זיצן נעבן א פרוי אויף אן עראפלאן

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

א רעקלאמע אז נשים זאלן זיך נישט טוישן זיצן צוליב מענער.
די "פארט אטאריטי" האט צוריקגעוויזן די רעקלאמע.
seat3-725x653.png
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

איך האב א פאר שאלות פאר די וואס זענען מקפיד משוגע צו מאכן מענטשן אויפן פליגער ווייל ער וויל זיין א פרומער און נישט זיצן לעבן א פרוי. אלס פרומער איד צאלסטו טייערער פאר אלעם. דו ביסט מקפיד אויף א טייערער אתרוג, מצות, וויין, פלייש, דו צאלסט סאך טייערער פאר א דירה וכו. פארוואס ווען עס קומט צו פליען אויף אן עראפלאן מיזטו מאכן א חילול השם דורך מאכן אנדערע מענטשן צאלן א פרייז פאר דיינע פרומקייטן. פארוואס קויפסטו דיר נישט קיין ביזנעס קלאס זיץ אדער צוויי עקאנאמי קלאס זיצן? ממ"נ, אויב האלטסטו אז דו טארסט נישט זיצן לעבן א פרוי, ווייסטו דאך אז אויב דו וועסט נישט קענען טוישן זיץ וועסטו אדער מוזן זיצן אזוי אדער אראפגיין און נאכאמאל אויפהאלטן די פליגער און מאכן נאך א גרעסער חילול השם. אויב האלטסטו אז בדיעבד מעגסטו אזוי זיצן מעגסטו דאך לכתחילה אזוי זיצן אלעס נאר ס'זאל נישט קומען צו קיין חילול השם. אבער די גרעסערער עוולה איז אז עס איז איכא דרכא אחרינא. קויף דיר צוויי זיצן אדער א ביזנעס קלאס זיץ. איז דער באשעפער נישט ווערט די עקסטרע געלט? נאר דיין פלייש, אתרוג און מצות זענען ווערט? ווי זענען די רבנים וואס קומען אונז אלס זאגן אז אלס דארפן מיר זיך מער אנשטרענגן? ווי איז די קול קורא אז משום צניעות זאל מען צאלן די עקסטרע פרייז? אדער זאל מען צאלן אביסל טייערער פאר א טיקעט און גיין דורך א אגענט וואס וועט צאמשטעלן אפאר טיקעטס אויפאמאל אז מען זאל וויסן ווער עס זיצט נעבן וועם.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

Greeneryid האט געשריבן:איך האב א פאר שאלות פאר די וואס זענען מקפיד משוגע צו מאכן מענטשן אויפן פליגער ווייל ער וויל זיין א פרומער און נישט זיצן לעבן א פרוי רוב עולם מאכט נישט משוגע קיינעם, מ'בעט שיינערהייט און רוב מאל גייט עס דורך בטוב ובנעימים זייער שנעל. אלס פרומער איד צאלסטו טייערער פאר אלעם. דו ביסט מקפיד אויף א טייערער אתרוג, מצות, וויין, פלייש, דו צאלסט סאך טייערער פאר א דירה וכו. פארוואס ווען עס קומט צו פליען אויף אן עראפלאן מיזטו מאכן א חילול השם דורך מאכן אנדערע מענטשן צאלן א פרייז פאר דיינע פרומקייטן. פארוואס קויפסטו דיר נישט קיין ביזנעס קלאס זיץ ס'איז גאר א גרויסער חילוק די פרייז, און דארט קען מען אויך אנקומען נעבן א פרוי אדער קעגן א פרוי אדער צוויי עקאנאמי קלאס זיצן און באקומען באקומט מען איינס פארנט און איינס אין די בעק? ממ"נ, אויב האלטסטו אז דו טארסט נישט זיצן לעבן א פרוי, ווייסטו דאך אז אויב דו וועסט נישט קענען טוישן זיץ וועסטו אדער מוזן זיצן אזוי אדער אראפגיין און נאכאמאל אויפהאלטן די פליגער און מאכן נאך א גרעסער חילול השם. אויב האלטסטו אז בדיעבד מעגסטו אזוי זיצן מעגסטו דאך לכתחילה אזוי זיצן אלעס נאר ס'זאל נישט קומען צו קיין חילול השם. אבער די גרעסערער עוולה איז אז עס איז איכא דרכא אחרינא. קויף דיר צוויי זיצן אדער א ביזנעס קלאס זיץ. איז דער באשעפער נישט ווערט די עקסטרע געלט? נאר דיין פלייש, אתרוג און מצות זענען ווערט? ווי זענען די רבנים וואס קומען אונז אלס זאגן אז אלס דארפן מיר זיך מער אנשטרענגן? ווי איז די קול קורא אז משום צניעות זאל מען צאלן די עקסטרע פרייז? אדער זאל מען צאלן אביסל טייערער פאר א טיקעט און גיין דורך א אגענט וואס וועט צאמשטעלן אפאר טיקעטס אויפאמאל אז מען זאל וויסן ווער עס זיצט נעבן וועם ס'העלפט נישט לגמרי! אפילו ער נעמט פונקטליכע זיצן בעפאר [און ניטאמאל אייביג האט ער די מעגליכקייט].
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Greeneryid »

קודם כל, די מציאות אז רוב מאל "גייט עס דורך" מיינט נישט צו זאגן אס עס איז "בטוב ונעימים" איך האב מורא אז די פאקט אז דער גוי לאזט זיך פון דיר און וויל נישט מאכן קיין שטינק איז מער וועגן זיין גוטסקייט און נישט ווייל עס באדערט אים נישט. דו ליינסט נישט זיין פעיסבוק פעידזש נאכדעם. דעת וואס דו זאגסט אז דו באקומסט איין סיט אין די בעק און איינס און פראנט ווייזט אז דו ביסט אן עכטער פרומער, פיל רשעות ווייניג מצוות. דו זיכסט צו בארעכטיגן דיין פרומקייטן מיט זאכן ארויסגעצויגן פון פינגער. איך האב שוין אסאך מאל געקויפט צוויי טיקעטס אויפאמאל און איך האב נאכנישט באקומען איינס דא און איינס דארט. טאמער זעה איך נישט קיין צוויי סיטס צוזאמען קויף איך אויף אן אנדערן פלייט, עס אייביג דא גענוג. איך זאג נישט אז עס געשענט קיינמאל נישט אבער דאז איז נישט געווענליך און דעת אז דו נישט דעת פאר א תירוץ ווייזט ווי שטארק דו מיינסט דעם אייבערשטן. די זעלבע זאת מיט דיין תירוץ וועגן קויפן ביי אן טרעוול עידזשנט. דעת אז דו זאגסט אז עס טייערער, ווי פיל איז דער באשעפער'ס נאמען ווערט פאר דיר? בכלל האסטו געפרעגט א שאלה בין וויפיל דו דארפסט ספענדן צו מונע זיין א ספק חילול השם? דו ביסט דאך א פרומער? פארסט דיך אביסל אויסליפטערן און ענדזשויען, ספענדסט געלט פאר אלעם נאר נישט פארן באשעפער'ס כבוד. פארן אתרוג צאלסטו $300 ווען דו קענסט קויפן א הדר פאר $100 פונקט פאר דיין סיט האסטו נישט קיין געלט. וואו אמר דיין אמונה און בטחון אז פאר א מצווה דערלייגט מען נישט? דו וועסט טרעפן אלעד תירוצים פארוואס ווען עס איז איכא דרכא אחרינא נעמסטו עס נישט. ווייל דו ביסט א "פרומער"
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

צו מאכן א חילול השם איז א געפערליכע עוולה, אבער ווען איך בין געפארן איז אייביג בעז"ה געווען מעגליך צו סאלווען אויף א שיינע אויפן. ווי למשל מען קען ניצן די פאלגענדע עצות.
- אויב באקומסטו א ווינדאו אדער אן אייל סיט וועט א צווייטער וואס זיצט אינדערמיט גרינג טוישן מיט דיר
-מען קען טוישן מיט די וואס באקומען אין די לעצטע רייע פינעם אפטיילונג וואס מען קען זיך נישט אויסשטרעקן זיי וועלן זיך זייער שנעל צוכאפן דערצו
-אסאך מאל קען מען גאר העלפן זיך מיטן גוי אויף איינמאל אויב ער איז אפגעטיילט פון זיין באקאנטער.
-און אפי' אויב איז נישט שייך די אלע אויבן דערמאנטע פון מיין עקספיריענס רוב גוים פיעלן באקוועמער צו זיצן לעבן אן אנדערע גוי ווי לעבן א יוד, ממילא ווען מען פרעגט איידעלערהייט "איך וואלט געקענט באשטיין צו זיצן לעבן מיין פרענד וואלסט געקענט באשטיין צו טוישן" אפי"ר פאר דעם אליין אוועגציגיין פינעם יוד זענען זיי מסכים.

- אוודאי אויב איינער ערלויבט זיך צו קויפן אן עקסטערע זיץ מה טוב ומה נעים
טויזענטער היימישע יודן פארן דורכ'ן יאר אין עפי"ר ווערט עס שנעל געלייזט אן קיין חילול השם.
דער עיקר איז מתפלל פארן ארויספארן אז עס זאל אדורכגיין בשלום און פרעגן א שאלה פון א רב וואס צו טוהן אויב ח"ו עס וועט נישט געסאלווד.

-
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

אסאך מאל געפארן, ב"ה אלעמאל איז דאס שיין דורך, קיינמאל געהאט קיין פראבלעם, זיי פארשטייען און טוישן זיך גערן,
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

שוועמל האט געשריבן:דער עולם איז דן איבער זיצן בצד אשה. אבער קיינער איז נישט דן איבער זיצן אחורי אשה.
לדעתי הענייה ווערט דאס מפורש דערמאנט אין חזל אחורי ארי ולא אחורי אשה, אין משמעות חזל קען דאס זיין הארבער להלכה.
דאס נעמט נישט אוועק פון נגיעה וואס איז באמת א פראבלעם פאר א לענגערע צייט, ויש לעשות שאל את הרב בזה.


דער איסור נאר צו "גיין" אחורי אשה, אבער נישט זיצן [דוכט זיך אז ס'איז דא פון דעם א לאנגע תשובה אין שו"ת מבשר טוב, וואס איז געווארן אנגעפרעגט וועגן דעם דורך כ"ק אדמו"ר מהרצ"ה מקרעטשניף זצ"ל]
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:דער עולם איז דן איבער זיצן בצד אשה. אבער קיינער איז נישט דן איבער זיצן אחורי אשה.
לדעתי הענייה ווערט דאס מפורש דערמאנט אין חזל אחורי ארי ולא אחורי אשה, אין משמעות חזל קען דאס זיין הארבער להלכה.
דאס נעמט נישט אוועק פון נגיעה וואס איז באמת א פראבלעם פאר א לענגערע צייט, ויש לעשות שאל את הרב בזה.


דער איסור נאר צו "גיין" אחורי אשה, אבער נישט זיצן [דוכט זיך אז ס'איז דא פון דעם א לאנגע תשובה אין שו"ת מבשר טוב, וואס איז געווארן אנגעפרעגט וועגן דעם דורך כ"ק אדמו"ר מהרצ"ה מקרעטשניף זצ"ל]

ווי אויך איז די בענקל א מחיצה
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

מיט אביסל תפילה און שכל און סייעתא דשמיא, קען מען זיך מסדר זיין בדרכי נועם. ווען איך פלי קויף איך אייביג א זיץ ביי א אייל, וואס עס איז זייער גרינג צו טוישן אויס בס'פעלט זיך אויס.

אויך פרעג איך ביים אריננטשקען ווער זענען מיינער שכנים, און איך פראביר שוין דארט צו טוישן צויוושין מענער, אפילו אויב ס'איז מיר נישט געווןן באקוועם צו זיצן אינמיטן.

עס איז אויך זייער כדאי צוצוגרייטן א פיפציגער ביי זיך, און לעת הצורך קען מען אפערן 50 דאללער, ס'איז מונע חילול השם, ווען מ'זעט אז ס'איז דיר באמת וויטכיג.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:אסאך מאל געפארן, ב"ה אלעמאל איז דאס שיין דורך, קיינמאל געהאט קיין פראבלעם, זיי פארשטייען און טוישן זיך גערן,

גריןיוד איך ווייס נישט פארוואס דו מאכסט דא אזא איבערקערעניש, ס'גרעניצט זיך מיט חילול ה'....
איך מאך אלעמאל זיכער צו רעזערווען אדער א פענסטער אדער א אייל אין פאל מ'דארף טוישן, און יא כ'האב שוין צוגעצאלט פאר פרימיום עקאנאמי ווי ס'איז נאר דא צוויי סיטס צוזאמען ווען איך בין געפארן מיט נאך איינעם צו זיין פארזיכערט אז איך באקום נישט א שעשני כרצונו ביי די זייט, און לעצטענס האט זיך יא געמאכט אז ס'איז נישט מעגליך געווען צו רעזערווען, און ארויפקומענדיג האב איך מיר געטראפן צווישן א קופה של נשים, האבן זיי אליין זיך אנגעטראגן אז זיי ווילן טוישן, זיי האבן פארשטאנען אז איך האב א פראבלעם דערמיט (קען זיין פון אסאך עקספיריענס...)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

ווייס איך פון גאר א חשובע מורה הוראה וואס פליט אייביג די ערשטע זיץ ביזנעס קלאס מיט זייין ב״ב אזוי מייד ער אויס אלע פראבלעמען
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

זייער הנאה געטוהן פון אייך אלע
שוין אויך אסאך געפארן און אפילו אלס יונגער בחור און עס האט געארבעט מיט בעהטן שיין אלע מאהל
איינמאהל האט אפילו איינע מסכים געווען אבער זי האט שוין געפאקט אירע געפעק מראשותיה און זי האט שוין נישט קיין כח צו ארום טוישן
האבן מיר געמאכט א שיין קידוש השם, ווען יעדער האט זיך צוגעקוקט ווי א יונגער דארטשיגער יאהוד העלפט און שלעפט אזוינע גרויסע געפעק כ'ווייס נישט וויאזוי עס הייסט נאר נו עפעס אזא גרויעס סקול בעג, וואס זי די יוטע וואס האט מסתם געהאט דריי מאהל מער כח ווי מיר האט עס געוואלט דוקא האבן העכערן קאפ!! (און יאך האט זיך נאך שיין באדאנקט)
אבער עס האט געארבעט, מען האט געעזעהן אז מען מיינט עס אמת'דיג.
צוויי מאהל וואס איך האב נישט געהאט קיין גוטע עקספיריענס איז געווען מיט גרויסע נסיעות וואס דערעוילעם האט געשטורעמט די גאנצע פליגער אז נאר!
און יעמאלט דארף מען אין א געוויסע זין מער רחמי שמים
אפשר אין אזא פאל דארף ווען דער טראוועל אגענט צוגרייט ביפאר.
הכלל אויף ירושלים וועל מיר אט אט פארן מיט גרויסע מחיצות אזש עס וועט זיין א מחיה
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

קויפן צוויי זיצן איז קיין אפציע, מען קען נישט אויפשטייגן אויף א פליגער מיט צוויי עקסטרע בארדינג פעסעס, זיי וועלן דיר נאר לאזן ניצן איינס (כך שמעתי).
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איך בין לעצטנס געפארן, מען האט מיר געגעבן צו זיצן נעבן אן אשה (די ערשטע מאל וואס דאס פאסירט ביי מיר), איך האב מיך אומגעקוקט צו פרעגן א "צווייטע מאן" צו ער וויל זיצן נעבן די פרוי, ווי איידער צו בעטן די פרוי אליין זאל זיך טוישן, נישט וועלנדיג באליידיגן א גויטע אז איך וויל נישט זיצן נעבן איר.

למעשה איז אנגעקומען א גאר מאדערנע איד וואס האט געדארפט זיין מיין שכן, און איך האב אים געפרעגט צו ער וויל זיך טוישן, ער האט גלייך מסכים געווען, געזאגט נאו פראבלעם איי אנדערסטענד... הגם דאס האט געמיינט אז ער איז געזיצן צוקוועטשט אינמיטן און איך בין געזיצן ביי די אייל. איך האב מיך זייער העפליך באדאנקט צו אים, זאגנדיג "איי עפרישיעיט" און איך האב אים א גאנצן וועג געמאכט ברייט פלאץ צו קענען שלאפן, ווי אויך האב איך אים געאפערט א ליקעריש....
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
לאנגווייליג
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגווייליג »

סידיראם האט געשריבן: ווי אויך האב איך אים געאפערט א ליקעריש....


אהה. דאס איז די סוד...
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

סידיראם האט געשריבן:איך בין לעצטנס געפארן, מען האט מיר געגעבן צו זיצן נעבן אן אשה (די ערשטע מאל וואס דאס פאסירט ביי מיר), איך האב מיך אומגעקוקט צו פרעגן א "צווייטע מאן" צו ער וויל זיצן נעבן די פרוי, ווי איידער צו בעטן די פרוי אליין זאל זיך טוישן, נישט וועלנדיג באליידיגן א גויטע אז איך וויל נישט זיצן נעבן איר.

למעשה איז אנגעקומען א גאר מאדערנע איד וואס האט געדארפט זיין מיין שכן, און איך האב אים געפרעגט צו ער וויל זיך טוישן, ער האט גלייך מסכים געווען, געזאגט נאו פראבלעם איי אנדערסטענד... הגם דאס האט געמיינט אז ער איז געזיצן צוקוועטשט אינמיטן און איך בין געזיצן ביי די אייל. איך האב מיך זייער העפליך באדאנקט צו אים, זאגנדיג "איי עפרישיעיט" און איך האב אים א גאנצן וועג געמאכט ברייט פלאץ צו קענען שלאפן, ווי אויך האב איך אים געאפערט א ליקעריש....

איך האב אלעמאל א פראבלעם ווען איך פאר צו בעטן א צווייטע איד זאל טוישן מיט מיר!

עס קען אריינגיין אין פראבלעמען צו מ'מעג מכשיל זיין א צווייטער איד..

אזויווי שבת בעהט מען אויך נישט פון קיין פרייע איד אנצוצונדן די לעקטער (אפילו ביי א פאל ווי ס'איז מותר לאמירת עכו"ם)..
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

אויב להלכהאיז עס נישט קיין פראבלעם, נאר עס איז מדת חסידות אדער א באקוועמליכקייט, איז נישט קיין שום פראבלעם צו בעטן א 2טן איד כנלע"ד
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

עס איז לכאורה נישט קיין פראבלעים על פי הלכה, נאר על פי מדת חסידות, ממילא א מאדערנע איד וואס האט נישט בעצם קיין פראבלעים דערמיט מיין איך אז דאס הייסט נישט מכשיל געווען, כן נראה לכאורה
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
1חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 23, 2011 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1חכם »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:קויפן צוויי זיצן איז קיין אפציע, מען קען נישט אויפשטייגן אויף א פליגער מיט צוויי עקסטרע בארדינג פעסעס, זיי וועלן דיר נאר לאזן ניצן איינס (כך שמעתי).


נישט אמת

יעדע (כמעט) עירליין האט אן אפציע פון קויפן נאך א זיץ פאר באקוועמליכקייט

It's called "EXST" in the airline language
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

נא_שכל האט געשריבן:
קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:דער עולם איז דן איבער זיצן בצד אשה. אבער קיינער איז נישט דן איבער זיצן אחורי אשה.
לדעתי הענייה ווערט דאס מפורש דערמאנט אין חזל אחורי ארי ולא אחורי אשה, אין משמעות חזל קען דאס זיין הארבער להלכה.
דאס נעמט נישט אוועק פון נגיעה וואס איז באמת א פראבלעם פאר א לענגערע צייט, ויש לעשות שאל את הרב בזה.


דער איסור נאר צו "גיין" אחורי אשה, אבער נישט זיצן [דוכט זיך אז ס'איז דא פון דעם א לאנגע תשובה אין שו"ת מבשר טוב, וואס איז געווארן אנגעפרעגט וועגן דעם דורך כ"ק אדמו"ר מהרצ"ה מקרעטשניף זצ"ל]

ווי אויך איז די בענקל א מחיצה

מסתבר, זיל בתר טעמא.
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

קיין שרייבער בין איך נישט, אבער א מעשה שהי׳ בקיצור,
איך האב א מאדערנער איד בשכינות, פארציילט ער אז ער האט געהאט א חסידישען בחור נעבן אים אויפן פליגער, און יענער האט געמאכט זיכער זיך אויפצושטעלן 7 מאל נאך איידער מען איז ארויסגעפארן אז די פרוי נעבן אים איז געגאנגען בעטן מזאל איר טוישען זיצען.
ער זאגט אז ער האט הנאה געהאט צו זעהן ווי א חסידישען בחור גיט זיך אן עצה, מיט א איידלקייט און א תמימות.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

(בעניני דיומא) האט מיר איינער נאכגעזאגט פון א תימן'ער רב אין תל אביב בשנות תש"כ, אז ער האט געזאגט
מאחורי ארי ולא מאחורי אשה
כידוע נוח האט פארשפעטיגט צו ברענגען די עסן פאר דעם ארי (מאחורי מלשון איחור) און דעריבער הכישו, און ער האט געהינקעט

זאגט ער ס'נאך אלץ בעסער, מאחורי ארי צו שפעטיגן פאר די לייב, ולא מאחורי אשה, און נישט שפעטיגן ביי די ווייב, די קאנסקאווענצן זענען אסאך ערגער.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

עפעס געזען היינט א נייעס איבער קרית יואל'ע אינגעלייט ראטעווען אן אראבקע אויף אן ערעפלאן. הייבט זיך אן די נייעס אז "טראצדעם וואס ווען חסיד'ישע אינגעלייט אויפ'ן עראפלאן איז אין די נייעס איז עס נישט פאר א גוטער סיבה, אבער אין דעם פאל וכו'."
וואס באדייט דער סטעיטמענט, איז עס סתם העץ אויף חסיד'ישע אידן איידער מ'וויל זאגן אויף זיי א גוט ווארט?
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

פונקט פארקערט, ער העצט אויף די נייעס אגענטורן וואס וועלן אלס טרעפן עפעס נעגעטיוויטי אויף אידן, האבן אבער דא בע"כ וכו'.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
פארנעפלט
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:31 am
לאקאציע: ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנעפלט »

מלה! פיין פיין א קליגער בחור'ל
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”