New York – Ultra-Orthodox men and women caused over a one hour delay on a Delta flight Monday night at JFK airport when they de-boarded the plane rather than sit next to members of the opposite -
Haaretz (http://bit.ly/127d8c9 ) reports Delta flight 468 from New York to Tel Aviv was delayed when the Haredi passengers de-planed and their baggage removed. This is one of many flight delays over the last month occurring with ultra-Orthodox passengers refusing to sit next to the opposite -. Several El Al flights were disrupted or delayed, prompting a petition to circulate requesting that El Al put a procedure in place to stop the harassment of women by ultra-Orthodox men on flights to Israel.
El Al has stated it has no plans to establish a policy for dealing with this situation
מילכיגער האט געשריבן: טאמער גארנישט ארבייט נישט, (א זאך וואס פאסירט נישט כמעט) איז דיין איינציגע עצה אראפצוגיין פון פליגער און מאכן א קידוש השם בכל מאדך. פארפאלן מ'איז אין גלות...
(כמבואר באייוועלט דף ב' ערך מיליכיגער בשם הסברה) מען איז דא דן איבער הלכה נישט איבער סברה אדער חסידות, מהיכן דנתא אז מען מוז אראפגיין פון פליגער און דאס איז גאר א קידוש השם?.. מיר האבן א שלחן ערוך. אויב איז דא קיין ברירה דאן עין ערך סאכדעס..
נישט אז ס'באדערט מיר חלילה וחס אז איינער איז מחולק מיט מיר. פונקט פארקערט. יגדיל תורה ויאדיר. אבער פארן אריינווארפן א תגובה אין א אשכול נאך א פאר בלאט טענות איז כדאי צו טראכטן "בין עפעס מוסיף דא?" לייג איך צו אדער איך ברייטער אויס א נקודה וואס קיינער פאר מיר האט נישט אויפגעברענגט? איז אפשר דא א קלארערע וועג מסביר צו זיין מיין נקודה?
איך זאג עס דא ווייל איך בין געווען פון די מיינונג זאגערס וועא"מ. אבער ה"ה איבעראל ווי מ'זעהט א לאנגע אשכול מיט טענה'רייען.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
טהור-עיניים האט געשריבן:איך פלי יא אסאך, און איך פלעג אמאל טוישן יעדעס מאל, זיך געדרייט און געטרייט ביז איך האב געטוישט. איינמאל האב איך אנגעהויבן מיט דעם נישט ריכטיגן מענטש און יענער האט געמאכט אן איבערקערעניש און עס איז געווען א גרויסער חילול ה'. איך האב דעמאלס געפרעגט א רב, וועלכע פליט אליינס אויך אסאך און ער האט מיר געזאגט אז איך בין קלאר נישט מחויב, אפילו נישט ע"פ מידת חסידות צו טוישן פלעצער. ... אין די גדולי הפוסקים פון די לעצטע דורות איז דא תשובות איבער דעם. ר' משה פיינשטיין שרייבט אין א תשובה איבער פארן אין די טרעין און עס מאכט זיך אמאל אז מען קלאפט זיך אן בטעות און ער שרייבט קלאר אז עס איז נישט קיין פראבלעם. ...
איך מיין אז דו ווייסט אז רוב אידן דא האבן נישט די ספרים פון ר' משה, און דאך זעה איך אז דו ברענגסט א פסק פון אים ביי נושא וואס דו זעהסט דער עולם נעמט אויף זייער ערענסט. דאס מאכט מיר מער נייגעריג מיין פראגע אויף דיין ערשטע פערעגרעף.
מעג איך אפשר וויסן ווער דער רב איז?
(עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס מאנכע ברענגן פסקים פון אנאיידענטיפייד רבנים.)
3x0 האט געשריבן:מעג איך אפשר וויסן ווער דער רב איז?
(עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס מאנכע ברענגן פסקים פון אנאיידענטיפייד רבנים.)
א פשוט'ער סיבה קען זיין גילוי ס'איז דאך סייווי נישט נוגע למעשה, מען פסקנ'ט נישט פון אייוועלט, ממילא אלס א סיפור איז עס פיין אזוי אויך
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
איך וויל דא מוסף זיין איין נקודה, אמת ווי אסאך האבן ארויסגעברענגט אז מ'דארף זיך אויפפירן מענטשליך און איידעל אפילו ווען מ'גייט צעווישן גוים אז ס'זאל זיין וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך, אבער דאס איז קלאר מבואר בספרי הפוסקים אז די עיקר אפטייטש און חויב פון קידוש ה' איז צו טוהן א מצוה און חילול ה' טוהן אן עבירה, אלזא איז פשוט וברור אז א זאך וואס איז א חשש או ספק עבירה וכ"ש ווען ס'גרענצט זיך מיט אבוזרייהו דג"ע וואס איז ביהרג ועל יעבור איז מען מחיוב צו טוהן וואס מ'קלערט אז די תורה פארלאנגט צו טוהן אין אזא פאל און אפילו דאס וועט צוברענגען צו פראוואקאציעס איז עס נישט נאר נישט קיין חילול ה' נאר אדרבהא גרויסע קידוש ה' און ווי מער צייטונגען בארוכטען עס איז אלץ גרעסער די קידוש השם! דעת תורה היפך דעת בעל הבית.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
An international Delta Airlines flight was reportedly delayed for roughly half an hour when several ultra-Orthodox Jewish men refused to sit next to female passengers.
Israel Radio first reported that Delta Flight 468, bound for Tel Aviv's Ben Gurion Airport from John F. Kennedy Airport, took off 30 minutes after its scheduled departure time due to commotion onboard. Several Haredi, or ultra-Orthodox men, refused to sit in their assigned seats, which placed them next to women. But other passengers also refused to swap seats with the men, causing the prolonged delay.
In Ultra-orthodox Judaism, physical contact between men and women is forbidden unless they are first-degree relatives or married to one another.
HuffPost reached out to Delta Airlines for comment but did not hear back.
A similar incident affected an El Al flight from New York to Tel Aviv in September when Haredi men began asking women seated next to them to move and even offered compensation for seat changes. Many called the flight an "11-hour long nightmare" and several women started a Change.org petition after the experience to pressure El Al to prevent future harassment of female passengers on its flights.
דער עולם איז דן איבער זיצן בצד אשה. אבער קיינער איז נישט דן איבער זיצן אחורי אשה. לדעתי הענייה ווערט דאס מפורש דערמאנט אין חזל אחורי ארי ולא אחורי אשה, אין משמעות חזל קען דאס זיין הארבער להלכה. דאס נעמט נישט אוועק פון נגיעה וואס איז באמת א פראבלעם פאר א לענגערע צייט, ויש לעשות שאל את הרב בזה.
דער עולם איז דן איבער זיצן בצד אשה. אבער קיינער איז נישט דן איבער זיצן אחורי אשה. לדעתי הענייה ווערט דאס מפורש דערמאנט אין חזל אחורי ארי ולא אחורי אשה, אין משמעות חזל קען דאס זיין הארבער להלכה. דאס נעמט נישט אוועק פון נגיעה וואס איז באמת א פראבלעם פאר א לענגערע צייט, ויש לעשות שאל את הרב בזה.
לכאורה רעדט די חז"ל נאר וועגן גיין אחורי אשה, נישט זיצן, אויך קען די סיעט ניצן פאר א מחיצה