זיצן נעבן א פרוי אויף אן עראפלאן
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
זי זאגט זייער א שטארקע זאך, ווייל מענער זענען דאך גרעסער ווי פרויען, פאר דעם וויל די ערליין עס זאל זיין געמישט, אבער אין די צייטן פון מי טו, וואס עס מאכט זיך אויך מער מעשיות, זאל די ערליין ביטע צושטעלן בלויז פרויען סעקשאנס.
לגבי דיסקרימינעישן איז די מעשה אז מען מעג מאכן למשל א טעקסי קאמפעני פון בלויז פרויען פאר בלויז פרויען, נאר פארקערט טאר מען נישט.

געהערט פון ר' מנשה רייזמאן שליט"א
אין ארץ ישראל האט אן אויסגעלאסענע פרוי זיך געזעצט לעבן א היימישע יונגערמאן. די יונגערמאן האט איר באלד געלאזט וויסען אז ער האט כרוספדין (די תרגום זאגט אויף ציצית כרוספדין) דאס איז לעכטיג געלע זאך ארום די קערפער
די פרוי נישט וויסענדיג וואס דאס איז, האט זיך באלד געזעצט אויף אן אנדערע ארט

לעצט פארראכטן דורך הרב_שלום אום מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:36 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
הרב_שלום האט געשריבן:געהערט פון ר' מנשה רייזמאן שליט"א
אין ארץ ישראל האט זיך אן אויסגעלאסענע פרוי זיך געזעצט לעבן א היימישע יונגערמאן. די יונגערמאן האט איר באלד געלאזט וויסען אז ער האט קריספלוס (די תרגום זאגט אויף ציצית קריספלוס) דאס איז לעכטיג געלע זאך
דער 'יונגערמאן' איז געווען הג"ר אברהם גניחובסקי.
צ"ל: כרוספדין.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 491
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
- לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!
א איד געבט זיך א עצה.
איך בין אמאל געפארן פון ארץ ישראל קיין אויסלאנד, נו ענגליש קען איך נישט, האב איך מיר אנגעגרייט אזא צעטיל:
איבעריג צו פארצייכענען אז איך האב נישט געדארפט אנקומען צו דעם בכלל...

Please do me a favor,
My religious doesn't allow me to sit next to a woman,
Please change my sit.
Thank you,
I really appreciate it.
איבעריג צו פארצייכענען אז איך האב נישט געדארפט אנקומען צו דעם בכלל...
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6420
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 491
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
- לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!
הרב_שלום האט געשריבן:געהערט פון ר' מנשה רייזמאן שליט"א
אין ארץ ישראל האט אן אויסגעלאסענע פרוי זיך געזעצט לעבן א היימישע יונגערמאן. די יונגערמאן האט איר באלד געלאזט וויסען אז ער האט כרוספדין (די תרגום זאגט אויף ציצית כרוספדין) דאס איז לעכטיג געלע זאך ארום די קערפער
די פרוי נישט וויסענדיג וואס דאס איז, האט זיך באלד געזעצט אויף אן אנדערע ארט
Graphic24 האט געשריבן:הרב_שלום האט געשריבן:געהערט פון ר' מנשה רייזמאן שליט"א
אין ארץ ישראל האט אן אויסגעלאסענע פרוי זיך געזעצט לעבן א היימישע יונגערמאן. די יונגערמאן האט איר באלד געלאזט וויסען אז ער האט כרוספדין (די תרגום זאגט אויף ציצית כרוספדין) דאס איז לעכטיג געלע זאך ארום די קערפער
די פרוי נישט וויסענדיג וואס דאס איז, האט זיך באלד געזעצט אויף אן אנדערע ארט
די מעשה איז נישט געווען מיט סתם א היימישער יונגער מאן, די מעשה האב איך אליינס געהערט מפיו של הגאון ר' אברהם גניחובסקי ז"ל וואס האט עס דערציילט אויף זיך, אז ס'איז געווען ווען ער איז געפארן אויף א באס
כי טוב השם
-
- שר מאה
- תגובות: 121
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 3:13 pm
די הלכה איז אז אויף א מצוות עשה איז מען מחוייב צו אויסגעבן עד חומש, אין אויף א לאו איז מען מחוייב אויסציגעבן "כל ממונו". אויב איינער איז אין א מצב וואס זיצן נעבן א פרוי וועט איהם מאכן עובר זיין א לאו, איז ער מחוייב מיט כל ממונו. דערפאר איז די עצה מיטצונעמן $200 אין עס געבן פאר ווער עס איז מסכים צו טוישן (אויב האט מען נישט דאס געלט, מעג מען לכתחילה קויפן א אתרוג פאר פופציג דאלאר אנשטאט 300, וויאזוי אויך מעג מען קויפן א תפילין בייטל פאר $30 אנשטאט $150)
- שפיגליצקי
- שר האלף
- תגובות: 1298
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
- לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט
רבות מחשבות האט געשריבן:דערפאר איז די עצה מיטצונעמן $200 אין עס געבן פאר ווער עס איז מסכים צו טוישן
געוואלדיגע עצה דאס!!
כ'האב שוין עטליכע מאל געהאט פראבלעמען און זיך נישט געקענט קיין עצה געבן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אין א שיינעם העלן טאג...
- קאמעץ בארד
- שר האלפיים
- תגובות: 2777
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm
Re: זיצן נעבן א פרוי אויף אן עראפלאן
סתם א שיינע מעשה.
הרב לוי יצחק האגער (בן אדמו"ר מווישזניץ לאנדאן שליט"א) האט דערציילט אז אמאל פארנדיג אויפ'ן פליגער איז אים אויסגעקומען צו זיצן צווישן צוויי פרויען, ער האט זיך נישט געוואלט אראפזעצן האט עפעס א מזרחי'סט מסכים געווען צו נעמען זיין פלאץ. שפעטער האט ער געטראכט אז אפשר האט ער נישט ריכטיג געטון און עובר געווען אויף לפני עוור, איז ער אריין צו הג' ר' חיים קניבסקי זצ"ל און אנגעפרעגט דערויף, האט ר' חיים געזאגט בדרך צחות "וואו שטייט אז א בהמה טאר נישט זיצן צווישן צוויי פרויען..."

- תגובות: 2650
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
- לאקאציע: אומאן!
Re: זיצן נעבן א פרוי אויף אן עראפלאן
קאמעץ בארד האט געשריבן:סתם א שיינע מעשה.
הרב לוי יצחק האגער (בן אדמו"ר מווישזניץ לאנדאן שליט"א) האט דערציילט אז אמאל פארנדיג אויפ'ן פליגער איז אים אויסגעקומען צו זיצן צווישן צוויי פרויען, ער האט זיך נישט געוואלט אראפזעצן האט עפעס א מזרחי'סט מסכים געווען צו נעמען זיין פלאץ. שפעטער האט ער געטראכט אז אפשר האט ער נישט ריכטיג געטון און עובר געווען אויף לפני עוור, איז ער אריין צו הג' ר' חיים קניבסקי זצ"ל און אנגעפרעגט דערויף, האט ר' חיים געזאגט בדרך צחות "וואו שטייט אז א בהמה טאר נישט זיצן צווישן צוויי פרויען..."
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!
משיח…? למספרם!
משיח…? למספרם!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2479
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm
Re: זיצן נעבן א פרוי אויף אן עראפלאן
בינעך געפלויכן עטליכע וואכן צוריק ארויפקומענדיג כדרכי דער לעצטער זעעך אז דער פליגער איז פיל פיל און מיין זיץ איז נעקסט צו א פרוי, פרעגעך דער סטוארט צו איך קען מיך טוישן מיט איינעם זאגצע נישט יעצט, קאלעך מיין דיין וואס איך פרעג כריתותדיגע שאלות, און איך פרעגעם צו איך דארף איבערדרייען אדער סאיז אקעי אזוי.
און דאס וואס ער האט מיר געזאגט האבעך געטון.
פארוואס זאגעך עס, ווייל סאיז דא הלכות ביי יודן, און אז מקען נישט אליינס דארף מען אנפרעגן ביי דער וואס קען יא, סתם איבערדרייען אדער נישט זיך וויסענדיג מאכן איז אין מיינע אויגן א פראבלעם.

- ציינבערשטל
- שר העשר
- תגובות: 38
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:01 am
Re: זיצן נעבן א פרוי אויף אן עראפלאן
ליגט מיך אין קאפ, אז יארן צוריק האט איינער געמאכט א פעטישן אז עירליינס זאלן לייגן א אפשן ביים בוקן אדער ביי טשעק-אין צו זיצן דוקא נעבן דער זעלבע מין. איך האב עס געטרייט צו אויפזוכן אבער נישט געטראפן. כעת ווען הונדערטער אידן פליען טעגליך, וועט לענ"ד אזא פעטישן באקומען אסאך שטיצע. אפשר זאל איינער עס אויפשטעלן (מ'קען אויף change.org)
מאכן זיכער א גוטע ענגליש, גוט ארויסברענגען דער פוינטס, דארף נישט שרייבן קיין ווארט וועגן אידן, דירעקטן (אין דער פעטישן) צו דער ריכטיגע פלעצער (עירליינס, אטאריטעטן וכדו') און גוט פארשפרייטן. ועל כולם א הייסע תפילה!