זיצן נעבן א פרוי אויף אן עראפלאן

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

און וואס דארף זיין די ענטפער פון יהדות החרדית צו די נייע פאליסי פון אלעל? קומט נישט אז ס'זאל ווערן א שטורעם אז מ'פארט מער נישט מיט זיי? אדער איז בעסער אז זיי זאלן איינזעהן אז יהדות החרדית איז הפקר און זיי געבן זיך אינטער?
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

איך ווייס נישט אזוי ווייט להלכה
די גרויסע חידוש איז מיר געווען פארוואס ביי אן ערעפלאן איז יעדער פה אחת מודה אז עס איז א פראבלעם, ווען די שאלה איז איבער ספק נגיעה באונס, אבער ביי רפואה איז דער עולם מער ווייניגער מקיל,
איך בין גאנץ א קנאפער פליער, אפשר איז דאס די סיבה פארוואס איך פארשטיי נישט די חילוק

לפי זכרוני איז עס א מחלוקת הראשונים און אונז נעם מיר אן לקולא, אבער זינט איך האב געליינט די מעשה פון הרה"ק מקראסנא בין איך זייער נתעורר געווארן אז עס איז דא א שטארקער מקום להחמיר
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אין כל חדש האט געשריבן:איך ווייס נישט אזוי ווייט להלכה
די גרויסע חידוש איז מיר געווען פארוואס ביי אן ערעפלאן איז יעדער פה אחת מודה אז עס איז א פראבלעם, ווען די שאלה איז איבער ספק נגיעה באונס, אבער ביי רפואה איז דער עולם מער ווייניגער מקיל,
איך בין גאנץ א קנאפער פליער, אפשר איז דאס די סיבה פארוואס איך פארשטיי נישט די חילוק

לפי זכרוני איז עס א מחלוקת הראשונים און אונז נעם מיר אן לקולא, אבער זינט איך האב געליינט די מעשה פון הרה"ק מקראסנא בין איך זייער נתעורר געווארן אז עס איז דא א שטארקער מקום להחמיר

די סיבה איז פשוט, ביי רפואה זיצטו א שעה, און ביי א פליגער זיצטו 8 שעה פלאס
און איך בין נישט זיכער אז על פי הלכה איז עס א פראבלעם בכלל ביי א פליגער, נאר אידן מחמירים בני מחמירים זענען מחמיר, סחור סחור לכרמא לא תקרב, (איך מאך עס חלילה נישט אוועק, גם אני נוהג כן, שוין עטליכע מאל געטוישט זיצן צוליב דעם, און איך פיר מיך אלס צו קלויבן א גוטע זיץ ביי א פענסטער אז איך זאל האבן וואס אוועקצושענקן אויב דארף מען טוישן)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

אין כל חדש האט געשריבן:איך ווייס נישט אזוי ווייט להלכה
די גרויסע חידוש איז מיר געווען פארוואס ביי אן ערעפלאן איז יעדער פה אחת מודה אז עס איז א פראבלעם, ווען די שאלה איז איבער ספק נגיעה באונס, אבער ביי רפואה איז דער עולם מער ווייניגער מקיל,
איך בין גאנץ א קנאפער פליער, אפשר איז דאס די סיבה פארוואס איך פארשטיי נישט די חילוק

לפי זכרוני איז עס א מחלוקת הראשונים און אונז נעם מיר אן לקולא, אבער זינט איך האב געליינט די מעשה פון הרה"ק מקראסנא בין איך זייער נתעורר געווארן אז עס איז דא א שטארקער מקום להחמיר
איך ווייס נישט אויב ס'איז פארהאן א חילוק אין הלכה אבער אין מציאות איז זיכער פארהאן א חילוק,
און יתכן אז די מציאות שטעלט די הלכה.

___
מי יודע האקט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

נישט דא קיין ברירה מ'עט מוזן פליען 'טאוער עיר'.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

מי יודע האט געשריבן: שוין עטליכע מאל געטוישט זיצן צוליב דעם, און איך פיר מיך אלס צו קלויבן א גוטע זיץ ביי א פענסטער אז איך זאל האבן וואס אוועקצושענקן אויב דארף מען טוישן)

מיר איז אויסגעקומען אז א אייעל סיעט איז גרינגער צו טרעפן מיט וועמען צו טוישן.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31244
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אוהב ספרים האט געשריבן:קענסט האבין א שאלה איט איז אלל רייט.

איך בין שוין געפארען פלענטי אויף פליגער מיט ערליכע יודען און מיט פארפירערס, מען זעהט דעם הפרש.

הונדערטער האבין שוין געטוישט פלעצער אהן מאכן סקאנדלן, ויהי ש"ש מתאהב על ידך.

האסט א פונקט, און מען דארף אוודאי פרובירן צו מאכן אלעס בנעימות שיהיה ש"ש מתאהב.

אבער!

וואס זאגסטו אויב - און איך גלייב נישט אז דו האלסט אז עס קען נישט געשען קיינמאל - די ארומיגע מאכן א באלאגאן פון דיין שיינע נארמאלע בקשות אדער דו טרעפסט פשוט נישט קיינער וואס איז מסכים זיך צו טוישן?!

דאס איז דער שאלה.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

עו״ד איתמר בן גביר: - ההחלטה של חברת אל-על לחייב חרדים לשבת ליד נשים היא לא חוקית, הלקוחות צריכים להתאגד ולתבוע את החברה, גם לחרדים יש זכויות!
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

ר' דוד ליב שווארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

מתוך הספר בחוזק יד על הרה"צ ר' דוד ליב שווארץ זצ"ל

1.PNG
1.PNG (22.77 KiB) געזען 3072 מאל
2.PNG
2.PNG (15.06 KiB) געזען 3072 מאל
לעצט פארראכטן דורך ישראל אברהם אום דאנערשטאג יוני 28, 2018 4:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

מי יודע האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:איך ווייס נישט אזוי ווייט להלכה
די גרויסע חידוש איז מיר געווען פארוואס ביי אן ערעפלאן איז יעדער פה אחת מודה אז עס איז א פראבלעם, ווען די שאלה איז איבער ספק נגיעה באונס, אבער ביי רפואה איז דער עולם מער ווייניגער מקיל,
איך בין גאנץ א קנאפער פליער, אפשר איז דאס די סיבה פארוואס איך פארשטיי נישט די חילוק

לפי זכרוני איז עס א מחלוקת הראשונים און אונז נעם מיר אן לקולא, אבער זינט איך האב געליינט די מעשה פון הרה"ק מקראסנא בין איך זייער נתעורר געווארן אז עס איז דא א שטארקער מקום להחמיר

די סיבה איז פשוט, ביי רפואה זיצטו א שעה, און ביי א פליגער זיצטו 8 שעה פלאס

זאת ועוד. ביי א דאקטאר איז עס פראפעשאנעל און זיי זענען געלערנט וואס יא און נישט צי טון
און אויכט זיי קענען זיך, מען קען נישט טון עפעס וואס מטאר נישט און אפפיצן.... זיי ביידע (פאציענט און די נורס) ווייסען קלאר ווער דער אנדערער איז
משא'כ אויפן פליגער איז די אלע זאכן נישטא. זיצט דארטען מיט א ווילד פרעמדע (אולי אפי' שמוציגע) פרוי, כרעד שוין נישט פון מאכן א בלבול ח'ו, אבער עס קען ענדערש פאסירן א מכשול חלילה.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ישראל אברהם האט געשריבן:מתוך הספר בחוזק יד על הרה"צ ר' דוד ליב שווארץ זצ"ל

1.PNG
2.PNG

היינט וואלט דאס געהייסן א חילול השם
פארשטייט זיך אז דאס וואס דער גוי האט געטוהן וואלט מען פארשוויגן.

אבער די מעשה איז א גוטס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:איך ווייס נישט אזוי ווייט להלכה
די גרויסע חידוש איז מיר געווען פארוואס ביי אן ערעפלאן איז יעדער פה אחת מודה אז עס איז א פראבלעם, ווען די שאלה איז איבער ספק נגיעה באונס, אבער ביי רפואה איז דער עולם מער ווייניגער מקיל,
איך בין גאנץ א קנאפער פליער, אפשר איז דאס די סיבה פארוואס איך פארשטיי נישט די חילוק

לפי זכרוני איז עס א מחלוקת הראשונים און אונז נעם מיר אן לקולא, אבער זינט איך האב געליינט די מעשה פון הרה"ק מקראסנא בין איך זייער נתעורר געווארן אז עס איז דא א שטארקער מקום להחמיר

די סיבה איז פשוט, ביי רפואה זיצטו א שעה, און ביי א פליגער זיצטו 8 שעה פלאס

זאת ועוד. ביי א דאקטאר איז עס פראפעשאנעל און זיי זענען געלערנט וואס יא און נישט צי טון
און אויכט זיי קענען זיך, מען קען נישט טון עפעס וואס מטאר נישט און אפפיצן.... זיי ביידע (פאציענט און די נורס) ווייסען קלאר ווער דער אנדערער איז
משא'כ אויפן פליגער איז די אלע זאכן נישטא. זיצט דארטען מיט א ווילד פרעמדע (אולי אפי' שמוציגע) פרוי, כרעד שוין נישט פון מאכן א בלבול ח'ו, אבער עס קען ענדערש פאסירן א מכשול חלילה.

אי משום הא איז א פליגער די זעלבע
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:משא'כ אויפן פליגער איז די אלע זאכן נישטא. זיצט דארטען מיט א ווילד פרעמדע (אולי אפי' שמוציגע) פרוי, כרעד שוין נישט פון מאכן א בלבול ח'ו, אבער עס קען ענדערש פאסירן א מכשול חלילה.


די גייסט שוין צו ווייט. א בלבול אדער א מכשול איז עפעס וואס מ'דארף אפשר נישט חושש זיין ווייל אינטער נארמאלע אומשטענדן פאסירט דאס נישט. אבער הרהור עבירה איז א זאך וואס געשעהנט כמעט זיכער (און ביטע, אלע מידל עיזש און עלטערע אידן, דערמאנט זיך אביסול וואס האט געברענגט ניסיונות אין די יונגערע יארן). הרהורים געשעהנט סיי ביי א נורס און סיי אויפ'ן פליגער, ס'איז אבער א גרויסע חילוק פון די פאר מינוט וואס א נורס באהאנדעלט דיך צו א 11 שעה פלייט זיצענדיג לעבן א פרוי.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מען דארף זיין גרייט צו ארויס נעמען א הונדערטער און פרעגן א גוי אויב ער וויל זיך טוישן פאר געלט...
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לגבי רפואה
אין ספר נשמת אדם ברענגט ער פון ר' שלמה זלמן אויערבאך לענין גיין אין א גוישע שפיטאל (וואס זיי זענען דאך נחשד אויף שפיכות דמים)
וכתב לי הגרש"ז אויערבאך זצ"ל: נראה שבית חולים צבורי, כיון שדואג וחרד לשם טוב וגם יש פקוח של הרבה אנשים, מסתבר דלא מרעי נפשייהו.

און לעניננו די זעלבע
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

ישראל אייכלר במליאת הכנסת:
"המאבק נגד זכות הישיבה הנפרדת במטוס נובעת משנאת ישראל, אני מודיע מכאן לחברת אל על, אם תיכנעו לטרור של ארגוני שונאי החרדים ותורידו אדם אחד שהתנהג יפה וביקש להחליף מקום, אנחנו נוריד לכם רבבות נוסעים בשנה, טרור צרכני ייענה בתגובה צרכנית כואבת״.
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

שטאלצער יוד האט געשריבן:ישראל אייכלר במליאת הכנסת:
"המאבק נגד זכות הישיבה הנפרדת במטוס נובעת משנאת ישראל, אני מודיע מכאן לחברת אל על, אם תיכנעו לטרור של ארגוני שונאי החרדים ותורידו אדם אחד שהתנהג יפה וביקש להחליף מקום, אנחנו נוריד לכם רבבות נוסעים בשנה, טרור צרכני ייענה בתגובה צרכנית כואבת״.


איך פארשטיי נישט קיין עברית
קענסט עס ביטע איבערטייטשן אויף אידיש?
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

שטאלצער יוד האט געשריבן:ישראל אייכלר במליאת הכנסת:
"המאבק נגד זכות הישיבה הנפרדת במטוס נובעת משנאת ישראל, אני מודיע מכאן לחברת אל על, אם תיכנעו לטרור של ארגוני שונאי החרדים ותורידו אדם אחד שהתנהג יפה וביקש להחליף מקום, אנחנו נוריד לכם רבבות נוסעים בשנה, טרור צרכני ייענה בתגובה צרכנית כואבת״.

ישראל עיטשלער כנסת:
"דער קאַמף קעגן באַזונדער סיטינג רעכט אויף די פלאַך איז רעכט צו האַס פון ישראל, איך דערקלערן פון אל על, אויב איר געבן אין צו טעראָר אָרגאַניזאַציעס און נעמען אַראָפּ די הינטער-ארטאדאקס כייטערז איין מענטש ביכייווז געזונט און געוואלט צו מאַך אַוועק, מיר וועט אַראָפּרעכענען איר טענס פון טויזנטער פון פּאַסאַנדזשערז יעדער יאָר, קאָנסומערס רעספּאָנד טערעריזאַם כערץ קאַנסומער ענטפער
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

א דאנק פארן זיך נעמען די מיה.

אבער די כערץ איז געהעריג כייטערז איך מוז דיסעגריען מיט אים. וועגן די ביכייווז געזונט קען מען נאך פארשטיין אז דאס אלעס האט צו טוהן מיט די כערץ. אבער סתם די סיטינג, 'אס איז שוין א גאונות. אבער די צו מאך אוועק, וואו-ווי, דאס איז א גוטס, דאס איז ווי מ'זאגט די ריכטיגע ביכייווז.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דער קאמף אנטקעגן די רעכט פון זיצען צעטיילט אויף א פליגער שטאמט פון האס צו אידנטום. וויל איך דא צעוויסען טוהן פאר די אל-על פעראיין, אז אויב וועט זיך אונטערגעבן צו די חרדישע פיינט-פעראיינען, און איר וועט אראפשטעלן מענטשן וואס האט זיך שיין אויפגעפירט און געבעטן צו טוישן פלאץ, דא וועלן מיר אייך אוועקנעמען צענדליגער טויזענטער רייזענדע פער יאר. קליענטן טעראר וועט אפגעענטפערט ווערן מיט א ווייטאגליכע קליענטן אפענטפער
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

בענקעל האט געשריבן:א דאנק פארן זיך נעמען די מיה.

אבער די כערץ איז געהעריג כייטערז איך מוז דיסעגריען מיט אים. וועגן די ביכייווז געזונט קען מען נאך פארשטיין אז דאס אלעס האט צו טוהן מיט די כערץ. אבער סתם די סיטינג, 'אס איז שוין א גאונות. אבער די צו מאך אוועק, וואו-ווי, דאס איז א גוטס, דאס איז ווי מ'זאגט די ריכטיגע ביכייווז.

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

בענקעל האט געשריבן:א דאנק פארן זיך נעמען די מיה.

אבער די כערץ איז געהעריג כייטערז איך מוז דיסעגריען מיט אים. וועגן די ביכייווז געזונט קען מען נאך פארשטיין אז דאס אלעס האט צו טוהן מיט די כערץ. אבער סתם די סיטינג, 'אס איז שוין א גאונות. אבער די צו מאך אוועק, וואו-ווי, דאס איז א גוטס, דאס איז ווי מ'זאגט די ריכטיגע ביכייווז.

שומו שמים!! :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

fiena nieas האט געשריבן:איך האלט אויך אז משוגא מאכן די פרוי אז זי זאל זיך אויפהייבן און זיך טוישן סיטס ווייל דו קענסט נישט זיצן לעבן איהר, איז קיין נארמאלע זאך!! האסט א פראבלעם גיי און טויש דיין אייגענע סיט מיט איינעם



זייער אינטערסאנט, די פרויען ווילן גאר אז מען זיי זאל נישט זעצן נעבן די מענער, מי יתן והיה.

אין די היינטיגע "מיר אויך" משוגענע עפאכע דארף מען מער נישט אנגעבן "רעליגיעזע סיבות" פאר נישט וועלן זיצען נעבן א פרוי, מען קען פלען זאגען אז איך וויל נישט ווערען אנגעקלאגט נאך די רייזע.
Journalist claims 'women-only' plane sections could combat midair assault

One female journalist has declared that “women-only seating sections on planes” is the way to a safer future in the high skies, avowing that the armrest in commercial passenger seating is a “gender political issue” in the wake of the #MeToo movement

Last month, columnist Kate Whitehead penned a piece for the South China Morning Post titled "Manspreading on a plane: In the age of #MeToo, even the armrest is a gender politics issue." Although the story has since been criticized by commenters, she is factually correct in her assertion that - assault is indeed on the rise in the high skies

“I dream of a future in which there are women-only seating sections on planes. Most women intuitively understand that the armrest is “neutral territory” and leave it as a slim buffer between them and their neighbor,” Whitehead writes. “I’d be prepared to campaign vocally for “pink rows”, but I suspect airlines wouldn’t be in favor because that would mean other rows full only of men – and that wouldn’t work

“Men – and airlines – depend on encroachment onto women’s seats for comfortable travel,” she continues. “I hope that in the wake of the #MeToo movement, people will come to realise that the airline armrest is a gender political issue. The first airline to establish “pink rows” will have my [business.]

“Nine times out of 10 – based on my extensive experience flying “cattle class” – if a man is seated beside a woman he will claim the armrest,” Whitehead claims. “With the average seat width being 17.2 inches, this means you have effectively lost about 12 per cent. If you are unfortunate enough to be in the middle of a row and have a man on either side, you have lost nearly a quarter of your seat. And yet you are paying the same price as those space-invading men

For context, Whitehead’s call for gender-specified seating on airplanes is not entirely original. Air India, India’s national carrier, debuted women-only rows on planes in 2017, following two reported incidents of assault, according to the New Zealand Herald. Likewise, Vistara, another Indian carrier, rolled out a "Woman Flyer" service, which gave preferred seating to women traveling alon

Commenters on Whitehead’s story, meanwhile, were less than supportive of her pitch

“Grow up ladies, the world don't revolve around you,” one critic clapped

“How ridiculous is this! Next it's women only planes, then pilots and cabin crew,” another agreed

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

נו............ דיסקרימינעישן.......
The Divided States Of America
גימפעל
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימפעל »

שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”