זיצן נעבן א פרוי אויף אן עראפלאן

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2907
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

אויב דענק איך גוט איז "להלכה" נאר אסור נגיעה של חיבה, ווער ס'ווייסט קלאר זאל ביטע זאגן.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

שנאפס האט געשריבן:ווער רעדט פון איבערדרייען?

יע מ'דארף קיינמאל נישט איבערדרייען, אפילו ווען ס'גייען ארויף 50 "חסידיקס" קען מען עס אייביג מאכן בדרך נועם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

איינמאל בין איך געווען אויף א לופטהאנזא פלייט מיט 30 היימישע אידן, כמעט יעדער האט געדארפט טוישן פלעצער און מ'האט עס זייער שיין מסדר געווען

איבערדרייערס זענען אייביג דא, סיי אויפן פליגער און סיי אויף ליע עוועניו
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

ווי הערליך און אנדערע, איז הקולר תלוי בצאורי די וואס פירן זיך אויף ווי נישט נארמאלע מענטשן און טוען ממש די דעפיניציע פון חז"ל אויף חה"ש ווען דער גוי טראכט "איז דאס א איד"? ל"ע.

ס'איז אסור צו זיצן אויף א אופן ווי מ'קען צוקומען צו נגיעה בדאיכא דרכא אחרינא. טאמער איז ליכא דרכא אחרינא איז פשטות (יעדער זאל פרעגן זיין לאקלאן רב, איך רעד דא נאר מסברא וממנהג) נאר אסור דארט ווי מ'גייט זיכער צוקומען צו א איסור. ווען דיין עלנבוגן קלאפט זיך אן מיט איר עלנבויגן באונס און ביידע זענען אנגעטון איז נישט בפשטות קיין איסור. די הלכות שטייען אין סוף יור"ד קצ"ה. ס'איז דא אופנים פון די אנדערע זייט ווען יעדע ריר איז אביזרייהו ממש (כשיש חשש נהנה בנגיעה) אדער נאנט צו דעם. טאמער דאס געשעט מוז מען זיצן מדינא איינגעקורטשעט א גאנצע נאכט און זיך נישט רירן פון פלאץ. זייער אומב'טעמ'ט.

די שליסל איז אין אזא סיטואציע (און אין אסאך ענליכע סיטואציעס) צו וויסן יענעמ'ס פערספעקטיוו צו די מצב ווי דו ביזט. בלע"ז טראכט פון יענעם.

1) קיינמאל נישט נוצן די לשון אז מיין רעליגיע לאזט מיר נישט זיצן לעבן א פרוי!!! דאס איז אין די היינטיגע פארשאלטענע קולטור פונקט ווי צו זאגן מיין רעליגיע לאזט מיר נישט זיצן לעבן שווארצע. מ'דארף ענדערש זאגן "מיין רעליגיע לאזט מיר נישט זיצן מיט איינע פון די פארקערטע מין" (I'M NOT ALLOWED TO SIT NEAR A PERSON OF THE OPPOSITE GENDERׂ ) עס איז הימל און ערד די חילוק. אין מיין עקספיריענס ווען למשל א פרוי גיט די האנט און מ'זאגט "איך מעג נישט געיבן די האנט פאר א פרוי" ווערן זיי בייז אבער ווען איך זאג מיין רעליגיע פארבאט סיי וועלכע פיזישע קאנטאקט מיט איינעם וואס איז נישט מיין מין שאקלען זיי צו מיט פארשטענדעניש. די נקודה איז אז מיט דעם זאגט מען אויך אז די פרוי טאר נישט זיצן לענן די מאן (די פראבלעם איז נישט 'פרויען' נאר 'אינו מינו').

2) וויבאלד יענער טוט נישט פון זיין פערספעקטיוו קיין עוולה איז נאר שייך בקשה ותחנונים. קיינמאל נישט קומען מיט טענות און ווער רעדט נאך פון די אלע צודרייטע מעשיות ווי מענער האבן געצווינגען די פרוי אפצופוצן דורך איר פארעקלען וכדומה. ווער סטוט דאס איז מחלל שם שמים און ער איז אויך אחריות אויף אלע נעקסטע פאסאזשירן וואס גייען ליידן פון דעם.

3) ווי אנדערע האבן געשריבן איז די עצה צו טרעפן א אייל סיט אדער כאטש אין די פראנט. טאמער דאס ארבייט נישט, קען מען אפערן א $50 פאר ווער ס'וויל טוישן. סיי צו דו טוסט דאס דורך די סטעף סיי צו דו נוצט דאס אליין (ווען דו קענסט ענגליש) זאל עס אייביג גיין מיט א שמייכל (געדענק! ס'איז דיין פראבלעם [ב"ה] וואס דו ווילסט סאלוון, נישט זיינס!) און מיט 100 טענק יו'ס. ס'אייביג דא איינער וואס פאר די ריכטיגע פרייז איז ער גרייט א טובה צו טון.

4) טאמער גארנישט ארבייט נישט, (א זאך וואס פאסירט נישט כמעט) איז דיין איינציגע עצה אראפצוגיין פון פליגער און מאכן א קידוש השם בכל מאדך. פארפאלן מ'איז אין גלות...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
זיי געזונט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2014 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי געזונט »

שאהן הענניטי האט געשריבן:אויב דענק איך גוט איז "להלכה" נאר אסור נגיעה של חיבה, ווער ס'ווייסט קלאר זאל ביטע זאגן.

יא, ס'איז נאר אסור נגיעה של חיבה. איבריג'ס איז מדת חסידות.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

אבער פארשטייט זיך אז דאס איז ווי גייט אויף א דינעם שטריק העכערן ים. א נגיעה קען פארוואנדלט ווערן זייער שנעל און א נגיעה של חבה ודי
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מילכיגער האט געשריבן:4) טאמער גארנישט ארבייט נישט, (א זאך וואס פאסירט נישט כמעט) איז דיין איינציגע עצה אראפצוגיין פון פליגער און מאכן א קידוש השם בכל מאדך. פארפאלן מ'איז אין גלות...

כ'פארשטיי אז דאס איז שוין טאמער בתוך טאמער, אבער;
1) ס'לאזט זיך נישט אזוי גרינג אראפ איין מאל מ'איז שוין אויפן פליגער.
2) מאכט מען דעמאלטס מיין איך א גרעסערע חילול השם, ווייל דאמעלטס הייבט זיך אן ס'ריכטיגע פון גיין אפירזוכן יענעמס פעקל, און דאס מאכט שוין א איבערקערונג ווי ס'דארף צו זיין.
וימאןX3
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וימאןX3 »

אני הקטן פלעג אסאך צו פליען, איך האב ב"ה געהאט א מוירדיגע סגולה, ממש בדוק ומנוסה..

פארן ארויפגיין פלעג איך א הארציגע תפילה טון צום הייליגע טאטן, אז ער זאל מיר העלפן, אויב עס איז באשערט א פרוי דארף זיצן לעבן מיר..
ב"ה איך האב עס כמעט אייביג מסדר געווען מיט די מענטשן ארום.

נ.ב. אינעם זעלבע תפילה האבעך געבעטן אז ער זאל מיר העלפן היטן די אויגן!
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

@ יוראפ

שטייטזעך. און ווען די סטעף זעהט אז יענער גייט עד הסוף זיך צו אומבאקוועם מאכן עד כדי כך אז ער איז גרייט דאס צו טון, וועט מען אים מער העלפן. דאס איז פשוט א עקסטרעמע וועג ממחיש צו זיין ווי ווייט מ'דארף גיין מיט די מהלך אז דאס איז דיין תורה און דיין אישו און יענער טוט דיר נאר א טובה.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד אין גלות »

קלאר ארויסגעברענגט הרב מיליכיגער, אין די גמרא ווערט שוין דערמאנט איז די וואס פארעקלן אין להם חלק לעולם הבא.
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

Dear milkman זייער קלארע דיבורים ווענגלייך פראקטיש...
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יאך בין אויך א שטענדיגער פליער, און ווי פארשטענדליך קומט עס אסאך אפיר אז מ'זאל דארפן טוישן, און ברוך השם, מיט פשוט'ע ווערטער צו די סטוארד, אדער אפילו צום פערזאן אליינס - אויב האסטו א סעלושן, ארבעט דאס זייער פשוט, און זיי פארשטייען דאס.

גראדע די אייראפעאישע לופט-ליניעס זענען בעסער אין דעם ווי די אמעריקאנער, אבער ווען מ'רעדט נארמאל ווערט דאס געווענדליך באלד געסאלווד.

און מיליכיגער, יישר כוח פאר דיין שיינע תגובה, אבער בנוגע וואס דו שרייבסט דא:
מילכיגער האט געשריבן:אבער פארשטייט זיך אז דאס איז ווי גייט אויף א דינעם שטריק העכערן ים. א נגיעה קען פארוואנדלט ווערן זייער שנעל און א נגיעה של חבה ודי

חס מלהזכיר, הונדערטער אידן ווייסן זיך נישט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט דעם פראבלעם, און זיצן פון 6 ביז 10 שעה מיט ביטערע הארץ עסענישן. חלילה צו זאגן אז עס ווי א דינע שטריק העכערן ים, מ'דארף זיין משוגע און פאריקט אז עס זאל זיך פארוואנדלן צו נגיעה של חיבה רח"ל. און די וואס עס פאסירט מיט זיי, קודם גלויב איך נישט אז ער העט ארויסגיין מדינה של גיהנם אויף דער וועלט, און השנית, די זוכן נישט צו טוישן קיין פלעצער באלד ביים אנהויב, און צו דעם רעדסטו דא נישט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
פיטאגוראס
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטאגוראס »

שאהן הענניטי האט געשריבן:אויב דענק איך גוט איז "להלכה" נאר אסור נגיעה של חיבה, ווער ס'ווייסט קלאר זאל ביטע זאגן.

יא. ביסט גערעכט, אבער אויב האלטסטו זיך א חסידישער איד, איז דא א גרויסע מקום צו מחמיר זיין.
(ובפרט, נעמענדיג אין באטראכט, אז איינער וואס איז אויפגעוואקסן א גאנצן יאהר אין א שטרענג חסידישע לעבנס שטייגער, איז כמעט לא ימלט אז עס זאל נישט אריינגיין אין שאלות פון הלכה. וד״ל).
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

סאכדעס כמדומה האסט מיר נישט פארשטאנען. איך האב געמיינט אז ס׳א חוט השערה צווישן סתם נגיעה און האבן א הנאה וד״ל. סאיז נישט שייך קיין כללים ווייל הכל לפי ענין השחין.

ממילא טאמער א מענטש איז אין א מצב וואס ער האט א בעל כרחו נגיעה קען ער זיך נישט פארלאזן אז סנישט של חיבה ווייל מיט די מינדעסטע הנאה איז מען אין אביזרייהו און ממוז זיך זעהן כאילו גיהנום פתוחה לו מתחתיו.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ארלעדיגט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יוראפ האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:4) טאמער גארנישט ארבייט נישט, (א זאך וואס פאסירט נישט כמעט) איז דיין איינציגע עצה אראפצוגיין פון פליגער און מאכן א קידוש השם בכל מאדך. פארפאלן מ'איז אין גלות...

כ'פארשטיי אז דאס איז שוין טאמער בתוך טאמער, אבער;
1) ס'לאזט זיך נישט אזוי גרינג אראפ איין מאל מ'איז שוין אויפן פליגער.
2) מאכט מען דעמאלטס מיין איך א גרעסערע חילול השם, ווייל דאמעלטס הייבט זיך אן ס'ריכטיגע פון גיין אפירזוכן יענעמס פעקל, און דאס מאכט שוין א איבערקערונג ווי ס'דארף צו זיין.

כ'מיין ס'האט שוין פאסירט אמאל אז עמיצער האט זיך נישט געקענט מסדר זיין, קיינער פון די פאסאזשירן האבן אים נישט געוואלט העלפן, און ער האט געזאגט ער וויל אראפגיין, די טיר איז שוין געווען פארמאכט, און מ'האט געזאגט ער קען נישט אראפגיין, האט ער געזאגט איך פיל נישט גוט, אז איך דארף זיצן אויף דעם זיץ פיל איך נישט גוט, און געזעצליך אויב איינער שפירט נישט גוט דארף מען אים אראפלאזן, נו די האבן נישט געוואלט האבן א דילעי, האט מען אים געגעבן פירסט קלעס, אין אדם שומע ומפסיד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד אין גלות »

אין אנדערע נייעס היינט האט א דעלטא פליגער דילעיט א שעה פון נ"י צו תל אביב. וויבאלד א חרידישע פאסאנדזשיר האט נישט געהאט א אויסגעהאלטענע פלאץ , און האט אויסגעקליבן ענדערש אראפצוגיין פום פליגער, ווי איידער צו זיצן געמישט.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך פלי יא אסאך, און איך פלעג אמאל טוישן יעדעס מאל, זיך געדרייט און געטרייט ביז איך האב געטוישט. איינמאל האב איך אנגעהויבן מיט דעם נישט ריכטיגן מענטש און יענער האט געמאכט אן איבערקערעניש און עס איז געווען א גרויסער חילול ה'. איך האב דעמאלס געפרעגט א רב, וועלכע פליט אליינס אויך אסאך און ער האט מיר געזאגט אז איך בין קלאר נישט מחויב, אפילו נישט ע"פ מידת חסידות צו טוישן פלעצער.

נגיעה באישה שלא בדרך חיבה איז נישט אסור ע"פ הלכה. בפרט ווען מען רעדט נישט דא פון נגיעה, דא רעדט מען אפשר פון גיבן א קלאפ אן בטעות פאר א רגע ווען ביידע זענען אנגעטאן, און עס איז נישט קיין פראבלעם.

אין די גדולי הפוסקים פון די לעצטע דורות איז דא תשובות איבער דעם. ר' משה פיינשטיין שרייבט אין א תשובה איבער פארן אין די טרעין און עס מאכט זיך אמאל אז מען קלאפט זיך אן בטעות און ער שרייבט קלאר אז עס איז נישט קיין פראבלעם.

יעצט טייערע ברודער, לאמיך אייך זאגן א קלייניגקייט. אויב איז דא דא איינער וועלכער פילט אז ער איז נהנה פון אזא סארט קלאפ אויף אן אופן אז עס איז דא א פראבלעם פון אביזרייהו, וויל איך אים לאזן וויסן אז ער ליידט פון אן ערנסטן פראבלעם און ער זאל שנעל גיין צו א גוטן פסיכאלאג, אדער זאל ער פשוט גיין צו א 12 סטעפ פראגראם וועלכע העלפט מענטשן מיט די ספעציפישע פראבלעמען. (איר קענט מיר אנפרעגן אין אישי).

עכ"פ, זינט דאן בין איך שוין א שיינע פאר מאל געזעצן לעבן פרויען, איך טריי טאקע אלעמאל צו זיצן לעבן א פענסטער כדי נישט צו האבן דעם פראבלעם פון זיצן צווישן צוויי פרויען, רוב מאל געלונגט עס מיר אבער נישט אייביג. אבער וואס יא. איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם. איך קוק נישט אויף איר, איך געדענק נישט איך זאל זיך האבן אריינגעקלאפט אין איר, איך טוה מיר מיינס און איך קוק ניטאמאל צו זי טוט זיך אירס און פערטיג.

דרך צלחה פאר אלע אידישע קינדער.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

טהור-עיניים האט געשריבן:יעצט טייערע ברודער, לאמיך אייך זאגן א קלייניגקייט. אויב איז דא דא איינער וועלכער פילט אז ער איז נהנה פון אזא סארט קלאפ אויף אן אופן אז עס איז דא א פראבלעם פון אביזרייהו, וויל איך אים לאזן וויסן אז ער ליידט פון אן ערנסטן פראבלעם און ער זאל שנעל גיין צו א גוטן פסיכאלאג, אדער זאל ער פשוט גיין צו א 12 סטעפ פראגראם וועלכע העלפט מענטשן מיט די ספעציפישע פראבלעמען. (איר קענט מיר אנפרעגן אין אישי).


איך מיין אז ביזט נישט אזוי גערעכט מיט די נקודה, אבער לאמיר ווארטן אנדערע זאלן ענטפערן, אין לי פנאי להאריך עכשיו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

ווי ווייט מיין קליינע מח פארשטייט איז דא א גרעסערע נסיון בעניני שמירת עיניים ווען מזיצט בשכינות, ספעציעל אויפן פליגער ווי די גאנצע הלוך ילך איז אזוי ודי
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

טהור! וויא האט א טהור עינים בכלל א דעה אין דעם ענין?...
אז די רעדסט נארישקייטן איז א אנדער סטעיטמענט!! א אינגערמאן וואס האט א פראבלעם צו זיצן לעבן א פרוי אויף 7-8 שעה באלאנגט בכלל נישט אין די 12 סטעפ פראגראם
95% ערליכע יונגעלייט וועלן האבן א פראבלעם
פארוואס זאג איך ערליכע יונגעלייט, ווייל רבינו ז"ל האט אמאל געזאגט, וויפיל ראיות אסורות האט ער שוין געזען, אז די ראיה אסורה שטערט איהם שוין נישט...
נערוועזער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2008 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערוועזער »

טהור-עיניים האט געשריבן:יעצט טייערע ברודער, לאמיך אייך זאגן א קלייניגקייט. אויב איז דא דא איינער וועלכער פילט אז ער איז נהנה פון אזא סארט קלאפ אויף אן אופן אז עס איז דא א פראבלעם פון אביזרייהו, וויל איך אים לאזן וויסן אז ער ליידט פון אן ערנסטן פראבלעם און ער זאל שנעל גיין צו א גוטן פסיכאלאג, אדער זאל ער פשוט גיין צו א 12 סטעפ פראגראם וועלכע העלפט מענטשן מיט די ספעציפישע פראבלעמען. (איר קענט מיר אנפרעגן אין אישי).

געשאסן, באשלאסן, פראטאקאלירט.
שוין לאנג נישט געלעזט אזא פארקרומטע סטעיטמענט.
אז דו האסט נישט קיין פראבלעם מיט עריות שעות אריכות איינס נעבן צווייטן דאס זאגט עפעס אנדערש ווי ערליכקייט.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

נערוועזער האט געשריבן:שוין לאנג נישט געלעזט אזא פארקרומטע סטעיטמענט
אז דו האסט נישט קיין פראבלעם מיט עריות שעות אריכות איינס נעבן צווייטן דאס זאגט עפעס אנדערש ווי ערליכקייט.

ער האט דאס נישט געזאגט, האסט קרום געליינט די סטעיטמענט
שוין איינמאל האט ער א פראבלעם, אבער דער פראבלעם איז ווייל ער קען חלילה נכשל ווערן אין א ראי' אסורה וכדו', ער האט געשריבן אז ווער עס מוטשעט זיך מיט נהנה פון א קלאפ ל"ע
שוין גענוג
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

להבהיר. מיין עיקר נקודה איז ווען ס'קומט אויס צו זיצן צווישן 2 פרויען אדער באופן וואס ווען מ'שטעלט זיך אויף מוז מען איר דורכגיין.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אפילו בהסתרה
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 11:49 pm
לאקאציע: בהצלחה שבתוך הצלחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפילו בהסתרה »

מיין טאטע האט מיר דערציילט אז מיין 16 יעריגע שוועסטער איז יעצט געפארען אויפן פליגער האט מען איר געזעצט נעבן א גוישע זכר... האט זי באמערקט אז א היימישע יונגערמאן זיצט נעבן א גוישע נקבה... האט זי איידעל געבעטן די יונגערמאן צו טוישען און ער האט מסכים געווען...
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”