א חתן זייגער: מפי ספרים וסופרים

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

א חתן זייגער: מפי ספרים וסופרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

מלקט געווען לכבוד א תנאים פון א חבר מיינע


מקור לנתינת מתנה להחתן
מען זעהט אז דער אייבערשטער האט געשיקט מתנות פאר כלל ישראל פאר די חתונה זו מתן תורה, ביזת הים, די מן, די באר, און די שליו, און אזוי אויך זעהט מען אז די יודן האבן צוריק געשיקט מתנות, אמונת חכמים וכו', פון דא נעמט זיך די מנהג אז מען שיקט זיך מתנות פארן חתונה.

מקור לנתינת מתנה בשעת התנאים
די מקור אז מען גיבט א מתנה פארן חתן בשעת'ן תנאים נעמט זיך ווי מען זעהט אז די אייבערשטער האט געגעבן א מתנה ווען די יודן זענען געווען אין מרה וואס דארט איז פארגעקומען די תנאים (כידוע בשם הרה"ק מסאדיגער זצ"ל) און די אייבערשטער האט דארט געזאגט פאר משה "מתנה טובה יש בבית גנזי ושבת שמה לך והודיעם" זעהט מען פון דא אז בשעתן תנאים גיבט מען א מתנה, און די פרי מגדים שרייבט אז אויב גיבט מען א מתנה בשעת'ן תנאים ווערט דאס א סעודת מצוה, און צאנזער רב זצ"ל האט טאקע זייער מקפיד געווען אויף דעם אז עס אזל ווערן א סעודת מצוה.

איזה מתנה צריך להיות יקר יותר להחתן או להכלה?
יעצט אז מען ווייסט שוין אז מען גיבט מתנות דארף מען אבער וויסן פאר וועם מען דארף געבן א טייערערע מתנה פארן חתן אדער פארן כלה. ביי די תנאים פונעם עצי חיים זצ"ל האט זיך משתתף געווען די גורליצער רב זצ"ל און מען האט זיך דארט מתווכח געווען איבער דעם ענין פארוועם מען דארף געבן א טייערערע מתנה, צום באשלוס איז מען געבליבן אז מען וועט פרעגן דעם חתן אליין, איז מען געגאנגען פרעגן דעם חתן האט ער גענטפערט אז פארן חתן קומט זיך א מער ווערדפולע מתנה ווי מען זעהט ביי די פרשה פון ערכין (בחקותי) אז די ערך האיש איז מער פונעם ערך האשה.


אין די וועלט איז איינגעפירט אז מען גיבט פארן חתן א זייגער ביים תנאים ס'איז דא אין דעם פארשידענע טעמים ומנהגים און מיר וועלן פרובירן עס אביסעלע אויסצוברייטערן מפי ספרים וסופרים.


מורה שעות
עס ווערט געברענגט בשם ר' מאירל קרעטשנעפער זצ"ל א טעם אז מען גיבט א זייגער פארן חתן ווייל א זייגער איז נישט קיין עומד ס'גייט אייביג בלי הפסק. און ער גייט אייביג אויפן זעלבן דרך, ער טוישט קיינמאל נישט זיין סיסטעם ווי אזוי ער ארבעט. דערפאר גיבט מען א זייגער פאר א חתן צו ווייזן אז א מענטש טאר נישט זיין קיין עומד נאר דארף שטענדיג זיין א מוסיף והולך און נישט טוישן די מסורה נאר אייביג גיין בדרך אבותיו בבחי' זייגער.
דער דרכי תשובה האט אמאהל געזאגט פאר א חתן אז די טעם פארוואס מען געבט א זייגער פארן חתן איז ווייל מיט דעם וואנטשט מען אן אז ס'זאל גיין גוט אזוי ווי א זייגער וואס גייט.

פון ר' מאיר פרימשלאנער ווערט געברענגט אז אזוי ווי ווען מען קויפט א זייגער ארבעט עס א מחיה, און עס פעלט גארנישט דערפון אבער נאך א שטיק צייט ניצן ווערט עס צובראכן און מען דארף עס טראגן צו אן אומן וואס קען די מלאכה און ער צושטיקלט עס אויף שברי שברים און שטעלט עס דערנאך צוריק צוזאם, דער זעלבע איז א מענטש דער באשעפער באשאפט א מענטש געזונט און פריש, און ווען דער מענטש ווערט עלטער הייבט ער אן צו זינדיגן ער ווערט א פגם, איז די עצה דערצו אז מען זאל צוברעכן די הארץ צי לב נשבר און תשובה טוהן, און דאס ווייזט מען פארן חתן אז ס'איז שוין העכסט צייט תשובה צו טוהן.

אזוי אויך שרייבט הרה"ק ר' אליעזר'ל קאזניצער זצ"ל אז מען קען זיך אראפלערנען פון א זייגער א מורא'דיגע מוסר השכל, שרייבט ער אז די גאנצע זייגער ווענדט זיך אינעם אינעוויינג פונעם שטיקל ווי די בעטערי ליגט, און ווען דעס ארבעט ארבעטן די שטיקלעך אויפן זייגער, אבער אויב די אינעוווייניג חלק ווערט צובראכן ארבעט שוין נישט די דרוסין, די זעלבע זאגט ער איז מיט א מענטש אז ווען די פנימיות פון א מענטש איז ווי עס דארף צו זיין איז די חיצוניות אויך ווי עס דארף צו זיין אבער אויב ח"ו די פנימיות טויג נישט וועט די חיצוניות אויך ח"ו נישט טויגן, וויפיל מען וויל זיך נאך מאכן אז מען איז גוט, ממילא גיבט מען דאס פאר א חתן אז אלעס ווענדט זיך אינעם פנימיות פונעם מענטש.

אין ספר ויגד משה ווערט געברענגט א טעם אז ס'איז נישט דא נאך אזא זאך ווי אזייגער וואס דערמאנט דער יום המיתה די זייגער ווייזט אז די מינוטען בלייבן קיינמאל נישט שטיין נאר עס ריקט זיך כסדר און מען דערנעטערט זיך צום יום המיתה.

"העבר אין והעתיד עדיין וההוה כהרף עין ואם כן דאגה מנין". אויב א מענטש טראכט אז יעצט האט ער נאך דעם הוה וואס איז כהרף עין וועלן פון איהם אוועקגיין אלע דאגות און ער וועט ווערן בשמחה, אין ספר בנין דוד ברענגט ער דאס אלץ א טעם פארוואס מען גיבט א זייגער ווייל דאס איז א מוסר השכל ווי אזוי א מענטש דארף זיך פירן, אזוי ווי א זייגער ווייזט נאר די יעצטיגע מינוט און נישט די פריערדיגער מינוט און נישט די קומענדיגע מינוט, אזוי דארף אויך זיין די מענטש, און דורך דעם וועט ער ווערן בשמחה גיבט מען א זייגער פאר א חתן אז ער זאל ממשיך זיין שמחה א גאנץ לעבן.

מורה שעות מזהב
ס'איז איינגעפירט אז די זייגער זאל זיין פון גאלד ווי ר' יעקב יוסף מסקווירא ז"ל האט געזאגט אז די טעם דערפון איז צו ווייזן פארן חתן אז די צייט איז טייער ווי גאלד און מען דארף עס אויסנוצן. פונעם אמרי אמת זצ"ל שטייט, אז די טעם פארוואס מען גיבט א גאלדענע זייגער ווייל אויב א מענטש האט נישט ביי זיך קיין גאלד וועט ער נישט וויסן ווי טייער א זאך קען זיין גיבט מען פארן חתן א גאלדענע זייגער אז ער זאל וויסן אז סאיז דא אומשאצבארע גאלדענע חפיצים און יעצט אז ער ווייסט שוין אז ס'איז דא אזאנע טייערע זאכן זאגט מען איהם אז די תורה איז פיל מער ווערד פון דעם "טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף".

די מנהג העולם איז אז ווען מען קויפט א טייערע מתנה נעמט מען דאס ארום מיט א שיינע פאפיר וואס איז פיל ווייניגער פונעם חפץ אליין אזוי אויך איז ביי א זייגער אז די גאלד (פלעיד) ארום די זייגער איז ביליגער ווי די זייגער אליין און דאס איז טאקע די פאסיגע מתנה פארן חתן צו ווייזן אז די גאלד איז פיין אין וואויל אבער די צייט איז נאך טייערער.
אויך גיבט מען פאר חתן א גאלדענע קייט מיטן זייגער וועלכער איז א סימן אז עס וועט זיך צוהן פון אים גאלדענע דורות עד עולם.

די פני מנחם זצ"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז אויב פאר אפאר ווערטער תורה (כהמנהג שהחתן אומר דרוש בעת התנאים) באקומט מען א גאלדענע זייגער, אויב אזוי וואס וועט מען באקומען פאר א גאנצע תורה?!
לעצט פארראכטן דורך פיטום אום זונטאג דעצעמבער 07, 2014 10:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

הערליך וועט מיר גאר צוניץ קומען ביי פאומ'ס אין אזעלכע פעלער
אבער א ליקוט פאר די כלה'ס זייגער האסטו אויך?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

אונטערסאנט
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

ביוטיפאל זשאב!!!! א דאנק
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אוי א שאד נישט געהאט דעם אשכול ביסעלע פריער....
שוין געווען תנאים, און שוין געגעבן דעם זייגער (נאר נישט קיין עכט גאלדענע...., האבעך יוצא געווען???)..
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שיינע ענינים.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
מרגליות
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגליות »

זייער שיין אין קאלירפול.
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

שכח פאר די פידבעק, ס'נישט קיין גרינגע ארבעט געווען.

כ'מוטשע מיר מיטן ארויף לייגן א PDF.
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
סופר ומונה
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט

טאשן זייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופר ומונה »

כ'האב אמאל געהערט א מעשה אז דער הייליגער טשורטקוב'ער זי"ע (כ'געדענק נישט וועלעכע) איז אמאל געקומען צו א תנאים און ער האט געזען אז מען גיט דעם חתן א האנט זייגער, האט ער זיך זייער געבייזערט, און געזאגט "אז עס פעלט דעם שלשלת פעלט אין דער וימאן" (ד"ה אז ביי די מעשה פון יוסף הצדיק מיט אשת פוטיפר אויף דעם ווארט "וימאן" איז די טראפ א "שלשלת", און א טאשן זייגער ניצט מען מיט א קייטל א שלשלת.)
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

איך האב אמאל געהערט נאך זאגן פון איינער פון די פריערדיגע צדיקים איך געדענק אבער נישט פון וועם אז אלע נומערן פועם זייגער אין איינעם זענען גימטריא מזלא און היות בני חיי ומזוני אחז במזל״א תלי׳ געט מען פאר א חתן אגאלדענע זייגער צו וואונטשען א גאלדענע מזל
זה הקטן גדול יהי'
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

פיטום האט געשריבן:מלקט געווען לכבוד א תנאים פון א חבר מיינע

מורה שעות מזהב
ס'איז איינגעפירט אז די זייגער זאל זיין פון גאלד ווי ר' יעקב יוסף מסקווירא ז"ל האט געזאגט אז די טעם דערפון איז צו ווייזן פארן חתן אז די צייט איז טייער ווי גאלד און מען דארף עס אויסנוצן. פונעם אמרי אמת זצ"ל שטייט, אז די טעם פארוואס מען גיבט א גאלדענע זייגער ווייל אויב א מענטש האט נישט ביי זיך קיין גאלד וועט ער נישט וויסן ווי טייער א זאך קען זיין גיבט מען פארן חתן א גאלדענע זייגער אז ער זאל וויסן אז סאיז דא אומשאצבארע גאלדענע חפיצים און יעצט אז ער ווייסט שוין אז ס'איז דא אזאנע טייערע זאכן זאגט מען איהם אז די תורה איז פיל מער ווערד פון דעם "טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף".

ער האט געשריבען צו זיין חתן יבלחט"א אדמו"ר מראחמיסטריווקא אז די עיקר איז די קייטל "אז די גאלדנע קייט זאל זיך ווייטער ציען". משום האי טעמא זענען דא אזעלכע וואס מחמת התקנות איז די זייגער נישט ריין גאלד אבער די קייטל פראבירט מען יא צו האבן פון גאלד.

ווי אויך האט ער געוואלט אז ס'זאל זיין דווקא מיט א דעקל.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”