח און דער עיקר איז זיך האלטן צו תורה ומסורה ווי דער קדושת יו"ט האט געזאגט אז א חסידישער איד מיינט מקיים דעם שו"ע יעדן סיעף בלי התירים
ממילא צו זאגן אז דער רבי איז געווען קעגן נגינה איז ווי זאגן אז ער איז געווען קעגן שטריימליך וואס האט אלעס טאקע מיט חסידות אבער דאס איז נישט דער עיקר יסוד החסידות
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

צו דער זאך
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

האב איך מיר אנגעשטויסן אין א קונטרס'ל רשימות פון הג"ר מרדכי דוד קאהן זצ"ל וואס האט אפגעשריבן א נעפיו זיינער
ברענגט ער דארט פונם מלאך פון אמעריקא, מען האט אים געפרעגט וועגן דעם ד' בבות ניגון פונם בעל התניא, האט ער געענטפערט:
דער ניגון איז פונעם ריגער חזן, און 'ד' בבות' איך האב נאר געהאט 2 באבעס....
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

טיפיק'ל ר' מרדכי דוד!

וואו קען מען באקומען דעם קונטרס?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

עס הייסט ליקוטי דיבורים, געשריבן דורך הר"ר יוסף לייב עסטרייכער שליט"א, איך האב עס געזעהן ביי מיין טאטן, אדרבא ווער ס'ווייסט וואו מען קען עס קריגן וואלט איך אויך זייער געוואלט עס האבן
עס איז מלא וגדוש מיט שיינע זאכן, ובפרט בעניני לימוד חסידות וכו', (אסאך שטאף פון דארט וואלט מען געקענט נוצן דא אין געוויסע אשכולות, והמשכיל יבין)
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

במחילת כבוד תורתו פון ר' מרדכי דוד ז"ל קיין איינער חוץ אים זאגט דאס נישט נאך פונעם מלאך, און ביי די מלאכים אליין איז די ניגון שטארק פארהייליגט אלס א ניגון פונעם תניא וכו', און די ניגון איז שוין פארהייליגט דורי דורות ביי ליבאוויטשע חסידים אלס א ניגון פונעם תניא אונעם מגיד וכו', ווי אויך דער מהרש"ב אליין ברענגט אין זיינע שיחות ביאורים אויף די ניגון אנצייכענענדיג אז דאס איז א ניגון פון דעם הייליגן תניא
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אלענפאלס, ר' מרדכי דוד האט דאך היבש געפילעוועט ביי די מלאכים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אינעם קונטרס זעלבסט צייכנט ער אן אז דער מלאך האט לאו דווקא געמיינט אוועק צומאכן דעם מקור פונעם ניגון, נאר געוואלט מבטל זיין די חיצוניות'דיגע הרגשים כאילו אין דעם איז תלוי חסידות.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8096
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מצטרף לבקשה. אויב איינער ווייסט ווי מען קען באקומען דעם קונטרס׳ל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

להודיע האט געשריבן:אינעם קונטרס זעלבסט צייכנט ער אן אז דער מלאך האט לאו דווקא געמיינט אוועק צומאכן דעם מקור פונעם ניגון, נאר געוואלט מבטל זיין די חיצוניות'דיגע הרגשים כאילו אין דעם איז תלוי חסידות.


וואס מיינט דאס לאו דוקא? אז ער זאגט אז דאס שטאמט פונעם ריגער חזן מיינט דאס דוקא אוועקגעמאכט
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ער זאגט דאך דאס נאך פונעם מלאך אח"ד קדוש מדבר.
ביי די מלאכים האט מען שטארק ממאס געווען יעדע סארט חיצונית, אפילו נוי סוכה אין די סוכה אדער שיינע פרוכת'ן ואכמל.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ענדע צדיק! האט געשריבן:מצטרף לבקשה. אויב איינער ווייסט ווי מען קען באקומען דעם קונטרס׳ל.


אין קרית יואל ספרים געשעפט האבב איך עס געזעהן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:מצטרף לבקשה. אויב איינער ווייסט ווי מען קען באקומען דעם קונטרס׳ל.


אין קרית יואל ספרים געשעפט האבב איך עס געזעהן.


איר רעדט מסתם פון א צווייטע קונטרס "עדן מקדם" ארויסגעגעבן דורך תלמידים.
חקרן
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חקרן »

במחילת כבוד די אלע שרייבער דא די אשכול ברענגט שטארק ארויס די טעות ... פאר א צווייטען און נישט מרוב ידיעה נאר מחמת אי ידיעה וד״ל דהיינו למשל נגינה בשעת און אלע יא אלע חסידישע מקומת האט נגינה פארנומען א אויבנאן וכידוע המאמר של המעזריטשע מגיד נ״ע על כל בעלי שיר יוצאין בשיר וכו׳ ולדוגמא די פארהייליגטע ניגון פון הרה״ק ר׳ מיכעלע וואס ער האט געזונגען אלץ התקשרות צום בעש״ט אבער וויבאלד אז און אונגארן ווי חסידות האט ערשט דערגרייכט און די ת״ר יארן און אן א מסורה ישירה מדור דור האט זיך געזאגט ...
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

יעצט זענט איר מכובד צו טרעפן א מראה מקום אין א פריערדיגע חסידי'ש ספר איבער דעם מאמר פון כל בעלי שיר יוצאין בשיר, און דאס זעלבע א קראנטע מראה מקום אין סיי וועלכע פון די ספרי תלמידי בעש"ט איבער דעם ניגון התעוררות רחמים רבים.

ביטע נישט ברענגען פון מעשה ביכלעך, נאר טאקע פון ספרי חסידות.

די נקודה איז אז אין סאטמאר האט מען אויך געזינגען אהבה רבה און ובכן צדיקים, זינגען שירי דביקות ושמחה איז זייער א חשוב'ע זאך. אבער חסידות איז נישט אבאוט דעם ניגון אדער יענע, און די פשוט'ע ראי' דערצו איז אז איר וועט אזעלכע ווערטער נישט געפינען נישט אין תולדות יעקב יוסף, נישט אין מאור עינים, און נישט אין קדושת לוי.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”